נפשיותדיגע פראבלעמען קענען משפיע זיין אויף גדולי ישראל?

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
אויבערלענדער חכם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 340
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 05, 2015 2:13 am
האט שוין געלייקט: 270 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 642 מאל

נפשיותדיגע פראבלעמען קענען משפיע זיין אויף גדולי ישראל?

שליחה דורך אויבערלענדער חכם »

אין אן אנדערע אשכול viewtopic.php?f=42&t=9249 האט מען דורך געשמועסט די ענין פון נפשיותדיגע פראבלעמען אין גדולי ישראל, אבער עס איז נישט געווען די עיקר נושא. זחלתי ורעדתי צו עפענען אזא אשכול, עס זאל נישט חס ושלום צוברענגען צו בזיון תלמידי חכמים, אבער מאידך גיסא איז עס גאר אינטערסאנטע נושא וואס איז כדאי אדורך צו שמועסען באופן פון תורה היא וללמוד אני צריך.

איך וויל בעטען מען זאל באגרעניצען די שמועס צו דורות האחרונים פאר צוויי סיבות. מען זאל נישט אריין גיין אין אישי התנ"ך ווייל לגבי זיי איז בעסער נאר אפצולערנען זייער פרעזענלעכקייט דורך די אויגען פון חז"ל. אויב האלט איינער אנדרעש זאל ער עפענען אן אנדערע אשכול וועגען דורות הראשונים. נאך א סיבה איז אז מיר האבען מער הסטורישע געשיכטע וועגען דורות האחרונים ממילא איז דער שמועס מער געגרינדעט אין פאקט.

דער נושא איז ווען קען מען אפטייטשען די מעשים אדער אפילו די שיטות פון גדולי ישראל אין די ליכט פון זייער טבעיותדיגע פרעזענליכקייט באופן כללי, אבער נישט דאס ממש איז די שמועס וואס איך בעט מען זאל דא אויסשמועסען. עס איז צו א ברייטע נושא און מיר וועלען קיינמאל נישט אנקומען. איך וויל בעיקר מען זאל רעדען צו א געוויסע נפשיותדיגע חולי אדער שוואכקייט קען אמאל זיין א סיבה פאר א געוויסע הנהגה אדער אפילו א כלליותדיגע הנהגה פון א גדול בישראל. היות עס איז דא גענוג וואס צו רעדען אן בזיון תלמידי חכמים, קענען מיר דאס דורך שמועסען נאר איז אזא אופן.
א מענטש וואס לייד פון די נערווען אדער פון אנדערע נפשיותדיגע פראבלעמען קען נאך אלץ זיין גאר א גרויסע מענטש. אדרבה ער קען זיין פון די גרעסטער אויב ער האט געקענט זיך מתגבר זיין וכו'. טראץ דעם אז ער איז גרויס קען מען אמאל פארשטיין זיין התנהגות לאור די ידיעה.

למעשה אין פריערדיגע דורות האט מען אנגעקוקט יעדער שוואכקייט אדער חולי אין עניני הנפש ווי א פגם, און ממילא האט מען עס נישט אנערקענט. אויב איינער איז משוגע געווארען און מען האט נישט געקענט מודה זיין דערצו, האט מען אמאל זיך איינגערעדט אז א דיבוק איז אין עם אריין וכו' וכו'.

היינט קוקט מען דאס אן גאר אנדרעש. מען פארשטייט אז פונקט אזוי ווי א מענטש קען ליידען פון א גופניותדיגע מחלה קען ער אויך ליידען נפשיותדיג. שולדיג איז ער נישט פאר קיין איינס פון זיי, אבער א מענטש דארף זיך זוכען מתגבר זיין איבער אלעס, וחולי הגוף וחולי הנפש בכלל.

די מאדערענע וועלט האט זייער ליב דאס צו טוהן. א קאנזערוועטיווע ראביי (כהן) האט געשריבען א בוך אין ווי א diagnosed דער הייליגע עמדין זי"ע מיט א חולי נפש. איך האב א סאך דורך געטוהן די ענין פון דער הייליגע עמדין, און מיר קומט אויס אז דער ראביי לא נגע ולא פגע אין פארשטיין דער גאר גאר גרויסע מענטש. דער יעב"ץ איז געווען פון די גרעסטער אחרונים. ער האט געשריבען מורא'דיגע גוטע ספרים און איז געווען אן אוצר פון חכמה. לעומת כן JJ Schachter האט געשריבען זיין dissertation און גוט ארויס געהאט דער מענטש.

וואס מיין איך ארויס צוברענגען? אז די וואס ווייקן זיך אין די תורה פון א גדול האבען א מעלה אין א חסרון לגבי קענען מחליט זיין די זאכען. זייער חסרון איז אז זיי זענען פארבלינדערט אינגאנצען, סיי מצד אמונת חכמים און סיי מצד אז זייענדיג יענעם'ס גדלות, קענען זיי זיך נישט לאזען גלייבען זיין פראבלעם. מאידך גיסא, זיי האבען א מורא'דיגע מעלה אז זיי קענען דער מענטש א סאך בעסער און פארשטיין אויך מער צו זיין לעבענסגייסט ווייל בבחינת מה לעבען זיי די זעלבע סארט לעבען.

לענינינו דארפען מיר סיי זוכען צו זיין וואס מער objective מען זאל קענען דערגיין דער אמת, אבער מצד שני מיר זאלען נוצען אונזער ידיעות זיך נישט לאזען אריין פאלען אין דמיונות.
איך וויל אנהייבען מיט די סטמר רב, רבי יואל זי"ע. ער איז א באקאנטע פיגור דא אין קאווע שטיבל ממילא האבען מיר א גרויסע מעלה אין קענען עם אפטייטשען. מאידך גיסא א סאך שטיבל גייער'ס זענען brainwashed איבער עם און וועלען נישט קענען ריכטיג זיין objective. איז דאס א ריכטיגע challenge מיט וואס אנצוהייבן.

איך וויל נישט געבען מיין אייגענע מיינונג. איך וויל נאר מציין זיין צו אן ארטיקל פון Allan Nadler satmar http://www.jewishideasdaily.com/824/fea ... he-satmar/ וואו ער diagnosed דער בעל ויואל משה מיט א case פון OCD. ער וויל מיט דעם מסביר זיין זיין מערכה קעגען ציונות, זיין פארנומען מיט צניעות, זיין קפידה אויף נקיות הגוף, עיי"ש.

איך בעט פון דער עולם שוקל צו זיין זיינע טענות און נוצען לאגיע (logic) זיי צו באשטעטיגען אדער אפרעגען.

הערה: Allan Nadler פלעגט זיין אן ארטאדאקס און דורך די השפעה פון חיים גראדע איז ער געגאנגען פון זיין אן ארטאדאקסישע רב צו קאנזערוועטיב. ער איז א ביסל א אידישיסט און קען גוט אידיש. האפנטלעך וועלען מיר קענען צונויף שטעלען א שיינע געשפרעכע און אפשר וועט ער אויך משתתף זיין.

ביטע קוקט אויפ'ן לינק, ליין עס גוט דורך, און נאכדעם זייט'ס מגיב. איך האף במשך די צייט שרייבען אויך מיין תגובה. נאכדעם וואס דער ענין אז דורך געשמועסט זאל מען ארויף ברענגען ענדליכע נושאים.
ייש"כ!

בקשה אישית: היות אז אידיש איז נישט מיין נאטורליכען שפראך זעה איך שוין אז איך האב געמאכט גאנץ א סאך גראבע טעויות אין גראמאטיקע און spelling, כל הקהל מזומן מיר צו פארבעסערען אין אן אישי. עס איז נישט כדאי ברבים ווייל עס וועט פאדרייען די שמועס. נאכדעם וואס תיקונים קומען אריין וועל איך מתקן זיין אויך די טעויות וואס איך באמערק אליין. ייש״כ!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 4 אום אויבערלענדער חכם, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 43 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר