פארוואס טאקע?

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3791
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7130 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8163 מאל

פארוואס טאקע?

שליחה דורך ונבנתה העיר »

[ביטע ליינט קודם אדורך די צוויי אשכולות.]

מעג איך זאגן הויך וואס איהר האט שוין זיכער געקלערט אמאל ביי א צו-לאנגע שמונה עשרה?

סוף סוף, איז דא א חילוק פון גאט און דעם שיינעם איד וואס האט גע'טענה'עט אז צו אלע זיינע מעלות איז ער אן עניו אויך?... כ'מיין, לך ה' הגדולה הגבורה וכו'... במקום גדולתו אתה מוצא ענותנותו... נאך אלע מעשיות שטעלט ער ארויס א פריטי שיינע רעזומעי.

דאכציך אז ער וואלט נישט איינגעגאנגען אויף וואלען, אפשר זאל א צווייטער איבערנעמען דעם בענקל, הא?...

*

כ'וועל אייך פארשטיין אויב די צוויי דערמאנטע אשכולות האבן אייך דערמאנט פון א ליובאוויטשער משפיע וואס כ'האב געקענט אין אר"י, ער האט געהאט א זעלטענע ברכה: פון סיי וועלכע נושא ער האט נאר גערעדט איז ער אלעמאל צוגעקומען צו די זעלבע סטעיטמענט: מה זאת אומרת לנו? התקשרות לרבי!...

וואס פאר א מין תירוץ איז דאס 'ביטול'? איז עס נישט מער ווי א יאוש?

*

פלאטא שטעלט אוועק די 'טעאריע פון פארעמען', דאס זענען אבסטראקטע מושגים וואס אונזער תפיסה אין זיי איז נישט אנגעבינדן אין די גשמיות'דיגע פינף חושים, דאס איז די עצם רעאליטעט, באגריפן וועלכע קענען נישט געשאפן ווערן אדער חרוב ווערן.

די עצם מושג פון 'יוסטיץ', די עצם מושג פון די נומער 'פינף', די עצם מושג פון 'שיינקייט', די אלע זאכן קען מען נישט אננעמען מיט איינע פון די פינף חושים, מען קען זיי נישט זעהן, שפירן אדער הערן, און דאך – און טאקע דערפאר – זענען זיי די עצם מהות פון רעאליטעט, כל הבאמבעס שבעולם וועלן נישט משנה זיין דעם פאקט אז פינף פלאס פינף איז צען – זיי זענען נישט אין הויה והפסד.

יעצט שטעלט זיך די פראגע: זענען זיי נבראים? זענען זיי נאר אפשרי המציאות? אדער, פונקט ווי גאט, זענען זיי מחויבי המציאות?

*

זייט נישט בייז אבער עס דאכט זיך מיר אז מיר זענען אלע גילטי אין הגשמה, מיר האבן אלע – אויבנאויף אדער טיף באגראבן – א בילד פון גאט.

פון וואס מען פרעדיגט אלס קינד 'דער אייבערשטער קוקט' – צי איהר האט געוואלט אדער נישט, משל'ט אייער סובקאנשעס זיך אויס א מענטעל בילד ווי עפעס אן ענטעטי מן החוץ פיעקט אריין און זעהט וואס איהר טוהט.

ביז ווען – מאיזה סיבה – גלייזט מען מיט די אויגן אין די דירעקציע פון ספעיס, ווי ר' זלמן גופין האט אמאל געזאגט: 'ואנפהא נהירין בנהירו עילאה' איז טייטש 'קוק אריין אין סידור'...

צי מען טראכט דערפון אדער נישט האט יעדער עפעס א בילד פון א ברייט-פארצווייגטע אדמיניסטראציע דארט אויבן [וואו?], ס'איז דא בענקלעך, כסא דין, כסא רחמים, ס'איז דא האלוועיס, אפיסעס, סעקראטעריס, דער שטן [?] שלעפט רענצלעך, אינמיטן וועג כאפט ער א פראסק פון דער בארדיטשוב'ער רב, בקיצור יו געט דע פאינט.

צו זאגן אז די גאנצע בריאה איז אלוקות איז עפעס א חסידישע אגענדע, אדער 'כפירה גמורה' - אויב האט איהר אנגעטראפן א געריבענעם.

*

עכ"פ נחזור לענינינו, זענען מושגים נבראים? איז דער מושג פון טוב און רע א מחודש, קען זיין סאמוועיר, סאמטיים, וואו עס איז נישט גילטיג די פלאטאנישע פארעמען?

אודאי אזוי. עס איז נאר דא איין מחויב המציאות, און דאס איז גאט אליין, און פון זיין פאינט אוו וויו, נאך פאר [סיי אין זמן און סיי אין מדרגה] ער האט זיך אריינגעלייגט אין שאפן א בריאה, זענען קיינע מושגים אויך נישט פארהאן, נישט טוב, נישט רע, נישט גאוה, נישט שמחה, גארנישט, כ-ל-ו-ם, עס איז נאר דא די אחדות פשוטה פון גאט.

נעמט אין באטראכט אז 'פאר א בריאה' מיינט נישט בלויז אז די שטח איז ליידיג, מען מעקט אויס אלע פלאנעטן וכו', עס מיינט אז קיין שטח איז אויך נישט פארהאן.

איהר זעהט, אז מען טראכט אריין 'מוז' יעדע מושג צוקומען צו א בעקראונד, עס איז פונקט ווי תנועה מוז זיין רעלאטיוו צו עפעס אנדערש, לולא דמיסתפינא וואלט איך יעצט געמאכט א געזעץ 'יעדע מושג דארף צוקומען צו ספעיס 'וואו' ער איז א מושג'.

זייט מיר מוחל, אבער עס איז מיר שווער עס מסביר צו זיין, מיר קענען זיך נאר פארשטעלן מושגים איינמאהל ס'איז דא א בריאה ווייל דאן האבן זיי פאטענטשעל – זיי האבן 'וואו' זיך צו מושג'ען, מיר קענען זיך פארשטעלן טוב ורע ווייל עס וואלט געקענט זיין במציאות, ווייל עס וואלט געקענט זיין א שלעכטע קעניג אין אמעריקא, אדער א מער דקות'דיגער פאטענטשעל: מען קען גיין שאפן א וועלט, מאכן מענטשן, זיי געבן לעבן און טויט, זיי געבן געפיהלן, און דארט מאכן א היטלער.

אז עס זענען נישט פארהאן קיין 'זאכן' – נישט ווייל 'גראדע' זענען זיי נישט דא, נאר ווייל אחדות פשוטה פרעגט אפ די עצם זאך – איז נישט דא די מושג פון נומערן.

*

זאכן קומען נישט ארויס פון 'העדר', פון 'גארנישט', א 'זאך' איז על כרחינו צוזאמענגעשטעלט פון פריער-עקזעסטירענדע חלקים.

פון וואס איז די גאנצע בריאה צוזאמענגעשטעלט? פון אטאמען, עס איז קיין חילוק וואס איהר כאפט אהן, אלע האבן די זעלבע אינגריעדיענטס.

פון וואס האט גאט געשאפן די אטאמען? וועל, פון די איינציגסטע זאך וואס ער האט געהאט צו די האנט, די איינציגסטע באשטאנדטייל וואס איז פארהאן: ער אליין - דער אין האמיתי.

אט דאס איז טייטש: יש מאי"ן.

עס איז א פשוטע מאטאמאטישע חשבון אז סיי וועלכע מציאות מוז זיין געטליכקייט.

*

אין אנדערע ווערטער האט זיך למעשה גארנישט געטוישט; אתה הוא עד שלא נברא העולם אתה הוא משנברא, פון וואו ער זעהט עס איז אלעס ווייטער די זעלבע, בסך הכל האט ער זיך ארומגעשפילט מיט'ן אויסזעהן.

און עס איז מוכרח מצד עצמו: אחדות פשוטה פרעגט אפ בעצם די מעגליכקייט פאר אן אנדערע מציאות.

ממילא הייבט זיך גארנישט אהן, איך, דו, גאוה, תאוה, טוב, רע, ענוה, יוסטיץ, שיינקייט, 'אלעס' איז ער אליין.

מאי"ן יבוא עזרי – דיס איז אוער אנלי האופ...
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?

דער אשכול פארמאגט 37 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר