לאז אפ חקירה, לאמיר גלייבן מיט אמונה פשוטה

מחשבה, השקפה ועיון

Re: לאז אפ חקירה, לאמיר גלייבן מיט אמונה פשוטה

הודעהדורך מי אני » זונטאג מערץ 08, 2020 7:06 pm

דער אור ה׳ (מאמר ב כלל ה פ״ה) דרוקט זיך אויך אויס קעגן דעם אז אמונה קען זיין תלוי אין בחירה/ווילן, ווייל עס קען נישט זיין מ׳זאל בוחר זיין צו גלייבן איין זאך און דערנאך בוחר זיין צו גלייבן פארקערט וחוזר חלילה ע״ש.

אויבן-אויף קען דאס לכאורה אויסזעהן אז עס גייט קעגן דייעלעטיאיזם מיט׳ן זאגן אז ס׳איז אומעגליך בוחר צו זיין צו גלייבן צוויי קעגנזייטיגע זאכן. אבער מ׳קען אפשר זאגן אז דארט וואו מ׳עפּלייט די דאקטרין נעמט מען אן איין גלויבונג, והיינו אז אין די נושא נעמט מען אן (מכח פידעאיזם וכדומה) אז וואס מ׳איז מקבל וכו׳ איז אמת הגם עס גייט קעגן מוכח׳דיגע פאקטן וכו׳ וואס מ׳מוז אננעמען און מ׳קען נישט לייקענען. אין אנדערע ווערטער, זיין טענה איז נאר קעגן דעם אז מ׳קען טוישן אמונות ווי זאקן. אבער אויף אנצונעמען צוויי קעגנזייטיגע זאכן אויף אמאל גייט דאס נישט אן. און וואו מ׳עפּלייט די דאקטרין איז דער מענטש וואס האלט דאס גאר מוכרח דאס אנצונעמען מכח הכרתו וכו׳ וכדבריו הנ״ל ודוק.

ולכאורה פשוט הוא.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 932
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 5032 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 550 מאל

לאז אפ חקירה, לאמיר גלייבן מיט אמונה פשוטה

הודעהדורך מי אני » פרייטאג מערץ 13, 2020 4:55 pm

ראובן האט געשריבן:די אלטערנאטיווע פאר אמונה פשוטה איז אמונה מיט חקירה. אבער איך האב א גרויסן פראבלעם מיט חקירה מחמת עטליכע סיבות: 1) יעדער מענטש איז מלא נגיעות און עס איז באשיינפערליך אוממעגליך צוצוקומען צו א ריינער מסקנא איבער דעם אמת. 2) אין יעדער רעליגיע זענען פאראן אומצאליגע וואוילע און אויפריכטיגע מענטשן וועלכע האבן חוקר געווען רעליגיע און זענען צוגעקומען צו דער מסקנא אז דווקא זייער רעליגיע איז די אמת'ע. די פלא איז אז 99% פון די חוקרים קומען צו דער מסקנא אז די רעליגיע וואו זיי זענען געבוירן געווארן איז די אמת'ע, און ביי דעם קליינעם פראצענט וואס טוישט רעליגיעס איז בכלל נישט דא קיין קאנצענזוס צו וועלכער צו טוישן.

ס׳איז אינטרעסאנט אנצומערקן אז בערטראנד ראססעל האט גע׳טענה׳ט קעגן די פילאזאפיע (און ״גרויסקייט״) פון טאמאס אקינאס אז אקינאס איז בעצם צוגעגאנגען צו חקירה און פילאזאפיע מיט זיינע פּריקאנסיווד הנחות מוקדמות איבער וואס איז אמת [זיינע רעליגיעזע גלויבונגען] און נישט אויף למען נאכצוגיין די אמת וואו עס זאל נאר נישט פירן; אן קיין שום בייעסיס. דער בריטישער פילאזאף דר. אנטאני קענני וויל דאס אבער פארענטפערן און צוגלייכן צו דעם וואס ראססעל אליין האט זיך אפגעגעבן מיט׳ן פּרוּוון אז איינס מיט איינס איז צוויי ‏(אלס אן עי פריארי) הגם ער האט דאס געוואוסט/געגלייבט מעיקרא (טאקע אלס אן עי פאסטעריארי).

בכלל האט אקינאס מער גערעדט פון א טעאלאגישן שטאנדפונקט, וואס הייבט טאקע אן מיט הנחות מיוסד על אמונה ונבואה וכו׳, ווי איידער פון א פילאזפישן, וואס הייבט אן מיט א הנחה אז מ׳דארף נאכגיין די אמת לשלעצמו אין די דבר הנחקר אליין. ער האט נאר געהאלטן אז טאמער זענען די טעאלאגישע מושגים פון די מושכלות, ווי למשל דאס נויטיגקייט פון זיין מאראליש, אחדות הבורא וכו׳ וכו׳, דעמאלטס קען מען דאס אויך אדורכטוהן פון א פילאזאפישן שטאנדפונקט און איין דאמעין קען ארויסהעלפן די אנדערע.

וכבר נשנית כמה וכמה פעמים אז הגם צו פילאזאפיע דארף מען בעצם ובאמת זיין ריין אבדזשעקטיוו, איז דאס אבער נישט שייך לאמיתו ביים מין האנושי.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 932
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 5032 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 550 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק העמק דבר

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט