the trolley problem plus

מחשבה, השקפה ועיון

the trolley problem plus

הודעהדורך גראדעמעכעלע » פרייטאג יוני 26, 2015 6:02 pm

די Trolley problem איז א באקאנטע though experiment געצילט ארויסצוברענגען מאראלישע דילעמעס און וויאזוי די מענטשליכע שכל באהאנדעלט זיי, איך וויל נישט דא באהאנדלען די עצם שאלה נאר א זייטיגע ווי פאלגענד,

די טראלי פראבלעם לויפט אזוי, א פארענדע באן פארלירט אירע ברעיקס אזוי אז מען קען איר נישט אפשטעלן, אביסל אראפציהר אויף די שינעס זיצען פינף טויבע מענטשן וואס הערן נישט די באן קומען און זיי גייען גע'הרג'ט ווערן, פאר די מענטשן איז דא נאך א טרעק אויף וואס די באן קען ארויפפארן און דארט זיצט איין טויבער מענטש,
יעצט דער קאנטראלער זיצט אינעם קאנטראל טאוער און עס איז בידו צו ריקן א סוויטש וואס וועט וועט ארויפריקן דעם באן אויפן צווייטן טרעק, ער האט פאר זיך צוויי אפציעס, א; ריקן די סוויטש און ראטעווען די פינף און איינער וועט שטארבן, ב; גארנישט טון און פינף וועלן שטארבן, וועלכע איז די ריכטיגע מאראלישע אפציע?

געווענליך מענטשן הערן די שאלה קראצן זיי די קאפ און קוועטשן אהער און אהין,
מען קען מאכן די.שאלה מער קאמפליצירט, אז א מענטש שטייט אויף א בריקל העכער די שינעס און קען אפשטעלן די באן דורכן אראפווארפן פארענט פון די באן עוג מלך הבשן וואס שטייט פונקט צוזאמען אויפן בריקל און מיט זיין מאסיוון קערפער וועט ער אפשטעלן די באן אבער ער וועט שטארבן,

וואס זאגט איר אויף די שאלה?
איר האט א מהלך? איך בין נישט ספעציפיש אינטערעסירט אין אייער מיינונג דערויף,

יעצט לאמיר אביסל טוישן די מעשה. איר זענט א פארמער און פארמאגט א סטאדע מיט קיען, און איר זענט געגאנגען אויף א שפאציר מיט זיי אריבער די באן שינעס, און עס האט פאסירט די אויבן דערמאנטע, די באן האט פארלוירן די ברעיקס און אויף די שינעס איז דא פינף קיען און אויף די זייטיגע שינעס איז דא איין קי און איר זענט בכח צו ריקן א סוויטש אריבערצוריקן די באן,
וואס איז יעצט אייער תשובה? איז אייך גרינגער צו מאכן א החלטה? איז אייער החלטה אנדערש ווי אויף די ערשטע שאלה? אויב יא וואס איז די חילוק, וואס איז מכריע דא?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך גראדעמעכעלע אום פרייטאג יוני 26, 2015 6:10 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 10:16 pm
האט שוין געלייקט: 6407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2247 מאל

הודעהדורך ישראל קאפקע » פרייטאג יוני 26, 2015 6:08 pm

דאס ערשטע איז א מאראלישע פראגע וואס באהאנדלט דאס לעבן פון מענטשן, די צווייטע פאל איז פשוט א געלטליכע פראגע וואו עס איז פשוט אז פינף קיען זענען מער וויכטיג ווי איין קוה.
Apparently my heart was created with a defective on/off switch.

Lee Weisman ~
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2177
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1580 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2298 מאל

הודעהדורך ירא שמים » פרייטאג יוני 26, 2015 6:38 pm

וואס פונקטליך איז די שאלה ?
צו די פראבלעם פון הרגענען א בהמה איז אויך א מארארלישע?
אדער אז ביידע זענען אוממאראליש נאר סדא א חילוק אויב אזוי פארוואס טאקע איז גרינגער טאמער די פראבלעם איז א אוממאראלישע און נישט א געלטליכע ?
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2668 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1002 מאל

הודעהדורך ירא שמים » פרייטאג יוני 26, 2015 6:46 pm

און סתם אזוי @גראדעמעכעלע אז דו ברענגסט פארוואס ברענגסטו נישט די גאנצע כפארשטיי נישט אזוי גוט קיין ענגליש כעל מכיר טובה זיין אז דו ברענגסט די גאנצע זאך
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2668 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1002 מאל

Re: the trolley problem plus

הודעהדורך גראדעמעכעלע » מוצ"ש יוני 27, 2015 10:13 pm

ישראל קאפקע האט געשריבן:דאס ערשטע איז א מאראלישע פראגע וואס באהאנדלט דאס לעבן פון מענטשן, די צווייטע פאל איז פשוט א געלטליכע פראגע וואו עס איז פשוט אז פינף קיען זענען מער וויכטיג ווי איין קוה.

פארוואס טאקע איז עס נאר א געלטליכע פראגע? פארוואס איז פשוט אז מען מעג אויפגעבן זיין לעבן צו ראטעווען אנדערע?

די אמת איז אז איך האב סתם פארפלאנטערט די פראגע מיטן שרייבן אז די קוען זענען זיין אייגענטום, מען דארף ערשט שטעלן די פראגע ווען מען זעעט סתם פרעמדע קוען,
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 10:16 pm
האט שוין געלייקט: 6407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2247 מאל

the trolley problem plus

הודעהדורך ירא שמים » מוצ"ש יוני 27, 2015 10:57 pm

און איך בין נישט ווערט צו ווערן געענטפערט?!
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2668 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1002 מאל

הודעהדורך moshav zekeinim » מוצ"ש יוני 27, 2015 11:15 pm

דאס איז בערך די שאלה פון קום ועשה אדער שב ואל תעשה עדיף.

די זעלבע ווי די שאלה צו זאל מען נישט רעדן כדי נישט צו צוקומען צו שלעכטע רייד. זיך איינשפארן אין שטוב כדי צו זיין פארזיכערט מיט שמורת עניים. נישט עסק זיין בצרכי ציבור כדי נישט נכשל צו ווערן מיט שעדיגן אנדערע.

מאראליטעט לדעתי גייט האנט ביי האנט מיט אקט, סתם א ידינו לא שפכה את הדם הזה לאוזינג איז נישט מאראליש.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 3:14 pm
האט שוין געלייקט: 1051 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1577 מאל

Re: the trolley problem plus

הודעהדורך נולד מאוחר » מוצ"ש יוני 27, 2015 11:43 pm

גרינגער צי מאכן אן החלטה, אודאי איין קי ווי איידער פינעף. ביי א קי האב איך נישט קיין גילט ווען איך הארגע. איך עס דאך יעדען טאג געהארגטע קי.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3772
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 4536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

הודעהדורך yatzmachp » מוצ"ש יוני 27, 2015 11:49 pm

דאס איז א פילאזאפישע שאלה אזוי ווי אלע פילאזאפישע שאלות. מען קומט אין ערגעץ נישט אן סיי ווי אזוי מען זאגט קען מען זיין גערעכט. Don't waste your time.
yatzmachp
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 148
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 12:10 pm
האט שוין געלייקט: 48 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 157 מאל

הודעהדורך רוסישער » זונטאג יוני 28, 2015 12:18 am

לפו"ר נראה שמבחינת ההלכה פשיטא שבכל המקרים אסור לדחות נפש מפני נפש, אבל בציור של The fat villain נראה פשוט שיש לו דין של רודף. והא פשיטא (איני זוכר כן מפורש) שרודף הורגים אותו אף אם מנסה להרוג בכח שני ובהסרת המניעה באופן שהיה פטור ממיתת בי"ד. אבל באמת יש מקום עיון בזה שהרי עכשיו אינו עושה כלום ורק סיכן חיי החמשה בעבר, ועכשיו אין בכחו להצילם ולכאורה דין רודף נאמר רק כאשר הרודף יכול להפסיק וכדמוכח מהא שצריך התראה (אך שאינו צריך לקבלו), או נאמר שכאן הורגים בלי התראה.
כמדומני שהאחרונים מחלקים בין רודף להבא להרגך.
נכתב בדאטשע בלי ספרים...
רוסישער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 168
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 4:21 pm
האט שוין געלייקט: 506 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 182 מאל

הודעהדורך ריכטיג » זונטאג יוני 28, 2015 2:31 am

איך געדענק צו זעהן אין זכור לדוד (פרנקל) אז הרב קליין פון חיפה האט דאס געפרעגט פונעם חזון איש און דער חזו''א האט אפגעשריבן דענמאלטס א גאנצע מערכה דערויף, ער צייכנט צו וואו אין חזון איש דאס איז געדרוקט אבל אין הספר תחת ידי.
ס'אינטערסירט דא איינער בכלל? ניין ? או קעי ביי. (קרעדיט:@גראף)
באניצער אוואטאר
ריכטיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2266
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 1799 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1775 מאל

הודעהדורך רוסישער » זונטאג יוני 28, 2015 10:11 am

כ'וועל מאכן די שאלה שארפער: אויב דער fat villain האט א הרהור תשובה, צי דען האט ער חיוב שפרינגען פארן טריין
רוסישער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 168
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 4:21 pm
האט שוין געלייקט: 506 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 182 מאל

הודעהדורך ריכטיג » דינסטאג אוגוסט 25, 2015 11:59 pm

ריכטיג האט געשריבן:איך געדענק צו זעהן אין זכור לדוד (פרנקל) אז הרב קליין פון חיפה האט דאס געפרעגט פונעם חזון איש און דער חזו''א האט אפגעשריבן דענמאלטס א גאנצע מערכה דערויף, ער צייכנט צו וואו אין חזון איש דאס איז געדרוקט אבל אין הספר תחת ידי.
בייגעלייגטע פיילס
חזון איש חו''מ סי' כ''ה.JPG
חזון איש
חזון איש חו''מ סי' כ''ה.JPG (141.65 KiB) געזען געווארן 1235 מאל
ס'אינטערסירט דא איינער בכלל? ניין ? או קעי ביי. (קרעדיט:@גראף)
באניצער אוואטאר
ריכטיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2266
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 1799 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1775 מאל

הודעהדורך חסיד » מיטוואך אוגוסט 26, 2015 12:17 am

גמ' שבת ד. גופא בעי רב ביבי בר אביי הדביק פת בתנור התירו לו לרדותה קודם שיבוא לידי חיוב חטאת או לא התירו א"ל רב אחא בר אביי לרבינא היכי דמי אילימא בשוגג ולא אידכר ליה למאן התירו ואלא לאו דאיהדר ואידכר מי מחייב והתנן כל חייבי חטאות אינן חייבין עד שתהא תחלתן שגגה וסופן שגגה אלא במזיד קודם שיבא לידי איסור סקילה מיבעי ליה אמר רב שילא לעולם בשוגג ולמאן התירו לאחרים מתקיף לה רב ששת וכי אומרים לו לאדם חטא כדי שיזכה חבירך אלא אמר רב אשי לעולם במזיד ואימא קודם שיבא לידי איסור סקילה רב אחא בריה דרבא מתני לה בהדיא אמר רב ביבי בר אביי הדביק פת בתנור התירו לו לרדותה קודם שיבא לידי איסור סקילה:
תוס'
וכי אומרים לו לאדם חטא בשביל שיזכה חבירך. והא דאמר בבכל מערבין (עירובי ן לב: ושם) רבי סבר ניחא ליה לחבר דליעבד איסורא קלילא ולא ליעבד עם הארץ איסורא רבה התם כדי שלא יאכל ע"ה טבל על ידו דאמר לי' מלא לך כלכלה של תאנים מתאנתי אבל הכא שלא נעשה האיסור על ידו אין אומרים לו חטא אפי' איסור קל שלא יבא חבירו לידי איסור חמור ואומר ריב"א דאפי' למדביק עצמו אין לפשוט משם להתיר דהתם עדיין לא נעשה האיסור ומוטב שיעשה איסור קל ולא יעשה איסור חמור על ידו אבל הכא המעשה של איסור כבר נעשה וממילא יגמור לא יעשה אפי' איסור קל בידים
באניצער אוואטאר
חסיד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 401
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 24, 2014 5:13 pm
האט שוין געלייקט: 101 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 124 מאל

הודעהדורך מי אני » זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 9:52 pm

ווי עס זעהט אויס נעמט הלכה אן בעיקר אן אגענט-צענטרירט דעאנטאלאגישע מהלך אין עטיקס. דהיינו, אז איך קוק אויף די מעשה וואס דו טוהסט יעצט, לעומת קאנסעקווענטעליסם, וואס נעמט אריין אין באטראכט די קאנסעקווענצן פון די מעשה אפצומאכן אויב דאס איז ריכטיג (צוגעברענגט אין גראדעמעכעלע'ס לינק). דאס זעה׳מיר פון דעם אז אין דוחין נפש מפני נפש אפילו פאר מערערע נפשות און דער חזון איש דארף צוקומען צו מצדד צו זיין אז אין דעם פאל איז ער א גרמא און טוהט גאר א פעולת הצלה אויך (ווי אויך זעהט מען דאס אין יו״ד סימן קנז, מוטב שיהרגו כולן ואל ימסרו וכו׳).

אבער זי נעמט דאס אן מיט א גבול; א דעאנטאלאגישן טרעשהאלד (כלפי חומר העון) וואס דארט נעמט קאנסעקווענטעליסם יא איבער. דאס זעהט מען פון דעם אז די תורה/הלכה איז מתיר, למשל, חילול שבת ״כדי שישמור שבתות הרבה״ (שבת קנא:); דעם קאנסעקווענס (איך ווייס אז די היתר איז אפילו ער/זי וועט זיכער ל"ע נישט דערלעבן נאך א שבת, וזה רק ראיה לדעאנטאלאגיע לעומת קאנסעקווענטעליסם בתורה). פון דעם אז די תורה איז מתיר רציחה במקום עונש איז מכח אן עונש און נישט א violation קעגן עטיקס כמובן (פונקט אזוי ווי סתם אזוי פארשפארן א מענטש איז (נאר) עטיקל במקום עונש).

און דאס וואס די תורה איז דאס מתיר לצורך הצלה [הבא להורגך השכם להורגו] אדער לצורך חירום [עמלק, ז׳ עממין] קען מען אפלערנען אז דאס איז ל״ד וועגן קאנסעקווענטליסם, נאר דאס איז ווייל עס נעמט אן אן אגענט-צענטרירטע דעאנטאלאגישע מהלך. והיינו, א ״ריכטיגע/עטיקל זאך״, אפילו וואס ווערט דעפינירט דייקא אויף די מעשה דהשתא, ווערט (אפילו אוועראל אביעקטיוולי) דעפינירט פון דעם קוק-ווינקל פונ׳ם פערזענליכן עושה המעשה [די אגענט]. מכח זה האט ער עטיקלי א רעכט (אפילו א מוז/חיוב) זיך אנצונעמען פאר [ראטעווען וכו׳] זיינע אייגענע קינדער אפילו אויפ׳ן חשבון פון אנדערע אד״ג (איך פארשטיי אז יש לדון על זה מכח הלכה, ואפשר אינו דומה לחייך [ממש] קודמין הידוע מב"מ סב.). די זעלבע קען מען אפשר זאגן בנוגע די מצוות, אז די תורה האט דאס מצווה געווען מכח ווייל זי האלט אז דאס איז א תועלת (ביעור הרע והיזק וכו׳) פאר זיי [די אגענטן] פערזענליך (וכדוגמת הבא להורגך השכם להורגו). (דאס קען מען אפשר אויך זעהן פון דעם אז טאמער זענען זיי פורט וועמען זיי ווילן קען מען יא מוסר זיין, וכדאיתא שם ביו"ד ברמ"א.)

ומאידך גיסא טרעפן מיר אז א בן סורר ומורה איז יא נידון ונהרג על שם סופו, ווייל ער גייט מלסטם זיין אנדערע (סנהדרין עב.); קאנסעקווענטעליזם. (מיר טרעפן אבער אויך, הגם נישט בנוגע הלכה, אז מ׳איז דן באשר הוא שם ולא על שם סופו, ועיין בר״ה טז:. אפשר איז דאס אויך א סניף צו דעם אז בן סורר ומורה לא היה ולא עתיד להיות).
ואכתי יש לעיין בזה.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך מי אני אום מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 12:21 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
מי אני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 329
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 2411 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 206 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 10:21 pm

להשלמת השאלה דארף מען צולייגען דער דריטער ציור (די אלע וועלכע זענען בעד הרג'ענען איינעם צו ראטעווען פינעף ווערן סטאק ביי דעם.)

אין שפיטאל ליגן פינף מענטשען, יעדער פון זיי פעלט אן אנדערער אבר שהנשמה תלוי' בו. זאל מען נעמען א מענטש, געזונט און פריש, און אים אפ'שחט'ן מ'זאל קענען נוצן זיינע אברים צו ראטעווען די פינף.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3592
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7096 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7054 מאל

הודעהדורך מי אני » זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 11:08 pm

דאס איז דומה צום חלק פון די גראבע מענטש צד פון די טראלי פראבלעם (אים שטיפן פארנט פונ'ם טראלי עס אפצושטעלן); צו מ'זאל בפועל בידים הרג'ענען א מענטש צו ראטעווען די מערערע מענטשן (לעומת סתם גורם זיין דורך טוישן דעם טרעק).

איך ווייס אז דאס האסטו געמיינט. איך האב עס נאר געוואלט מער ארויסברענגען.
מי אני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 329
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 2411 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 206 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 12:08 am

באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2421 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1559 מאל

the trolley problem plus

הודעהדורך מי אני » דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 10:29 am

ונבנתה העיר האט געשריבן:להשלמת השאלה דארף מען צולייגען דער דריטער ציור (די אלע וועלכע זענען בעד הרג'ענען איינעם צו ראטעווען פינעף ווערן סטאק ביי דעם.)

אין שפיטאל ליגן פינף מענטשען, יעדער פון זיי פעלט אן אנדערער אבר שהנשמה תלוי' בו. זאל מען נעמען א מענטש, געזונט און פריש, און אים אפ'שחט'ן מ'זאל קענען נוצן זיינע אברים צו ראטעווען די פינף.

צווישן אנדערע מהלכים צו פארענטפערן די פראבלעם עפ״י קאנסעקווענטאליזם, איז אינטרעסאנט אז אפאר קאנסעקווענטאליסטן זאגן אז הרג׳נען דעם איינעם מענטש וואלט טאקע געווען די ריכטיגע מאראלישע/עטישע זאך צו טוהן. נאר וויבאלד אזא משל איז מן הנמנע, און אין אלגעמיין איז הרג׳נען א מענטש (אפילו פאר איין צווייטן) אימאראליש/אימעטיש (אפילו) פון א קאנסעקווענטאליסט שטאנדפונקט, האבן מיר עוואלווד אן אפשיי אפילו פאר אזא סארט היפאטעטישע מעשה; צו הרג׳נען אן אומשולדיגן בכלליות.

אן אנדערע מהלך אין דעם, איז אז עס זענען דא קאנסעקווענטאליסטן וואס לייגן צו אן אגענט-רעלאטיווע חלק צו קאנסעקווענטאליזם. דהיינו, אז פונ׳ם סאביעקטיוון פערספעקטיוו פונ׳ם דאקטאר אליין [זיינע געפילן פאר גוטס/מאראל וכו׳] זענען די קאנסעקווענצן פונ׳ם מעשה ל״ד גוטע.

נאך א מהלך אין דעם איז אז קאנסעקווענטעליזם מיינט רול קאנסעקווענטעליזם. דהיינו, אז א מאראלישע/עטישע אקט [אן אקט וואס מ׳דארף שטרעבן צו טוהן] איז אן אקט וואס די קאנסעקווענצן אלס א רול על הכלל איז פועל לטובה. דהיינו, איך דארף מיר פרעגן אויב יעדער וועט מעגן טוהן אזוי וועלן די קאנסעקווענצן דערפון זיין גוט אדער נישט? אין די פאל איז נישט אזוי, ווייל דאקטורים קענען מאכן (מאראלישע) טעותים, דאס אויסנוצען לרעה, וכו׳. (איך האב אווערסימפליפייד. דאס זעהט אויך אויס לדעתי אז עס האט פאראלעלן מיט קאנט׳ס ערשטע (דריטע און אפשר פערטע) פארמולאציע(ס) פון זיין קאטעגארישע אימפעריטיוו; הגם רוב נעמען אן אז ער בעצם זאגט דאס פון א דיענטאלאגישע שטאנדפונקט.)

(ועוד, אפילו לפי א דעאנטאלאגישן מהלך קען מען ווערן סטאק. למשל, טאמער זיי וועלן יא באטראכטן אלס מאראליש מקריב צו זיין א מענטש בידים כדי צו ראטעווען א ״מיליאן״ מענטשן.

די שאלה/חקירה קען נוגע זיין אביסל למשל ביים אראפשיסן א פאסאזשיר עראפלאן וואס טעראריסטן ווילן אריינקראכן ערגעץ, וכדומה. הגם דארט איז אבער אנדערש ווייל איך וויל אראפשיסן די טעראריסטן און די פאסאזשירן וכו׳ זענען נאר קאלעטארעל [הגם א זיכערע פארלוסט וידוע מעיקרא], משא״כ דא וואו דער אומשולדיגער פאציענט איז די כוונה פון די רציחה [טאקע פאר א גוטע תכלית׳דיגע כוונה].)
מי אני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 329
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 2411 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 206 מאל

the trolley problem plus

הודעהדורך מי אני » דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2019 3:28 pm

מ׳קען אפשר אויך צושטעלן די פריער-דערמאנטע טעזע אז די תורה׳ס מאראלישע/עטישע קאוד איז בעיקר באזירט אויף א דעאנטאלאגישע מהלך לעומת קאנסעקווענטעליסט, צו שטארקן נתן פריינד׳ס טענה (אין זיין ארטיקל העלפן דעם אויבערשטן מיט קיצוניות, אין וועקער 16). דהיינו, די טעזע פוןזיין ארטיקל איז אפצוווארפן די טענה אז מ׳דארף מחנך זיין על דרך קיצוניות, הגם עס איז נישט אמת, ווייל דאס ווירקט מער אז די דורות זאלן זיך האלטן (כעין אמונה הכרחית) ע״ש.

אויב בין איך גערעכט מיט די הנחה אז די תורה ארבעט בעיקר מער מיט׳ן דארפ׳ן באטראכטן וואס איז ריכטיג צו טוהן אין די הוה ממש [א דעאנטאלאגישע מהלך], ווי איידער די קובע פאר א מאראלישע/עטישע אקט זאל זיין דאס טוהן עפעס (אפילו אומריכטיג) יעצט כדי די תוצאות דערפון זאלן זיין גוטע [א קאנסעקווענטעליסט מהלך], דעמאלטס איז דאך מער מסתבר אז עפ״י תורה זאל איך נישט אויפציען קינדער מיט אן אומריכטיגע מהלך יעצט כדי די תוצאה זאל זיין אז זיי זאלן בלייבן ערליך שפעטער.

(ואפשר להביא ראיה להיפך ממשפט בן סורר ומורה וכנ״ל. ווי אויך פון דעם פסוק אין משלי (כב ו) לגבי חינוך, חנוך לנער על פי דרכו גם כי יזקין לא יסור ממנה, וואו מ׳קען אריינקוועטשן אז בנוגע חינוך איז די כוונה דוקא די תוצאה ואפשר שמקדשת האמצעים [על פי דרכו (אויב דארף מען צוקומען צו עקסטרעמיזם לגבו), ושלא יסור מן הדרך (בכלליות)]. ואפשר להשיב.)
מי אני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 329
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 2411 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 206 מאל


גיי צוריק העמק דבר

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט