בלאט 4 פון 5

הודעהפורסם: דינסטאג יולי 21, 2015 10:25 am
דורך בן אדם
chaims האט געשריבן:
ירא שמים האט געשריבן:
moshav zekeinim האט געשריבן:קרבנות פון די כנענים, תפילין פון די פרעונים, שבת און דער רעיון השבוע פון די בבלישע אכדים. די תורה האט טראנסארמירט די מנהגי זמנם צו דינען דעם אויבירשטן דערמיט, אנשטאט די עבודה זרות, גלייך ווי מיר זינגען פוילישע סטיל וואלסן צו זינגען קל אדון אנשטאט שטילע נאכט, און די בארוק און רענעסאנס סטיל דראמאס צו אפשפילן א פורים שפיל ווי מכירת יוסף און אנדערע מעשיות מיט א אידישער מוסר השכל בשלחנם של אדמורי"ם וצדיקים.

סתם אזוי פון וואו בוסטו דאס אלס געוואר געווארן ? האסט געכאפט א שמועס מיטן באשעפער ?

קרבנות פוי די כנענים איז א בפירושער רמבם דער רמבן דינגט זיך שטארק אויף דעם אנהויב ויקרא

I can't believe I just said that...

די אבות האבן שוין מקריב געווען קרבנות און ארץ כנען. אפשר האבן זיך די כנעניים אויס געלערנט פון זיי. און אויך נח און אפילו הבל. דאס מיינט אז די אידן האבן זיך פון קיינעם נישט געדארפט אויס לערנען ווייל ס'איז געווען אן אנגענומענע זאך און די גאנצע וועלט.

הודעהפורסם: דינסטאג יולי 21, 2015 10:59 am
דורך מבקר
בן אדם האט געשריבן:די אבות האבן שוין מקריב געווען קרבנות און ארץ כנען. אפשר האבן זיך די כנעניים אויס געלערנט פון זיי. און אויך נח און אפילו הבל. דאס מיינט אז די אידן האבן זיך פון קיינעם נישט געדארפט אויס לערנען ווייל ס'איז געווען אן אנגענומענע זאך און די גאנצע וועלט.

ברוך שכיוונת לדברי ר' שמשון רפאל הירש. עי' בפירושו עה"ת בפרשת קין והבל.

Re: משיח וואו איז דער מקור

הודעהפורסם: דינסטאג יולי 21, 2015 11:09 am
דורך ירא שמים
די רמב״ן אנהייב ויקרא זאגט אויך כעי״ז

הודעהפורסם: דינסטאג יולי 21, 2015 11:40 am
דורך ליפא
''בן גריון ז"ל'' באטרעפט ''משיח''.

הודעהפורסם: דינסטאג יולי 21, 2015 11:49 am
דורך געוואלדיג
אז מען הייבט אן מיט גימטריאות, איז עס אויך גימאטריא "ולחשך" און אויך "או רעה מלבי" אבער אויך "וגם בך יאמינו לעולם".

הודעהפורסם: דינסטאג יולי 21, 2015 12:38 pm
דורך moshav zekeinim
געוואלדיג האט געשריבן:
moshav zekeinim האט געשריבן:@געוואלדיג: אזוי פיל זעט מען קלאר אז דבריים סגיליים איז געווען אנגענומען צו לייגן אויפן שטערן.

ואל יתמה הדבר בעיניך איך צווה לנו תרתינו לעשות כפי חוקי הגויים המזהמים, ווייל עס איז זייער פארשטענדליך און נאטורליך אז א סימבאלישער זאך ווערט געלייגט ביים שטערן און ביים הארץ (וואו דען, אויף די פיס? אויף די רוקן? אויף די מחי...?), און עס איז לאוו דווקא געווען א מצרישער מנהג, נאר ענדעשער א נאטורליכער מנהג ביי יעדן אומה ולשון, אריין גערעכנט די בעדואינער איזראליטן פון כנען און גושן.

אז מיר דרוקן היינטיגע טעג דברי תורה אין בענדער, מיינט אז מיר האבן "נאכגעמאכט" די גוים ווייל די גוים דרוקן שוין יארן לאנג זייערע זאכן? אז דער פייערדיגער בעל דרשן ובעל תפילה ניצט דער מייק כמנהג ימינו צו זאגן דעם דבר השם אדער הושענות מיינט עס נאכגעמאכט די גוים? (ביידע זענען טאקע נישט אזוי לייכט אנגענומען געווארן ביי חסידים ואנשי מעשה, אבער צום סוף היתירם לבוא בקהל מיט א אידישער שינוי, וואס מעגליך איז דאס אויך געווען די מעשה מיט די תפילין).
נאר וואס דען? יעדער פארשטייט אז היינט ניצן מיר די היינטיגע טאלס פאר עבודת השם, און אמאל בימי המקרא האט מען געניצט די אמאליגע טאלס כמנהג ימיהם פאר עבודת אלקים.

סא ווען דו זאגסט אז די שטערן האט אין זיך עפעס ווי מען זעהט אזדי תורה האט געהייסן לייגן דארט די תפילין און אויך אין אנדערע אלטע רעליגיעס טרעפט מען אזוי אקעי, אבער ווען דו שרייבסט אז די תורה האט געזעהן אז די מצריים לייגן דברים סגוליים אויפן שטערן האט די תורה מחליט געווען אקעי דאס איז דאך א גוטע זאך קום לאמיר אויך לייגן עפעס א דבר סגולי אויפן שטערן, דאס איז שוין נישט ריכטיג.

איך האב דירעקט מדגיש געווען אז עס איז לאוו דווקא א מצרישע ערפינדונג צן לייגן סגולה'שע און סימבאלישע אביעקטן אויף די הארץ און שטערן, ואדרבא עס איז ווארשיינליך געווען א נאטורליכער נטיה ביי אלע בני אנוש צו לייגן אזעלעכע אביעקטן דווקא ביי די מקומות. און אזוי ווי די תורה ומצוות זענען געגעבן געווארן צו טון מיט געווענליכע אנגענומענע נאטורליכע אקטן, תנועות און אויסדרוקן, און נישט טון דווקא די פארקערטע (אזוי ווי די חוריים האבן געטון), זענען רוב אנגענומענע אקטן אריין גענומען געווארן בעבודת אלקים ודרך החיים.

און לויט דעם איז נישט קיין פראבלעם אפילו דאס (די הנחת קמעות על המצח ועל הלב) זאל האבן געווען א ספעציפישער מצרישער נארמע, און נישט קיין אלוועלטליכע, ווייל כאמור האט די תורה אלס נאטורליכע רעליגיע נישט אינזינען געהאט משנה צו זיין פון די נאטורליכע נארמאלע נארמעס.

הודעהפורסם: דינסטאג יולי 21, 2015 1:51 pm
דורך moshav zekeinim
מבקר האט געשריבן:
בן אדם האט געשריבן:די אבות האבן שוין מקריב געווען קרבנות און ארץ כנען. אפשר האבן זיך די כנעניים אויס געלערנט פון זיי. און אויך נח און אפילו הבל. דאס מיינט אז די אידן האבן זיך פון קיינעם נישט געדארפט אויס לערנען ווייל ס'איז געווען אן אנגענומענע זאך און די גאנצע וועלט.

ברוך שכיוונת לדברי ר' שמשון רפאל הירש. עי' בפירושו עה"ת בפרשת קין והבל.

איך ווייס נישט פארוואס דו דארפסט צו קומען צו קין והבל, אויף אויפצי ווייזן אז די תורה האט נישט גענומען איידיעס פון די ארומיגע פעלקער, איינמאל דו האסט אפגעמאכט אז אלע איידיעס אין די וועלט קומט סייווי פון באשעפער, דאן וואס איז מיר א חילוק צו דער באשעפער האט קודם נאטורליך איינגעפלאנצט די הנהגות ביי די גוים, און דערנאך עס אנגעבאטן פאר די אידן (בשינוי), אדער פארקערט, קודם פארגעשלאגן די איידיע פאר די אידן וואס פון זיי וועלן זיך עס די גוים אויסלערנען.

הודעהפורסם: דינסטאג יולי 21, 2015 2:25 pm
דורך יואליש
זייער א שיינע מהלך.אבער מה אעשה אז דער רמב"ן האט יא געהאלטן אז קין און הבל איז א סתירה צום רמב"ם. און מה אעשה אז דער רמב"ם האט געהאלטן אז גאט האט עס נישט געברויכט קיינמאל און ער וואלט לאנג מוחל געווען דאס פיטערן אים אבער האט נישט געוואלט דיסעפאוינטן די איינגעוואינטע קינדער וועלכע האבן זיך אזוי איינגעוואוינט פון די שכנים, אן א געטליכע ציווי.

הודעהפורסם: דינסטאג יולי 21, 2015 3:29 pm
דורך moshav zekeinim
הוספה צו מיין פריערדיגער תגובה: אונז זעמער אבער דאך צוגעוואוינט צו טראכטן אלע אונזערע מצוות און באגריפן פון די תורה האט דער אייבישטער קודם אנגעבאטן פאר אונז פון וואס די גוים האבן עס דערנאך אדאפטירט אויף זייערע אופנים. דעריבער זעען מיר אין די גמרא אזא פארשלאג אויף די פארהייליגטע שמות החדשים ואותיות העבריות אויף וואס חז"ל האבן געוואוסט בלי ספק אז זיי שטאמען פון בבל, אז באמת זענען זיי מסיני, נאר זיי זענען פארגעסן געווארן פון די אידן אן געבליבן ביי די גוים, און בימי גלות בבל האבן עס די אידן צוריק אפגענומען און עס אנגעהויבן ניצן פונגאסניי.

דער פלפול קען לכאורה געניצט ווערן אויף אלע אנדערע תורה'דיגע מצוות ומשגים וואס זעננען אנדעקט געווארן אלס אלטע גוי'אישע מנהגים מימי קדם. אבער ווי געזאגט איז נאר נוגע צו דער אייבישטער האט אונז געגעבן א "פרישער" מצווה, אדער "סעקנד העענד" ותו לא.

הודעהפורסם: דינסטאג יולי 21, 2015 5:42 pm
דורך moshav zekeinim
יואליש: קומט אויס אז לויטן רמב"ן זענען די קרבנות קין והבל א געטליכע הוראה און לויטן רמב"ם בלויז א א נאטורליכער איסטינקט. און נאר בדיעבד האט גאט מסכים געווען אז די אידן זאלן אימיטעטן דעם אינסטינגט וואס איז פאפולער געוורן ביי די עמי הארצות.

Re: משיח וואו איז דער מקור

הודעהפורסם: דינסטאג יולי 21, 2015 6:00 pm
דורך ירא שמים
יואליש האט געשריבן:זייער א שיינע מהלך.אבער מה אעשה אז דער רמב"ן האט יא געהאלטן אז קין און הבל איז א סתירה צום רמב"ם. און מה אעשה אז דער רמב"ם האט געהאלטן אז גאט האט עס נישט געברויכט קיינמאל און ער וואלט לאנג מוחל געווען דאס פיטערן אים אבער האט נישט געוואלט דיסעפאוינטן די איינגעוואינטע קינדער וועלכע האבן זיך אזוי איינגעוואוינט פון די שכנים, אן א געטליכע ציווי.
לויט ווי די רמב״ן ברענגט די רמב״ם איז עס נישט קיין געוואוינהייט נאר כדי אויסצורייסען די עבודה זרה פון די מצרים.

הודעהפורסם: דינסטאג יולי 21, 2015 8:13 pm
דורך moshav zekeinim
מסתמא רעדט יואליש פון אן אנדער פלאץ אין מורא נבוכים ווי דער רמב"ם זאגט אז די קרבנות זענען צוליב די אמאליגע נארמעס.

הודעהפורסם: דינסטאג יולי 21, 2015 8:30 pm
דורך moshav zekeinim
און באמת, מה כל הרעש מיט מצוות לויט בדיעבדיגע נארמעס גענומען פון די גוים? וואס איז מיט שום תשום אליך מלך באזירט אויף די פארלאנג פון נהיה ככל הגוים.

פארוואס פארשטייט מען אז דער מצווה פון א מלך ישראל אויף דער הייליגער מלכות בית דוד אריין גערעכנט דעם מלך המשיח איז באזירט, איז נישט פראבלעמאטיש אז עס איז גענומען פון די גוים, און ביי מצוות הקרבנות, תפילין, מזוזה, און כרובים ווערט א געוואלד אז מען באציט דער איידיע צו די גוים?

אין הכי נמי, דא זאגט עס די תורה ארויס, און דא נישט. אבער אזוי פיל זעעט מען פון דעם אז א מצווה, אפילו אזא פונדאמענטאלער מצווה אויף וואס דער גאולה העתידה איז באגרינדעט, קען דירעקט גענומען ווערן פון די גוים, ממילה ווער נישט אזוי דערשראקן ווען דו הערסט עס אויף אנדערע מצוות.

הודעהפורסם: דינסטאג יולי 21, 2015 8:39 pm
דורך moshav zekeinim
פארשטייט זיך אבער אז עס איז אסאך גרינגער צו פארשטיין אז גאט האט באפוילן צו טון א געוויסער פעולה צוליב וואס עס איז די אנגענומענע נארמע ביי די ארומיגע פעלקער, ווי צו פארשטיין אז גאט האט געהייסן גלייבן אין משיח, שכר ועונש, יום הדין, גוג ומגוג וכו' פשוט ווייל עס איז די ארומיגע נארמע צו גלייבן דערין, און אודאי איז שווער צו זאגן אז גאט האט געמאכט די אלע פערסישע לעגענדעס פאר א מציאות ביי אידן, וויבאלד דאס איז געווען די נארמע איו וואס די אידן האבן געוואלט גלייבן ככל הגוים.

הודעהפורסם: דינסטאג יולי 21, 2015 9:09 pm
דורך שמעקעדיג
די סיבה איז ווייל מיר (עכ"פ איך) גלייבן אז די מצוות האבן העכערע באדייטן מיט סודות נשגבות וואס בויעט עולמות, און די תורה מיט אירע מצוות איז באשאפן געווארן נאך איידער די וועלט און אלע גויים, ממילא מאכט נישט קיין סענס צו זאגן אז השי"ת האט גענומען די מצוות פון די גויים.

משיח וואו איז דער מקור

הודעהפורסם: דינסטאג יולי 21, 2015 9:56 pm
דורך ירא שמים
.

הודעהפורסם: דינסטאג יולי 21, 2015 10:35 pm
דורך מיימון
דער אשכול איז בליץ שנעל געפארן מענין לענין וואס יעדער פון זיי דארף א באזונדערע באהאנדלונג באופן הראוי לו, נאר just א פאר מראי מקומות בענינים שדברו מהם.

בנוגע צי אידישקייט האט אריינגענומען מנהגים פון די אומות העולם עיין בפי' ר''א בן הרמב''ם בעניין יהודה ותמר לגבי יבום, ועי' מ''ש ר''י קאפח בפי' רס''ג עה''ת שמות יט כג, ער ברענגט דארט דברי הרמב''ם במו''נ ח''ג פמ''ג לגבי חג האסיף שהיה מנהג עתיק בין עמי המזרח.

דברי הרמב''ם לגבי קרבנות הם במו''נ ח''ג פל''ב עיי''ש היטב ודוק.

לגבי עיקר השלישי שלא ישיגוהו משיגי הגוף איז דאס נישט דער אויפטו פונעם רמב''ם נאר אלע וואס האבן עוסק געווען בפילוסופיה היוונית והערבית אנגעהויבן פון רס''ג, און אה''נ די חכמי צרפת האבן אדער נישט גערעדט דערוועגן (און בפשטות אפגעלערנט אגדות חז''ל כפשוטם ווי דער רמב''ם איז זיך מתרעם), אדער האבן זיי געהאלטן אז דער באשעפער איז א אור ועי' מלחמות ה' לר''א בן הרמב''ם וכבר האריך בזה הרב סליפקין בשעתו, (עי' כאן און די נאכפאלגענדע posts). (ובנוגע אם כתוב בתורה כבר ידוע מה שאמר שפינוזה שלא מצא כן בתורה ועי' בהג' יעב''ץ הנדמ''ח על הק' הרמב''ם לפ' חלק).

ובעצם הענין של האשכול עי' בס' אוצר השמות ערך משיח שמסכם הענין יפה, ויש להאריך עוד כיל''ח.

אני מאמין באמונה שלימה בביאת המשיח

הודעהפורסם: מיטוואך יולי 22, 2015 12:19 am
דורך ירח בן יומו
רוב ענינים וואס זענען געווארן דא אויסגעשמועסט קען מען טרעפען בהרחבה דא

הודעהפורסם: מיטוואך יולי 22, 2015 1:21 am
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:די סיבה איז ווייל מיר (עכ"פ איך) גלייבן אז די מצוות האבן העכערע באדייטן מיט סודות נשגבות וואס בויעט עולמות, און די תורה מיט אירע מצוות איז באשאפן געווארן נאך איידער די וועלט און אלע גויים, ממילא מאכט נישט קיין סענס צו זאגן אז השי"ת האט גענומען די מצוות פון די גויים.

שמעקעדיג: ואל תתמה. פארוואס בערל בעל עגלה האט דא גארנישט (אדער כמעט גארנישט) צו זאגן. ווייל דער עולם רעדט דא במחילה גרויסע נארישקייטן און מ'קייעט איבער די זעלבע שטותים והבלים נאכאמאל און נאכאמאל.
ס'הייבט זיך אן ווען פאר איינעם גנב'עט זיך אריין א געדאנק. ביי די גויים (אמאליגע און היינטיגע) איז אויך דא אן ענליכער מנהג. מסתמא האבן זיי עס גענומען פון אונז. אבער ניין. אפשר איז מעגליך אז אונז האבן עס גענומען פון זיי...? וואס לפי האמת, גייט עס אין ביידע וועגן. אבער דאס איז א טעמע וואס דארף באזונדער באהאנדלט ווערן. ואכמ"ל. נאר די חקירות דא אויפ'ן פלאץ גייען אריין אין אזא פארנעם עד כדי כך אז ס'קומט אויס אז אונזער גאנצע רעליגיע און אלע מצוות זענען נישט מער ווי פאגאנישע אדער קריסטליכע מנהגים. א"כ (לויט די מהלך פון אונזער היימיש געבראטענע פילאזאפן) איז אונזער גאנצע רעליגיע גארנישט ווערט. ס'איז אלץ נאכגעמאכט. פאלש. נישט אויטענטיש...דאס איז די איינציגע אבסורדאלע מסקנא צו וואס מ'מוז צו קומען נאך די אלע אויבנדערמאנטע דיסקוסיעס... :roll: :o

הודעהפורסם: מיטוואך יולי 22, 2015 8:01 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
די אלע קושיות אויפ'ן רמב"ם בענין קרבנות פרעגט שוין דער רמב"ן דארט אין פרשת ויקרא. ט'ווי האבען קין והבל געלערנט צו ברענגען קרבנות, און נח ועוד. אבער דער רמב"ם איז נאך אלס נישט קיין מפ'ל קינד. ער האט אוודאי א תירוץ און מ'דארף זיך פלאגען צו פארשטייען, און דער משך חכמה האט טאקע א תירוץ אז ס'איז דא צוויי זארט'ן קרבנות, אין ביהמ"ק און אינדערויסען, וואס דינען צוויי ערליי צוועקען. און אזוי האב איך טאקע געהערט אויפ'ן פסוק וזרעו יהיה מלא הגוים, און רש"י זאגט אז ס'גייט אויף אליהו בהר הכרמל, וואס האט מקריב געווען בחוץ וכמנהג הגוים, וכדאי' בגמ' סנהדרין אז ס'האט אויסגעפעלט א באזונדערע היתר לפי שעה פאר'ן קרבן בהר הכרמל. און דאס ווערט אנגערופען 'מלא הגוים', ווייל דאס איז טאקע געווען א גווישע קרבן להוציא מלבן.

דער טעמע פון די אשכול זעט מיר אויס אלס א שאלה אויף פשט אין אן אומקלארע רמב"ם. דער רמב"ם זאגט אז די פסוקי הנביאים זענען פול מיט'ן בשורה פון משיח. פרעגט מען ווי רעדט מען וועגען דעם אז ער איז א פליישיגע מענטש? אפשר וועט זיין א גאולה, אבער נישט דורך א מענטש?
פרעג איך, ט'איז דאס דער עיקר האמונה. דער רמב"ם שרייבט דאך אין פרק י"ב אז די אלע זאכען זענען נישט קלאר אין די פסוקים און מ'זאל זיי נישט פארשען. אפשר איז דאס אויך אזוי, און מ'דארף נישט גלויבען אין א פליישיגע משיח. מ'דארף נאר גלויבען אז ס'קומט גוטע צייטען און מלכות בית דוד מיט אלעם וועלען אונז פיהרען על מי מנוחות לעבוד את בוראנו פנויים לתורה ולחכמתה כדי שנזכה לחיי העולם הבא. מער ווי דעם איז א חלק פון די אומקלארקייט. פונקט ווי דעם אז אליהו הנביא קומט פאר משיח, וואס דער רמב"ם זאגט אז דאס איז נישט קלאר אז ס'וועט זיין אזוי.

משיח וואו איז דער מקור

הודעהפורסם: מיטוואך יולי 22, 2015 11:38 am
דורך ירא שמים
און אה''נ די חכמי צרפת האבן אדער נישט גערעדט דערוועגן (און בפשטות אפגעלערנט אגדות חז''ל כפשוטם ווי דער רמב''ם איז זיך מתרעם), אדער האבן זיי געהאלטן אז דער באשעפער איז א אור
ח״ו לומר שרש״י ובעה״ת חשבו כן , ואם יש איזה משמעות אינו כפשוטו ,
וזה ודאי אין לו׳ שכל מי שלא הכיר חכמת יון לא ידע שהקב״ה אינו גוף.

הודעהפורסם: מיטוואך יולי 22, 2015 5:56 pm
דורך בעריש
moshav zekeinim האט געשריבן:תגליות ארכיאולוגיות זרו אור על המנהג לשאת קמיעות על איברי גוף שונים. אף היו חוקרים שהביאו מקבילה מעניינת ביותר מן הספרות האוגריתית לעניין זה. אוגרית היתה עיר בסוריה דהיום, אשר חרבה במאה הארבע-עשרה לפנה"ס, ונחפרה מאז שנות העשרים למאה העשרים. החפירות הארכיאולוגיות באתר חשפו מגוון נרחב ביותר של טקסטים הכתובים בלשון שמית צפון-מערבית שיש לה קירבה מובהקת לעברית. בין השאר נמצאה שם האימרה הבאה: "ראשה תפלי תלי בן ענה", שנתפרש: (על) ראשו תפילין תלוי בין עיניו. מאחר שאין זה סביר שתושבי אוגרית קיימו מצוות הנחת תפילין כ- 700 שנים בטרם נתחבר ספר דברים, סביר להניח כי המונח "תפילין" נשתלשל ממונח שאכן שימש במקורו כדי להורות על קמיע מסוג שנתלה על המצח.

א שיינער קאפי פעיסט פון וויקיפדיע.
וואלט אבער נישט געשאדט אז די ברייטערסט אביסל אויס דיין נאלעדזש אז סאיז דא וואס טשאלענדזשען די אנגענימענער לוח הזמנים און מיט גאר שטארקע ראיות.
און כאטש סאיז "דערווייל" נישט עקסעפטעד ביי די אלגעמיינע ארכילאגישע מענסטרים איז כדי צי הערן וואס די אנדערע האבן ציזאגן.
זע פרק חמישי פון וויליקובסקי (א פרייער) ווי ער רעדט ארום טאקע פון די תגלית ראס-שמרה (אוגרית).
http://www.daat.ac.il/daat/vl/tkofotbat ... toho03.pdf
(און די וועסט נישט ווערן נארישער אויב די ליינסט דורעך דאס גאנצע חיבור זיינע תקופות בתוהו)

Re: משיח וואו איז דער מקור

הודעהפורסם: מיטוואך יולי 22, 2015 6:04 pm
דורך chaims
טאקע וויליקובסקי איז א שטארקע דעה דורך צו לערנען זיין שיטה פארענטפערט די סתירה צווישן די ארכיאולוגיה און די תורה
אגב איך האב אמאל געשמועסט מיט איינעם וואס פאררופט זיך אלס כופר, איינע פון זיינע טענות איז געווען אז עס שטימט נישט מיט ארכיאולוגיה, האב איך איהם געזאגט געפרעגט אז לויט וילוקובסקי יא ער האט ניטאמאל געוואוסט פון וואס איך רעד....

I can't believe I just said that...

הודעהפורסם: מיטוואך יולי 22, 2015 6:53 pm
דורך געוואלדיג
פאר אלע וואס געדענקען נאר דער רמב"ם אין מורה וואס איז געמאכט כלשון שם הספר לנבוכים, וואס ער ברענגט דארט א טעם פאר די קרבנות, וויל איך דארמאנען אז דער רבמ"ם אין זיין הלכה ספר יד החזקה וואס איז נישט געמאכט נאר פאר די נבוכים נאר פאר יעדן איד דארט שרייבט ער אזוי,

רָאוּי לָאָדָם לְהִתְבּוֹנֵן בְּמִשְׁפְּטֵי הַתּוֹרָה הַקְּדוֹשָׁה וְלֵידַע סוֹף עִנְיָנָם כְּפִי כֹּחוֹ. וְדָבָר שֶׁלֹּא יִמְצָא לוֹ טַעַם וְלֹא יֵדַע לוֹ עִלָּה אַל יְהִי קַל בְּעֵינָיו וְלֹא יַהֲרֹס לַעֲלוֹת אֶל ה' פֶּן יִפְרֹץ בּוֹ. וְלֹא תְּהֵא מַחֲשַׁבְתּוֹ בּוֹ כְּמַחְשַׁבְתּוֹ בִּשְׁאָר דִּבְרֵי הַחל. בּוֹא וּרְאֵה כַּמָּה הֶחְמִירָה תּוֹרָה בִּמְעִילָה. וּמָה אִם עֵצִים וַאֲבָנִים וְעָפָר וָאֵפֶר כֵּיוָן שֶׁנִּקְרָא שֵׁם אֲדוֹן הָעוֹלָם עֲלֵיהֶם בִּדְבָרִים בִּלְבַד נִתְקַדְּשׁוּ וְכָל הַנּוֹהֵג בָּהֶן מִנְהַג חֹל מָעַל בָּהּ וַאֲפִלּוּ הָיָה שׁוֹגֵג צָרִיךְ כַּפָּרָה. קַל וָחֹמֶר לְמִצְוֹת שֶׁחָקַק לָנוּ הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא שֶׁלֹּא יִבְעַט הָאָדָם בָּהֶן מִפְּנֵי שֶׁלֹּא יֵדַע טַעְמָן. וְלֹא יְחַפֶּה דְּבָרִים אֲשֶׁר לֹא כֵּן עַל הַשֵּׁם וְלֹא יַחְשֹׁב בָּהֶן מַחְשַׁבְתּוֹ כְּדִבְרֵי הַחל. הֲרֵי נֶאֱמַר בַּתּוֹרָה (ויקרא יט-לז) (ויקרא כ-כב) 'וּשְׁמַרְתֶּם אֶת כָּל חֻקֹּתַי וְאֶת כָּל מִשְׁפָּטַי וַעֲשִׂיתֶם אֹתָם'. אָמְרוּ חֲכָמִים לִתֵּן שְׁמִירָה וַעֲשִׂיָּה לַחֻקִּים כַּמִּשְׁפָּטִים. וְהָעֲשִׂיָּה יְדוּעָה וְהִיא שֶׁיַּעֲשֶׂה הַחֻקִּים. וְהַשְּׁמִירָה שֶׁיִּזָּהֵר בָּהֶן וְלֹא יְדַמֶּה שֶׁהֵן פְּחוּתִין מִן הַמִּשְׁפָּטִים. וְהַמִּשְׁפָּטִים הֵן הַמִּצְוֹת שֶׁטַּעְמָן גָּלוּי וְטוֹבַת עֲשִׂיָּתָן בָּעוֹלָם הַזֶּה יְדוּעָה כְּגוֹן אִסּוּר גֵּזֶל וּשְׁפִיכוּת דָּמִים וְכִבּוּד אָב וָאֵם. וְהַחֻקִּים הֵן הַמִּצְוֹת שֶׁאֵין טַעְמָן יָדוּעַ. אָמְרוּ חֲכָמִים חֻקִּים חַקֹּתִי לְךָ וְאֵין לְךָ רְשׁוּת לְהַרְהֵר בָּהֶן. וְיִצְרוֹ שֶׁל אָדָם נוֹקְפוֹ בָּהֶן וְאֻמּוֹת הָעוֹלָם מְשִׁיבִין עֲלֵיהֶן כְּגוֹן אִסּוּר בְּשַׂר חֲזִיר וּבָשָׂר בְּחָלָב וְעֶגְלָה עֲרוּפָה וּפָרָה אֲדֻמָּה וְשָׂעִיר הַמִּשְׁתַּלֵּחַ. וְכַמָּה הָיָה דָּוִד הַמֶּלֶךְ מִצְטַעֵר מִן הַמִּינִים וּמִן הָעַכּוּ''ם שֶׁהָיוּ מְשִׁיבִין עַל הַחֻקִּים. וְכָל זְמַן שֶׁהָיוּ רוֹדְפִין אוֹתוֹ בִּתְשׁוּבוֹת הַשֶּׁקֶר שֶׁעוֹרְכִין לְפִי קֹצֶר דַּעַת הָאָדָם הָיָה מוֹסִיף דְּבֵקוּת בַּתּוֹרָה. שֶׁנֶּאֱמַר (תהילים קיט-סט) 'טָפְלוּ עָלַי שֶׁקֶר זֵדִים אֲנִי בְּכָל לֵב אֶצֹּר פִּקּוּדֶיךָ'. וְנֶאֱמַר שָׁם בָּעִנְיָן (תהילים קיט-פו) 'כָּל מִצְוֹתֶיךָ אֱמוּנָה שֶׁקֶר רְדָפוּנִי עָזְרֵנִי'. וְכָל הַקָּרְבָּנוֹת כֻּלָּן מִכְּלַל הַחֻקִּים הֵן. אָמְרוּ חֲכָמִים שֶׁבִּשְׁבִיל עֲבוֹדַת הַקָּרְבָּנוֹת הָעוֹלָם עוֹמֵד. שֶׁבַּעֲשִׂיַּת הַחֻקִּים וְהַמִּשְׁפָּטִים זוֹכִין הַיְשָׁרִים לְחַיֵּי הָעוֹלָם הַבָּא. וְהִקְדִּימָה תּוֹרָה צִוּוּי עַל הַחֻקִּים. שֶׁנֶּאֱמַר (ויקרא יח-ה) 'וּשְׁמַרְתֶּם אֶת חֻקֹּתַי וְאֶת מִשְׁפָּטַי אֲשֶׁר יַעֲשֶׂה אֹתָם הָאָדָם וָחַי בָּהֶם'.
הלכות מעילה פרק ח' הלכה ח'


זעהט אויס אז די קרבנות איז א חוק לדעתו, און נישט סתם עפעס א אלטע מנהג וואס בלית ברירה האט אונזער באליבטער גאט אריינגעברענג ביי אונז אז מען זאל קענען ווייטער אנהאלטן די אלטע נארישע מנהג פון שפייזן א גאט מיט קרבנות.

הודעהפורסם: מיטוואך יולי 22, 2015 6:54 pm
דורך ירא שמים
הרב ד"ר @מיימון יש"כ פאר די נוצליכע הערות ,
אבער ס'געווען עפעס א משמעות אין דיינע רייד אז עס וועלן נאכפאלגן נאך פאוסט'ס ,
סאו פארגעס נישט מיר ווארטן !!