הפצת אמונה

מחשבה, השקפה ועיון

הפצת אמונה

הודעהדורך מפיץ אמונה » מיטוואך יולי 22, 2015 11:47 am

איך האב שוין געשריבן אין די שלום-עליכם אשכול, וואס מיין ציהל דא איז, אצינד וועל איך אנפאנגען.

אזוי ווי עס איז מיר שוין כמה וכמה פעמים צו רעדן מיט יינגעלייט וואס מוטשען זיך אין אמונה-עניינים, און עטליכע פון זיי האבן ציטירט ווערטער פון קאווע שטיבל, האב איך א קוק געטוהן דא, און איך האב געזעהן אז עס איז פארהאן דא אסאך סחורה, (כאטש עטליכע מאל איז עס אזוי ווי געמאלן וואסער), אבער צו מיין באדויער האב איך געזעהן ווי קיינער ענטפערט נישט אפ שכל׳דיג די אפ-לאכער אדער די משכילים, און זייער ווערטער בלייבן רוב מאל דאס לעצטע ווארט.

נאכן זיך אדורכרעדן מיט א גוטער ייד, און אראפלייגן אלע מיינע צדדים, צו איך זאל יא שרייבן דא אדער נישט. האט ער מיר געזאגט: אז ער איז זיכער אז די אלע וואס קומען אהער זענען שוין ממילא פגום אין אמונה פשוטה, דעריבער וואלט נישט געשאדט צו רעדן קלאר.

הקדמה: מיין צו-גאנג קען זיך אויסזעהן אביסל אויפגעקלערט פאר עטליכע, אדער מצומצם פאר אנדערע. אבער איך וויל מבהיר זיין אז אלעס איז אדורכגערעדט געווארן מיט רבנים און גוטע יידן, כי לא מלבי.

צום אלעמען ערשט, וויל איך מקדים זיין, פאר די וועלכע טענה׳ן אז זיי זענען ״נאר״ אויפגעקלערט, זיי גלייבן אין די י״ג עיקרים, אבער זיי זענען מפקפק אין די קדמות הזוהר (למשל). וויל איך קלאר מאכן, אז עס וועט נישט נעמען לאנג ביז איהר וועט זיך טרעפן אפגעזעקלט פון אלעם, (אויב האלט איהר נאכנישט דארטן - רחמנא לישזבן). די מינוט וואס א איד איז מטיל ספק אין אמונה פשוטה, אדער ער פראבירט זיך איבערקליגן, אין לדבר סוף, ותוצאותיו מי ישורנה.

יעצט וויל איך רעדן אפען צו די וועלכע זענען מפקפק אין עיקרי הדת, עס איז ליידער נישט קיין סוד אז עס דרייען זיך צווישן אונז (יא, דו לייענסט גוט אין דיין ביהמ״ד אויך) אידן מיט שמונה בגדים, וואס ליידער גלייבן זיי נישט אין גארנישט, און זייער נישט גלייבן איז משפיע אויף זייערע מעשים בצינעה, (אהן קיין שום מעצור פון די חמורות שבחמורות).

די שיטה פון אוועק-מאכן און אראפ-קלאפן די קאנפעדענט פון דער מפקפק באמונה (וואס איך פלעג אמאל נוצן) ארבעט שוין נישט. אלזא, איך רעד דא צו קלוגע אינגעלייט געלערנטע הן בחכמות חיצונית והן בחכמת התורה, לאמיר זיך פראבירן פארשטיין.

איך וועל נישט יעצט אריינגיין אין קיין וויכוחים, (קיינער האט דאך גארנישט געפרעגט), אבער איך וויל פארשלאגן א מהלך ווי אזוי מ׳קען זיך אויסלייזן פון אמונה נסיונות, און איך מיין מען קען זאגן אז - ברוך השם - ורבים השיב מעוון.

רוב פון די טענות פון די משכילים איז אז אונז ארטאדאקסישע אידן האבן משנה געווען די ארגינעלע תורה, און אז - חס ושלום - מיר זענען זיך מתעלם פון זאכן וואס שמעקט אונז נישט ווען אין די זעלבע צייט זענען מיר מחמיר אין אנדערע זאכן אומזינסט. זאג איך אזוי: כאפ דו דיינע זאכן וואס דו האלטסט איז וויכטיג און ריכטיג, ווי למשל אלע מצוות שבין אדם לחבירו, זיי זיי מקיים צוליב דעם וואס דער אויבערשטער האט אזוי געהייסן, און טראכט אז דו ביסט מקיים א מצוה דערמיט, וועסטו זעהן אז עס וועט נישט נעמען לאנג ביז דו וועלסט אנקומען צוריק על דרך הישר.
מפיץ אמונה
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 20
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 21, 2015 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל

הודעהדורך מפיץ אמונה » מיטוואך יולי 22, 2015 11:48 am

איך וועל בלייבן דא, צו ענטפערן יעדע תגובה, בתנאי אז עס איז בדרך כבוד כדבר איש אל רעהו.

איך נעם זיך פאר פון פאראויס, אויב איינער וועט מיר אויפווייזן ע"פ שכל, אז איך בין ראנג, וועל איך מודה זיין בלי שום בושה, אפילו ווען מיר רעדן פון עיקרי הדת.
מפיץ אמונה
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 20
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 21, 2015 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל

הודעהדורך המלוכה והממשלה » מיטוואך יולי 22, 2015 12:00 pm

ברוך הבא.

יעצט ווארטסו אז מ'זאל דיר פרעגן קושיות?
אקעי , פארוואס איז דיין אמונה פשוטה מער אמת ווי די אמונה פשוטה פון יעדע אנדערע רעלגיע אין די וועלט?
במקום שאין איש קוקט עס אזוי אויס
נאר נחום ראזענבערג ראטעוועט אונז פון מאלעסטעישן
נאר מייקל בלומבערג ראטעוועט אונז פון הערפיס
נאר חיים שאולזאן פארדאמט אלע רשעות
נאר נפתלי מאסטער העלפט אונז באקומען א נארמאלע עדוקעישען
נאר די סעקולער געריכטן טוען עפעס פאר יושר און צדק
המלוכה והממשלה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1005
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 12, 2014 7:38 pm
האט שוין געלייקט: 1151 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1620 מאל

הודעהדורך ריכטיג » מיטוואך יולי 22, 2015 12:04 pm

איך פארשטיי נישט, זאגסט דאך אליין אז דערווייל זענען די וואס גלייבן נישט אין קדמות הזהר למשל נאכנישט קיין כופרים נאר אויפן וועג אהין, אלזא איך גלייב אז דערווייל זענען זיי מקיים מצוות ווייל דער אייבערשטער האט געהייסן, אלזא פארוואס זאגסטו לכתחילה אז זיי וועלן ענדיגן נישט גוט?
ס'אינטערסירט דא איינער בכלל? ניין ? או קעי ביי. (קרעדיט:@גראף)
באניצער אוואטאר
ריכטיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2375
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 1857 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1913 מאל

הפצת אמונה

הודעהדורך ירא שמים » מיטוואך יולי 22, 2015 12:05 pm

איר האט נישט מורא אז אייער אמונה פשוטה אליינס וועט קאליע ווערן?!
חייך קודמין !!
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2669 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1007 מאל

Re: הפצת אמונה

הודעהדורך chaims » מיטוואך יולי 22, 2015 12:12 pm

שלום עליכם רבי מפיץ
איך האלט אסאך גייען הנאה האבן פון דיין איניציאטיוו חזק ואמץ
אויף אנצוהייבען לאמיר טאקע אדורך טוהן המלוכה והממשלה'ס געדאנק

I can't believe I just said that...
chaims
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 201
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2012 8:42 pm
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 74 מאל

הודעהדורך Kool man » מיטוואך יולי 22, 2015 12:15 pm

ווען איך זעה אן'אשכול וואס רעדט פון אמונה זאכען דא אין שטיבעל, אדער כ'זעה אין א אשכול, ווי א זעלבסטגעקרוינטער משכיל מיט זיין שמאלקעפיקע שכל שרייבט ער זאכען וואס זענן נישט אמונה'דיק, רייס איך ארויס פון דארטען, און כ'פוץ אפ פון דארט, ס'דא אפאהר שרייבערס דא וואס כ'קוק נישט אהן קיין ווארט וואס זיי שרייבען, ווייל זיי זענען נעבעך אזוי אנגעפיקעוועט אז ס'שטינקט אוועק :oops:
Kool man
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 09, 2014 4:43 pm
האט שוין געלייקט: 889 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 676 מאל

Re: הפצת אמונה

הודעהדורך דעת תורה » מיטוואך יולי 22, 2015 12:19 pm

דאס, אז אויב מ'איז מפקפק אין קדמות הזוהר למשל וועט מען עווענטועל אפלאזן אלעס, דארף מען אויך גלייבן מיט אמונה פשוטה? און אויב גלייבט מען נישט אין דעם וועט מען עווענטועל אויך אפלאזן אלעס?
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
דעת תורה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2133
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 4792 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1761 מאל

הודעהדורך הקטן » מיטוואך יולי 22, 2015 12:25 pm

דעת תורה האט געשריבן:דאס, אז אויב מ'איז מפקפק אין קדמות הזוהר למשל וועט מען עווענטועל אפלאזן אלעס, דארף מען אויך גלייבן מיט אמונה פשוטה? און אויב גלייבט מען נישט אין דעם וועט מען עווענטועל אויך אפלאזן אלעס?

לדעתי ווענד זיך דאס און די כיון וואס דער מפקפק וויל גיין (deep down)
בדרך שאדם רוצה לילך בה מוליכין אותו.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2590
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2004 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1160 מאל

Re: הפצת אמונה

הודעהדורך וויל קענען » מיטוואך יולי 22, 2015 12:36 pm

כ’פארשטיי נישט וואס דא גייט פאר
קומט א איד צו גיין און זאגט אז ער קען פארענטפערן מיט טעם ודעת די פארדרייעטע אנגעליינטע מוחות, און זאגט איך בין גרייט אויף קשיות מי שרוצה לישאל זאל פרעגן, פארוואס זאל מען פארדרייען די אשכול מיט נארישע קשיות, און זיך שטעלן אויף זיינע ווערטער,האסטו א קשיא אדער עפעס צו דיבאטירן נא איז די ברעטל דיינס ואם לאו שב ושתוק, מאך עס נישט פאר א נארישע אשכול

פארשטיי ביטע מיין כוונה און זיך דיר נישט צו קריגן און ענטפערן סתם

תודה
וויל קענען
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 151
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 27, 2015 7:18 am
האט שוין געלייקט: 124 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 72 מאל

הודעהדורך מפיץ אמונה » מיטוואך יולי 22, 2015 12:49 pm

המלוכה והממשלה האט געשריבן:ברוך הבא.

יעצט ווארטסו אז מ'זאל דיר פרעגן קושיות?
אקעי , פארוואס איז דיין אמונה פשוטה מער אמת ווי די אמונה פשוטה פון יעדע אנדערע רעלגיע אין די וועלט?

קודם כל, האב איך נישט געזאגט אז איך גיי רעדן איבער אמונה פשוטה, ווייל עס איז נישטא וואס צו רעדן, אמונה פשוטה איז נישט קיין זאך וואס איז מוכיח ע"פ שכל, דאס איז א דבר התלוי בלב, יעדער איינער וואס פיהלט אז ער גלויבט אין אידישקייט ווייל עס מאכט אים סענס, (פאר די זעלבע סיבה וואס אנדערע גלייבן אין הומאניזם, ווייל עס שטימט זיי, און זיי קענען עס נישט קלאר מאכן ע"פ שכל).
די אלע וואס גלייבן טאקע מיט אמונה פשוטה, האבן נישט וואס צו זוכן דא, און איך וואלט זיי טאקע געראטן צו טוהן וואס דער קאלטער-מאן טוהט.

אויב רעדסטו פון אמונה ע"פ שכל, אדער ווי אנדערע רופן עס אמונה ע"פ חקירה, דאן איז פארהאן די באקאנטע טענה פונעם כוזרי אז מתן תורה איז א זאך וואס מ'קען נישט אויפמאכן פון זיך אליינס פאר זעקס הונדערט טויזנט מענטשן (מענער אליינס).
איך ווייס אז מ'קען אסאך מפלפל זיין אין דעם ענין, מ'קען בונה וסותר זיין, בכל אופן - וועלכע אנדערע רעליגיע האלסטו האט א בעסערע קעיס ווי יהדות?
מפיץ אמונה
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 20
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 21, 2015 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל

הודעהדורך מפיץ אמונה » מיטוואך יולי 22, 2015 12:52 pm

ריכטיג האט געשריבן:איך פארשטיי נישט, זאגסט דאך אליין אז דערווייל זענען די וואס גלייבן נישט אין קדמות הזהר למשל נאכנישט קיין כופרים נאר אויפן וועג אהין, אלזא איך גלייב אז דערווייל זענען זיי מקיים מצוות ווייל דער אייבערשטער האט געהייסן, אלזא פארוואס זאגסטו לכתחילה אז זיי וועלן ענדיגן נישט גוט?

כ'פארשטיי נישט וואס איהר פרעגט.
איך האב נאר געזאגט דער מציאות, אז אזעלכע משכילים קומען לרוב - ליידער - אן צו כפירה גמורה.
איך וויל רעדן קלאר, צוליב דעם אז אסאך כופרים באהאלטן זיך אונטער די שלייער פון נאר משכילים, און וויבאלד די משכילים זענען סופם צו ווערן כופרים רח"ל, רעד איך גלייך אן קיין דריידלעך.
מפיץ אמונה
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 20
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 21, 2015 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל

הודעהדורך מפיץ אמונה » מיטוואך יולי 22, 2015 12:55 pm

ירא שמים האט געשריבן:איר האט נישט מורא אז אייער אמונה פשוטה אליינס וועט קאליע ווערן?!
חייך קודמין !!

איך טוה שוין אין דעם ליין פאר אסאך יאהרן, און ברוך השם מיין אמונה איז פעלזן-פעסט און מ'קען עס נישט רירן.
איך זאג די גאנצע צייט, אז איך טוה אלעס נאכן זיך אדורכרעדן מיט א גוטע ייד, און איך בין שטענדיג מתפלל פארן באשעפער "ותן בלבי האמונה וההכנעה". (אמונה גייט צוזאמען מיט הכנעה, און פארקערט - כפירה גייט צוזאמען מיט גאווה).
מפיץ אמונה
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 20
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 21, 2015 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל

הודעהדורך מיימון » מיטוואך יולי 22, 2015 12:56 pm

קודם כל זאגט איר דאך גארנישט אייגנס חלילה וחס כי לא מלבי, אלעס איז דאך בלויז עפ''י דעת הרבנים הגאונים הקדושים שליט''א עמו''ש לאויט''א, ממילא זייט נישט ברוגז אויב מען וועט אייך אטאקירן, איר קענט דאס גלייך שיקן ווייטער צו די הייליגע בענקל פון הוד קדושתו.

צווייטנס וויבאלד איר האט דאך שוין פרובירט עטליכע וועגן ווי צב''ש אראפקלאפן די וואס פרעגן קשיות וכדו', דעריבער האף איך אז אויב דער יעצטיגער וועג וועט אויך נישט ארבעטן וועט איר ח''ו נישט מיד ווערן נאר ווייטער אנגיין מיט די הייליגע עבודת הקודש בעזהשי''ת וית'.

יעצט לגבי דעם 'עצה'(?) וואס איר ברענגט צו טון אלע מצוות לשם שמים, מוז איך אייך זאגן אז איר זענט גערעכט און דער וועג וועט זייער אסאך העלפן, ווי מיר האבן שוין מקובל בדוק ומנוסה אז פארמאכן די אויגן פירט צו דמיון און בלינדע נאכפאלגערשאפט וואס זענען שטארקע באשטאנדטיילן פון היינטיגן חרדישן יודנטום, אבער עס וואלט געווען גוט אויב איר וואלט זיך אביסל מער אינטערעסירט וואס משכילים האלטן, משכילים גלייבן אז יעדע זאך וואס מענטש טוט דארף א סיבה reason, און די מצוות זענען אויך געגעבן געווארן צוליב סיבות ווי דער רמב''ם לייגט עס אזוי שיין אראפ אין מו''נ אז די מצוות העלפן דעם יישוב העולם, און העלפן מענטשן לעבן בשלום צווישן זיך און אויף א געזונטע מאראלישע סטאנדארט וואס וועט אים לאזן זיך מתבונן זיין בחכמת הבריאה, און דעריבער ווען א משכיל טוט א מצוה טוט ער דאס כדי עס זאל אים העלפן לעבן אויף דער וועלט, אדער אלס א מסורה אפצוהיטן דעם אידישן טראדיציע, און אים הייסן פארמאכן די אויגן וועט ווארשיינליך נישט 'העלפן' (פאר די וואס האלטן אז ער דארף הילף, געוויסע האלטן אז די אנדערע דארפן הילף).
מיימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 371
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 1:17 am
האט שוין געלייקט: 241 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1241 מאל

הודעהדורך מפיץ אמונה » מיטוואך יולי 22, 2015 12:58 pm

Kool man האט געשריבן:ווען איך זעה אן'אשכול וואס רעדט פון אמונה זאכען דא אין שטיבעל, אדער כ'זעה אין א אשכול, ווי א זעלבסטגעקרוינטער משכיל מיט זיין שמאלקעפיקע שכל שרייבט ער זאכען וואס זענן נישט אמונה'דיק, רייס איך ארויס פון דארטען, און כ'פוץ אפ פון דארט, ס'דא אפאהר שרייבערס דא וואס כ'קוק נישט אהן קיין ווארט וואס זיי שרייבען, ווייל זיי זענען נעבעך אזוי אנגעפיקעוועט אז ס'שטינקט אוועק :oops:

דו ביזסט זייער גערעכט, און טוהסט קלוג.
אבער דיין זלזול אדער שנאה צו די אידן איז נישט ריכטיג לענ"ד, (געדענק: יתמו חטאים ולא חוטאים!).
אויב דו פראבירסט זיי פארשטיין מיט אן אמת, וועסטו זעהן אז זיי מיינען גארנישט קיין שלעכטס, זייער נאטור ברענגט זיי צו רעוואלטירן אדער צו איבער-קלוגן, און צומאל האט עס אויך צוטוהן מיט א פאמיליע פון וואו זיי קומען.
מ'דארף מכבד זיין יעדן איד באשר הוא שם.
מפיץ אמונה
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 20
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 21, 2015 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל

הודעהדורך מפיץ אמונה » מיטוואך יולי 22, 2015 1:06 pm

מיימון האט געשריבן:קודם כל זאגט איר דאך גארנישט אייגנס חלילה וחס כי לא מלבי, אלעס איז דאך בלויז עפ''י דעת הרבנים הגאונים הקדושים שליט''א עמו''ש לאויט''א, ממילא זייט נישט ברוגז אויב מען וועט אייך אטאקירן, איר קענט דאס גלייך שיקן ווייטער צו די הייליגע בענקל פון הוד קדושתו.

צווייטנס וויבאלד איר האט דאך שוין פרובירט עטליכע וועגן ווי צב''ש אראפקלאפן די וואס פרעגן קשיות וכדו', דעריבער האף איך אז אויב דער יעצטיגער וועג וועט אויך נישט ארבעטן וועט איר ח''ו נישט מיד ווערן נאר ווייטער אנגיין מיט די הייליגע עבודת הקודש בעזהשי''ת וית'.

יעצט לגבי דעם 'עצה'(?) וואס איר ברענגט צו טון אלע מצוות לשם שמים, מוז איך אייך זאגן אז איר זענט גערעכט און דער וועג וועט זייער אסאך העלפן, ווי מיר האבן שוין מקובל בדוק ומנוסה אז פארמאכן די אויגן פירט צו דמיון און בלינדע נאכפאלגערשאפט וואס זענען שטארקע באשטאנדטיילן פון היינטיגן חרדישן יודנטום, אבער עס וואלט געווען גוט אויב איר וואלט זיך אביסל מער אינטערעסירט וואס משכילים האלטן, משכילים גלייבן אז יעדע זאך וואס מענטש טוט דארף א סיבה reason, און די מצוות זענען אויך געגעבן געווארן צוליב סיבות ווי דער רמב''ם לייגט עס אזוי שיין אראפ אין מו''נ אז די מצוות העלפן דעם יישוב העולם, און העלפן מענטשן לעבן בשלום צווישן זיך און אויף א געזונטע מאראלישע סטאנדארט וואס וועט אים לאזן זיך מתבונן זיין בחכמת הבריאה, און דעריבער ווען א משכיל טוט א מצוה טוט ער דאס כדי עס זאל אים העלפן לעבן אויף דער וועלט, אדער אלס א מסורה אפצוהיטן דעם אידישן טראדיציע, און אים הייסן פארמאכן די אויגן וועט ווארשיינליך נישט 'העלפן' (פאר די וואס האלטן אז ער דארף הילף, געוויסע האלטן אז די אנדערע דארפן הילף).


איך וועל מיר באציהן צו דיינע ווערטער, כאטש איך בין נישט זיכער אז עס איז בדרך כבוד.
קודם כל, איך האב נישט געהייסן צומאכן די אויגן, (אפשר קענסטו ציטירן וואו פונקטליך איך האב דאס געשריבן?).
איך רעד טאקע צו די וואס האלטן אז יעדע זאך דארף א סיבה, און זיי זענען מסכים אויף (לפחות) עטליכע מצוות אז זיי האבן טאקע א סיבה, בין איך זיי מייעץ, אז לפחות אט די מצוות זאלן זיי אנהאלטן מיט א שטארקייט, און דאס זאל זיין זייער רעליגיע. די סיבה פארוואס איך האלט אז עס וועט זיי ברענגען צו טוהן אויך אנדערע מצוות, איז א פסיכאלאגישע סיבה, ווייל ווען איינער גייט אוועק פון זיין מלחמה-מוד, ער ווארפט אוועק זיין שנאה לכל דבר שבקדושה, טרעפט ער שפעטער א באדייט אין יעדע איינציגע אידישע זאך.

בנוגע ווער עס דארף הילף - לאמיר דיר מודה זיין, איך האלט נישט אז די היינטיגן חרדישן יודנטום איז די איינציגסטע ריכטיגע וועג אין עבודת השם, און איך האלט נישט אז עס פעלן פראבלעמען דארטן. פונקט פארקערט - איך האלט אז עס זענען פארהאן אן א שיעור פראבלעמען, און אפשר גאר דורך אזעלכע מענטשן ווי ענק וועט עס באקומען א שטיקל תיקון.
מפיץ אמונה
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 20
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 21, 2015 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל

הודעהדורך מפיץ אמונה » מיטוואך יולי 22, 2015 1:08 pm

דעת תורה האט געשריבן:דאס, אז אויב מ'איז מפקפק אין קדמות הזוהר למשל וועט מען עווענטועל אפלאזן אלעס, דארף מען אויך גלייבן מיט אמונה פשוטה? און אויב גלייבט מען נישט אין דעם וועט מען עווענטועל אויך אפלאזן אלעס?

ניין, מ'דארף נישט קיין אמונה פשוטה. איהר קענט זיך עס אליינס איבערצייגן.
מפיץ אמונה
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 20
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 21, 2015 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל

Re: הפצת אמונה

הודעהדורך chaims » מיטוואך יולי 22, 2015 1:10 pm

מפיץ אמונה האט געשריבן:
המלוכה והממשלה האט געשריבן:אויב רעדסטו פון אמונה ע"פ שכל, אדער ווי אנדערע רופן עס אמונה ע"פ חקירה, דאן איז פארהאן די באקאנטע טענה פונעם כוזרי אז מתן תורה איז א זאך וואס מ'קען נישט אויפמאכן פון זיך אליינס פאר זעקס הונדערט טויזנט מענטשן (מענער אליינס).
איך ווייס אז מ'קען אסאך מפלפל זיין אין דעם ענין, מ'קען בונה וסותר זיין, בכל אופן - וועלכע אנדערע רעליגיע האלסטו האט א בעסערע קעיס ווי יהדות?


ישר כוח פארן ענטפערען
אזוי ווי איר האט אליין געזאגט איז דא אסאך מפלפל צו זיין וועל איך אראפלייגען דא צוויי הערות
1 לויט די קריסטליכע רעליגיע האט ישו געטוהן זיינע ניסים פאר טויזענטער מענטשען טאקע נישט 600000 נאר פינף טויזענט דאכט זיך אבער נאך אלס א רבים
2 די מספר וויפיל מענטשען עס זענען געווען דארט איז נישט היסטאריש באזירט עס שטייט אין א ספר אויב אזוי גילט נישט די טענה

I can't believe I just said that...
chaims
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 201
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2012 8:42 pm
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 74 מאל

הודעהדורך מפיץ אמונה » מיטוואך יולי 22, 2015 1:26 pm

ישר כוח פארן ענטפערען
אזוי ווי איר האט אליין געזאגט איז דא אסאך מפלפל צו זיין וועל איך אראפלייגען דא צוויי הערות
1 לויט די קריסטליכע רעליגיע האט ישו געטוהן זיינע ניסים פאר טויזענטער מענטשען טאקע נישט 600000 נאר פינף טויזענט דאכט זיך אבער נאך אלס א רבים
2 די מספר וויפיל מענטשען עס זענען געווען דארט איז נישט היסטאריש באזירט עס שטייט אין א ספר אויב אזוי גילט נישט די טענה


1. די טענה מאכט נישט די קריסטליכע רעליגיע א בעסערע קעיס ווי די אידישע, דו זאגסט נאר אז די קריסטליכע איז נאך אזוי גוט.
2. דער עיקר הוכחה פון דער כוזרי, איז אז אויב וואלט די מעשה פון מתן תורה געווען נישט ריכטיג, וואלט קיינער נישט אנגענומען די ספר פאר אן אמת, ווייל ווער זאל ווען אננעמען אזא גראבע ליגנט?
מפיץ אמונה
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 20
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 21, 2015 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל

הודעהדורך רויטע וואנצעס » מיטוואך יולי 22, 2015 1:34 pm

מפיץ אמונה האט געשריבן:
2. דער עיקר הוכחה פון דער כוזרי, איז אז אויב וואלט די מעשה פון מתן תורה געווען נישט ריכטיג, וואלט קיינער נישט אנגענומען די ספר פאר אן אמת, ווייל ווער זאל ווען אננעמען אזא גראבע ליגנט?


ביסט זעכער ער זאגט דאס, אדער זאגט ער אז אין אדם מוריש שקר לבניו?

אדם מוריש איז נאך אלץ נישט קיין ראיה, גענוג טאטעס פארקויפן לאקשן פאר די קינדער, די נקודה לכאורה איז אז שש רבוא טאטעס איז נישט שכיח זיי זאלן מוריש זיין א שקר.

ווייל מ'האט אנגענומען א ספר פאר א אמת, איז אסאך שוואכער ווי אין אדם מוריש, די ירושלמי המזוייף ווי אויך צענדליגע וועלט בארימטע ביכער האבן זיך ארויסגעשטעלט צו זיין מזוייף. ווער ווייסט וויפל ספרים און ביכער מ'נעמט נאך היינט אן אלטס אמת.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9856 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9525 מאל

Re: הפצת אמונה

הודעהדורך chaims » מיטוואך יולי 22, 2015 1:35 pm

מפיץ אמונה האט געשריבן:
ישר כוח פארן ענטפערען
אזוי ווי איר האט אליין געזאגט איז דא אסאך מפלפל צו זיין וועל איך אראפלייגען דא צוויי הערות
1 לויט די קריסטליכע רעליגיע האט ישו געטוהן זיינע ניסים פאר טויזענטער מענטשען טאקע נישט 600000 נאר פינף טויזענט דאכט זיך אבער נאך אלס א רבים
2 די מספר וויפיל מענטשען עס זענען געווען דארט איז נישט היסטאריש באזירט עס שטייט אין א ספר אויב אזוי גילט נישט די טענה


1. די טענה מאכט נישט די קריסטליכע רעליגיע א בעסערע קעיס ווי די אידישע, דו זאגסט נאר אז די קריסטליכע איז נאך אזוי גוט.
2. דער עיקר הוכחה פון דער כוזרי, איז אז אויב וואלט די מעשה פון מתן תורה געווען נישט ריכטיג, וואלט קיינער נישט אנגענומען די ספר פאר אן אמת, ווייל ווער זאל ווען אננעמען אזא גראבע ליגנט?

1 איך האב נישט געזאגט אז עס איז בעסער נאר מיט וואס איז יהדות בעסער ווי דעם
און נאך א געדאנק אזוי ווי איך גלייב אז די ביזט נישט קיין קריסט איז דאך משמע אז די נעמסט נישט אהן די טענה אויב אזוי דארפסטו פארענפערען פארוואס יהדות יא
2 וויאזוי מען האט אנגענומען די ספר? קען מען דן זיין אבער אבער פין דא בין זאגען אז עס איז אמת ווייל טויזענטער האבען געזען איז א גרויסע מרחק

אגב גבאים איז קעגען די תקנות צי שרייבען דא אזעלכע זאכען?

I can't believe I just said that...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך chaims אום מיטוואך יולי 22, 2015 1:39 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
chaims
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 201
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2012 8:42 pm
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 74 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יולי 22, 2015 1:38 pm

דו האסט מחליט געווען אז דער וואס איז מטיל ספק אינ'ם קדמות הזהר איז מטיל פגם אין אמונה פשוטה און פון דעם וועט ער גיך אנקומען צו כפירה בתורת משה אויך.
פרעג איך דיר וויפיל איז דער שיעור. איך האב א רשימה פון געזעלשאפטליכער גלויבונגען, אדער זאכען וואס מענטשען היינט גלויבען דערין, מאנכע מסתמא ריכטיג און מאנכע נישט מעגליך צו זיין ריכטיג. פון די אלע ווערט מען קאליע אויך? טראכטען איז די הויפט איסור דא?
א. דער בעש"ט האט געלערנט תורה מפי אחיה השילוני.
ב. אמעריקא איז אמאל געווען א מדבר שממה אן קיין טראפ אידישקייט.
ג. דער רעבע זיכרונו לברכה האט געפלאנצט אידישקייט אין די ארץ לא זרועה.
ד. איינער וואס קוקט ווי מ'טאר נישט ווערט בלינד און וואקסט אויס אן אפיקורס.
ה. איינער וואס פיהרט זיך נישט גייען אין מקוה האט נישט קיין סייעתא דשמיא און קען נישט פסקנ'ען.
ו. זיידע'ס און באבע'ס קומען פון הימל צו אן אייניקעל'ס חתונה און דערהויבענע מענטשען קענען דאס פילען.
ז. דער וואס גלויבט נישט אין וואס אידען גלויבען איז אן אפיקורס.
ח. אידישקייט אין יוראפ איז געשטאנען העכער ווי אין אמעריקא.
ט. אינטערנעט גייט אונטערברענגען אידישקייט.
י. דער מדינה הציונית איז א וויכטיגע ערשיינונג אין אידישקייט, אדער לטוב אדער למוטב.
יא. ר' חיים בריסקער האט מחדש געווען דאס לערנען בעיון.
יב. ר' חיים בריסקער'ס הרגשים האבען נישט עגזיסטירט, נאר וואס תורה האט געהייסען.
יג. איינער קען ברענען די הענט אין פייער אויף פטור ווערען פון חבלי משיח.
יד. זאגען צען קאפיטלעך תהלים רייניגט אפ א הארבע עבירה אין א וועג וואס נארמאלע תשובה קען נישט.
טו. באר מים איז פונקט אזוי גוט ווי קאו"ק. ok, that was just a joke
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9606
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3279 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9079 מאל

הודעהדורך המלוכה והממשלה » מיטוואך יולי 22, 2015 1:40 pm

כ'האב מורא אז די אשכול וועט זיין א צומישעניש מיט פיפציג קושיות און דריי און פיפציג תירוצים אויסגעמישט איינס מיט די אנדערע.

מפיץ אמונה האט געשריבן:
המלוכה והממשלה האט געשריבן:ברוך הבא.

יעצט ווארטסו אז מ'זאל דיר פרעגן קושיות?
אקעי , פארוואס איז דיין אמונה פשוטה מער אמת ווי די אמונה פשוטה פון יעדע אנדערע רעלגיע אין די וועלט?

קודם כל, האב איך נישט געזאגט אז איך גיי רעדן איבער אמונה פשוטה, ווייל עס איז נישטא וואס צו רעדן, אמונה פשוטה איז נישט קיין זאך וואס איז מוכיח ע"פ שכל, דאס איז א דבר התלוי בלב, יעדער איינער וואס פיהלט אז ער גלויבט אין אידישקייט ווייל עס מאכט אים סענס, (פאר די זעלבע סיבה וואס אנדערע גלייבן אין הומאניזם, ווייל עס שטימט זיי, און זיי קענען עס נישט קלאר מאכן ע"פ שכל).
די אלע וואס גלייבן טאקע מיט אמונה פשוטה, האבן נישט וואס צו זוכן דא, און איך וואלט זיי טאקע געראטן צו טוהן וואס דער קאלטער-מאן טוהט.

אויב רעדסטו פון אמונה ע"פ שכל, אדער ווי אנדערע רופן עס אמונה ע"פ חקירה, דאן איז פארהאן די באקאנטע טענה פונעם כוזרי אז מתן תורה איז א זאך וואס מ'קען נישט אויפמאכן פון זיך אליינס פאר זעקס הונדערט טויזנט מענטשן (מענער אליינס).
איך ווייס אז מ'קען אסאך מפלפל זיין אין דעם ענין, מ'קען בונה וסותר זיין, בכל אופן - וועלכע אנדערע רעליגיע האלסטו האט א בעסערע קעיס ווי יהדות?

פעיר אינאף. אזוי ווי די האלסט אז אמונה פשוטה איז די בעסערע סארט אמונה , וויל איך פארשטיין: מעג דען א ערענסטע מענטש האבן אמונה פשוטה?? דארף דען נישט א ערענסטע מענטש מיט שכל און יראת שמים טראכטען אז רוב מענטשן אין די וועלט קומען אהן צו פאלטשע מסקנות אדאנק אמונה פשוטה , אויב אזוי איז דאך נישט שכל'דיג סתם אזוי צו גלייבן , און די סברא איז אז מ'האט א גרויסע טשענס אז מ'טוט נישט די רצון ה'.
במקום שאין איש קוקט עס אזוי אויס
נאר נחום ראזענבערג ראטעוועט אונז פון מאלעסטעישן
נאר מייקל בלומבערג ראטעוועט אונז פון הערפיס
נאר חיים שאולזאן פארדאמט אלע רשעות
נאר נפתלי מאסטער העלפט אונז באקומען א נארמאלע עדוקעישען
נאר די סעקולער געריכטן טוען עפעס פאר יושר און צדק
המלוכה והממשלה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1005
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 12, 2014 7:38 pm
האט שוין געלייקט: 1151 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1620 מאל

הודעהדורך מפיץ אמונה » מיטוואך יולי 22, 2015 1:45 pm

רויטע וואנצעס האט געשריבן:
מפיץ אמונה האט געשריבן:
2. דער עיקר הוכחה פון דער כוזרי, איז אז אויב וואלט די מעשה פון מתן תורה געווען נישט ריכטיג, וואלט קיינער נישט אנגענומען די ספר פאר אן אמת, ווייל ווער זאל ווען אננעמען אזא גראבע ליגנט?


ביסט זעכער ער זאגט דאס, אדער זאגט ער אז אין אדם מוריש שקר לבניו?

אדם מוריש איז נאך אלץ נישט קיין ראיה, גענוג טאטעס פארקויפן לאקשן פאר די קינדער, די נקודה לכאורה איז אז שש רבוא טאטעס איז נישט שכיח זיי זאלן מוריש זיין א שקר.

ווייל מ'האט אנגענומען א ספר פאר א אמת, איז אסאך שוואכער ווי אין אדם מוריש, די ירושלמי המזוייף ווי אויך צענדליגע וועלט בארימטע ביכער האבן זיך ארויסגעשטעלט צו זיין מזוייף. ווער ווייסט וויפל ספרים און ביכער מ'נעמט נאך היינט אן אלטס אמת.

א ספר וואס דערציילט נישט קיין פאקטן, איז נישט שייך די טענה. (דעריבער קען מען עס אויך נישט נוצן צו מקיים זיין אז דער זוהר קומט פון רשב"י ע"ה).
דער עיקר טענה דא איז, אז מ'רעדט פון א מאורע וואס האבן אנטיייל גענומען זעקס הונדערט טויזנט מענטשן פלאס.
מפיץ אמונה
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 20
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 21, 2015 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל

הודעהדורך מפיץ אמונה » מיטוואך יולי 22, 2015 1:52 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דו האסט מחליט געווען אז דער וואס איז מטיל ספק אינ'ם קדמות הזהר איז מטיל פגם אין אמונה פשוטה און פון דעם וועט ער גיך אנקומען צו כפירה בתורת משה אויך.
פרעג איך דיר וויפיל איז דער שיעור. איך האב א רשימה פון געזעלשאפטליכער גלויבונגען, אדער זאכען וואס מענטשען היינט גלויבען דערין, מאנכע מסתמא ריכטיג און מאנכע נישט מעגליך צו זיין ריכטיג. פון די אלע ווערט מען קאליע אויך? טראכטען איז די הויפט איסור דא?
א. דער בעש"ט האט געלערנט תורה מפי אחיה השילוני.
ב. אמעריקא איז אמאל געווען א מדבר שממה אן קיין טראפ אידישקייט.
ג. דער רעבע זיכרונו לברכה האט געפלאנצט אידישקייט אין די ארץ לא זרועה.
ד. איינער וואס קוקט ווי מ'טאר נישט ווערט בלינד און וואקסט אויס אן אפיקורס.
ה. איינער וואס פיהרט זיך נישט גייען אין מקוה האט נישט קיין סייעתא דשמיא און קען נישט פסקנ'ען.
ו. זיידע'ס און באבע'ס קומען פון הימל צו אן אייניקעל'ס חתונה און דערהויבענע מענטשען קענען דאס פילען.
ז. דער וואס גלויבט נישט אין וואס אידען גלויבען איז אן אפיקורס.
ח. אידישקייט אין יוראפ איז געשטאנען העכער ווי אין אמעריקא.
ט. אינטערנעט גייט אונטערברענגען אידישקייט.
י. דער מדינה הציונית איז א וויכטיגע ערשיינונג אין אידישקייט, אדער לטוב אדער למוטב.
יא. ר' חיים בריסקער האט מחדש געווען דאס לערנען בעיון.
יב. ר' חיים בריסקער'ס הרגשים האבען נישט עגזיסטירט, נאר וואס תורה האט געהייסען.
יג. איינער קען ברענען די הענט אין פייער אויף פטור ווערען פון חבלי משיח.
יד. זאגען צען קאפיטלעך תהלים רייניגט אפ א הארבע עבירה אין א וועג וואס נארמאלע תשובה קען נישט.
טו. באר מים איז פונקט אזוי גוט ווי קאו"ק. ok, that was just a joke


נאכאמאל, איך האב גארנישט מחליט געווען, איך האב בלויז דערציילט טרוקענע פאקטן.
יעצט, אויף דיין שאלה וואס איז דער שיעור. דארפסט פארשטיין איך האב נישט געזאגט דא קיין סגולה אדער א סטראשע אז ווער עס טראכט וועט אנקומען לבאר שחת.
דער מציאות ווייזט אז איינער וואס קלוגט זיך איבער אן ענין, וואס ער איז מחונך געווארן זייער שטארק צו סולד זיין פון דאס פארקערטע, אזא איינער האט נישט קיין פראבלעם זיך ארומ-צושפילן מיט עיקרי האמונה.
ומזה תבין, איין תשובה אויף אלע דיינע 15 דוגמאות. אויב איז די אלע זאכן געווען ביי איהם אינדערהיים א זאך וואס איז מחונך געווארן מיט א בלינדקייט (וואס אגב, איך בין זיך מתנגד צו אזא סארט חינוך), און ער וואקסט אויף און איז מטיל ספק אין דעם, דעמאלס איז חל דער פאקט וואס איך האב געשריבן.
און די זעלבע פארקערט, אויב איינער וואקסט אויף אין א מאדערן-ארטאדאקס שטוב, ווי קדמות הזוהר איז נישט איינס פון די עיקרי אמונה, וועט טאקע גארנישט געשעהן צו איהם, (אויסער לויט די וואס זיי האלטן אז דאס אליינס איז מעיקרי אמונה, דוכט זיך כ'האב אמאל אזוי געהערט בשם הגר"ח קנייבסקי שליט"א).
מפיץ אמונה
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 20
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 21, 2015 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל

נעקסט

גיי צוריק העמק דבר

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט