מים רבים לא יוכלו לכבות את האהבה

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1767
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2157 מאל

מים רבים לא יוכלו לכבות את האהבה

שליחה דורך פרייוויליג »

"יראת שמים"

[justify]ביי אונז 'אידן' ווערט די הימלישע פראזע דערמאנט צאללאזע מאל אין לעבן. עס קומט צום אויסדריק איבעראל ווען מען וויל איינעם אנצייכענען מיט א שארפקייט. עס איז א סארט טערמין וואס מען מעסט דער מענטש ביי יעדן מאורע אין לעבן. אנגעהויבן פונעם 'נתקבל', נאכדעם ביים שידוך, ביז די 'גאטספארכטיגער טערמין' ווערט אפיציעל און פארמעל רעגעסטריט אויפן חתונה אינוועטאציע, "הבחור החתן המופלג בתורה ויראת שמים".

באמת האט די ווארט 'ירא שמים' נישט קיין אחדות'דיגע באדייט, און שפעטער וועלן מיר זען אז ניטאמאל האבן מיר די 'ריכטיגע' באדייט. ווייל יעדער טייטשט דאס אויס אויף א אנדערע וועג. אזוי ווי: 'משוגע, 'נארמאל', 'באם', 'קלוג', 'נאריש' ,טראגט ביי יעדען אינדעווידאלע מענטש א אנדערע אפטייטש. ביי איינעם קומט 'באום' צום אויסדריק ווען ער זעט איינעם מיט א דזשעקעט, און ביי אנדערעם קומט נארמאל צום אויסדריק אזוי לאנג ווי די לענג פונעם רעקל איז א טפח פונעם פלאר. די 'כך דעותיהם אינן שוות' שלאגט ארויס די מענטשליכער מין ביי די אויסדריקן. באמת האט דער מענטש מיטן 'דעת-ופרצוף' יושר צו ציען אבסטראקטע געדאנקן אויף א צווייטן מיט פרייהייט. לויט מיינע השגות און אפשאצונגען איז דער מענטש 'משוגע אדער נארמאל'. ווייל ביי מיך טייטשט נארמאל ככה וככה און יענער מענטש פארמאגט די נארמאלע אדער משוגענע תנועות לויט מיינע השגות.

וואס וועט געשען אבער ווען איינער האט נישט קיין שום השגה אויף איזה דבר שהוא, דאן האט ער נישט די 'דעותיהם אינן שוות' וואס קען בייאנפלוסן זיינע דעות. וויאזוי ווייסטו אויב יענער האט רויטע פיס אדער נישט? האסט עס קיינמאל נישט געזען. דו קענסט נישט האבן קיין מיינונג איבער דעם, ווייל אין לך שום השגה כל שהוא.

'יראת שמים' איז נישט קיין מעדזשיק קאוד וואס אנטבלאנגט א געוויסע קשר צו א פארטיי, און יראת שמים איז נישט קיין חיצונית'דיגע גשמיות'דיגע תנועות ווי מיינונוגען קענען זיך צוזאמשטויסן. 'יראת שמים' איז עפעס וואס 'דער מענטש האט מיט ג-ט', און קיין שום ערדישע בריאה האט נישט קיין אוטאריטעט צו ווערן דארט א דריטע שותף. יראת שמים האט א איינפאכע אפטייטשט: 'די פארכט צווישן מענטש און ג-ט, אדער די ליבע צווישן מענטש און ג-ט'. דאס איז עפעס וואס איז פארהוילן פון אנדערע מענטשן, און עס פארמאגט נישט קיין מענטשליכער אויסדריק עס איבערצוגעבן. קיינער קען דאס נישט וויסן, און קיינער איז נישט אומשטאנד דאס וויסן.

אלזא, מענטשן מיט הויכע אויגן ברעמען קענען פרעגן, וואס הייסט איך קען דאך זען וויאזוי ער דאווענט, וויאזוי ער פירט זיך אויף, שמו הולך לפניו. דיזע זאכן געבן מיר פלאץ וואו איינצופלאנצען מיינע מיינוגען. טא וויאזוי קענסטו זאגן אז אין לך עסק בזה, ואין לך דעה בזה? דער אנטווארט איז: דאווענען איז נישט 'יראת שמים'. דאווענען איז א Tool צוצוקומען נענטער צו ג-ט. חכז"ל האבן מתקן געווען דריי תפלות כדי צו געבן די מענטש א געלעגענהייט צו שמיעסן מיט ג-ט. און מען קען טאקע זען מענטשן וואס קומען אריין אין ביהמ"ד און שפתותיהם דובבת כמצות אנשים מלומדיה. דאס איז זיכער נישט די כוונה, יוצא צו זיין תפלת שחרית אדער מנחה. די כוונה איז זיך אויסצושמיעסן מיט ג-ט, אים דאנקען לויבן און בעטן. איך רעד נישט פון די עצם חיוב פון דאווענען, איך רעד פון די מושג התפלה. עס איז זענען פארהאנען פעלער וואס עמיצער שמיעסט זיך אויס מיט ג-ט אויף מאמע לשון און וועט פיל מער אויסטראגן די באדייט ווי דער וואס האט אפגעמורמעלט דעם דאווענען.

מיין כוונה איז, אז דו האסט נישט קיין שום וועג וויאזוי אפצושאצן די שיכות צווישן מענטש און ג-ט. וועסטו מיר זאגט אז ער שאקעלט זיך שטארק ביים דאווענען און שפרינגט און וויינט, אפשר מאכט ער זיך? וויאזוי קען זיין אז אמאליגע 'צדיקים נסתרים' האבן זיך געקענט באהאלטן אין פראסטע מענטשן. לויט די 'דעותיהם אינן שוות' וואלטן זיי אפגעזיגעלט געווארן פאר נידריגע פראסטע מענטשן, בו בזמן ווען זייער הארץ פלאקעט און ברענט פארן אייבירשטען. איך זיך נישט דא צו זאגן אז יעדער מגושם (איך ווייס נאכנישט פונקטליך וואס מגושם מיינט) איז א צדיק, און אז יעדער צדיק אז א מגושם. די געדאנק איז אז עס איז אבסורד צו אויסטוישן מיינונגען איבער די שיכות צווישן אדם ובוראו.

באמת רירט דאס שוין אן די חלק פון אחדות ישראל, וואס איך בין נישט דער מענטש. וואס דער עכטער 'יראת שמים' איז לראות מעלות חברינו. און אפשאצען יעדעם innocent until proven guilty. און נישט יעדער וואס בייגט זיין שניפסל אנדערש ווי דיר פעלט אים גאטספארכטיקייט. און באמת זענען די ווערטער נישט מיינע, און איך האב געטראפן ממש די ווערטער פון האי גאון וצדיק משולם פייבוש מזבריזא זצוק"ל במח"ס יושר דברי אמת. אט ליינט זיינע זיסע פערל ווערטער, געשריבן במתק צח:

והפרש גדול בין מי שחושב בה' יתברך לפעמים, ובין מי שחושב בו תמיד, הוא כרחוק מזרח ממערב, ואי אפשר לפרש ההפרש, כי דבר זה תלוי באבנתא דליבא. וזה נקרא חכמת הנסתר, ששמעתי מפה קדוש מו"ה מנחם מענדל [מפרעמישלאן] ז"ל שנסתר נקרא דבר שאין אדם יכול להבינו לחבירו, כמו הטעם של המאכל אי אפשר לספר לאדם שלא טעם טעם זה מעולם ואי אפשר לפרש לו בדיבור איך ומה, ונקרא זה דבר סתר, כך ענין אהבת הבורא ויראתו יתברך שמו אי אפשר לפרש לחבירו איך היא האהבה בלב, וזה נקרא נסתר.

קיין שום נברא ווייסט נישט די קשר אהבה ויראה וואס א מענטש האט מיטן בורא. דו קענסט עס נישט זען פון אינדרויסן, נישט בשכבו און נישט בקומו. אזוי לאנג ווי דו זעסט נישט יענעם מחלל שם שמים זיין בגלוי, און עובר זיין און דערצענען דעם אייבירשטען בשאט נפש, האסטו נישט קיין שום מיינונוג איבער זיינע השגות. און אפילו יענער זאל דיר עס וועלן דערציילן וועט ער נישט קענען. מים רבים לא יוכלו לכבות את האהבה!! קיין שום ראציגע מיינונג פון איינעם איבער יענעמ'ס יראת שמים, וועט נישט קענען אוועק בלאזן און אויסלעשן די אמת'ע נאנטשאפט צווישן דער מענטש און ג-ט.[/justify]

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר