למעשה ווערען א חכם: פיוטים סליחות קינות און דאס גלייכען

מחשבה, השקפה ועיון

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג אקטאבער 09, 2016 9:47 am

ווען א מענטש שטייט אויף, טוט ער זיך גלייך אן. א גאנצע צייט גייט מען קליידער צוצודעקען דער לייב און זיך מכבד זיין דערמיט. ווען א מענטש גייט אין גאס טוט ער זיך אן א מאנטעל, וויבאלד ס'וועט מעגליך זיין קאלט צו רעגענדיג. ער טוט עס נישט אן נאר ווען ער פילט זיך קאלט, נאר ווען ער איז אין געפאר פון ווערען קאלט טוט ער עס שוין אן. ווען ער האט א שמוציגע ארבעט צו טוהן, טוט ער אן א פארטאך, און גלייך ביים פארענדיגען טוט ער עס אויס. דער פארטאך איז נאר פאר'ן צייטווייליגע צוועק, דער מאנטעל איז טאמער דער צוועק וועט קומען, און קליידער איז א גאנצע צייט.
דאס איז דער טייטש 'לבושו צדקה, מעטהו קנאה, נאפד נקמה'. זיין קליידער זענען צדקה, הייסט'ס א גאנצע צייט גייט ער מיט צדקה, דער מאנטעל איז קנאה, וואס מ'גייט ווען ס'זעט אויס אז ס'וועט אויספעלען. דער פארטאך וואס מ'טוט אן ווען מ'דארף עס האבען איז נקמה.

ביי גבורות פון די ערשטע טאג ר"ה שחרית, זאגט מען (פון ר' אליעזר הקליר) נובבים בגישת חותמות תשעה. מספר שתות וחותמיהן תשעה ע"כ. דאס מיינט 'מ'זאגט מיט די מויל ביים זיך דערנענטערען ניין חתימות פון ברכות, כנגד די ניין שתות, ד.ה. די יסודות פון די וועלט, און זייער זיגלען, וואס דאס גייט אויף די דריי אבות, פיהר אמהות און צוויי שפחות (אדער אדם וחוה). די פראבלעם איז אבער אז אין שחרית זאגט מען נאר זיבען ברכות נישט ניין. אין די מפרשי המחזור זאגען זיי אז ס'גייט אויף מוסף, אבער ס'פארשטייט זיך דער דוחק דערפון.
איך קלער אז דאס איז א ראיה פון ר' אליעזר הקליר צום שיטה פון דער בעל המאור, וואס ער ברענגט ראיות אז מ'דארף זאגען מלכיות זכרונות ושופרות אין אלע תפילות פון ר"ה, נישט נאר מוסף.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7277
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6868 מאל

Re: למעשה ווערען א חכם: פיוטים סליחות קינות און דאס גלייכען

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אפריל 26, 2017 6:59 pm

יעצט געטראפען א העכטס אינטרעסאנטע מאמר פון פרעד מעקדאוועל פון א פאר יאר צוריק.

http://onthemainline.blogspot.com/2014/ ... s.html?m=1

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7277
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6868 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק העמק דבר

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט