ווער פארברענט מיט דיין גאט צוזאמען...

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3791
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7130 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8163 מאל

ווער פארברענט מיט דיין גאט צוזאמען...

שליחה דורך ונבנתה העיר »

עס איז גאנץ שווער פטור צו ווערן פון גאט.

שווערער ווי מען מיינט – 'שווער' עז אין אויפנעמען-ישוע-בן-מרים-אלס-ממשיך שווער.

לאמיך אייך זאגן; אז איך וואוין ערגעצוואו אין די פאראייניגטע שטאטן און איך האלט אפ א פייערדיגע מקוה-ויכוח מיט א גוטן פריינט איבער ווער עס איז דער אמעריקאנער פרעזידענט, הילערי קלינטאן אדער באראק אבאמא, איך שריי קלינטאן און יענער שרייעט אבאמא.

יעצט, ביי אונז ביידע – אלס איינוואוינער אין דער פארגעשריטענער מערב-וועלט – זענען די אלע דריי פרטים גוט דעפענירט: די פרעזידענטסי, אבאמא, קלינטאן.

1. די פרעזידענטסי איז נישט קיין מענטש, עס איז אן אמט וואס דער/די וואס ערפילט עס האט כך וכך כוחות וכו' וכו'.

2. אבאמא איז א מיטליאריגער הויכער שוואצער מאן פון שיקאגאו, א פאמיליע מאן מיט א גוטן כח הדיבור, ער פלעגט רויכערן און האט ליב סושי.

3. קלינטאן איז א פרוי, א זקנה, געהאט אמאל גוטע צייטן, אסאך געזעהן אין לעבן, עטוואס נידריג מיט א מאן א חכם, זי האט ליב סטעיק.

ווען מיר דינגען זיך ווער עס איז דער פרעזידענט קריגן מיר זיך נישט איבער די 'פרעזידענטסי', צו איז זי א זכר אדער א נקבה, צו האט די פרעזידענטסי ליב סושי אדער סטעיק. מיר קריגן זיך איבער די צוויי אינגאנצן אפגעטיילטע מציאות'ן – אבאמא און קלינטאן – איך זאג קלינטאן זיצט אין ווייסן הויז און יענער זאגט לא, כי אלא אבאמא זיצט אינעם אוועל אפיס.

פארשטייט איהר דאך אז יענער איז אטאמאטיש כופר אין קלינטאן, און איך אין אבאמא.

אבער לאמיר זיך פארשטעלן די זעלבע ויכוח צווישן צוויי פויערן אין א פארשטופטן דערפל אין סיביר, אפגעהאקט פון די גאנצע פארגעשריטענע וועלט, זיי האבן נישט קיין אנונג איבער אבאמא, קלינטאן און די ווערטשאפטן פון די אמעריקאנער רעגירונג.

איין טאג קומט אהן א שמועה רחוקה אז ערגעץ אין א ווייטן לאנד איז דא עפעס א זאך וואס רופט זיך די פרעזידענטסי, אין דארף הויבט זיך אהן היציגע ויכוחים איבער וואס איז די נאטור פון אט די נייע ברי' וואס איז דערווייל נישט דעפינירט: איז עס זכר'דיג אדער נקבה'דיג? האט עס ליב סושי? איז עס הויך אדער נידריג? הייסט עס אפשר אבאמא, אפשר קלינטאן? זה אומר בכה וזה בכה.

ועכשיו, ליבע פריינט, אין וועמען קריגן זיי זיך ארום? וואס שטייט אין צענטער פון די מחלוקת, איבער וואס איז די דארף צוטיילט? איבער אבאמא און קלינטאן? אודאי נישט!

'ביידע' כאפן אהן אויף די זעלבע, ביידע רעדן פון די פרעזידענטסי, דייקא אין די פרעזידענטסי דינגט מען זיך ארום איבער זיינע גענויע פרטים, וויאזוי פונקטליך זעהט עס אויס און וואס זענען איהרע נטיות.

הא, רבותי... [בניגון שוואדראנאי]

לאמיר זאגן אז וויסנשאפטלער האבן געטראפן עפעס גאר א נייע מציאות ווייט אין ספעיס, זיי גיבן עס דערווייל א נאמען א ווייט האול, קיינער ווייסט נאכנישט פונקט וואס עס איז, איז עס קאלט איז עס הייס, שלעפט עס אריין ווי א בלעק-האול אדער שפייעט עס אויס, וכו' וכו'.

יעצט ווען מיר וועלן זיך דינגען צי עס איז קאלט אדער הייס איז אונזער מחלוקת נישט אין קעלט און היץ: איך האלט אז קעלט איז די זאך און דו האלטסט היץ.

מיר ביידע האלטן אז די ווייט-האול איז דער אויסטרעף פונעם יאהר-הונדערט, יעצט דינגען מיר זיך צו זי איז קאלט אדער הייס.

איז ווען מיר גייען ווען אריין אין גראסערי פיקן א גאט פונעם שעלף, דו ווילסט בעל און איך וויל אשרה, נו, וואלטן מיר געהאט א פראבלעם, אבער עכשיו אז קיינער האט איהם נאכנישט געזעהן שטייען מיר גאנץ גוט.

וזה סוד הסיפור בר' מענדל פוטערפאס:

ר' מענדל האט אמאהל געפרעגט א מתנגד וואס וואלט דער אויבערשטער געטוהן אויב ער וואלט געוואלט פטור ווערן פון די וועלט – זי זאל מער נישט עקזעסטירן, האט דער מתנגד גענטפערט: ער וואלט געברענגט א גרויסע פייער און איהר פארברענט.

זאגט איהם ר' מענדל: ווער פארברענט מיט דיין גאט צוזאמען...
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?

דער אשכול פארמאגט 14 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר