ווער פארברענט מיט דיין גאט צוזאמען...

מחשבה, השקפה ועיון

ווער פארברענט מיט דיין גאט צוזאמען...

הודעהדורך ונבנתה העיר » פרייטאג אוגוסט 28, 2015 2:12 pm

עס איז גאנץ שווער פטור צו ווערן פון גאט.

שווערער ווי מען מיינט – 'שווער' עז אין אויפנעמען-ישוע-בן-מרים-אלס-ממשיך שווער.

לאמיך אייך זאגן; אז איך וואוין ערגעצוואו אין די פאראייניגטע שטאטן און איך האלט אפ א פייערדיגע מקוה-ויכוח מיט א גוטן פריינט איבער ווער עס איז דער אמעריקאנער פרעזידענט, הילערי קלינטאן אדער באראק אבאמא, איך שריי קלינטאן און יענער שרייעט אבאמא.

יעצט, ביי אונז ביידע – אלס איינוואוינער אין דער פארגעשריטענער מערב-וועלט – זענען די אלע דריי פרטים גוט דעפענירט: די פרעזידענטסי, אבאמא, קלינטאן.

1. די פרעזידענטסי איז נישט קיין מענטש, עס איז אן אמט וואס דער/די וואס ערפילט עס האט כך וכך כוחות וכו' וכו'.

2. אבאמא איז א מיטליאריגער הויכער שוואצער מאן פון שיקאגאו, א פאמיליע מאן מיט א גוטן כח הדיבור, ער פלעגט רויכערן און האט ליב סושי.

3. קלינטאן איז א פרוי, א זקנה, געהאט אמאל גוטע צייטן, אסאך געזעהן אין לעבן, עטוואס נידריג מיט א מאן א חכם, זי האט ליב סטעיק.

ווען מיר דינגען זיך ווער עס איז דער פרעזידענט קריגן מיר זיך נישט איבער די 'פרעזידענטסי', צו איז זי א זכר אדער א נקבה, צו האט די פרעזידענטסי ליב סושי אדער סטעיק. מיר קריגן זיך איבער די צוויי אינגאנצן אפגעטיילטע מציאות'ן – אבאמא און קלינטאן – איך זאג קלינטאן זיצט אין ווייסן הויז און יענער זאגט לא, כי אלא אבאמא זיצט אינעם אוועל אפיס.

פארשטייט איהר דאך אז יענער איז אטאמאטיש כופר אין קלינטאן, און איך אין אבאמא.

אבער לאמיר זיך פארשטעלן די זעלבע ויכוח צווישן צוויי פויערן אין א פארשטופטן דערפל אין סיביר, אפגעהאקט פון די גאנצע פארגעשריטענע וועלט, זיי האבן נישט קיין אנונג איבער אבאמא, קלינטאן און די ווערטשאפטן פון די אמעריקאנער רעגירונג.

איין טאג קומט אהן א שמועה רחוקה אז ערגעץ אין א ווייטן לאנד איז דא עפעס א זאך וואס רופט זיך די פרעזידענטסי, אין דארף הויבט זיך אהן היציגע ויכוחים איבער וואס איז די נאטור פון אט די נייע ברי' וואס איז דערווייל נישט דעפינירט: איז עס זכר'דיג אדער נקבה'דיג? האט עס ליב סושי? איז עס הויך אדער נידריג? הייסט עס אפשר אבאמא, אפשר קלינטאן? זה אומר בכה וזה בכה.

ועכשיו, ליבע פריינט, אין וועמען קריגן זיי זיך ארום? וואס שטייט אין צענטער פון די מחלוקת, איבער וואס איז די דארף צוטיילט? איבער אבאמא און קלינטאן? אודאי נישט!

'ביידע' כאפן אהן אויף די זעלבע, ביידע רעדן פון די פרעזידענטסי, דייקא אין די פרעזידענטסי דינגט מען זיך ארום איבער זיינע גענויע פרטים, וויאזוי פונקטליך זעהט עס אויס און וואס זענען איהרע נטיות.

הא, רבותי... [בניגון שוואדראנאי]

לאמיר זאגן אז וויסנשאפטלער האבן געטראפן עפעס גאר א נייע מציאות ווייט אין ספעיס, זיי גיבן עס דערווייל א נאמען א ווייט האול, קיינער ווייסט נאכנישט פונקט וואס עס איז, איז עס קאלט איז עס הייס, שלעפט עס אריין ווי א בלעק-האול אדער שפייעט עס אויס, וכו' וכו'.

יעצט ווען מיר וועלן זיך דינגען צי עס איז קאלט אדער הייס איז אונזער מחלוקת נישט אין קעלט און היץ: איך האלט אז קעלט איז די זאך און דו האלטסט היץ.

מיר ביידע האלטן אז די ווייט-האול איז דער אויסטרעף פונעם יאהר-הונדערט, יעצט דינגען מיר זיך צו זי איז קאלט אדער הייס.

איז ווען מיר גייען ווען אריין אין גראסערי פיקן א גאט פונעם שעלף, דו ווילסט בעל און איך וויל אשרה, נו, וואלטן מיר געהאט א פראבלעם, אבער עכשיו אז קיינער האט איהם נאכנישט געזעהן שטייען מיר גאנץ גוט.

וזה סוד הסיפור בר' מענדל פוטערפאס:

ר' מענדל האט אמאהל געפרעגט א מתנגד וואס וואלט דער אויבערשטער געטוהן אויב ער וואלט געוואלט פטור ווערן פון די וועלט – זי זאל מער נישט עקזעסטירן, האט דער מתנגד גענטפערט: ער וואלט געברענגט א גרויסע פייער און איהר פארברענט.

זאגט איהם ר' מענדל: ווער פארברענט מיט דיין גאט צוזאמען...
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3680
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7179 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7390 מאל

הודעהדורך פריעד באטשי » פרייטאג אוגוסט 28, 2015 4:55 pm

א דאנק @ונבנתה העיר!
עמוקות ופשוטות אזוי קלאר צענעזאם האב איך שוין לאנג נישט געזען!
וואס זאגסטע? זאג איבער! :האה?
באניצער אוואטאר
פריעד באטשי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 963
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 21, 2015 12:55 am
האט שוין געלייקט: 1243 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 675 מאל

הודעהדורך כעלעם'ר מגיד » פרייטאג אוגוסט 28, 2015 5:00 pm

בקיצור, אגנוסטעסיזם צולייגט אויף מאמע לשון, בתוספת פון א מעשה'לע מיט רבי מענדל פוטערפאס ז"ל (וואס אגב, לדעתי איז דער כוונות הדברים גאנץ עפעס אנדערש. רבי מענדל'ס טענה אויף יענעם מתנגד איז געווען זיין אומוויסען פון דעם בעש"ט/רמב"ם'ס "ואתה מחיה את כולם")

Theological Noncognitivism
דער איבערגאנג פון 'תקופת האבן' צום 'תקופת הברונזה' איז צושטאנד געקומען דורך אפאר אויבער-חכמים וואס זענען נישט געווען צופרידן פונעם 'סיסטעם'
כעלעם'ר מגיד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1001
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 3:36 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1260 מאל

Re: ווער פארברענט מיט דיין גאט צוזאמען...

הודעהדורך ירא שמים » מוצ"ש אוגוסט 29, 2015 10:46 pm

דאס איז ידיעת השלילה אבער חוץ מזה איז דא ידיעת החיובי פון דע את אלקי אביך וואס דאס איז דורך פעולותיו .
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2668 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1007 מאל

הודעהדורך moshav zekeinim » מוצ"ש אוגוסט 29, 2015 11:00 pm

איך זעה אז פארשידענע חכמים דא לעבן מיט מיטן נושא, און איך האב נישט קיין אנונג וואס דיר פותח ונבנתה וויל, און נישט וואס די מגיבים כעלעמער און ירא שמים קאמאנטירן וועלעכע זענען מוסיף תעלומה על תעלומה. קען מיר איינער מגלה זיין דעם קאוד פונעם מיסטעריעזן שמועס?
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 3:14 pm
האט שוין געלייקט: 1051 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1582 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מוצ"ש אוגוסט 29, 2015 11:02 pm

פריעד באטשי האט געשריבן:א דאנק @ונבנתה העיר!
עמוקות ופשוטות אזוי קלאר צענעזאם האב איך שוין לאנג נישט געזען!

פריעד באטשי: ווען מ'רעדט פון הרב החסיד ר' מענדל פוטערפאס דארף מען ערשט גיין אין מקווה און אנטון א גארטל און נאכדעם הערן דעם סיפור המעשה...! כ'האב א ביסל געליינט איבער איהם. ער, ר' מענדל האט פארגעשטעלט חסידות חב"ד מיט מסירות נפש און שמחה אין די שווערסטע צייטן אין קאמוניסטישן רוסלאנד...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13839
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 15778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8940 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מוצ"ש אוגוסט 29, 2015 11:13 pm

ונבנתה העיר: ייש"כ. דיין סיפור המעשה מיט די צוויי פויערן אין סיביר דערמאנט מיך א מעשה פון להבדיל, דעם שפיל ... "פידלער אויפ'ן דאך"... וואו די איינוואוינער פון דעם שטעטל אנאטעווקא (וואו טוביה דער מילכיגער האט געוואוינט) האבן געהאט נאר איין ... "חכם"... אין שטעטל וועלכער האט געקענט ליינען א צייטונג אויף רוסיש. און אלע שטעטלדיגע איינוואוינערס האבן זיך געזעצט ארום איהם כדי צו הערן די נייעס וועלכע ער האט געליינט פון צייטונג. און דער חכם האט א יעדע מינוט געזאגט פאר די צוהערערס... "עטץ זעהט"... עטץ זעהט"... האבן זיי איהם געענטפערט: אונז זעה מיר אבער אונז פארשטייען נישט...!

נ.ב. ווען מ'רעדט פון ר' מענדל פוטערפאס דארף מען זאגן ... "להבדיל"... אויף אזא פראסטן שפיל ווי... "פידלער"...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13839
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 15778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8940 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מוצ"ש אוגוסט 29, 2015 11:18 pm

moshav zekeinim האט געשריבן:איך זעה אז פארשידענע חכמים דא לעבן מיט מיטן נושא, און איך האב נישט קיין אנונג וואס דיר פותח ונבנתה וויל, און נישט וואס די מגיבים כעלעמער און ירא שמים קאמאנטירן וועלעכע זענען מוסיף תעלומה על תעלומה. קען מיר איינער מגלה זיין דעם קאוד פונעם מיסטעריעזן שמועס?

מושב זקנים: איך וועל מיך מוזן באגעניגנען מיט אן ענטפער פון א היינטיגן גדול הדור..."ווער ס'פארשטייט, פארשטייט"...!
איך ווארט נאר אז די מער געשליפענע אידן פון קאווע שטיבל ווי שש משזר אדער פריעד באטשי זאללן דיר ענטפערן...איכ'ל שטיין אין א זייט און צו הערן צום שמועס. נאר כ'האב מורא אז ס'וועט זיין מיט אש וגפרית...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13839
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 15778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8940 מאל

הודעהדורך moshav zekeinim » מוצ"ש אוגוסט 29, 2015 11:32 pm

איך האב גארנישט שלעכטץ געטון, איך בעט נאר מען זאל לאנדן פון די הויכע ספערן, און מסביר זיין א"ב פאר די וואס פארשטייען נישט מעשה מרכבה וחידות סתומות.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 3:14 pm
האט שוין געלייקט: 1051 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1582 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מוצ"ש אוגוסט 29, 2015 11:43 pm

מושב זקנים: פארוואס ביסטו דיפענסיוו...? אדער דו האסט א גילטי קאנשענס...! איך ווארט שוין בכליון עיניים אז א איד מיט א שארפע פענע זאלל דיר ענטעפרן. איך האב דיר געגעבן א פשוט'ן ענטפער... וויאזוי א בעל עגלה קען...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13839
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 15778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8940 מאל

הודעהדורך שבת אחים » זונטאג אוגוסט 30, 2015 4:53 am

moshav zekeinim האט געשריבן:איך האב גארנישט שלעכטץ געטון, איך בעט נאר מען זאל לאנדן פון די הויכע ספערן, און מסביר זיין א"ב פאר די וואס פארשטייען נישט מעשה מרכבה וחידות סתומות.

הרב מושב
און אלע אנדערע הונדרעטער משלים פונעם בת מלך פארשטייסטו שוין יא? ס׳איז בעסיקלי מענטשען פראבירן איינצוזעזעצן פשט אין עפעס וואס מאכט נישט קיין פשט בכלל! און משלים איז א געוויסע וועג צו מאכן אונזערע קליינע מוח פארשטיין זאכן אין א אנדערע ליכט און אין א אנדערע פערספעקטיוו! דער פראבלעם איז נאר אז מ׳נעמט משלים וואס איז בכלל נישט דומה מיטן נמשל, איך קען אייך ווייזן 900 זאכן פארוואס די משל מיט די נמשל האט גארנישט איינס מיטן צווייטן! אבער מיט דעם אלעם איז עס גענוג פאר מענטשען וואס זענען באקוועם ווי זיי זענען און זיי וועלן אננעמען פאלשע לאגיק כל זמן ס׳שטימט מיט זייער אגענדע!.
What made me realize that I was not at home? A spot on the wall. When the Wizsnitzer Rebbe
Died in 1936 we received his photo. He was a beautiful man. I remember putting the nail in the wall. The nail was was still on the same spot with a crucifix on it
אלי וויזעל
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6263
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4903 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3678 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג אוגוסט 30, 2015 8:55 am

שבת אחים: איך וויל מיך נאר שטעלן אויף די לעצטע נקודה אין דיין תגובה.

איך בין איינער פון די מענטשן וועלכע זענען באקוועם וואו זיי זענען מיט זייער אמונה אין גאט. איך ווייס נישט וואו דו שטייסט. אבער איך קום מיך ב"ה זייער פיין אדורך מיט מיין גאט. למשל איך זעה די האנט פון גאט אפילו אין אזעלכע טריוויאלע זאכן ווי א פארקינג פלאץ. אפגערעדט פון די גרויסע זאכן ווי משפחה, קינדער, ארבעט, פארדינסט, געזונט, סאציאלע שטאנד. איך זעה די האנט פון גאט אין טאג טעגליכן לעבן. דאס מיינט נישט אז א מענטש וועלכער גלייבט אין גאט דארף נישט טון קיין השתדלות, אנשטרענגונג אין אלע ריכטונגען. ס'מיינט אז ווען א מענטש איז מצליח און זיינע פלענער און שטרעבונגען ארבעטן זיך אויס, איז עס נישט בלויז זיין אייגענע חכמה און שטארקקייט וואס האט איהם געברענגט די גוטע רעזולטאטן. נאר די הילף פון השי"ת (מיין גאט) וואס האט איהם באגלייט אין גאנצן וועג. לאמיר הערן וואס דיין מיינונג איז איבער די זאכן...?
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13839
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 15778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8940 מאל

Re: ווער פארברענט מיט דיין גאט צוזאמען...

הודעהדורך אני מת לחיות » פרייטאג סעפטעמבער 18, 2015 12:57 am

ונבנתה
כהאב די מעשה פון רבי מענדל נשמתו עדן שוין געזען סאך יארן צוריק און דאס איבער צו זאגן אזוי גוט ווי דיר איז נישט געווען שייך.

יישר כח

Sent from my SM-G900T using Tapatalk
אני מת לחיות
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 96
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 17, 2013 9:35 am
האט שוין געלייקט: 29 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל

הודעהדורך מי אני » זונטאג נאוועמבער 03, 2019 3:08 pm

כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:בקיצור, אגנוסטעסיזם צולייגט אויף מאמע לשון, בתוספת פון א מעשה'לע מיט רבי מענדל פוטערפאס ז"ל.

Theological Noncognitivism

א חלק פון דאס נישט אינגאנצן אננעמען די הנחה איז א יסוד פארן פארמולירן אן אנטאלאגישע ארגומענט אין איר דעפינישינעל ווערסיע [אז די טערמין ״ג-ט״ מיינט עפעס וואס האט יעדע פערפעקשן [די דעפיניציע פון ״ג-ט״]. ״עקזיסטענץ״ איז א פערפעקשן. וממילא ג-ט עקזיסטירט. (oversimplified)].
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1290
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 6379 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 967 מאל

הודעהדורך פינטעלע איד » מיטוואך יאנואר 15, 2020 12:27 am

ונבנתה העיר האט געשריבן:
אבער לאמיר זיך פארשטעלן די זעלבע ויכוח צווישן צוויי פויערן אין א פארשטופטן דערפל אין סיביר, אפגעהאקט פון די גאנצע פארגעשריטענע וועלט, זיי האבן נישט קיין אנונג איבער אבאמא, קלינטאן און די ווערטשאפטן פון די אמעריקאנער רעגירונג.

איין טאג קומט אהן א שמועה רחוקה אז ערגעץ אין א ווייטן לאנד איז דא עפעס א זאך וואס רופט זיך די פרעזידענטסי, אין דארף הויבט זיך אהן היציגע ויכוחים איבער וואס איז די נאטור פון אט די נייע ברי' וואס איז דערווייל נישט דעפינירט: איז עס זכר'דיג אדער נקבה'דיג? האט עס ליב סושי? איז עס הויך אדער נידריג? הייסט עס אפשר אבאמא, אפשר קלינטאן? זה אומר בכה וזה בכה.



וואו וועט אבער זיין אויב איוואן וועט טענה'ן אז די פרעזידענטסי איז עזעקיוטיוו מאכט, און באריס שרייט אז עס איז דער שמש וואס קלאפט אויף די לאדנס פארטאגס, דאן וואלט באריס געווען א כופר און די פרעזידענטסי.
.Two things are infinite, the universe and human stupidity, and I'm not sure about the former

Albert Einstein
פינטעלע איד
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 11
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 08, 2020 11:35 pm
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל


גיי צוריק העמק דבר

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט