הלכה למעשה: וויאזוי צו ווערן פן א שאינו יודע לשאול צו א חכם.

מחשבה, השקפה ועיון

הלכה למעשה: וויאזוי צו ווערן פן א שאינו יודע לשאול צו א חכם.

הודעהדורך שש משזר » מאנטאג אוגוסט 03, 2015 12:55 am

לרגל מספר הודעה האלף שלי.



הלכה למעשה: וויאזוי צו ווערן פון א 'שאינו יודע לשאול' צו א 'חכם'.

ווען ידידינו החוקר הרבני @ראובן שיחי', האט אנאנסירט זיין רעיון פון מאכן א 'למעשה' פראיעקט, בין איך נאכנישט געווען אינעם מקום קדוש בשם 'קאווע שטיבל'. כ'האב ניטאמאל געוואוסט דערפון ווען איך בין יא אנגעקומען אין שטיבל. עד שבא מורינו החכם הרב @יידל שיחי', מיט אן אויפרייס פון א 'למעשה' [לענ"ד דער בעסטער למעשה, און פון די סאמע בעסטע אשכולות אינעם עקזיסטענץ פון קאווע שטיבל]: למעשה 12: דער וועגווייזער פון פארמאכטקייט צו וועלטליכקייט.

דער שטורעם וואס דאס האט אנגעמאכט, דער אפקלאנג וואס האט אפגעהילכט, האט מעיד געווען יותר מאלף עדים אויף צוויי זאכן: די געלונגענקייט פונעם אשכול זיינער בפרט, און דאס וויכטיגקייט פון אזעלכע אשכולות בכלל. וואו מ'זאל אויסשמועסן פאר חברים ידידים מקשיבים, נייע רעיונות, באזירט אויף פאקטן אנשטאטס טעאריעס בלבד.

למעש"ה האב איך דארטן אויך אפגעשריבן א לענגערע תגובה, וואס איז נוגע אהער דריי פונקטן:
א' - מיין הקדמה דארטן, אז כ'בין נישט מסכים צו יעדע ווארט, ס'איז אביסל צו לינק לדעתי. ויש להוסיף על זה, אויב איינער וויל קומען מיט א געדאנק אויף 'למעשה', דארף ער זיין גרייט אריינצונעמען אין זיך א ברייטערע ספעקטרום ווי איין פליגל פון קאווע שטיבל ליינער'ס... שיין עמיר אויסזען אויב מ'וויל איבער מאכן אונזער פארקריפלטע סיסטעם דורך רעדן צום ברייטן המון עם איבער פילמס און זינגערינס...
ב' - מיין ערשטע הערה דארטן, אז ס'איז זיכער נישט קיין מהלך צו מאכן א מהפיכה ביי יעדן איינעם, ס'איז נאר א נחלת הפרט זיך צו עפענען אביסל צו די וועלט. לאמיר מסביר זיין קלארער: איינער האט א פיינע בחור'ל, קענסטו נישט רעדן צו אים וועגן 'ביקורת המקרא'. דאס איז סם המות פאר איינער וואס האט נאכנישט די מינדסטע ידיעות אין יהדות. אודאי און אודאי איז נישטא קיין סיבה אים צו דערציילן וועגן 'טוביה דער מילכיגער'...
ג' - מיין לעצטע הערה דארטן, אז אולי יגיע עת דודים און כ'זאל אויך שרייבן עפעס א 'למעשה'. כ'מיין, ס'האט דאך נישט קיין זינען כ'זאל טומן זיין ידי בצלחת און נישט שרייבן עפעס 'אזאנס-און-אזעלעכס'... כפי מה שנראה לענ"ד.

און טאקע דורך דעם חוט המשולש איז אפירגעקומען מיין 'למעשה', צו באהאנדלן די נושא אויף מער א פרומע וועג, און אודאי מער ווירקזאמע וועג. והלואי ויהיה לתועלת הרבים [הערה חשובה: די חומר וואס כ'האב געוואלט אפשרייבן, נעמט ארום א באשרייבונג לכה"פ פיר מאל אזוי לאנג ווי כ'האב שוין געשריבן, און ע"פ בקשת החברים האב איך מיך אפגעשטעלט אינמיטן ארבעט. וחפץ ה' בידי להצליח בפעם אחרת להשלים מפעל נשגב הלז]. כ'האב דירעקט א נאמען געגעבן פאר מיין אשכול 'הלכה' למעשה, ווייל אנדערש ווי סתם 'למעשה'ס' וואס זענען גאנץ 'כמעשה' אבער זענען נישט עכט גערעדט תכלית 'למעשה' גערעדט... מיין איך אז בס"ד האב איך אראפגעשריבן א 'למעשה' וואס וועט זיין ריכטיג הלכה למעשה, וויבאלד דאס וועט קענען טוישן כמעט א יעדן מענטש באשר הוא שם.


נ.ב. הנני בזה להודיע בשער בת רבים צוויי זאכן:
א' - כאטש לכתחילה האב איך געפלאנט ארויסצוגעבן די גאנצע 'למעשה' פראיעקט אין איין תגובה, איז דאס למעש"ה נישט מעגליך במציאות, ווייל כ'האב שוין געשריבן צופיל, און ס'גייט פשוט נישט ארויף אויף איין תגובה, דערפאר האב איך דאס צוטיילט אין קלענערע תגובות, לויט די נושאים הנידונים, ודו"ק, ובפרט לאור דברי @רויטע וואנצעס כאן.
ב' – כ'וואלט זייער געוואלט אז דער אשכול זאל בלייבן דער ערשטער אשכול פון 'העמק דבר', ומשם לא תזוע, אזויווי @יין שרףאשכול אויף הרב משה וואלפסאן אין 'אנשי שם'. כ'וויל אז יעדער זאל לעולם ועד גלייך קענען צוקומען צו דעם אשכול, ווייל דאס איז א דבר קאי וקיימא וואס קען צונוצקומען לעולם ועד נאכצוזוכן א ספר וכדומה, ודו"ק.
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6645 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14814 מאל

הודעהדורך שש משזר » מאנטאג אוגוסט 03, 2015 12:56 am

דער פראבלעם:

ווי באקאנט הערשט א גרויסער פראבלעם אין אונזער היימישער קאמיוניטי, ביי אולטרא-ארטאדאקסן בכלל און ביי חסידים בפרט, אז מ'איז אזויפיל פארנומען אריינפרעדיגן שיטות, גערעכטע צו נישט, אז מ'פארפעלט צו רעדן פונעם סאמע עיקר: אונזער אידישער ליטעראטור. ליטעראטור מיינט נישט מעשה ביכלעך, ליטעראטור מיינט 'ידיעות', וויסנשאפט. דאס איז כולל אין זיך אלעס מיט וואס אונזער אידישער קולטור איז אזוי באוואוסט פאר טויזענטער יארן: "עם הספר" = דער פאלק וואס האט דאס מערסטע געשריבן, גע'חקרנ'ט, דורכגעטון, און אויפגעטון פאר מענטשהייט, דורכאויס די היסטאריע.

וואס האט אמאל געמיינט ארויסהאבן חכמות מחכמות שונות, פון היסטאריע ביז פיוט, פון דקדוק ביז השקפה, פון אסטראנאמיע ביז מליצה, און פון פילאזאפיע ביז הלכה, איז היינט צוטאגס געצוימט געווארן צו איין זאך: גמ' והלכה. און נאך א זאך, מנהגים פון מיין רבי און דיין רבי, און פארשטייט זיך ארויסהאבן מיין חסידות' שושלת... הקיצור, מיר זענען געבליבן נאקעט, ערום ועריה, ערום מכל חכמה, ערום מכל בגד נאה לתורה.

- וואס ווייסט ער פון באשעפער צו זאגן? אה, ס'דא א מאמר פאר דעם: "כ'בין א נאר און איך גלייב". שפיץ פקחות, אבער ס'ארבעט נישט פאר אייניקלעך פון אדם הראשון וואס האט געמאכט א טועמיה פונעם עץ הדעת.

- וואס ווייסט ער פון די תורה צו זאגן? אה, ס'איז אן ענין צו לערנען נועם אלימלך ביים סעודה, מאור ושמש ביי לכה דודי, און אור החיים הק' ליל שישי. פון א ספר עקידה האט ער קיינמאל נישט געהערט, אריינגעקוקט דערין איז שוין אפגערעדט.

- וואס ווייסט ער פון נ"ך צו זאגן? גארנישט. וואס הייסט?! די 'משכילים' האבן געלערנט נ"ך. נו, מ'קען נאך אינגאנצן אפפארן פון אידישן וועג דורך לערנען די כתבי קודש, ענדערש ליין די בלאט אין פיל דיך אן מיט דברי חכמה פון שש"ט, און ליין די צייטונג פאר מנשה פיליפ'ס פערלווערטער.

- וואס ווייסט ער פון אונזער שפראך צו זאגן? אסאך! אז לשון הקודש איז הייליג און עברית איז טרייף. דקדוק?! ער ווייסט נישט וואס דו ווילסט. שרשים?! ווייסט ער נאר פון הלכות שבת אדער ערלה.

- וואס ווייסט ער פון היסטאריע צו זאגן? אז דער חסיד'ישער רבי איז געווען א מחותן מיט יענעם, און יענער האט זיך געשלאגן מיט דעם, און... צימעס. אז ס'איז געווען דריי ראב"ד'ס האט ער קיינמאל נישט געוואוסט, אז דער צמח צדק פון ליובאוויטש איז נישט דער ערשטער צמח צדק, וואלט ער נישט גע'חלומ'ט. אז ס'איז געווען פינף קרייצ-ציגלער'ס איז צופיל פאר אים, אויב ער ווייסט פון גזירות תתנ"ו איז ער שוין אן עילוי. פון א דריטע בית המקדש וואס איז [כמעט] אויפגעבויט געווארן, דמיונ'ט ער נישט.

- וואס ווייסט ער פון אסטראנאמיע צו זאגן? אז 'כי הוא חכמתכם ובינתכם לעיני העמים', מער פעלט נישט אויס צו וויסן...

און אזוי קען מען אדורכגיין אונזער שרעקליכער איגנארענץ אויף טריט און שריט. אבער דאס אליינס איז נאר ווערט צו זאגן 'נעבעך', דער פראבלעם הייבט זיך אן ווען דער בחור'ל אדער יונגערמאנטשיק עפנט זיך די אויגעלעך, און דאן איז ער כאפרוח שנפקחו עיניו. ער קוקט מיט א תמימות'דיגע בליק אויף יעדע זאך, און קען זיך ע"פ רוב נישט אוועקשטעלן אויף די אייגענע פיס. ער ווערט פארלוירן פון יעדע מחקר וואס ערשיינט פאר זיינע אויגן, און דאס איז שוין ווען ער גייט בכלל אריין אינעם פעלד פון חוקר ודורש זיין.

דער גרעסערער פראבלעם, וואס באציט זיך ליידער צום רוב איז, אז וויבאלד זייער קאפ איז קיינמאל נישט אנגעפולט געווארן מיט עפעס מער צום זאך ווי ענינים אויף עסן פערפל שבת, און די גרויסקייט פון זינגען בצוותא חדא ביי של"ס, און אודאי פונעם יסוד שביסוד: די קאלירטע בעקיטשעס און די בליצנדע לעקטערלעך אויף זייערע קעדילעקס, איז ביי די טיים ער קריכט ארויס פונעם נארע, ווען ער שאקלט אפ פון זיך אונזער היימישער גרויל, שפירט ער א פוסטקייט.

- ער פארשטייט נישט וואס איז דאס גאט, קיין מו"נ טאר מען דאך נישט לערנען, נשמת ישראל ווייסט ער אפילו נישט פון דעם ספר, און מאור עינים [הראשון] האט דאך דער מהר"ל גע'אסר'ט.

- ער פארשטייט נישט די שיינקייט פון אונזער הייליג ריינע שפראך, וויאזוי אירע ווערטער זענען זיך הפלא'דיג מקשר איינע צום צווייטן, די דקדוק התיבות והנקודות.

- ער ווייסט נישט גאנצע שטיקער היסטאריע פון אונזער פאלק. ער האט נישט קיין שום געפיל דערצו.

דער ביטערער תוצאה איז: סיי חברה וואס אינטרעסירט זיי גארנישט חוץ זייער געלעקסי, פארגרעבטע אידן וואס פארשטייען נאר צו קישקע גאלע הערינג, און סיי חברה וואס ווערן גאר פארווייטאגט און גליטשן רח"ל.
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6645 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14814 מאל

הודעהדורך שש משזר » מאנטאג אוגוסט 03, 2015 12:58 am

דער לעזונג:

גראדע איז דער לעזונג דערצו גאנץ גרינג: קונה זיין ידיעות ווען מ'איז נאך יונג, און טאקע אויף א כשר'ן אופן. און אונז קענען דאס אליינס אריינגעבן אין אונזערע קינדער, אויף אן אופן אז ס'זאל נישט דארפן בעקפייערן, און ס'זאל נישט דארפן סותר זיין זיין חינוך אין אונזער פארקאליעטשטן סיסטעם. דער אויפטו איז פשוט, אז ווען א בחור'ל פון 14 יאר אלט ווייסט פונקטליך ווער דער ערוך איז געווען, און ווער ר' משה אבן עזרא [נישט ר' אברהם אבן עזרא] איז געווען, און ווילאנג צוריק האט ר' שרירא גאון געלעבט, און ווער האט גע'הרג'עט דעם מרדכי, וכו' וכו', און ער האט ברייטע ידיעות אין אונזער שפראך, און ער ליינט צאם חקירה ספרים [נישט אין ישיבה...] ארויסצוהאבן גאט, אזא איינער איז 'פראוד' מיט זיין אידישקייט, אזא איינער סיי זוכט נישט צו פאשענען אין כפירה פעלדער, און סיי ער לעבט א געשמאקע לעבן וויסנדיג פארוואס און מיט וואס ער איז א איד.

אבער דער פראבלעם דערמיט איז צווייפאכיג. ערשטנס: רוב פון אונז האבן אליינס נישט גענוג ידיעות, כל שכן אנצופילן דאס קינד. מ'קען דאך ליינען און ליינען און קיינמאל נישט ענדיגן. ס'דארף דאך זיין עפעס א מהלך פון יסודות'דיגע ספרים אויף יעדע מקצוע. צווייטענס: וויאזוי שטעלט מען אויס א ווירקזאמע מהלך, וואס אויסצולערנען פארן קינד, וויפיל, און אפילו וואו מ'קען געפונען די ספרים און ביכלעך זיך אנצופילן מיט אונזער רייכער אידישער אוצר.

דערפאר האב איך מחליט געווען ארויפצושארן דעם ארבל, און דורכגיין אונזער ברכה פון 'וישכון באהלי שם', אונזער גרויסע אוצר פון ספרים בכל מיני מקצועות, וואו כ'וועל צוברענגען יסודות'דיגע ספרים וואס טוען דאס אדורך, אזוי אז יעדער וואס וויל ממלא זיין כריסו ביהדות, האבן ידיעות אין יעדן געביט פון אונזער תורה און פאלק, זאל קענען טרעפן את שאהבה נפשו. באזונדערס האב איך זיך אפגעגעבן מיטן אפירזוכן די ספרים אויפן געוועב [געווענטליך פון היברו בוקס], און אהערברענגען א לינק דערצו, אזוי אז יעדער זאל גלייך קענען ליינען און זיך אנפילן מיט ידיעות בכל מיני מקצועות בעולם היהדות. [במאמר המוסגר: רובם ככולם פון די ספרים זענען אויף לשון הקודש/עברית. ויש בזה משום 'בשיטה', ואכמ"ל...].

וויכטיג איז אנצומערקן, אז כמעט אלע ספרים וואס איך וועל אראפברענגען זענען ספרים וואס זענען בגדר 'על טהרת הקודש', כלומר, ארויסגעגעבן געווארן דורך אידן יראים ושלמים. כאטש אסאך מאל איז דא מער קראנטע חיבורים און מער טיפע מחקרים פון פרייע אדער א.ג. משכילים, און פון זיי נאש איך פערזענליך פאר מיך אליינס, אבער דא האב איך - למרות רצוני וחשקי - מיך צוריקגעהאלטן פון אראפברענגען סיי וועלכע ספר וואס קען ווערן אפגעשטייטשט אלס 'פראבלעמאטיש'. און די סיבה איז צווייפאכיג: א' - כ'וויל אז דאס זאל זיין א דבר השוה לכל נפש [עכ"פ פאר חכמי הקאווע שטיבל]. ב' - והוא העיקר: כ'וויל דאך אז דאס זאל אייגענטליך קענען זיין א נחלת הכלל אפילו פאר ערליכע בחורים, וואס אין יונגן עלטער דארפן זיי אודאי נישט ליינען לינק-גענויגטע ספרים, ווען זיי זענען נאכניטש גענוג רייף דערצו (און אין א געוויסע זין וועט דער אשכול זיי מאכן רייף דערצו, דרוכן עפענען זייער מח צו 'כשר'ע' ספרים בכל מיני מקצועות ביהדות).

נאך א נקודה לסיום: ס'דא וואס האבן ליב היסטאריע, ס'דא וואס קענען נישט פארטראגן היסטאריע. ס'דא וואס ווערן משוגע פאר פיוטים, און ס'דא וועס ווערן משוגע 'פון' פיוטים... מיין רשימה ארוכה וערוכה איז אוועקגעשטעלט געווארן צופרידנצושטעלן יעדן איד וואס האט נאר ליב סיי וואספארא נושא ביהדות, אז יעדער זאל זיך קענען טרעפן דא זיין פלאץ. און בעיקר, יעדער זאל קענען ארויסקומען פון דא 'ותלמודו בידו'. און אודאי דער וואס קען אדורכאקערן אלע ענינים, דאן וועל איך אליינס זיך אויסטון דעם דאשיק פאר אים...

אלזא, געגאנגען.
ראה את הברכה אשר נתתי לפניכם היום:
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6645 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14814 מאל

הודעהדורך שש משזר » מאנטאג אוגוסט 03, 2015 12:59 am

אונזער היסטאריע.

לדעתי איז דאס דער וויכטיגסטער זאך געוואויר צו ווערן, סיי צוליב דעם וואס ס'איז גוט פאר יעדן עלטער [משא"כ חקירה תלוי ברמת השכל וכו'], און סיי צוליב דעם וואס ס'איז נישט שווער צו ליינען, און בעיקר צוליב דעם וואס דורכדעם ווערט מען פארליבט אינעם אייגענעם פאלק, אזוי אז מ'בלייבט אייביג מקושר בעבותות אהבה צום שורש. דערפאר לייג איך דאס ערשט. נאך צוויי נקודות דארף איך מקדים זיין: א' - אויב לייג איך אלעס, הזמן יכלה והם לא יכלו... דערפאר בין איך סך הכל בוחר אין וואס ס'זעט מיר אויס ווי ספרי יסוד אין אידישער היסטאריע [לדוגמא: אויף דעם לינק אליינס, קענט איר זיצן יארן אדורכאקערנדיג אידישער היסטאריע, ביאגראפיעס, ועוד. אבער פארשטייט זיך אז ויקיפידיה באשרייבט נישט אלעס על טהרת הקודש]. ב' - אעפ"כ גיי איך דא אראפברענגען מער ספרים ווי ביי אנדערע נושאים [א שטייגער, פיוט, דקדוק, וכדו'], און די סיבה איז וויבאלד דאס איז סיי א דבר השוה לכל נפש, אנדערש ווי רוב אנדערע מקצועות וואס לאו כל מוחא סביל דא, און סיי צוליב דעם וואס דאס איז סוכ"ס דער יסוד אויף וואס מיר לייגן אונזער גרונדשטיין און איינער וואס האט דאס - איז שוין אין 'גוד שעיפ'. און יעצט לאמיר אנהייבן מיט די רשימה:

  • ספרי יוסף בן מתתיהו הכהן, והמסתעף.
    תחילה למקראי, איז דער 'ספר יוסיפון'. ער באשרייבט דאס אידישע פאלק - בין שאר אוה"ע - פון בריאת העולם ביז נאכן חורבן ביהמ"ק השני, ווען ער האט כלומר'שט געלעבט. אפגעזען צו דער ספר איז פיל מיט שקרים וכזבים, און אפגעזען צו דער מחבר איז יוספוס פלאוויוס = יוסף בן מתתיהו הכהן אדער נישט, איז דאס למעשה כמעט דער ערשטער פונדאמעטאלער ארבעט געמאכט אראפצושרייבן אידישע היסטאריע. ס'איז אן אוצר בלום פון ידיעות, און כמעט דער עלטסטער מקור - כאטש מ'דארף נעמען זיינע ווערטער זייער מוגבל. דאס איז א ספר וואס יעדער מוז אדורכליינען בתורת א'-ב'. ליינט און האט הנאה.

    פון דא דארף מען זיך צוריקציען צום אמת'ן יוסף בן מתתיהו הכהן, וואס האט אפגעשריבן אפאר יסודות'דיגע ספרים איבער כלל ישראל'ס היסטאריע וכו', און דאס איז פשוט אן אומשאצבארער אוצר און ערשטער מקור.
    לאמיר אנהייבן ביים ערשטן און וויכטיגסטן ספר 'מלחמת היהודים', וואו ער באשרייבט די מלחמה צווישן די אידן און די רומיים ביים חורבן ביהמ"ק צוזעענדיג אליינס דעם מצב, ליינט מיט דארשט.
    דערנאך קומט זיין צווייטער ספר 'קדמוניות היהודים', וואו ער דערציילט די היסטאריע פון בריאת העולם ביזן תקופת החורבן. דערנאך איז דא דער ספר 'נגד אפיון' וואס ער האט ארויסגעגעבן אפצופרעגן אנטיסעמיטישע טענות פון ווער עס ווערט באטראכט אלס ערשטער אנטיסעמיטישער מעליל דם - אפיון. דא האט איר דעם חלק א' און חלק ב' פונעם בוך.
    און צום לעצט קומט זיין אוטו-ביאגראפישער ספר 'חיי יוסף' [אדער ווי אנדערע רופן דאס 'תולדות יוסף'], וואס איז אויך א היסטארישע בוך, דא קענט איר דאס ליינען אויף ענגליש.
    און לאמיר פארענדיגן מיט צוויי לינקס צו זיינע ביכער, איבערגעזעצט אויף ענגליש.


  • ספרי רבי יצחק אייזיק הלוי [הורוויץ].
    דער גרויסער חכם וגאון, רבי יצחק אייזיק הלוי, א תלמיד פונעם בית הלוי פון בריסק, אין וואלאזשינע ישיבה, האט ארויסגעגעבן דער ערשטער א הערליכער חיבור פון זיבן בענדער בשם 'דורות ראשונים'. וואו ער גייט אדורך די אידישע היסטאריע פון בריאת העולם ביז סוף תקופת הגאונים, מיט מקורות אויף אלס, א הערליך שיינע ארבעט. זיין מעלה איז אויך מיט דעם וואס ער האט זיך געשלאגן מיט משכילים און אפיקורסים ווי גרעץ און ווייס וואס האבן ארויסגעגעבן זייערע אייגענע היסטאריע ביכער, מיט אן אגענדע ביליג צו מאכן חז"ל וראשונים.
    עד היום הזה ווערן זיינע חיבורים באטראכט פאר מייסטערווערק, והרי הם לפניך:
    חלק א'.
    חלק ב'.
    חלק ג'.
    חלק ד'.
    חלק ה'.
    חלק ו'.
    חלק ז'.
    ולתוספת נופך, זיינע רייכע מכתבים, וואו ער פליקט אויך אריין די משכילים כדבעי: אגרות רבי יצחק אייזיק הלוי.


  • ספרי רבי זאב יעבץ.
    אנדערש ווי דער אגודה עסקן, ר' יצחק אייזיק הלוי, איז דער חוקר המהולל ר' זאב יעבץ געווען א הייסער מזרח'יסט, אבער א פרומער ערליכער איד. ער איז געווען דער ערשטער וואס האט באוויזן אהערצושטעלן דער גאנצער אידישער היסטאריע פון בריאת העולם ביז תקופתו [חובבי ציון], פון א פרומען שטאנדפונקט, דורך נישט ווייניגער פון 14 בענדער מיטן נאמען 'תולדות ישראל'. גראדע איז ריא"ה געווען אביסל צופיצקעט מיט אים איבער שיטות, אבער למעשה איז ר"ז יעבץ אויך נתקבל געווארן - כאטש ער איז א טראפעלע מער לינק גענויגט [למשל, ביים באשרייבן שיין מענדלסאן, אדער ביים באשרייבן חסידות געמיין]. סוף דבר, ס'איז א הערליכער ארבעט וואס איז גוט אדורכצוטון.
    והרי הם לפניך:
    חלק א'.
    חלק ב'.
    חלק ג'.
    חלק ד'.
    חלק ה'.
    חלק ו'.
    חלק ז'.
    חלק ח'.
    חלק ט'.
    חלק י'.
    חלק י"א.
    חלק י"ב.
    חלק י"ג.
    חלק י"ד.
    אין פראיעקט 'בן יהודה', האלט מען אינמיטן איבערטייפן זיין מייסטערווערק, פרק ביי פרק, און ווער ס'וויל עס זען אויף זייער אויסשטעל, איז מכובד בזה.


  • ספרי רבי יהודה דוד אייזנשטיין, דער בעל ה'אוצרות'.
    אנדערש ווי די צוויי פריערדיגע, איז אייזנשטיין מער שנוי במחלוקת צוליב לינקע שיטות. אבער למעשה איז ער געווען אן עכט-פרומער איד, וואס האט זאגאר אליינס געפירט א מערכה אנטקעגן די משכילים בזמנו. אזוי אויך, האט ער געשריבן אויף אן אנדערן קו ווי די פריערדערמאנטע סופרים. ער האט ליב געהאט צו שרייבן 'אוצרות', דהיינו אויף אסאך מקצועות האט ער צאמגענומען היסטארישע חומר, און אזוי האט ער אויסגעפארעמט אינטרעסאנטע ביכער, למעשה איז עס נישט אזוי מדויק ווי די אנדערע מחברים, אבער ער געבט אזא 'סמעש-קורס' אין פילצאליגע ענינים ביהדות, אז ס'איז ווערט דורכצוליינען זיינע ספרים. לאמיר אדורכגיין זיינע 'אוצרות', און זיך באקענען מיט זיינע ביכער.

    זיין גרעסטער ווערק איז בלי ספק זיין 10 בענדער'דיגע 'אוצר ישראל', וואו ער גייט אדורך נעמען פון באוואוסטע רבנים, דינים, און היסטארישע זאכן פון כלל ישראל, ע"פ סדר א-ב כערך אנציקלופדיה.
    חלק א'.
    חלק ב'.
    חלק ג'.
    חלק ד'.
    חלק ה'.
    חלק ו'.
    חלק ז'.
    חלק ח'.
    חלק ט'.
    חלק י'.

    דערנאך קומען זיינע קלענערע אוצרות:
    'אוצר המדרשים' צוויי בענדער, וואו ער ברענגט צאם אלע קלענערע מדרשים'לעך [היבש אינטרעסאנט, מאדנע אנקעדאטן לרחצה]. דא האט איר חלק א', און חלק ב'.
    'אוצר מסעות' - וואו ער ברענגט אלע מסעות וואס אידישע רייזנדע האבן פארשריבן, פארנדיג קיין ארץ ישראל די לעצטע טויזנט יאר [א שטיקל השראה פארן 'מסעות ד'שש משזר'...].
    'אוצר ויכוחים' - א הערליכע ליקוט פון ויכוחים וואס אידישע רבנים האבן אפגעהאלטן במשך די יארן מיט נוצרים, ווי אויך די היסטאריע פון יאשקע ע"פ מקורות ומסורה.
    'אוצר זכרונותי' - א זעלטענער אריינבליק אין זיין פילפארביגן לעבן, דורך א טאגבוך וואס ער האט פארשריבן. פיל מיט היסטארישע ווערטפולע אנקעדאטן.
    ס'דא נאך אסאך אוצרות, אבער ס'גייט מער אריין אין הלכה וכו', נישט אזויפיל אין היסטאריע וידועות שונות ביהדות, ולכן די בזה.


  • ספרי רבי שלמה רוטנברג.
    ר' שלמה רוטנברג האט ארויסגעגעבן א סעט 'תולדות עם עולם'. א גוטע 8 בענדער, געוויסע האב איך אינדערהיים. זיין עיקר מעלה איז, אז ער לייגט אראפ די היסטאריע ע"פ משנת חז"ל, ער ברענגט אפילו אראפ לשונות חז"ל, אזוי אז ס'איז זייער גוט קונה צו זיין זייער השקפה. למעשה האב איך עס נישט געטראפן אנליין בחינם, דא קען מען עס קויפן.


  • ספרי רבי רפאל הלפרין, דער 'שמשון הגיבור' פון אונזער דור.
    ר' רפאל הלפרין איז איינער פון די מערסט אינטרעסאנטע טשיקאווע באשעפענישן וואס האבן געלעבט אין אונזער חרד'ישן חדר. באקאנט אלס דער טשעמפיאן אין שלעגערייען, איז ער באוואוסט געווארן מיטן נאמען 'שמשון הגיבור'. ער איז אויך דער מייסד פון די באוואוסטע 'אופטיקה הלפרין', פון די גרעסטע ברילן געשעפטן אין ארץ ישראל. ער איז אויך דער קאפשטיק פון די שבת בעלל אין ארץ ישראל, וואס אנשטאט ס'זאל סתם פייפן זינגט עס שבת'דיגע ניגונים. וואס איז נישט אזוי באוואוסט איז זיין געוואלדיגע מח, וואס האט אויסגעשפיגן אנציקלופדיות, און הפלא'דיגע חיבורים, אויף א מאסנשטאב. כ'וועל אראפברענגען זיינע חיבורים, און מ'קען אסאך נאשן פון אים.

    די מערסט וויכטיגע ארבעט איז זיין 'אטלס עץ חיים', א פראיעקט פון נישט ווייניגער ווי 16 בענדער, וואו ס'איז אראפגעברענגט געווארן טבלאות און אזעלכע 'ביימער' פון משפחות מפורסמות, וגדולים בתורה, רבנים ותלמידיהם, פון בריאת העולם ביז אונזערע צייטן. אויף אוצר החכמה קען מען זען כמעט אלעס.

    דערנאך קומט דער 'אנציקלופדיה לבית ישראל', פון 20 בענדער, וואו ער האט געמאכט א שיינע ארבעט באשרייבנדיג אלעס איבערן וועלט וואס קען פאראינטרעסירן א חרד'ישער איד, פון א חרד'ישן בליק. פארשטייט זיך אז ס'דא דארטן א צענזור, אבער למעשה איז דאס זייער גוט אויף געוואויר צו ווערן ידיעות פאר א איד, און ס'איז על טהרת הקודש אזוי אז יעדעס בחור'ל קען דאס ליינען. עס געפינט זיך אויף אוצר החכמה.

    נאך אפאר ספרים וואס ער האט געשריבן איז ווערט צו דערמאנען: 'רש"י חייו ופירושיו' - וואו ער באשרייבט אין 4 בענדער די היסטאריע פון רש"י און זיין מהלך אין זיינע פירושים על תנ"ך וש"ס ותשובות. 'במחיצת החזון אי"ש' - זיין קשר מיטן חזון איש [וואס כידוע האט ער זיך אסאך געדרייט ביי אים. און ס'דא קנאקעדיגע בריוון פונעם חזו"א צו אים]. 'זירת חיי' - זיין אויטאביאגראפיע, ער באשרייבט זיין אייגן לעבן. און נאך ספרים וואס אכ"מ. דא קען מען קויפן געוויסע פון זיינע ספרים.


  • פארשידענס = תקופת הגאונים וראשונים.
    די אויבנדערמאנטע, זענען לענגערע מקיף'דיגע ווערק, פון יעצט וועלן מיר אראפברענגען די קלענערע - אבער לאו דווקא ווייניגער וויכטיגע - חיבורים, איבער אונזער היסטאריע. וזאת למודעי, אז ס'איז אוממעגליך אראפצושרייבן אפילו א צענטל פון וואס ס'איז וויכטיג וראוי להיכתב, און אדרבה, יבואו החכמים ויוסיפו משלהם. לאמיר אנהייבן דעם וויכטיגן רשימה:

    ריכטיג איז צו גיין על הסדר, און אנהייבן מיטן 'סדר עולם' [רבה], וואס לויט די גמ' נדה מ"ו ע"ב איז דער מחבר דערפון דער תנא רבי יוסי בן חלפתא. די ראשונים שרייבן שוין אז ער האט געשריבן די יסוד דערפון, און עס איז צוגעקומען שטיקלעך במשך הדורות (כטענת היעב"ץ כלפי ספר הזהר). עס גייט אדורך די סדר הבריאה אויף א כראנאלאגישן אופן ביז תקופת בר כוכבא. ליינט אויך דא איבער דעם השתלשלות הספר. דא קענט איר ליינען דעם ספר זעלבסט מיט א הערליכע הקדמה אדורכצוטון דעם ספר.

    שפעטער איז צוגעקומען דער 'סדר עולם זוטא', און ס'איז נישט קלאר ווער דער מחבר דערפון איז. בין כך ובין כך גייט ער אויך אדורך די סדר הבריאה ביז אנהייב תקופת הגאונים. דא קענט איר עס ליינען.

    ווייטער איז באוואוסט דעם 'איגרת דרב שרירא גאון'. רב שרירא, דער טאטע פונעם לעצטן גאון - רב האי גאון, האט אראפגעשריבן אביסל פון די סדר הדורות, השתלשלות התורה שבעל פה, ועוד כמה דברים חשובים, און א בריוו. דא קענט איר ליינען זיין היסטארישער בריוו. דא האט איר צוויי נוסחאות פון זיין בריוו.

    ארום הונדערט יאר נאכן פטירה פון רב שרירא גאון, איז געבוירן דער גרויסער הוגה דעות און פילאזאף, היסטאריקער און אסטראנאמיקער, רבי אברהם אבן דאוד. ער ווערט באצייכנט אלס דער ראב"ד הראשון. בעצם איז ער מער מפורסם מיט זיין פילאזאפישע ספר אבער אכ"מ [נאר ביי ספרי חקירה ופילוסופיה]. ער האט אויך ארויסגעגעבן א ספר בשם 'ספר הקבלה', וואו ער גייט אויך אדורך אידישער היסטאריע אויף א כראנאלאגישן אופן פון בריאת העולם ביז תקופת הראשונים. ער פארלייגט זיך אויך צו אפפרעגן די קראים [וואס זענען געווען א גרויסע כח אין יענע תקופה]. ער איז דער מקור צום באקאנטן אגדת 'ארבעת השבויים', וואס האט געצויגן שאלות איבער איר שייכות מיטן מציאות. דא קענט איר ליינען דעם גאנצן ספר הקבלה.

    צום לעצט דארף מען דערמאנען דעם טשיקאוון ספר/מדרש/אגדה, דער 'ספר הישר', וואס קיינער ווייסט נישט ווער דער מחבר איז, און ווי באגלייבט דאס איז [דער חיד"א אין שם הגדולים איז אויך מסופק בהימנותו], אבער ראשונים ברענגען דאס שוין אראפ. דער ספר איז א ליקוט פון מאדנע מעשיות וואס זענען געשען פון בריאת העולם ביז תחילת תקופת השופטים. דא קענט איר ליינען מער איבער דעם [ועיי"ש בהערות]. און דא קענט איר ליינען דעם ספר זעלבסט.


  • פארשידענס = תקופת האחרונים.
    דער גרויסער חוקר, פילאזאף, היסטאריקער, רב, און אסטראנאמיקער, רבי אברהם זכות, איז געווען א תלמיד פונעם בארימטן גאון רבי יצחק אבוהב, מגולי ספרד. זיינע אסטראנאמישע ידיעות האבן אים קונה שם געווען אפילו אין די גוי'אישער וועלט. לענינינו, האט ער מחבר געווען דעם 'ספר היוחסין', וואו ער גייט אויך אדורך דעם היסטאריע והשתלשלות התורה פון בריאת העולם ביז זיינע צייטן. ליינט מיט הנאה.

    אפאר יאר נאך ר"א זכות'ס פטירה, איז געבוירן געווארן רבי גדליה בן יוסף אבן יחייא. ער האט ארויסגעגעבן א ספר מיטן נאמען 'שלשלת הקבלה', וואו ער באשרייבט אויך די היסטאריע פון בריאת העולם עד תקופתו, צולייגנדיג פארשידענע אינטרעסאנטע מעשה'לעך. זיין ספר איז שנעל געווארן א דבר השנוי במחלוקת, טרעפנדיג בתוכו מאדנע זאכן, און אפענע טעותים, אזש דער חיד"א רופט דעם ספר בשם 'שלשלת השקרים', און דער צמח דוד [זע נעקסטן ספר] זאגט אויך אז ער שרייבט פיל מיט שקרים (אבער ברענגט גענצעטע שטיקער פון זיין ספר). למעשה איז דאס אבער אינטרעסאנט, און אפשר טאקע צוליב די שערורי'... דא קענט איר ליינען דעם ספר.

    אביסל שפעטער איז אפירגעקומען רבי דוד גאנז. אליינס א תלמיד פון מהר"ל, איז ער געווען א ריז אויך אין וועלטליכע חכמות. פארקערפערנדיג אין זיך חכמת המאטעמאטיק, דזשיאגראפיע, אסטראנאמיע, און היסטאריע. זיין ספר אויף היסטאריע - אפיציעל בעידוד המהר"ל, בשם 'צמח דוד', איז צוטיילט צווישן אידישע היסטאריע און וועלטליכע היסטאריע [א חידוש פאר א היימישער...], און איז בשעתו געווען גאר פאפולער עפענענדיג א פתח צו פרישע ידיעות. דא קענט איר ליינען זיין ספר.

    ווייטער איז דא א ספר פונעם קאהיר'ן רב, רבי דוד קונפורטי [וואס האט געלערנט א שטיק צייט בישיבתו של המהר"י בירב]. ער האט אויך באשריבן פריערדיגע היסטאריע, אבער בנוסף לזה געבט ער א היסטארישע בליק אויף די גדולי ישראל אין די דורות בעפאר אים. דא האט איר זיין ספר 'קורא הדורות'.

    פון די סאמע וויכטיגסטע היסטאריע ספרים, שטייט מיט שטאלץ דער 'סדר הדורות' פון רבי יחיאל עפשטיין, דער מינסקער רב. מיט דריי בענדער גייט ער אדורך די היסטאריע, אין חלק א' - היסטאריע פון בריאת העולם, לרבות וועלטליכע היסטאריע, אין חלק ב' - מחברים פון ספרי יהדות ווערן באשריבן, עד לתקופתו, אין חלק ג' - תנאים ואמוראים, זייערע נעמען און היסטארישע באמערקונגען, און וואו זיי ווערן אראפגעברענגט אין ספרות חז"ל. ער ווערט באצייכנט ווי איינער וואס האט געמאכט פון די געלונגענסטע ארבעט אין די אידישע היסטאריע [כאטשיג אפילו אויף זיינע ווערטער קען מען זיך צומאל דינגען].

    דערנאך קומט דער חיד"א מיט זיין 'שם הגדולים', חלק א' - מערכת סופרים, אדורכגייענדיג די היסטאריע גדולי ישראל פון סוף תקופת הגאונים ביז זיין צייט, חלק ב' - מערכת ספרים, מחברים פון ספרי יהדות ווערן באשריבן עד תקופתו. אין אתר דעת, קען מען ליינען דעם גאנצן חיבור פריש איבערגעזעצט, עם הוספות ופירושים וכו'. אז מ'רעדט שוין פונעם חיד"א, דארף מען דערמאנען זיין אנדערע אינטרעסאנטע ספר 'מעגל טוב', וואו ער באשרייבט זיינע מסעות איבער'ן וועלט - זייענדיג א שד"ר פון יושבי ארץ ישראל - מיט גאר אינטרעסאנטע דעטאלן איבער די אידישע איינוואוינער און זיינע אבזערווירונגען, און איז ווערט א בליק.


  • פארשידנס = אונזער תקופה.
    פון די שענסטע חיבורים אין אונזער צייט, שיינען ארויס די מייסטער ווערק פון הרב אהרן היימאן. אליין א תלמיד פונעם נצי"ב אין וואלאזשין, איז ער געווען א ת"ח מופלג, און איז שפעטער געווארן דער אומאפיציעלער הויפט רב אין לאנדאן. אלס ידען נפלא וחוקר גדול בהיסטאריע, האט ער ארויסגעגעבן דעם פונדאמענטאלן ווערק 'תולדות תנאים ואמוראים' אויף דריי בענדער, וואו ער גייט אדורך אלע תנאים ואמוראים וואס ווערן דערמאנט אין חז"ל, מיט זייער גאנצער תולדות החיים באזירט אויף די ווערטער פון חז"ל בכל מקצועות התורה. ס'הייסט נאך עד היום פון די שטערקסטע חיבורים אין דעם געביט.
    דא האט איר זיין הערליכן חיבור:
    חלק א'.
    חלק ב'.
    חלק ג'.
    אז מ'רעדט שוין פון דעם איד, איז נישט שייך נישט צו דערמאנען זיינע אנדערע מייסטער ווערק 'תורה הכתובה והמסורה', און 'בית ועד לחכמים', אבער זיי באלאנגען במקום מיוחד [מקרא, גמ'], ואי"ה ימצאו שם. לאמיר צוענדיגן מיט זיין שיינע חיבור 'פתשגן הכתב' אויפן אויבנדערמאנטן 'אגרת דרב שרירא גאון', וואס איר קענט ליינען דא.

    דערנאך איז דא דער 'אנציקלופדיה לחכמי התלמוד והגאונים', צוויי בענדער, און 'אנציקלופדיה לתולדות גדולי ישראל' [פון תקופת הראשונים עד ימינו אלה], פיר בענדער. וואס איז ארויסגעגעבן געווארן דורך א חבורה פון חוקרים, בראשות ד"ר מרדכי מרגליות, גראדע א פרומער - כאטש נישט קיין היימישער. דעם אנציקלופדיה פאר חכמי התלמוד האב איך נישט געטראפן אנליין, כאטש כ'האב ביידע אינדערהיים, אבער לאמיר געבן דעם אנציקלופדיה לתולדות גדולי ישראל [אבער לידיעתכם: געוויסע משכילים וועלן דארט באשריבן ווערן].
    ליינט די אנציקלאפעדיע:
    חלק א'.
    חלק ב'.
    חלק ג'.
    חלק ד'.

    און צום לעצט וויל איך דא ברענגען א סדר הדורות המקוצר, וואס איז אייגנטליך א 'סמעש-קורס' אין אידישער היסטאריע, אדורכגייענדיג אלע יארן פון בריאת העולם ביז יעצט, מיט אלע וויכטיגע פאסירונגען אין דער אידישער היסטאריע. שטארק רעקאמענדירט פאר איינער וואס וויל שנעל געוואויר ווערן בקיצור נמרץ די יסודות פון אונזער עבר.

    ולקינוח סעודת ההיסטוריה: דאס מוזט איר זען, און אדורכגיין גרונטליך.
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6645 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14814 מאל

הודעהדורך שש משזר » מאנטאג אוגוסט 03, 2015 1:00 am

אונזער שפראך.

אונזער שפראך - לשון הקודש, הלשון העברית, איז לויט חז"ל די שפראך מיט וואס דער באשעפער האט באשאפן די וועלט, און די מענטשן האבן גערעדט ביי בריאת העולם. בין כך ובין כך, איז דאס א הערליכע שפראך בתכלית הקיצור. כידוע, איז נישטא קיין אומאיידעלע אויסדריקן אין די אריגינעלע לשון הקודש, צוליב איר הייליגקייט [וז"ל הרמב"ם במורה נבוכים ח"ג פ"ח: יש לי גם הנמקה מדוע נקראת לשוננו זאת בשם 'לשון הקודש', ואל נא יחשבו שאלה דברים בטלים מצדנו או טעות. אלא זאת אמת, כי בלשון המקודשת הזאת לא נקבע כלל שם לאיבר המשגל, לא של הגברים ולא של הנשים וכו']. דאס איז דער שפראך מיט וואס דער אייבערשטער האט געגעבן דער תורה, און דער שפראך וואס איז געשריבן אין תורה. דורך דעם שפראך איז ערמעגליכט געווארן פאר אידן אוממעטום זיך צו פארבינדן איינער מיטן צווייטן, און דורך דעם שפראך איז אויפגעלעבט געווארן די פעלד פון מחקר, שירה, ועוד, די לעצטע פאר הונדערט יאר. אבער דאס אלס איז נאר א הקדמה צו וואס אונזער שפראך פארמאגט באמת אין זיך:

  • די תכונה פון יעדן אות.
    אין לשון הקודש געפינען מיר א געוואלדיגע קונצליכע פארבינדונג פון די ווערטער. די שרשים פון די ווערטער קענען זיין איינס, און ווי צווייגן וואס קומען ארויס פון א בוים צוטיילן זיך די ווערטער אין אנדערע באדייטן, אבער דער שורש וועט זיין דער זעלביגער [למשל: קבר-רקב]. אזוי אויך, איז דא געוויסע אותיות צייגן אויף פארמאכטקייט און געוויסע אויף ברייטקייט, וכו' [למשל: די אות פ' וועט ווייזן א 'פריצת דרך', אפנקייט. למשל פרץ, פלל, פצח, פרם, פרש, פרח. ודו"ק בכל זה]. עס איז זייער אינטרעסאנט זיך צו באקענען מיט די יסודות האותיות והתיבות פון אונזער שפראך, סיי ווייל דורכדעם קען מען עווענטועל שרייבן קלאר וכ"ש פארשטיין קלאר וואס איז געשריבן אין לשה"ק, און סיי ווייל דורכדעם ווערט מען פארליבט אין אונזער שיינעם שפראך, א זאך וואס איז גוט פאר יעדער וואס וויל זיין שטאלץ צו זיין א איד וואס רעדט זיין אייגענעם שפראך.

    אויפן וועבזייטל 'להבין' האב איך געטראפן אפאר מאמרים אונטערן קעפל 'נפלאות לשון הקודש' וואס זענען גוט פאר 'אנהייבער'ס', צו כאפן דעם געדאנק וויאזוי געוויסע ווערטער האבן א שייכות דורך האבן די זעלבע אותיות אין זיך מיט אן אנדערן אויסשטעל [וכנ"ל, כגון קבר-רקב]. זיי האבן דארטן פארשידענע קאפיטלעך, נישט אלע זענען אינטרעסאנט, בדרך כלל - וואס שפעטער אלס בעסער. ווייטער האבן זיי דארט א שיינע מדובר איבער אלע אותיות, וואס זייער באדייט איז, וועלכע תכונה וכדומה עס קומט צו פארטרעטן, ושמו יקבנו 'עולם האותיות'. גייט אדורך אלע אותיות, און ווערט געוואויר גאר אינטרעסאנטע ידיעות איבער אונזער שפראך.

    אויך איז באוואוסט, אז על פי קבלה איז יעדע נאמען משפיע אויפן מענטש געוויסע כוחות און תכונות הנפש. דער סיבה דערצו איז לויטן אויבנדערמאנטן כלל אז יעדע אות איז מרמז אויף געוויסע אנדערע נקודות, און פון די אותיות מיט וואס דער נאמען איז צאמגעשטעלט שטעלן זיך אוועק זיינע תכונות הנפש. כ'האב געטראפן א מאמר איבער דעם, בשם 'סוד אותיות לשון הקודש'. גיימער ווערן 'מקובלים'...

    באקאנט אין דעם פעלד זענען אויך הגאון רבי שמשון רפאל הירש זצ"ל, און בימינו אלה הגאון רבי אביגדור מיללער זצ"ל, וואס אסאך פון זייערע דרשות און געדאנקען האבן זיך געדרייט ארום דעם יסוד אז די אותיות זענען זיך מתחלף און קומען מיסודן פון איין שורש. און זייערע ספרים זענען פארהאן א געוואלד פון אזעלכע משלים און רעיונות.


  • דקדוק האותיות והתיבות.
    בעצם נאכן ארויסהאבן די סוד פון יעדן אות פאר זיך, דארף מען ארויסהאבן די מהלך פון די ווערטער. והיא היא הנקראת 'חכמת הדקדוק'. אבער נאכן אראפשרייבן די חומר אויף דקדוק האב איך געזען אז עס איז ווערט א קעפל פאר זיך [דוגמת 'היסטאריע'], ולכן עיין בסמוך ותדרשנו משם.


  • צורת האותיות/כתב אשורי.
    איבער די צורת האותיות פון אונזער שפראך, די אותיות הא-ב, טוט זיך אויף טישן און בענק. אנגעהויבן פונעם שאלה צו ס'האט א קדושה, אויב יא - וועלכע צורה רעדט מען פון, כתב אשורי, כתב עברי, אפילו אונזער כתב?! [מאנכע טענה'ן, אז היינט צוטאגס קען מען זען דורך טעכנאלאגיע, וויאזוי די אות וואס קומט ארויס פונעם מענטשנס מויל, מאכט אזא וואריבאציע אין די לופט וואס שטעלט זיך אויס ווי די צורת האות. א ראי' פאר די קדושת האותיות. דאכצעך מיר אז אויף הידברות קען מען זען ווידעא'ס דערפון]. און בכלל, צו קומט נישט דער צורה פון אנדערע מקורות? און פארוואס האט מען געטוישט פון כתב עברי צו כתב אשורי? וואס איז פשט פון די פינף 'ענדע'ס' - מנצפ"ך? א.א.וו. איך קום נישט געבן א שיעור אין די ענינים, איך קום סך הכל ברענגען מראה מקומות. און סתם אזוי איז אויך גוט זיך אויסצולערנען די אלטע כתב עברי, און די פאר וועגן פאר כתב אשורי מיט וואס מ'שרייבט א ס"ת.

    לאמיר קודם אראפברענגען די פארשידענע אנדערע צורות פון אונזער אלפאבעט. דא טוטס אביסל אדורך די אלטע 'כתב עברי', וואס די אלטע שקלים, כתבים, איינגעקריצטע שטיינער, זענען ע"פ רוב געשריבן מיט דעם. דערנאך גייטס אריבער צום היינטיגן כתב, און בעיקר - די כתב מיט וואס מ'שרייבט א ס"ת - 'כתב אשורי/סת"ם'. דא קענט איר דאס אדורכטון, און פארגעסט נישט אדורכצוגיין די נושא פון 'תגים'.

    ווייטער איבערן היסטאריע פון די היינטיגע הייליגע כתב אשורי, וואס לויט חז"ל איז די תורה געגעבן געווארן אזוי, און אזוי אויך די מושג פון 'אותיות מנצפ"ך', קענט איר אדורכטון דעם ספר 'היחש לכתב אשורי', פון הרב יעקב בכרך, וואס דער מהר"ץ חיות געבט דערויף א הסכמה וואס באשטייט בעיקר פון אייגענע מחקרים איבערן נושא. אזוי אויך איז דא א ספר פון הגאון החוקר האלקי רבי שאול מורטרה אבד"ק אמסטערדאם [ארום 400 יאר צוריק] בשם 'גבעת שאול' [כ'האב עס אינדערהיים], און אין דעם מאמר טוט ער אויך אדורך דעם נושא.

    ווידער איבער די סודות וואס יעדע אות באהאלט, איז פארהאן די באוואוסטע ספר המיוחס להתנא רבי עקיבא, בשם 'אותיות דרבי עקיבא', און אזוי אויך איז פארהאן א 'מדרש אלפא ביתות'. דא קענט איר זען דעם אותיות דר"ע, און דא קענט איר זען דעם אותיות דר"ע און מדרש אלפא ביתות אין איין באנד, ארויסגעגעבן דורכן באוואוסטן חרד'ישן חוקר רבי שלמה אהרן ווערטהיימער [וואס איז ווערט אן ארטיקל פאר זיך. ער איז דער ערשטער וואס האט באקאנט געמאכט דעם היינט ברייט בארימטער 'גניזת קאהיר']. ולקינוח, דא האט איר א קורצע מאמר'ל איבער דעם. דאס איבעריגע, האט שוין צוטון מיט די מבנה האותיות וואס איז שוין פריער אויסגעשמועסט געווארן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך שש משזר אום מאנטאג אוגוסט 03, 2015 1:13 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6645 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14814 מאל

הודעהדורך שש משזר » מאנטאג אוגוסט 03, 2015 1:02 am

חכמת הדקדוק [ותרגומים].

ווי באקאנט איז דא א ריזיגע פעלד - היבש נאכגעלאזט ביים כלל, און ביי חסידים בפרט [גאר 'בשיטה'] - פון 'דקדוק'. די קונץ פון ארויסהאבן וויאזוי צו ספעלן א ווארט, ווען צו שרייבן אזוי און ווען צו שרייבן אזוי, די ניקוד און דגושים, חסרות ויתירות, איז אמאל געווען איינער פון די ברייטסטע פעלדער און נושאים וואס אונזערע סאמע גרעסטע גדולי הדור זענען געזעצן דערויף און גע'חקרנ'ט בכובד ראש. ריזן מחלוקות האבן זיך אפגעשפילט צווישן די תורה ריזן, איבער געוויסע יסודות אין תורת הדקדוק. ס'איז געווען א תורה שלימה בפני עצמה, וואס היינט צוטאגס ווייסט מען נישט דערפון, צוזאמען מיט די נעמען פון די גאונים וואס זענען געזעצן דערויף. א שטייגער ווי רבי יהודה חיוג'[שוין אמאל געהערט פון אים?...]. כמובן איז שווער זיך אראפצושטעלן מסביר זיין דא די טיפע חילוקים און שיטות, און כ'וועל נאר אראפברענגען די גרויסע נעמען מיט זייערע הפלא'דיגע חיבורים בנושא דקדוק והמסתעף, און ווער ס'וויל קען זיך דא געפינען דאס פלאץ, לויט זיין יכולת. אזוי אויך האבן אסאך פון זיי זיך אפגעגעבן מיט מפרש זיין יעדע ווארט וואס דאס מיינט, און מחבר געווען כעין 'תרגומים', און דאס וועט אויך אי"ה אראפגעברענגט ווערן דבר דבר על אופנו.

  • ספרי רב סעדיה גאון [הרס"ג].
    דער גאו"ן מופלג [תרתי משמע], רב סעדיה גאון, ראש ישיבת סורא בבבל, איז געווען א בקי נפלא אין אן א שיעור מקצועות. אן אויסגעצייכענטער שרייבער, פילאזאף, אסטראנאם, פייטן ומדקדק, ועוד היד נטויה. דאס האט אים אוועקגעשטעלט אין די היסטאריע אלס איינער פון די אידישע גרעסטע גדולי ישראל פון אלע צייטן. אין א געוויסע הינזיכט ווערט ער פאררעכנט אלס דער ערשטער מדקדק, זייענדיג דער ערשטער צו שרייבן ספרים חוקר צו זיין דעם שפראך 'לשון הקודש'. זיינע ספרים 'ספר האגרון', 'צחות לשון העברים', ועוד, האב איך נישט געזען אנליין, אבער פון זיינע ספרים עה"ת זעט מען אויך גענוג זיין כח אין דקדוק.


  • ספרי דונש בן לברט און זיין בר פלוגתא מנחם בן סרוק.
    די צוויי בארימטע מדקדקים, דונש און בן סרוק, זענען געבוירן אין זעלבן יאר. דער ערשטער אין בבל און דער צווייטער אין שפאניע. דונש איז געווען א תלמיד פונעם רס"ג [און לויט מאנכע - זיין אייניקל], און דאס גייט שפעטער גורם זיין ביטערע מחלוקות צווישן אים און בן סרוק [וואס רש"י ברענגט אראפ אסאך מאל]. די וואס האבן שוין געהערט פון דונש און זיין כח אין פיוט, קענען אים פונעם זמר 'דרור יקרא' וואס איז זיין א שטיקל. ווייניג ווייסן אז ער איז אויך דער מחבר פונעם פיוט 'דוי הסר' וואס מ'זאגט ביי יעדע שבע ברכות ביים בענטשן. עכ"פ מנחם בן סרוק איז אנגעקומען קיין קארדאווע [אויך אין שפאניע], ע"פ בקשת רבי חסדאי אבן שפרוט [איינער וואס איז בעצם ווערט א שמועס פאר זיך. אי"ה ביים קאפיטל אויף 'פיוט'], און אביסל שפעטער איז דונש אויך אנגעקומען אהין צום איינלאדענונג פון אבן שפרוט.

    מנחם בן סרוק האט דארט ארויסגעגעבן זיין פונדאמענטאלן ווערק, דער ערשטער מילון-דיקשענערי אויפן שפראך 'לשון הקודש', בשם 'מחברת מנחם'. דא קענט איר עס ליינען. אין זיין חיבור האט ער צומאל אנגעגריפן שיטות פונעם רס"ג, און דאן איז דונש ארויס קעגן אים בכל התוקף מיטן 'תשובות דונש בן לברט', און באשולדיגונג אים מיט שרייבן נגד דברי חז"ל, האט ער גורם געווען אז שפרוט האט ארויסגעווארפן בן סרוק פון שטאט אויף שבת. דא וויינט זיך בן סרוק אויס צו שפרוט, און דא שרייבט דונש א שיר לכבוד שפרוט'ן. דא האט איר גאר די תולדות 'רבי דונש בן לברט', מיט אסאך הפלא'דיגע שירים זיינע.

    דאס האט גורם געווען א ביטערע מחלוקת וואס איז אנגעגאנגען הונדערטער יארן, צווישן די מצדדים מיט דונש און די מצדדים מיט בן סרוק. דא קענט איר ליינען די צוויי זייטן פון די מטבע, בשם 'תשובות תלמידי מנחם ותשובות תלמידי דונש'. דונש האט אליינס משיג געווען אויפן רס"ג'ס כללים אין דקדוק, בספרו 'תשובות דונש על הרס"ג', אויף וואס דער אבן עזרא האט אפגעענטפערט מיט זיין ספר 'שפת יתר'. איך געב אייך צוויי ווערסיעס פון זיין ספר. ווייטער האט דער רבינו תם אפגעענטפערט דונש'ס טענות, אויף וואס דער רד"ק'ס פאטער, רבי יוסף קמחי, האט צוריקגעענטפערט אין זיין 'ספר הגלוי'. דא קענט איר עס ליינען [עיעו' בסמוך על משפחת קמחי].


  • ספרי רבי יהודה חיוג' און זיין [אומאפיציעלער] תלמיד רבי יונה אבן ג'נאח.
    א דור נאך דונש און בן סרוק, האט געלעבט רבי יהודה חיוג' וואס איז דער קאפשטיק פון דעם אז יעדע שורש פון א ווארט באשטייט מאקסימום פון דריי אותיות. דא זענען זיינע ספרים צאמגענומען געווארן.

    זיין תלמיד איז דער מערסט בארימטער מדקדק במשך כמה דורות, רבי יונה אבן ג'נאח, וואס האט ארויסגעגעבן הערליכע חיבורים אנגעהויבן מיט זיין 'ספר ההשגה' מיט השגות אויף די פריערדיגע מדקדקים, און בעיקר מיט זיינע געוואלדיגע ארבעט פון 'ספר השרשים', און 'ספר הרקמה' וואס איך געב אייך אויף צוויי מהדורות. אזוי אויך איז דא א 'פירוש לכתבי הקודש' וואס איז ליקוט פון אלע זיינע פירושים אויף ווערטער אין תנ"ך פון וואס מ'קען אויך געוואויר ווערן אן א שיעור ידיעות אין דקדוק.


  • ספרי רבי אברהם אבן עזרא [ראב"ע], און זיין [זיך זעלבסט-דערקלערטער] תלמיד רבי שלמה פרחון.
    איינער פון די גאר בארימטע פערזענליכקייטן אין דור שכולו חכמים, איז דער גרויסער מפרש, אסטראנאם, אסטראלאג, מאטעמאטיקער, פילאזאף, און מדקדק, רבי אברהם אבן עזרא. אין זיין חיבור על התורה [אין געוויסע ספרים פון נ"ך] זעט מען גלייך זיין גרויסע כח אין דקדוק, אבער ער האט אליינס געשריבן אפאר חיבורים אויף חכמת הדקדוק, וביניהם 'יסוד מספר', 'ספר היסוד', 'ספר צחות', 'מאזני לשון הקודש', וואס דא האט איר דאס אין א צווייטן דרוק (פונעם רוו"ה), און 'שפה ברורה'. אגב, ער האט זיך אויך אפגעגעבן איבערצוטייטשן דעם חיבור פון רבי יהודה חיוג' הנ"ל. דא האט איר א חיבור פונעם חוקר בכר אויף 'רבי אברהם אבן עזרא המדקדק'.

    אביסל שפעטער האט געלעבט רבי שלמה פרחון, וואס איז מעיד אויף זיך אז ער איז א תלמיד פונעם אבן עזרא, און ער האט געשריבן א מייסטערהאפטיגן ווערק בשם 'מחברת הערוך', וואס איז כולל אין זיך צוויי חלקים, חלק א' - דקדוק, חלק ב' - שרשים.


  • ספרי הרד"ק ומשפחת קמחי.
    יעדער פון אונז האט שוין זיכער געזען א שטיקל רד"ק אויף נ"ך, אן וועם מיר קענען זיך כמעט נישט אן עצה געבן. ווייניג ווייסן אז דער רד"ק איז שוין געווען דער דריטער אין דער בארימטער משפחה, צו טון אינעם נושא פון דקדוק ופירוש על המקרא. זיין טאטע, רבי יוסף קמחי, האט שוין עוסק געווען דערין, און אזוי אויך דער רד"ק'ס עלטערער ברודער, רבי משה קמחי. לאמיר דורכגיין דעם שושלת המדקדקים ומפרשים, מיט זייערע ספרים.

    דער פאטער, רבי יוסף קמחי, איז געווען א בארימטער מדקדק בשעתו וואס האט אויך אפגעשריבן א פי' על המקרא, פון וואס גאר ווייניג איז געבליבן און געדריקט געווארן[כאטש ער ווערט כסדר אראפגעברענגט אין זיין זונ'ס - דער רד"ק'ס - חיבורים]. צוויי חיבורים אויף דקדוק זענען פארבליבן: 'ספר זכרון', און דער פריער-געברענגטן 'ספר הגלוי' [עי' לעיל בסוף פרק 'דונש ובן סרוק']. ער האט איבערגעלאזט צוויי קינדער, רבי משה, און רבי דוד וואס איז געווען א תלמיד פון זיין עלטערן ברודער רבי משה.

    רבי משה קמחי האט אויך איבערגעלאזט עטליכע בארימטע חיבורים אויף דקדוק, ווי 'מהלך שבילי הדעת' [אויף וואס רבי אליהו בחור, א פערזענליכקייט באשריבן צו ווערן שפעטער, האט געשריבן א פירוש], און 'שכל טוב' [כ'האב געטראפן א ספר 'שכל טוב' אויף דקדוק, המיוחס לרבי משה - א פלומעניק פון רבי מנחם בן שמעון מפוסקיירא, וואס דער רבי מנחם איז געווען א תלמיד פון רבי יוסף קמחי הנ"ל. אפשר איז אריינגעפאלן ערגעץ א טעות אינעם ריכטיגן זהות פון מחבר הספר שכל טוב]. אזוי אויך איז דא געוויסע ספרים על המקרא וואו מ'זעט אויך זיין כח אין חכמת הדקדוק.

    פארשטייט זיך אז צום לעצט קומט מען צום עיקר: דער רד"ק - רבי דוד קמחי, וואס זיינע ספרים סיי אויף דקדוק בכלל און סיי אויף נ"ך בפרט, זענען געבליבן וועלט בארימט און ברייט באנוצט עד ימינו אלה. צווישן זיי ציילט זיך דער 'מכלול' להרד"ק, וואס באשטייט פון צוויי חלקים, חלק א' -דקדוק, חלק ב' - שרשים. אזוי אויך איז דא דער ספר 'עט סופר', וואס טוט אויך אין די מסורה בכתיבת ס"ת וכו'. אינטרעסאנט איז אויך אנצומערקן, אז סיי דער טאטע און סיי דער זון האבן געשריבן אויך שירים, און ביידע האבן מחבר געווען א ספר אפצופרעגן די נוצרים, אבער אכ"מ.


  • ספרי רבי אליהו בחור.
    די וואס האבן שוין געהערט פון רבי אליהו בחור, ווייסן אז מ'רעדט פון א שעפערישער שרייבער און דענקער, און 'בחור הזעצער', פון איטאליע. ווייניג ווייסן אז ער איז א היימישער געבוירענער אין דייטשלאנד וואס אדאנק דעם האט ער גאר געשריבן ביכער אין אידיש, צווישן זיי נאוועלן און ראמאנטישע ביכער איבערגעזעצט פון גוי'אישע מקורות. אדאנק איינע פון די מעשה ביכלעך אויף אידיש, וואס ער האט א נאמען געגעבן 'בבא ד'אנטונא', האט א יעדע נאוועל געהייסן א 'בבא-בוך', און פון דארט איז נשתרש געווארן די ווארט 'באבע מעשה'... געלעבט האט ער בערך בתקופת גירוש שפאניע [ארום 500 יאר צוריק], און זיין אור-אור-אור [כ'ווייס נישט וויפיל מאל] איז דער היינטיגער ענגלישער פרעמיער מיניסטער 'David Cameron'. במשך הדורות האבן אסאך חוקר געווען דעם מאדנעם פערזענליכקייט זיינע, דא האט איר א בוך אויף אים בשם 'תולדות אליהו התשבי', וואס דער באקאנטער חוקר באבער האט ארויסגעגעבן.
    עכ"פ צוריק צום ענין: ער איז געווען א גרויסער מדקדק ובקי בלשון הקודש ולשון הארמית, און צוליב דעם האט ער ארויסגעגעבן א שיינע פאר ספרים אדורכצוטון די ווערטער, און עד היום הזה זענען זיינע ספרים ברייט באנוצט און ווערן כסדר איבערגעדריקט. לאמיר אראפברענגען זיינע חיבורים, 'ספר התשבי', 'ספר הבחור', 'מסרת המסורת', 'ספר הרכבה', און צום לעצט: זיין ספר אויף אראמישע תרגום [וואס 'אראמיש' פארדינט בעצם א באזונדער קאפיטל], 'ספר מתורגמן'. ווי אויבנדערמאנט, האט ער אויך געשריבן א פירוש אויפן דקדוק ספר 'מהלך שבילי הדעת' פון רבי משה קמחי.


  • ספרי רבי שלמה זלמן כ"ץ-הנאו (רז"ה).
    רבי שלמה זלמן הענא [גערופן: רז"ה], האט געלעבט איבער 300 יאר צוריק, און איז געווען פון די חשוב'סטע מדקדקים אין די מער לעצטיגע תקופה. ער האט געשריבן א שיינע פאר ספרי דקדוק זייענדיג מחדש שיינע ענינים בדקדוק, ער האט באוויזן צו כאפן פונעם יעב"ץ אויף זיין ספר הדקדוק אויפן נוסח התפילה - על אף דער יעב"ץ'ס טאטע, דער חכם צבי האט געגעבן אן הסכמה אויף זיין ספר. ער איז פארבליבן אביסל שנוי במחלוקת, ווען ס'דא וואס באצייכענען אים אלס משכיל, און ס'דא וואס באצייכענען אים אלס ערליכער איד [דער נוב"י, בעל התניא, און פמ"ג, דריקן זיך אויס זייער שיין איבער אים].

    לאמיר אראפברענגען א רשימה פון זיינע ספרי דקדוק: 'צהר התיבה', 'יסוד הניקוד', 'בנין שלמה', 'שערי זמרה' האט איר אויף צוויי דפוסים, 'שערי תורה', און צום לעצט קומט זיין ספר אויפן נוסח התפילה 'שערי תפלה', אויף וואס דער יעב"ץ האט ארויסגעגעבן א ספר נגדי בשם 'לוח ארש', און אויף וואס הענא האט צוריקגעענטפערט מיט א ספר 'מכסה לתיבה'.

    אפאר יאר צוריק האט זיך געטון א געטומל אינעם באקאנטן קובץ 'המעין' [=אנליין. גאר שטארק רעקאמענדירט צו כאפן א בליק אין זייערע מאמרים מלאים זיו], איבערן רז"ה - צו ער איז געווען אן ערליכער אדער נישט. כ'וועל אראפברענגען די מאמרים איבער דעם: האם תיתכן התייחסות מכובדת ל'מתקני' נוסח התפילה? [-דא רייסט מען אים ארונטער]. "אם תלמידי חכמים מנצחים זה את זה בהלכה - אתם מה טיבכם?" [-נעמט זיך אן פאר אים, און אינאיינוועגס ווערן גע'כשר'ט משה מענדעלסאן און נה"ו]. עוד על המדקדק ר' שלמה זלמן הענא [-נעמט זיך אן פאר אים]. ההתייחסות למדקדק ר' זלמן הענא - מאמר תגובה [-פרעגט אפ די וואס נעמען זיך אן פאר אים]. תגובתי לתגובתו של ר' דוד יצחקי [-פארענטפערט די השגות]. דא האט איר אויך א שמועס איבער אים.


  • ספרי רבי מאיר לייבוש ווייזער [מלבי"ם].
    צוויי הונדערט יאר צוריק האט געלעבט איינער פון די גרעסטע - און אפשר די סאמע לעצטע - לייבן אין די היסטאריע פון מדקדקים ומפרשי המקרא, הלוא הוא רבינו המלבי"ם, הרב הראשי לבוקארעסט ומדינת ראמעניע כולה. זייענדיג א חוקר, פסיכאלאג און פילאזאף [קוקטס אריין אין זיין ספר 'יסודי חכמת ההגיון'], פייטן, מדקדק, און מקובל [ער האט געלערנט קבלה ביי רבי הערשעלע זידיטשויבער], איז ער געווען א ריכטיגער איש האשכולות. זיינע חיבורים אויף תנ"ך פארדינען א באזונדערע באשרייבונג ביים 'תורה שבכתב' אפטיילונג.

    לאמיר אראפברענגען זיינע ספרים אויף דקדוק: 'יאיר אור', און א ספר נפלא אויף דקדוק מלוקט פון זיינע ספרים בשם 'הכרמל'. און אין זיינע ספרים אויף תנ"ך טרעפט מען כסדר זיין כח אין דקדוק.


  • ספרי דקדוק = פארשידענס.
    און צום לעצט לאמיר אפירברענגען נאך אפאר ספרי דקדוק, כאטש בעצם וויפיל כ'וועל שרייבן וועט נישט זיין גענוג. א יסודות'דיגע ספר איז 'ערוגת הבושם' לרבי שמואל ארקוואלטי, וואס האט געלעבט ארום 400 יאר צוריק. אזוי אויך האט רבי חיים - אחיו הגדול של המהר"ל מפראג, ארויסגעגעבן א ספר 'עץ חיים' אויף דקדוק. 'דרכי הניקוד והנגינות' לרבי משה הנקדן [כ'מיין אז ער איז א לעצטיגער. נישט צו פארמישן מיט אים]. 'קנה בושם' - הקדמה לספר 'מירא דכיא'. קרוב לזמנינו האט א ת"ח אפגעשריבן בקיצור די יסודות פון תורת הדקדוק, מיטן נאמען 'ספר הדקדוק' צוויי חלקים, דא האט איר עס: חלק א', און חלק ב'.

    און פארענדיגן דארף מען מיטן 'ספר הערוך' פון אחד מגדולי הראשונים רבינו נתן מרומי, וואס האט געמאכט א 'מתורגמן' - דיקשענערי, פון אלע אראמישע ווערטער פון ש"ס. שפעטער האט רבי [?] חנוך יהודה קאהוט, א פרומער רב וואס אנקומענדיג קיין אמעריקע האט ער זיך אנגעשלאסן אין די קאנסערוואטיווע באוועגונג - פרובירנדיג אזוי לוחם צו זיין די רעפארם [ס'דערמאנט אביסל פון רבי שאול ליבערמאן], ארויסגעגעבן דעם קליינעם 'ספר הערוך השלם' מיט השלמות און מילואים הערליך שיין מיט מחקר כראוי וכיאות, אזש ס'איז פארוואנדעלט געווארן אין אן אנציקלאפעדיע פון אראמיש אויף אסאך בענדער, דא האט איר זיי:
    אות א'.
    אותיות ב'-ג'.
    אותיות ט'-מ'.
    אותיות ל'-נ'.
    אותיות ס'-פ'.
    אותיות צ'-ר'.
    אותיות ש'-ת'.
    מפתח לספר הערוך.
    חין הערך [הוספות וכו'].
    און דא איז דא א מאמר איבער די מפרשי ספר הערוך. אויבן האבן מיר געברענגט די ספרי רבי אליהו בחור אויף אראמיש. לאמיר אויך צוברענגען די 'מילון לתרגומים' פון הרב פרופ' עזרא ציון מלמד [דאס איז נאר אן אלטע דריק, היינט צוטאגס איז דא סאך א בעסערע ווערסיע צו קויפן. און ס'איז ווערט]. און ממש גאר לעצטענס האט א היימישער איד [וואס איך קען פון אמשינאוו, ער איז דארט אראפגעברענגט געווארן בין החסידים] רבי אריה זילבער, ארויסגעגעבן א מתורגמן אויף אראמיש איבערגעזעצט אויף אידיש און לשון הקודש, ושמו יקבנו 'הכי גרסינן'. דא זע איך א באריכט דערוועגן [ער האט אויך ארויסגעגעבן א קונטרס מחקר אויף די היסטאריע און חשיבות פון אראמישע שפראך אין כלל ישראל - בשם 'הכי קאמר'].

    און צום לעצט: דא האט איר א רשימה ע"פ סדר א-ב פון אלע מושגים וואס מ'דארף קענען, ארויסצוהאבן חכמת הדקדוק...
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6645 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14814 מאל

הודעהדורך שש משזר » מאנטאג אוגוסט 03, 2015 1:03 am

ספרי אסטראנאמיע/ספרי גיאוגרפיה של ארץ ישראל וכו'.

בעצם וואלט איך דא געדארפט שרייבן א לענגס און א ברייטס איבער די צוויי נושאים [וואס האבן גארנישט קיין שייכות איינער מיטן צווייטן, חוץ דאס פאלגענדע], אבער היות כ'האב געטראפן אין אייוועלט אן אשכול וואו דער ניק 'מיללער' האט שוין אראפגעברענגט א שיינע מספר ספרים איבער די צוויי נושאים, האב איך מחליט געווען זיך איינצושפארן די ארבעט פון ברענגען א לאנגע זאפטיגע רשימה כיד ה' הטובה עלי, כאטש דורך דעם וועט מען פארפאסן אסאך מער ספרים + באשרייבונגען...



===================
ענינים וואס איך וויל נאך האפנטליך באשרייבן ביום מן הימים בעז"ה:


תורה שבכתב [פירושים, ביקורת המקרא, ספרים חיצונים, ועוד]
תורה שבעל פה [אנציקלופדיות וכללים, מדרשים וברייתות, השתלשלות התורה והמסורה, ועוד]
ספרי חקירה ופילוסופיה
ספרי מוסר והשקפה
פיוט שירה וזמרה
ביאגראפיעס [און מאנאגראפיעס] אויף גדולי ישראל
ספרי מחקר
ועוד...



תם ולא נשלם, שבח לא-ל בורא עולם.
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6645 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14814 מאל

הודעהדורך ריכטיג » מאנטאג אוגוסט 03, 2015 1:31 am

בעפאר דו גייסט ווייטער מאך שנעל א באזונדערע אשכול פאר קאמענטארן מ'זאל קענען ליינען אלעס אין א ציה, א היליכיגן ריזיגן דאנק!!!!!!!!!!.
איך ברענג ארויס א נקודה, ביטע פרואווט עס צו פארשטיין, און נאכדעם קענט איר זיך דינגען. (קרעדיט: @ירא שמים)
באניצער אוואטאר
ריכטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1782
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 1386 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1269 מאל

הודעהדורך שש משזר » מאנטאג אוגוסט 03, 2015 1:39 am

זאגסט גראדע @ריכטיג, נאר ס'זעט נישט אויס ווי אין די נאנטע צוקונפט וועל איך שרייבן ווייטער. ס'וועט מסתמא דויערן חדשים כ'זאל צוריקקומען צו שרייבן ווייטער [קענסט דיך נישט פארשטעלן ווי סאך צייט ס'האט געדויערט]. אשר על כן, גייט מיך נישט אן אז דער עולם זאל דא שרייבן זייערע תגובות, און אדרבה, זאל דאס זיין אן אשכול להרבות תורה וחכמה [ודברי הערכה...].

העכסטנס וועל איך דעמאלס שרייבן א נייע אשכול בתורת חלק ב'.

-------------
ככלל זאל דער עולם וויסן, אז כ'האב אוועקגעגעבן פאר דעם אשכול בלי שום ספק אפאר 'פולע' טעג [צענדליגע שעות].
אלעס וואס מ'קען דריקן איז א פרישע לינק צו א נייע מראה מקום וואס כ'האב נאכגעזוכט...
הקיצור, ס'איז ערנסטע ריסורטש ארבעט וואס איז אריינגעגאנגען דא.
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6645 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14814 מאל

הודעהדורך ריכטיג » מאנטאג אוגוסט 03, 2015 2:01 am

געטוישט מיין חתימה לרגל דעם אשכול.
איך ברענג ארויס א נקודה, ביטע פרואווט עס צו פארשטיין, און נאכדעם קענט איר זיך דינגען. (קרעדיט: @ירא שמים)
באניצער אוואטאר
ריכטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1782
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 1386 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1269 מאל

הודעהדורך רוסישער » מאנטאג אוגוסט 03, 2015 3:47 am

תרומתי הקטנה, כשרגא בטיהרא, לרשימה נפלאה זו: דער 'מכסה התיבה' פון רז"ה איז געדרוקט דא (דארטן שרייבט אז ער ענטפערט אויפן לחם שמים (דער שטיקל), און דער לוח ערש איז ארויס שפעטער לאחר פטירת הרז"ה, (זע דער ויקי בלאט אויפ'ן יעב"ץ, און וואס שטייט אין דער ויקי בלאט אויף רז"ה איז א טעות). מ'קען אויך צולייגן זיין סידור בית תפלה.
רוסישער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 167
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 4:21 pm
האט שוין געלייקט: 505 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 178 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » מאנטאג אוגוסט 03, 2015 8:17 am

אזא ארטיקל?!
שש, מיינע הערות וועלן נאכפאלגן אין אפאר חדשים, ווען איך ענדיג דיין מאמר על כל לינקותיה ורמזיה!
שש, ביסט די בעסט!
שמחה איז א דערגרייכונג פון אמונה פשוטה. עצבות איז א מיטל צו דערווייטערן בטחון אין ה'.
אן אמונת חכמים איז נישטא קיין תורת חיים, אמונה אין א בשר ודם איז סם המות.
אויפקלערן א תמים איז ווי אויסקלארן א חכם, ביידע זענען נישט לטובתם.
גלות ווי גאולה. ביידע קענען קומען פון פרעמדע, ביידע פארשטייט מען נישט.
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7122
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5000 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8282 מאל

הודעהדורך ראובן » מאנטאג אוגוסט 03, 2015 8:37 am

כ'האב נישט קיין ווערטער צו באדאנקען רב שש'ן פאר דעם הערליכן אשכול. ס'וואלט כדאי געווען אביסל מער מאריך צו זיין אין היינטצייטיגע חיבורים אויף היסטאריע און דקדוק, וואס איז גרינגער פאר א מתחיל ווי די ספרי יסוד. אויף דקדוק דארף מען מוסף זיין די ספרים פון הרב גוטמאן ז"ל אין לשה"ק און אידיש.

בכלל, אויף דער טעמע פון אויסברייטערן די אידישע האריזאנטן, דארף מען רעקאמענדירן אלע ספרים (בערך 20 אין צאל) פון הרב אברהם קורמאן ז"ל.
באניצער אוואטאר
ראובן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1771
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 2281 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7126 מאל

Re: הלכה למעשה: וויאזוי צו ווערן פן א שאינו יודע לשאול צו א

הודעהדורך chaims » מאנטאג אוגוסט 03, 2015 8:45 am

ישר כוח רבי שש פאר די הערליכע ארבעט
איך האב נאר געוואלט צוצייכענען אן הערליכע ספר תולדות הדורות פון בית יעקב שולע אין בני ברק צוויי בענדער אויף היסטאריע מוראדיג מסודר

I can't believe I just said that...
chaims
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 201
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2012 8:42 pm
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 74 מאל

הודעהדורך געוואלדיג » מאנטאג אוגוסט 03, 2015 10:24 am

יישר כח ר' שש פאר דיין מייסטערהאפטע ארבעט פון צוזאם נעמען אזוי פיל אינטרעסאנטע און וויכטיגע חומר תחת קורת גג אשכול אחד, און דער עיקר איז אז עס איז נאך כמעט אינגאנצן על טהרת הקודש וואס דאס איז לדעתי די גרעסטע חידוש פון דיין אשכול, איך וואלט נאר צוגעלייגט די צוויי ספרים זכרון יעקב חלק א' און חלק ב' פון ר' יעקב ליפשיץ דער מזכיר פון דעם קאבנע'ר רב ר' יצחק אלחנן ספעקטאר, וואס באשרייבט די אידן תחת ממשלת רוסיא, ומלחמתם עם המשכילים.

און נאכ אמאל א דאנק.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3648
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6655 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4355 מאל

הודעהדורך שש משזר » מאנטאג אוגוסט 03, 2015 4:19 pm

ריכטיג האט געשריבן:געטוישט מיין חתימה לרגל דעם אשכול.

ספעציעלע ייש"כ...! :D
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6645 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14814 מאל

הודעהדורך ריכטיג » מאנטאג אוגוסט 03, 2015 4:42 pm

געוואלדיג האט געשריבן:יישר כח ר' שש פאר דיין מייסטערהאפטע ארבעט פון צוזאם נעמען אזוי פיל אינטרעסאנטע און וויכטיגע חומר תחת קורת גג אשכול אחד, און דער עיקר איז אז עס איז נאך כמעט אינגאנצן על טהרת הקודש וואס דאס איז לדעתי די גרעסטע חידוש פון דיין אשכול, איך וואלט נאר צוגעלייגט די צוויי ספרים זכרון יעקב חלק א' און חלק ב' פון ר' יעקב ליפשיץ דער מזכיר פון דעם קאבנע'ר רב ר' יצחק אלחנן ספעקטאר, וואס באשרייבט די אידן תחת ממשלת רוסיא, ומלחמתם עם המשכילים.

און נאכ אמאל א דאנק.

מעגליך אז שש האט דאס אוועקגעלייגט פארן ביאגראפיע אפטיילונג.
איך ברענג ארויס א נקודה, ביטע פרואווט עס צו פארשטיין, און נאכדעם קענט איר זיך דינגען. (קרעדיט: @ירא שמים)
באניצער אוואטאר
ריכטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1782
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 1386 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1269 מאל

הודעהדורך שש משזר » מאנטאג אוגוסט 03, 2015 5:08 pm

שוב פעם ירדת לסוף דעתי. [כ'האב נאכאלס הנאה פון יעדנ'ס הוספות, ס'ווייזט אויף פאראינטרעסירטקייט, און אייגענע ידיעות].

כ'ווייס נאר נישט צו ס'באלאנגט אין ספרי ביוגרפיה אדער ענדערש אין ספרי מחקר [ס'איז נישט עכט א ביאגראפיע אויף א יחיד. כאטש ער רעדט יא גאר אסאך פון זיין רבי'ן רי"א ספקטור].
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6645 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14814 מאל

הודעהדורך פרייוויליג » מאנטאג אוגוסט 03, 2015 5:34 pm

עס גלייבט זיך נישט וואס די אויגן זעען. א אויסטערלישע ארבעט, וואס עס גלייבט זיך אז עס ליגט דערין ארבעט פון שעות על גבי שעות. יישר כוחכם!!!!! הלוואי איך וועל קענען אנקומען צו ליינען א פערטל פון די ספרים. איך קען אייך אזויפיל זאגן, אז די אלע חשובע 'בעלי אשכולות' ווי @שש משזר, אדער @יידל, וואס אויב זיי אליין וואלטן דורך געליינט אפילו האלב פון די ספרים וואס זיי ציטירן וואלט איך מיך פאר זיי אויפגעשטעלט מלא קומתם. נעווערדעלעס, פאר די ארבעט אליין, פאר די ידיעות אפילו אז די ספרים עקזעסטירען וואלט איך מיך געקוויטעלט צו זיי.

א קליינע הערה האב איך פאר די אשכול צו שש משזר, איך האלט אז דו דארפסט אויסוועלגערן די פאלגענדע שורה:

שש משזר האט געשריבן:און ער ליינט צאם חקירה ספרים [נישט אין ישיבה...] ארויסצוהאבן גאט

מען קען אסאאך שרייבן וועגן חקירה, אבער עס איז אשאד אז די שורות קענען פארדרייט ווערן דורך קרומע מוחות. עס זענען דא צאללזע ספרים, מאמרים, און טיפע ערקלערונגען מסביר צו זיין די 'סכנה פון חקירה'. די הקדמה צו שער היחוד פון לב טוב אויף חובת הלבבות פארמאגט א הערליכע ליקוט איבער די נושא. אלזא וואלט געווען כדאי אז ווען דו האסט איבריגע צייט זאלסטו מסביר זיין די כוונה פון דיינע ווערטער. די ווערטער 'ארויסהאבן גאט' קלינגט נישט אזוי גוט צווישן די די איבריגע שורות פון דיין זאפטיגע אשכול.

בתקוה להבנה.
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1461
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:44 pm
האט שוין געלייקט: 1205 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1694 מאל

הודעהדורך שש משזר » מאנטאג אוגוסט 03, 2015 6:22 pm

ווען איך רעד פון א בחור'ל לערנענדיג חקירה ספרים, מיין איך ספרים א שטייגער ווי דער כוזרי, חובת הלבבות, עקידה, אברבנאל, [ומו"נ].

ארויסצוהאבן גאט מיינט, געוואויר צו ווערן אמיתת השי"ת שלא כמאמר החכם 'כ'בין א נאר און איך גלייב' וואס אין מיינע אויגן מיינט עס 'כ'בין א נאר און איך גלייב אין יאשקע/מוכאמעד/בודהא/ושאר מרעין בישין'.

חקירה ספרים פאר עלטערע [וואס כ'האב נישט דערמאנט אין למעשה פראיעקט], איז יעדער לויט זיין פארדייאונגס סיסטעם, זה הכל הכל לפי מה שהוא אדם. ס'דא א מושג פון אסור לקרות ספרי מינים, און ס'דא א מושג פון ודע מה שתשיב לאפיקורס.
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6645 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14814 מאל

Re: הלכה למעשה: וויאזוי צו ווערן פן א שאינו יודע לשאול צו א

הודעהדורך ירא שמים » מאנטאג אוגוסט 03, 2015 6:34 pm

מיינסט מן הסתם אפיקורס שבלבך
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2668 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 992 מאל

הודעהדורך שש משזר » מאנטאג אוגוסט 03, 2015 6:40 pm

גם וגם.
דיין טייטש איז דאכצעך פונעם קאצקער [ועכ"פ נאה להקוצקאים...].
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6645 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14814 מאל

הודעהדורך בן אדם » מאנטאג אוגוסט 03, 2015 7:17 pm

כ'בין נאך נישט אנגעקומען צו ליינען אלע מאמרים אין דעם אשכול (הגם כ'האב זיי אלע שוין באלייקט מרוב התלהבותי). אבער איך קען מיך נישט איינהאלטן פון צו דערמאנען א עובדא, אז רפאל הלפרין האט באקומען א הסכמה פון הגרש"ז אויערבאך זצ"ל אויף זיין אטלס, אבער די מקורבים פון הגרש"ז האבן זיך זייער געוואונדערט. זיי האבן פארשטאנען אז רש"ז וועט נישט געבן אזוי שנעל א הסכמה פאר עם (ער איז עפעס נישט געווען געניג כשר פאר סאם ריעזאן, אפשר פשוט אלץ סמכות). זענען זיי געגיינגען פרעגען הגרש"ז וואס איז פשט פון דער הסכמה, האט זיי הגרש"ז געזאגט, כ'וועל ענק זאגן דעם אמת, איך האב פשוט מורא געהאט פון עם! ער קומט אריין אזוי מיט א החלטיות אז ער גייט באקומען א הסכמה און מיט א גרויסן מפה און עפענט עס אויף און שפרייט עס אויס לאורך כל השולחן, און ווען ער וויל מיר ווייזן עפעס פרטים פון די מפה אויף די אנדערע זייט טיש, האט ער פשוט אויפגעהויבן דעם שווערען טיש און אזוי אויסגעדרייט. און אזוי אפאר מאל.כ'האב פשוט מורא געהאט, אזא גבור....!!
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2625
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:02 am
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 2672 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1229 מאל

הודעהדורך בר דעת » דינסטאג אוגוסט 04, 2015 8:53 am

הפלא ופלא, ישר כח שש משזר היקר
בר דעת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 7:17 pm
האט שוין געלייקט: 990 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 702 מאל

הודעהדורך פרייוויליג » דינסטאג אוגוסט 04, 2015 9:00 am

שש משזר האט געשריבן:ווען איך רעד פון א בחור'ל לערנענדיג חקירה ספרים, מיין איך ספרים א שטייגער ווי דער כוזרי, חובת הלבבות, עקידה, אברבנאל, [ומו"נ].

ארויסצוהאבן גאט מיינט, געוואויר צו ווערן אמיתת השי"ת שלא כמאמר החכם 'כ'בין א נאר און איך גלייב' וואס אין מיינע אויגן מיינט עס 'כ'בין א נאר און איך גלייב אין יאשקע/מוכאמעד/בודהא/ושאר מרעין בישין'.

חקירה ספרים פאר עלטערע [וואס כ'האב נישט דערמאנט אין למעשה פראיעקט], איז יעדער לויט זיין פארדייאונגס סיסטעם, זה הכל הכל לפי מה שהוא אדם. ס'דא א מושג פון אסור לקרות ספרי מינים, און ס'דא א מושג פון ודע מה שתשיב לאפיקורס.

כיהודה ועוד לקרא, שמעתי ממורי הגרש"פ [רבי שמשון פינקוס] אז דער וואס זאגט 'איך בין א נאר און איך גלייב' איז א בהמה. די פראזע לויטעט: איך גלייב באמונה פשוטה אלעס וואס מיין טאטע האט מיר אויסגעלערנט, און דאס איז די זעלבע סארט בהמיות. ער האט אביסל בעסער צוגעפיצט דעם פראזע: "איך גלייב אלעס וואס איך זע מיט מיינע אויגן", דאס מיינט דעם וואונדערליכע בריאה און באשאף, און מען זעט דעם לעכטיגען בורא אין איר דאס איז 'אמונה'. נישט אז מען ווייסט נישט וואס מען גלייבט. דער וואס גלייבט מיט פארמאכטע אויגן האט נישט קיין אמונה, נאר איז א בהמה און טאקע א נער. דער רבוש"ע וויל מען זאל אים טרעפן און דאנקן און לויבן.
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1461
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:44 pm
האט שוין געלייקט: 1205 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1694 מאל

נעקסט

גיי צוריק העמק דבר

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט