וואו קומט מען אן מיט "טראכטן"?

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4521 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8020 מאל

וואו קומט מען אן מיט "טראכטן"?

שליחה דורך קאווע טרינקער »

[justify][tag]ראובן'ס[/tag] מאמר למעשה #16 טראגט פירות. א חשובע ניק דא אין שטיבל האט זיך פארגעלוסט צו ווערן מיין חבר – כ'האב אים קלאר געזאגט אז כ'וויל אים נישט טרעפן ווי לאנג ער גייט נאך מיט זיין שווארצע גלעזער, אבער אזויפיל יא, אין די לעצטע 24 שעה האבן מיר געשמועסט איבער אלעם, פון דברים העומדים ברומו של עולם ביז אראפ צו עניני חסידות וחצרות.

ס'איז זייער אינטערסאנט – און אויך זייער ווייטאגליך – ווי געלונגענע מענטשען, גוטע קעפ, וואס וואלטן געקענט באשיינען די וועלט מיט זייער פערל רייד און אנדערע כשרונות, עפענען זיך די אויגן ערשט נאכדעם וואס מ'איז שוין באחריות אויף א משפחה מיט קינדער, און די וועג ארויס איז נישט גרינג, מילד גערעדט.

אזוי שמועסענדיג, האמיר דיסקאסירט די גדרים פון מחשבה. דהיינו, וויפיל מ'מעג חוקר זיין, וואו דארף מען זיך אפשטעלען? יענער טענה'ט אז ער גייט מחיל אל חיל ביז ארויף. מתחילה האט ער מפקפק געווען אין די מנהגים שאדם דש בעקביו, די נערישע און האלב-נערישע איינגעגעסנע מנהגים און קולטור משוגעת'ן, פון דארט האט ער געצויגן מסקנות צו חסידות והמסתעף, און ער האלט שוין ווייטער....

די פראבלעם איז אבער אז יענער ווייסט אז זיין א OTD איז נישט גרינגער ווי צו זיין אחד בסטאמאר ואחד בקוק. נו, וואס איז די עצה?

"זה מתחיל בשיריים ומסתיים בשמים"– שרייבט א ידיד אונזערע אויף א צווייטע פארום אונטער א צווייטע ניק. ד.ה. קודם חוזק'ט מען פון שיריים, דאס גרעסערע חלק אין טעלער וואס דער צדיק האט בדיעבד איבערגעלאזט, און פון דארט קומט מען צוביסלעך צו און מ'איז מפקפק אין שמים, אין די הויה אליינס, רח"ל.

שטעלט זיך די שאלה: איז געדרינגען פון דעם אז "שיריים" איז אזוי חמור ווי שמים אליין? מ'מעג טאקע נישט חוזק מאכן פון שיריים, זאל עס זיין ווער אימער ס'לאזט איבער אין טעלער, צו דער קודש הקדשים פון טאהש אדער דער קל שבקלים פון ספינקא? אדער די פשט איז אז שמים איז פונקט אזוי וויכטיג ווי שיריים, גלייב יא, גלייב נישט, וויאזוי דו ווילסט?

א דריטע מהלך קען זיין, אז אוודאי שמים איז קודש און שיריים איז חול. אבער, אז מ'איז "מפקפק" מ'חוקר'ט, אפילו אין אזעלכע אומוויכטיגע נושאים, איז לא ימלט – אדער עכ"פ זייער שווער – צו זיך אפשטעלן דארט, און סוף סוף וועט נולד ווערן ספיקות בעיקרי הדת.

אויב אזוי, שטעלט זיך די שאלה: קען מען דען הייסן א מענטש "טראכט נישט" "ווייס נישט" "קוק נישט"?

לכן נלע"ד, בזכות אבותי הקודשים, אז אוודאי דארף א מענטש לאזן זיינע מחשבות לויפן. מ'טאר נישט גיין אקעגען די מציאות און די טבע. טראכט, פרעג, קוק, און אזוי ווייטער. אבער פאר די הייבסט אן זאלסטו וויסן אז ווען מ'נעמט די A באן קומט מען אן גלייך צו מאנהעטען, און ווען מ'נעמט די B באן – וואס פארט אויך קיין מאנהעטען, קען מען אבער ארויסגיין איין סטאפ פריער, נאך אין ברוקלין.

ממילא, ווען מ'ווייסט נאך איידער מ'הייבט אן טראכטן, וואו אהין מ'גייט אנקומען, איז נאך גענוג פרי צו SET'ען די מוח אין וועלכע ריכטונג מ'זאל גיין.

דאס קען זיין פשט, "סוף מעשה במחשבה תחילה", פרעגן די מפרשים, פארוואס שטייט נישט "במחשבה תחילה – סוף מעשה", על הסדר? נאר לויט ווי מ'האמיר געזאגט אז נאך איידער מ'הייבט אן טראכטן דארף מען זיך מצייר זיין וואו מ'וויל אנקומען למעשה, וועגן דעם זאגט דער בעל לכה דודי, סוף מעשה – אז דו ווייסט וואו דו ווילסט אנקומען, דעמאלסט, במחשבה תחילה, ערשט דאן קענסט אנהייבן טראכן.

תמצית הדבר, די שאלה איז נישט "מעג איך טראכטן", די שאלה זאל ענדערשט זיין "וואו וויל איך אנקומען?"

אל מסתתר...[/justify]
Under influence

דער אשכול פארמאגט 58 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר