וואס זענען די זוילן?

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6926 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4627 מאל

וואס זענען די זוילן?

שליחה דורך געוואלדיג »

ער וואקט ארויס פונעם וואלקן און בלייבט שטיין ערשטוינט פון די נייע וועלט וואס האט זיך אנטפלעקט פאר איהם, ער זעהט די הימל לויטער קלאר און די ערד מיט איהר פולע פראכט, און פולע זוילן פון ארום און ארום,

ער שטייט פארוואונדערט און קען נישט פארשטיין, פון די הימל האט ער אלס געוואוסט, די ערד אויך פארשטייט זיך, אבער די פילע זוילן דא ארום און ארום, וואס איז דאס און ווער האט דאס אהער געשטעלט, וואונדערט ער זיך.

שטעלט ער אפ א דורכגייער און פרעגט איהם, אפשר קענסטו מיר מסביר זיין וואס די זוילן זענען, און צו וואס פאר א צוועק האט מען דאס אהער געשטעלט,

יענער קוקט איהם אן פון קאפ ביז פוס ווי איינער וואס איז פון די לבנה אהער געקומען, און ענטפערט איהם קורץ דאס איז נישט קיין זוילן דאס זענען ביימער.

- וואס? ביימער?

- יא ביימער, וואס גייט פאר מיט דיר? ווייסט נישט וואס ביימער זענען?

- אפשר ביסטו מיר מסביר וואס דו זאגסט, ווייל איך פארשטיי נישט קיין איין ווארט, רופסט דאס ביימער, אקעי, אבער וואס איז דאס?

- ביימער, וואס איז דא נישט צו פארשטיין?

- טוה מיר א טובה און זיי מיר מסביר פונקטליך וואס זענען די זוילן וואס דו רופסט ביימער, און וואס זענען די באליס אויף דעם?

- אקעי, דו נעמסט מיר אויף א רייד אבער איך וועל דיר זאגן, די זוילן ווערן אנגערופן ביימער און די באליס ווערן אנגערופן פרוכט, דאס וואקסט פון קליינע קערעלעך פון די פרוכט וואס מען לייגט אריין אין די ערד און עס רעגנט אויף דעם און אזוי וואקסט ארויס א גאנצע בוים מיט פרישע פרוכט וואס האבן אין זיך אויך קערעלעך צו קענען פלאנצן נאך ביימער וואס אויף זיי וועט וואקסן נאך פרוכט וחוזר חלילה, יעצט איז אלעס קלאר?

- Wow איך קען נישט גלייבן וואס איך הער, דו מיינסט דאס אמת'דיג פון די קליינע קערעלעך וואקסן ארויס פרישע ביימער מיט נאך און נאך קערעלעך wow.

- איין מינוט, איך פארשטיי נישט דו זעהסט מיר אויס צו זיין אין דיינע הויכע צוואנציגער יארן, ווי קען זיין אז דו ווייסט נישט פון דעם, און וואס האסטו געגעסן ביז היינט?

- וואס הייסט וואס איך האב געגעסן? מן,

- וואס?! מן?

- יא, מן,

- וואס איז דאס? עס זעהט מיר אויס ווי אונז רעדן פון אנדערע וועלטן,

- וואס איז דא צו פארשטיין, יעדן טאג רעגנט אראפ מן פון הימל צום עסן און אונטער דעם און איבער דעם ליגט א ווייכע שיכט פון טוי,

- וואס הער איך דא, עס רעגנט מן וואס איז עסן פון הימל, מיט טוי??!! וואס גייט דא פאר?

[center]******[/center]

דאס איז די ענין פון טבע, נס, השגחה פרטית, טאקע גארנישט ספעציעל אבער פארט באלערנד.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר