כי הוא חכמתכם ובינתכם לעיני העמים?! יא!!

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
אדנירם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15246 מאל

כי הוא חכמתכם ובינתכם לעיני העמים?! יא!!

שליחה דורך אדנירם »

אפגעטיילט פון דא.


די חכמה ליגט אין תלמוד, והעיון בסברותיה, ובירור הלכותיה.
איך בין אדורך אלע הסברים איבער די סיבה פארוואס אידן זענען קלוגער, סיי [tag]יידל[/tag]'ס הסברים עטליכע מאל, סיי [tag]געפילטע פיש[/tag]'ס הסברים, און סיי די הסברים וואס אנדערע האבן ארויפגעברענגט. הצד השוה שבהם, אז אדער איז דאס נישט גענוג א שטארקער הסבר וואס זאל גוט שטימען על פי שכל [וכמו שטען [tag]יאיר[/tag] על הרבה טענות. און רוב תשובות פון יידל'ן שפעטער זענען נישט באגעניגענד], אדער איז דאס נישט קיין הסבר פארוואס דוקא די אשכנז'ישע אידן האבן די העכערע איי. קיו. לעוועל.

לדעתי איז די פאלגענדע הסבר די ריכטיגסטע הסבר, ואפרש שיחתי.
יידל האט געשריבן:עם הספר
די צווייטע טעאריע וואס פעליסער ברענגט איז אויפגעברענגט געווארן דורך דעם אויבנדערמאנטן טשארלס מורעי. ער טענה'ט אז וויבאלד רוב אידן לערנען תלמוד בבלי, און תלמוד בבלי איז אינטעלעקטואל קאמפליצירט און סאפיסטיקירט. מורעי טענה'ט אז צו בלייבן א איד האט מען געמוזט זיין קלוג. די נישט קלוגע האבן נישט געקענט לערנען און זיי האבן געהאט שוואכערע שאנסן צו באקומען א שידוך און אויפצוען קינדער וועלכע וועלן בלייבן אידן. דאס איז ענליך צו איחוד פעלד'ס טעאריע איבער לערנען, און האט אויך אן עלעמענט פון נאטורליכען סעלעקציע וואס יאנקל האט דערמאנט.

די סיבה פארוואס די אידן זענען געבליבן איבערגעשפיצט במשך כל הגלויות, איז בעיקר נחלת התורה שבעל פה, און איר תלמוד אין שפיץ. די געדרייטע סברות אהין און צוריק, די שו"ת וואס מ'לאזט נישט נאך, די פילאזאפיע, מאטעמאטיק, דרוש, אגדה, הרגשים, וכו', וואס מ'זעט אינעם תלמוד, איז צום שטוינען. דאס האט אויסגעשארפט די מוחות, און געמאכט די אידן זאלן אלס זיין קלוגער פון זייערע ארומיגע [ס'איז אויך א פאקט, אז די אידן זענען געווען די פארוואלטער'ס ביי פריצים'ס גוטער, וויבאלד זיי האבן געקענט די בעסטע מאטעמאטיק, חשבונות איבערן פירן דעם גוט. און אזוי אויך האבן זיי געקענט ליינען, שרייבן, וכו', בעסער פון עמך פויערן].

דאס איז נאר אויסגעשארפט געווארן וואס א דור שפעטער, דורך די השתלשלות התורה, פון די גאונים, ראשונים, בעלי תוס' ומפרשי הש"ס, ביז פוסקי הלכה ושו"ת, וואו די כח החילוק וסברא איז ארויסגעברענגט געווארן צום העכסטן ניווא. און די תורה איז גענוג ברייט אז ס'האט געקענט ארייננעמען טיפע סברות אין געטליכע דינים [הל' שבת, נדה, וכדומה], ווי אין געריכטליכע פסקים [חו"מ, הל' רבית]. שוין אפגערעדט די אנדערע חלקי התורה ווי דרוש, דקדוק, אסטראנאמיע, וכו'.


בין יהדות אשכנז ליהדות ספרד.
די סיבה פארוואס דוקא די אשכנז'ישע אידן זענען אזוי קלוג און נישט זייערע ספרד'ישע ברידער איז, וויבאלד מיט די צייט האבן ווייניגער ספרד'ישע אידן זיך אפגעגעבן מיט הפצת התורה אויף א מאסנשטאב. אנגעהויבן פונעם פאקט אז ס'איז געווען ווייניג ספרד'ישע בארימטע ישיבות די לעצטע פאר הונדערט יאר, אדער אייגענטליך, זייט תקופת הראשונים. וואס דאס האט דירעקט גורם געווען צו א קלענערע קנאת סופרים און בכלל קלענערע מאס ת"ח וואס זאלן זיך שניידן קעפ אין לערנען און אין סברא. ביזן פאקט אז זיי האבן זיך צוביסלעך אנגעהויבן אריינלייגן אין 'זיסע' סברות אין לערנען, אנשטאט אין 'טיפע' סברות. איינער וואס האט אמאל ארויסגענומען ספרים פון ספרד'ישע אחרונים די לעצטע פאר הונדערט יאר, לעומת זייערע אשכנז'ישע ברידער, זעט גלייך דעם ירידת הדורות אדער שינוי בדרך הלימוד [וויאזוי דו ווילסט עס רופן].

אין די צייט וואס ביי אשכנזים האט די בירור וליבון אנגענומען וואס אמאל א שטערקערע פאזע, פון תקופת המהרש"ל והמהרש"א, אריין אין תקופת הפנ"י ונוב"י, שאג"א ורר"י אייבשיץ, ביזן אויפרייס פון ר"ח בריסקער'ס דרך הלימוד. איז די תורה ביי ספרדים געווארן כסדר שוואכער, בכמות, אבער נאך ערגער - באיכות. וויפיל לומד'ישע ספרים זענען געשריבן געווארן אויף ש"ס דורך ספרדים די לעצטע פאר הונדערט יאר?! אדורכגייענדיג אוצר החכמה, זעט מען קלאר דעם ריזן חילוק אין דרך הלימוד און שפיציגקייט. דאס איז דער דירעקטער גורם פון א שארפע, דורכדרינגליכע, אשכנז'ישער איד, וואס האט אויך א משונה'דיגע התמדה און 'דרייוו' בכל לימודיו, קודש כחול.

לפי זה איז גאר שטארק מובן, און גאר א סייעתא לדבריי, דאס וואס [tag]ממי שאמרו[/tag] האט גע'טענה'ט אז ס'געווען איבער גענוג גאונ'ישע קעפ ביי די ספרדים במשך הדורות, און אזוי אויך דאס וואס געפילטע פיש האט צוגעצייכנט בתחילת תגובתו הנ"ל, אז ארום 900-700 יאר צוריק זענען געווען אן א שיעור ספרד'ישע אידישע סייענטיסטן און געלונגענע קעפ. לדעתי היא היא הנותנת, אין די תקופת הראשונים האט דאס אידישע לעבן געשפרודלט אין ספרד'ישע מדינות. די גאונים וואס האבן אוועקגעשטעלט חותמות אויף פארשידענע ענינים, א שטייגער ווי דער רי"ף, רמב"ם, רמב"ן, ראב"ע, רשב"א, ועוד, האבן געהאט תלמידים לרוב, און ישיבות האבן ארויסגעגעבן מאסן לומדים וואס האבן אפילו פארצייכנט הערות אויפן תלמוד אדער גאר מקצועות בהלכה, נאכמער ווי זייערע אשכנז'ישע ברידער. אבער מיט די צייט איז דאס אונטערגעגאנגען, און מיט דעם - זייער אויסערארנדליכע חכמה.


בימים ההם - בזמן הזה.
אודאי נעמט דאס א לענגערע צייט, און ס'מוז נישט זיין אז ס'גייט זיך אפשטעלן, איבערהויפט איינמאל ס'איז שוין דא אוועקגעשטעלטע אינסטיטוציעס וואס געבן זיך אפ מיט חכמה, און אפילו חכמה פאר אידן אלס איד [מדינת ישראל], אבער במשך הדורות ווען מ'איז עווענטועל פארפאלן געווארן, איז לא עמדה להם חכמת אבותם וויבאלד זיי אליינס האבן שוין כמה דורות נישט געהאט קיין יניקה פון די טיפזיניגע אויסשארפנדע חקירות בכל מיני מקצועות התורה. די בעסטע משל ברענג איך אלס פונעם שולחן ערוך, א חיבור פון א ספרדי, וואס איז אנגעפירקלט פון אלע זייטן מיט גאונ'ישע הגהות, דינגערייען, מסקנות, פון --- אשכנזים. נישט נאר דאס, נאר אזויווי דעם שו"ע, זענען ארויסגעקומען אן א שיעור אשכנז'ישע חיבורים וואס האבן געוואלט מאכן אן אייגענעם קו בדומה לו, אפאר דוגמאות: דער לבוש, חיי אדם, שו"ע הרב, קיצור שו"ע, ועוד. פון די ספרד'ישע ווייס איך נאר פון איינס, דער כף החיים. דאס רעדט מער ווי א טויזענט ווערטער.

איי שטעלט זיך די פראגע, פארוואס אונז זענען נישט קיין לייבן אין קיין שום מקצוע, לעומת דער פרייער איד כמה דורות וואס הערט נישט אויף צו שאקלן דעם סעקולארן וועלט מיט זיין גאונות. דער תירוץ איז פשוט: זיי טוען פשוט עפעס וואס זאל ארויסווייזן וואספארא ברייטע טיפע מוחות זיי פארמאגן מדורי דורות. זייער פעלד איז פילאזאפיע, סייענס, וכו', וואס דער וועלט דארף א צורך דערין, און דערפאר איז ניכר וואספארא עילויים דאס אידיש פאלק פארמאגט. משא"כ אונז פרומע יודעלעך וואס לערנען א גאנצן טאג, וואו זאל אויסקומען אז מיר זאלן קענען ווייזן אונזער אמת'ע טיפע פארשטאנד אין א נושא וואס מיר שטודירן יא?! ס'איז ברור אז די פאטענציאל פארמאגן מיר, און טאקע מער פון סתם א גוי אין גאס, וכדברי [tag]טאמבל סאס[/tag] כאן. גענוג מאל וואס כ'האב געזען מחקרים, אז פרומע אידן וואס לערנען אין קאלעדזש וכדומה דערגרייכן שנעלער, און בעיקר - טיפער, ווי זייערע חברים-סטודענטן.

לדעתי איז דאס אויך דער סיבה פארוואס מ'זעט אזויפיל ספרד'ישע סייענטיסטן וכדומה בתקופת הראשונים, וכפי שהובא לעיל. וויבאלד ביי די ספרד'ישע אידן איז געווען גאר נפוץ דאס לערנען זייטיגע מקצועות ושאר חכמות, צו מאטעמאטיק, צו חקירה, צו דקדוק, צו פילאזאפיע, צו שירה, צו אסטראנאמיע, וכו' [ועי' באשכול שלי 'הלכה למעשה', וואו רוב חכמי דקדוק, און פריערדיגע חוקרי היסטוריה, זענען ספרדים]. און אין די זעלבע צייט איז דאס נישט נאר נישט געווען נפוץ ביי אונז אשכנזים, נאר רוב אשכנז'ישע גדולי ישראל האבן געפירט א מלחמת חרמה אנטקעגן פרעמדע חכמות, במשך כל הדורות. און דערפאר זענען ווייטער נישט ארויסגעקומען די סייענטיסטן ושאר חכמים מאחינו האשכנזים. משא"כ פרייע אידן וואס האבן נאך געהאט די גענע פון לומדי התלמוד, און האבן יא חוקר געועון סייענס ושאר מדעים, זיי האבן טאקע געשאקלט א וועלט (למשל שפינאזא, ועוד הרבה) און אזוי איז עס טאקע עד ימינו אלה.


תורה מן השמים.
צום לעצט איז נאר געבליבן צו פארענטפערן יאיר'ס קשיא, וויאזוי טאקע איז געשריבן געווארן אזא שארפע חיבור ווי תלמוד, אלא מאי זענען שוין געווען עילוים דעמאלס, נו הדרא קושיא לדוכתא, פון וואו שאפט זיך דאס עילוי'ישקייט?! כמה תשובות בדבר: אדער ווי יידל'ס תשובה, אז ס'איז לאו דוקא דער קלוגסטער חיבור, ס'איז נאר אזא סארט לימוד וואס שארפט אויס דעם מח הלומדו [לענ"ד אינה התשובה הנכונה]. אדער וועט מען זיך משתמש זיין מיט איחוד פעלד'ס און געפילטע'ס טענה, אז ביים גוי איז דער חכם געווארן א גלח שלא הוליד בנים און ביי אונז איז גאר פארקערט. לענינינו וועט מען זאגן, אז דאס איז אמאל געווען נאר נחלת הפרט פון עילוים ווי אמוראים, אבער צוביסלעך האט זיך דאס פארשפרייט אין כלל ישראל, אנשטאטס זיך פארמינערן ווי ביי די קריסטן. וביותר יובן לפי דברי געפילטע מיט תקנת ר"י בן גמלא אז יעדעס קינד דארף לערנען תורה. ולענינינו, דורכדעם איז א נחלת הפרט - וואס אנדערע פעלקער האבן אויך געהאט - געווארן א נחלת הכלל.

אבער מיר שמעקט מער צו זאגן אן אנדערער טעם, בדרך אחרון אחרון כבוד, שנראה להביא סימוכין מן התורה וואס איז שוין אויך דערמאנט געווארן, אז דער פסוק זאגט אויפן תורה (דברים ד, ו): כי הוא חכמתכם ובינתכם לעיני העמים, אשר ישמעון את כל החקים האלה, ואמרו 'רק עם חכם ונבון הגוי הגדול הזה'. דאס מוז נישט מיינען אז זיי וועלן נתפעל ווערן פון גמ' [וואס אגב, דרום קארעא יוכיח אז אפילו כפשוטו פארשטייען זיי אז דאס לימוד הגמ' איז א געוואלדיגער לימוד], דאס קען מיינען אז זיי וועלן נתפעל ווערן פון די תלמוד'יסטן, פון די מוחות פון די תלמוד לערנער'ס. דאס איז חוץ מזה, וואס אפילו כפשוטו איז דער תורה שבכתב אויך א חכמה לעיני העמים, מימי קדם ווען ס'איז אזא ווערק נאך קיינמאל נישט געשריבן געווארן, און אפילו עד ימינו אנו, וואס אויף איר גרונד לעבן ביליאנען מענטשן איבער די וועלט.

אודאי וועט דער עוורידזש גוי זוכן א בעסערע הסבר, א נאטירליכע הסבר, וואס זאל נישט שמייסן אין פנים ווי אט דער פסוק. אבער אלע הסברים זענען גאר-גאר שוואך, געבויעט אויף שטרויענע העלצער, און בעיקר - שיינע סברות וואס האבן זיכער מוסיף געווען צום אידישן חכמה. אבער אונזער קלוגשאפט האט סאך א בעסערע הסבר, און סאך א שטערקערע יסוד, נאך דעם פשוט'ן פסוק. חכמת שלמה שטימט שוין, חכמי ירושלים לעומת חכמי אתונה שטימט שוין, און חכמי ישראל לעומת חכמי אוה"ע עד ימינו אלה [ביי די וואס לאזן זיך אריין אין חכמות וואס דער גוי פארשטייט און האט נוצן דערפון], שטימט אויך.


די תורה גייט נישט באנקראט, און די מאס אידישע נאבעל פרייז געווינער'ס זענען דוקא די עדות דערצו.

דער אשכול פארמאגט 26 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר