הלכה למעשה: וויאזוי צו ווערן פן א שאינו יודע לשאול צו א חכם.

מחשבה, השקפה ועיון

הודעהדורך שש משזר » מיטוואך אוגוסט 26, 2015 2:48 am

רימון האט געשריבן:שש, איך בין פול מיט איבערראשונג איבער דיין זעלטענער באקאנטשאפט אין אונזער גלאררייכן אוצר הספרים, ממש אן ענציקלאפעדיע פון ספרי יסוד וואס לאו כל אדם ממשמש בו.
הלפרין האט ארויסגעגעבן בסוף ימיו זיין לעצטן ווערק, דרכי הקב''ה, אן אייגנארטיגן ליקוט פון צענדליגער טויזנטער מראי מקומות איבער די וועגן פון השי''ת. אין דער הקדמה ברענגט פאטאסטאטן פון 15 בריוון פון חזון איש צו אים, וואס דו האסט דערמאנט, די שענסטע בריוון אין קובץ אגרות וואו חזון איש אדרעסירט בני נוער זענען אייגנטליך צו אים.

איבער הלפרין'ס ספר דרכי הקב"ה. כ'ווייס דערפון. כ'האב נישט אראפגעברענגט סתם ספרים וואס די אויבנדערמאנטע מחברים האבן מחבר געווען, נאר ספרים וואס זענען נוגע צו די דברים הנידונים שם. דאכצעך מיר אויך, אז אויפן ספר דרכי הקב"ה איז געווען א שטיקל טומל נאכן ארויסגעבן אז ס'טויג נישט געוויסע אמונה ענינים וכו'. כ'בין נישט באקאנט איבער איר ווארהייט און פרטים.

די שענסטע בריוון פונעם חזו"א זענען טאקע צו אים, כ'האב מער צו דערציילן איבער דעם. אבער דאס באלאנגט בעצם אין אן אשכול מיוחד לאיש המוזר הגאון הגיבור [א שילוב...] רבי רפאל הלפרין. ער איז ווערט אויסגעשמועסט צו ווערן אין אנשי שם.
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6474 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14651 מאל

הודעהדורך רוסישער » דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 10:44 pm

ס'איז דערמאנט געווארן ר' יצחק אייזיק הלוי און זאב יעבץ, איז בנותן טעם צו בריינגען וואס ריא"ה האט געשריבן אויף יעבץ, ער רעדט פון א ספר 'עמק הברכה' איך ווייס ניט אויב ער האט דאס געדרוקט. (כמדומה אז אין זיינע שפעטערדיקע ספרים איז ער מער פרום).
ואמנם כי גם זולת זה אי אפשר לעשות ליעבץ דבר, כי אם אחר ההדפסה ואחרי אשר ידקדקו ויראו אם הספר נכתב לכל הפחות על פי כל רוח היהדות.
טעות גדול טעיתי כי האמנתי בהבטחתו אשר עתה יעזוב את דרכי גרעץ-ווייס בנוגע לתורה שיבעל פה, האיש זקן כבר מאולתו לא יסור,וכל דבריו כסדר פעם אחר פעם שכל התורה שבעל פה אינה כי אם ענטוויקלונג מהתנאים, וכל דבריו בזה ממש דברי גייגער גרעץ ווייס וחביריהם רק שהם יגנו זה והוא ישבח ויהלל.
וזה אין נפקא מינה כלל, העיקר הוא האמונה והפרינציפ, ודבריו יזיקו כמו דבריהם.
והוא רק עזות וחוצפה יתירא מאיש למדן קטן אשר לית ליה מגרמיה כלום, וכבר ראה את הדורות הראשונים ובעצמו יאמר כי אין להשיב עליהם בכל זה נשאר על מעמד גייגער וגרעץ. וידעתי שישיבתו בברלין גרמה לו כל זה, אבל יהי׳ מה שיהי׳ יעבץ רחוק מדעותינו כרחוק מזרח ממערב, ומה ירצה מאתנו.
אחר ההדפסה אם ידקדקו וימצאו שיש איזה ברכה בעמק הברכה, ואין שם אפיקורסות אז אפשר להם לעזור לו, אבל לא קודם.

אגב, די הקדמה פון יענע כרך בריוו, איז לדעתי געשריבן מיט גרויסע הגזמות, ספעציעל איבער די אונטערטעניקייט פון גדולי רוסיא וליטא צו עם, כמו שעיני הקורא תחזינה מישרים.

א שיינע ביכל וואס גייט אדורך די היסטאריע, אפיציעל פאר קינדער, אבער ערוואקסענע קענען אויך הנאה האבן (אמאל ווען איינער האט געוואלט קויפן א ספר אויף אידיש, פלעגט ער זאגן אז ס'איז פאר זיין פרוי...)

מספרי גרץ (פאר דער וואס וויל פארשטיין אויף וואס הלוי רעגט זיך אויף...)
חלק ה'
חלק ז'
חלק ח'

אויב ס'ווילט זיך אמאל אריינגיין טיפער אין א געוויסער נושא, קען מען ליינען ארטיקלען אויף די וועבסייט jstor, די ארטיקלען אויף עברית קען מען דאונלאודען בחינם דורך זיך אריינשרייבן אין ספריה הלאומית, און פון דארט אריינגיין אין jstor. אויף געפינען ארטיקלען קען העלפן דער וועבסייט רמב"י. א ארטיקל מען אויסדרוקען פאר שבת, עד"מ. וויבאלד אז דער שרייבער גיט א איבער בליק פון וואס איז שוין געוואוסט און ערשט דערנאך פרוואוט ער מוכיח זיין זיין אויפטו, איז דאס אמאל מער engaging ווי א בוך, מ'האט די מקורות פאר זיך און מ'דארף טראכטן בין איך מסכים צי ניט.
רוסישער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 167
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 4:21 pm
האט שוין געלייקט: 505 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 178 מאל

Re: הלכה למעשה: וויאזוי צו ווערן פן א שאינו יודע לשאול צו א

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 11:17 pm

דוכט זיך דער ביכל פאר קינדער איז אוועילעבעל אויף היברובוקס וואס איז לייכטער ווי גוג''ל, אבער איך קען נישט לינק'ן פון מיין סנארטפאון
The greatest enemy of knowledge is not ignorance; it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4395
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 1582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4202 מאל

הודעהדורך שש משזר » דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 11:25 pm

גראדע איבער דעם קריגעריי צווישן ריא"ה און ר"ז יעבץ, האב איך שוין פריער אנגעמערקט:
שש משזר האט געשריבן:אנדערש ווי דער אגודה עסקן, ר' יצחק אייזיק הלוי, איז דער חוקר המהולל ר' זאב יעבץ געווען א הייסער מזרח'יסט, אבער א פרומער ערליכער איד. ער איז געווען דער ערשטער וואס האט באוויזן אהערצושטעלן דער גאנצער אידישער היסטאריע פון בריאת העולם ביז תקופתו [חובבי ציון], פון א פרומען שטאנדפונקט, דורך נישט ווייניגער פון 14 בענדער מיטן נאמען 'תולדות ישראל'. גראדע איז ריא"ה געווען אביסל צופיצקעט מיט אים איבער שיטות, אבער למעשה איז ר"ז יעבץ אויך נתקבל געווארן - כאטש ער איז א טראפעלע מער לינק גענויגט [למשל, ביים באשרייבן שיין מענדלסאן, אדער ביים באשרייבן חסידות געמיין]. סוף דבר, ס'איז א הערליכער ארבעט וואס איז גוט אדורכצוטון.


די ביכער פון גרעץ ודומיו האב איך דוקא נישט אראפגעברענגט אויבן, וכתבתי טעמו לעיל. אבער דא איז אפשר יא כדאי זיי צוצוצייכענען.

די לינקס וואס איר האט צוגעצייכענט וואו מ'קען איינקויפן א געוואלד מיט ידיעות, איז גאר וויכטיג און ווערטבאר [גם לדידי], ותושחח"ל!

רבותי, מיר האבן א פרישער חוקר וידען מהולל, הרב @רוסישער שליט"א!
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6474 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14651 מאל

הודעהדורך מאטי » זונטאג אוגוסט 30, 2015 2:07 am

הרב בערל וויין שוין דערמאנט?
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2955
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3666 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4133 מאל

הודעהדורך שש משזר » זונטאג אוגוסט 30, 2015 2:33 am

כ'האב נישט געברענגט קיין ווידעא/אודיאו, נאר ספרים ממש.

אבער אדרבה, ברענג דו ארויף [סתם אזוי, עקסעס צו יוטיוב איז ביי מיר פארמאכט, סאו כ'האב גארנישט געקענט ברענגען סייווי :( ].
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6474 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14651 מאל

Re: הלכה למעשה: וויאזוי צו ווערן פן א שאינו יודע לשאול צו א

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג אוגוסט 30, 2015 6:50 am

לויט וואס איך האב געליינט, איז הרב וויין'ס היסטוריא גוט נאר פאר אן עם הארץ דאורייתא ודרבנן וואס מיינט ר' ישראל סאלאנטער איז געווען אן איידעם ביים בעל המאור און אז די ראשונים האבען געמאכט א חרם אויף מאשין מצות. אז מ'ווייסט אביסל מער פון דעם איז ער נישט נוצליך בכלל. ער דינט א פארטיי נישט ווייניגער ווי שש''ט און אלס איז אזוי 'סימפליסטי''ש' ביז מ'קען פיהלען אז דער איי. קיו. גייט אראפ מיט יעדער חידוש זיינער. איך האב געליינט זיין גראבע ביכער אלס אינגעל פאר'ן ברמצוה, און פאר דעם האט עס געפאסט.
ער אנערקענט נישט קיין מחלוקת, אלס איז שיין און פיין. ער שרייבט אויף א כאראקטער ווי שפינוז''ה כאילו ער איז סתם א שיכור געווען.
בקיצור, ס'איז נאר נוצליך פאר א פולקאמער ע''ה, נישט מער.
כנלע''ד
The greatest enemy of knowledge is not ignorance; it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4395
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 1582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4202 מאל

Re: הלכה למעשה: וויאזוי צו ווערן פן א שאינו יודע לשאול צו א

הודעהדורך ירא שמים » זונטאג אוגוסט 30, 2015 8:59 am

איך האב געהערט זיין שיעור אויף שפינויזע , בכלל נישט וואס דו זאגסט.
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2668 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 991 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » זונטאג אוגוסט 30, 2015 9:26 am

חוששני אז אונזער אונגארישע ליטוואק איז זיך שטארק טועה.
פאר א טויש.
ס'בעסער צו טרינקען מילך מיט טשאקלעדטשיפ קאקיס מער פון אלע פיצא און סושי'ס.
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7922 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג אוגוסט 30, 2015 9:41 am

איך האב געליינט זיין ביכער, נישט געהערט די טעיפ. איך האב דארט געזען א גאר קליינער קאפ.
The greatest enemy of knowledge is not ignorance; it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4395
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 1582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4202 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » זונטאג אוגוסט 30, 2015 9:44 am

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך האב געליינט זיין ביכער, נישט געהערט די טעיפ. איך האב דארט געזען א גאר קליינער קאפ.

ווער קען זיך דען פארגלייכן צו א נולד מליטאי והונגרי יחד??
ס'מאכט אים נאך אלץ נישט ווערטלאז.
ס'בעסער צו טרינקען מילך מיט טשאקלעדטשיפ קאקיס מער פון אלע פיצא און סושי'ס.
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7922 מאל

הודעהדורך הקטן » זונטאג אוגוסט 30, 2015 10:15 am

האיש זקן כבר מאולתו לא יסור

:like
די תוצאה פון אפהאקן א קינד פון די עלטערן איז גענוי ווי ארויסשניידן א חלק פון זייער מוח, א מעוות לא יוכל ליתקן אוועקנעמען קינדער פון עלטערן אפי' נאר למחצה לשליש ולרביע איז גארנישט ווייניגער געפארפול פון מאלעסטעשאן. - בנים אתם לה' אלוקיכם
הקטן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1487
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1249 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 691 מאל

הודעהדורך ריכטיג » זונטאג אוגוסט 30, 2015 11:10 am

איך האב איהם געהערט יארן צוריק אינעם קאסעטע פארמאט, איך האב געהאט דעם זעלבן הרגשה ווי לפ''ב.
איך ברענג ארויס א נקודה, ביטע פרואווט עס צו פארשטיין, און נאכדעם קענט איר זיך דינגען. (קרעדיט: @ירא שמים)
באניצער אוואטאר
ריכטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1633
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 1276 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1096 מאל

הודעהדורך שש משזר » זונטאג אוגוסט 30, 2015 1:03 pm

גם אני בחלומי, כ'האב געהערט און געזען א היבשע פאר שיעורים זיינע [אויף הידברות האט מען געברענגט אפאר שיעורים פון אים], און ס'איז בערך אזויווי רבי יעקב ווייס פון פאפא דערציילט איבער יאשקע [אקעי, אביסל בעסער. ווייל ער קען פשוט מער].

למעשה, פאר א מתחיל איז ער פיין.
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6474 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14651 מאל

הודעהדורך מאטי » זונטאג אוגוסט 30, 2015 2:40 pm

פאר א בחור'ל פון פערצן יאר וואס פירט דיבאטעס צו בריסקמאן איז בעסער ווי בערקא צו נישט, איז וויין לכאורה די בעסטע אפציע, ווי איידער פאטשקענען אויף היברו-בוקס אלטע ספרים.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2955
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3666 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4133 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג אוגוסט 30, 2015 2:58 pm

גם אני בתוכם, אבער מיר מעגען זיך אלע שעמען. טאמער אונז זע'מיר אזוי געבילדעט, אזוי קלוג, אזויפיל העכער ווי די פשוטי עם, און מיר טיילען איין ווער ס'קען און ווער ס'קען נישט, איז לאמיר אפיר ברענגען זיין גרייזען אדער קטנות, און אויסשמועס'ן גרונטליך, נישט סתם לשון הרע'ווען.
The greatest enemy of knowledge is not ignorance; it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4395
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 1582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4202 מאל

Re: הלכה למעשה: וויאזוי צו ווערן פן א שאינו יודע לשאול צו א

הודעהדורך ירא שמים » זונטאג אוגוסט 30, 2015 4:43 pm

באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2668 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 991 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג סעפטעמבער 04, 2015 12:40 pm

איך ווייס נישט צו איינער האט עס שוין אנגעמערקט, אבער איינער וואס וויל א הקדמה לחכמת הדקדוק והלשון, פשוט עברי טייטש, קען קוקען דא, אזוי קען מען וויסען פון וואס מ'רעדט דא. אוודאי די ראשונים זענען די יסודות, אבער איידער מ'קומט אריין דארט, קען עס העלפען צו זע'ען די יסודות, אזוי האט יעדער זאך א פשט.
The greatest enemy of knowledge is not ignorance; it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4395
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 1582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4202 מאל

הודעהדורך ריכטיג » פרייטאג סעפטעמבער 04, 2015 1:36 pm

די לינקס אנהויב אשכול צו אנציקלופדיה אוצר ישראל ח"ג וח"ד זענען נישט ריכטיג.

דא האט איהר די ריכטיגע:
חלק ג
חלק ד
איך ברענג ארויס א נקודה, ביטע פרואווט עס צו פארשטיין, און נאכדעם קענט איר זיך דינגען. (קרעדיט: @ירא שמים)
באניצער אוואטאר
ריכטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1633
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 1276 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1096 מאל

הודעהדורך שש משזר » פרייטאג סעפטעמבער 04, 2015 1:59 pm

@ריכטיג [תרתי משמע...].
מיין טעות [כ'האב געעפנט אסאך טעב"ס אויפאמאל, און למעשה זעט אויס כ'האב בטעות ארויפגעלייגט א לינק צו איין ספר אפאר מאל].

ייש"כ פארן צוצייכענען די ריכטיגע לינק.
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6474 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14651 מאל

Re: הלכה למעשה: וויאזוי צו ווערן פן א שאינו יודע לשאול צו א

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג סעפטעמבער 04, 2015 3:22 pm

מ'זעט אז מ'האט טאקע געפאלגט און מ'גייט נאך די מראה מקומות. ביי מיר האט נאך קיינער נישט געטראפען די טעות אין מיין רייד
The greatest enemy of knowledge is not ignorance; it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4395
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 1582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4202 מאל

הודעהדורך שש משזר » פרייטאג סעפטעמבער 04, 2015 3:25 pm

זארג דיך נישט, דאס איז נאר ביי היסטאריע, וואו יעדער האט ליב צו נאשן ידיעות. די רגע ס'ווערט שווערער, ווי ביים מאמר הדקדוק ולשון הקודש ביי מיר, און דיין אשכול הפיוטים, ווערט עס נאכגעלאזט...
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6474 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14651 מאל

הודעהדורך שש משזר » מאנטאג אקטאבער 12, 2015 2:11 am

אויבערלענדער חכם האט געשריבן:
ריכטיג האט געשריבן:א"ח, דער "שקר מוחלט" אויפן רמ"ד שרייבט דוכט זיך ר' עקיבא יוסף שלעזינגער.

ידעתי בני ידעתי! אולי סבר בעל לב העברי שמותר לשקר מפני השלום בין ישראל ואביהם שבשמים. אגב, דאס איז נישט דער איינציגסטער זאך וואס ער שרייבט וואס מצד המציאות איז לכאורה נישט @ריכטיג

@אויבערלענדער חכם, אפשר ביזטו מפרט אביסל מער וועלכע זאכן רע"י שלעזינגער האט געזאגט אומריכטיג. ס'וואלט זיכער געווען אינטרעסאנט פאר אונז אלע [כידוע איז רע"י געווען אביסל א 'טשיקאווער' גדול, אויב מ'מעג זיך אזוי אויסדריקן. ער וואלט זיכער ווערט געווען א באזונדערע אפהאנדלונג אין 'אנשי שם' אפטיילונג].
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6474 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14651 מאל

הודעהדורך פרייוויליג » מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 2:17 pm

פרייוויליג האט געשריבן:
שש משזר האט געשריבן:ווען איך רעד פון א בחור'ל לערנענדיג חקירה ספרים, מיין איך ספרים א שטייגער ווי דער כוזרי, חובת הלבבות, עקידה, אברבנאל, [ומו"נ].

ארויסצוהאבן גאט מיינט, געוואויר צו ווערן אמיתת השי"ת שלא כמאמר החכם 'כ'בין א נאר און איך גלייב' וואס אין מיינע אויגן מיינט עס 'כ'בין א נאר און איך גלייב אין יאשקע/מוכאמעד/בודהא/ושאר מרעין בישין'.

חקירה ספרים פאר עלטערע [וואס כ'האב נישט דערמאנט אין למעשה פראיעקט], איז יעדער לויט זיין פארדייאונגס סיסטעם, זה הכל הכל לפי מה שהוא אדם. ס'דא א מושג פון אסור לקרות ספרי מינים, און ס'דא א מושג פון ודע מה שתשיב לאפיקורס.

כיהודה ועוד לקרא, שמעתי ממורי הגרש"פ [רבי שמשון פינקוס] אז דער וואס זאגט 'איך בין א נאר און איך גלייב' איז א בהמה. די פראזע לויטעט: איך גלייב באמונה פשוטה אלעס וואס מיין טאטע האט מיר אויסגעלערנט, און דאס איז די זעלבע סארט בהמיות. ער האט אביסל בעסער צוגעפיצט דעם פראזע: "איך גלייב אלעס וואס איך זע מיט מיינע אויגן", דאס מיינט דעם וואונדערליכע בריאה און באשאף, און מען זעט דעם לעכטיגען בורא אין איר דאס איז 'אמונה'. נישט אז מען ווייסט נישט וואס מען גלייבט. דער וואס גלייבט מיט פארמאכטע אויגן האט נישט קיין אמונה, נאר איז א בהמה און טאקע א נער. דער רבוש"ע וויל מען זאל אים טרעפן און דאנקן און לויבן.

אותיות מחכימות. זיין זיסע לשונות:
בייגעלייגטע פיילס
photo12334184457677664.jpg
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:44 pm
האט שוין געלייקט: 1136 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1600 מאל

בשורה טובה תדשן עצם!

הודעהדורך שש משזר » מיטוואך יוני 22, 2016 1:18 am

איך וויל דא איינמעלדן פארן עולם, אז נאך פילע שעות ארבעט, און מיטן הילף פון הרב החשוב @ירא שמים, האב איך באוויזן צאמצושטעלן א קונטרס'ל וואס נעמט צאם דעם ריזן פראיעקט פון 'הלכה למעשה: וויאזוי צו ווערן פון א 'שאינו יודע לשאול' צו א 'חכם', אויף WORD, מיט אלע לינקס אין בלויען קאליר, הערליך שיין.

איך האף אז דאס וועט נאך באקומען עפעס דיזיין/גראפיקס, און דאן וועל איך עס קענען ארויסגעבן אלס הערליך שיינע פראיעקט, בקרוב ממש.
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6474 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14651 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק העמק דבר

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט