פארוואס בלייבן צומישט? ס'איז פשוט'ער ווי דו מיינסט!

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
אדנירם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15246 מאל

פארוואס בלייבן צומישט? ס'איז פשוט'ער ווי דו מיינסט!

שליחה דורך אדנירם »

[center]אן ערנסטע דילעמא.[/center]
טרעף איך אן געצל גרונם אין גאס, זיין נאז איז אראפגעלאזט, זיינע אויגן זענען פארנעפלט, זיין פנים פאררויטלט, און זיין קול איז דערשראקן. 'וואס איז'? - פרעג איך אים. אבער ער קען קוים צאמקלויבן זיינע געדאנקען, און ארויסברענגען זיינע ווערטער פון מויל. נאך אפאר געהאקטע זאצן האב איך שוין פארשטאנען: ער ליידט פונעם זעלבן פראבלעם וואס אסאך אידן, און אפילו בני נכר, ליידן דערפון. אסאך דרייען זיך ארום פארלוירן און מסופק צוליב דעם פראבלעם, און אסאך ווערן אנגעזעצט און 'געבן אויף' צוליב דעם.

אפילו דא אין שטיבל, האב איך געטראפן רמזים מיט א 'לשון שאלה', נעמליך, אסאך מוטשענען זיך צו פארשטיין א געוויסע נקודה, וואס אפעקטירט יעדן רעליגיעזן מענטש. נישט אלע - מיט הצלחה. על כן החלטתי לבאר הענין בכי טוב כפי הנלענ"ד.

היות מיר האלטן יעצט אין די ימי הדין, ווען יעדער מענטש - איד צו גוי - ווערט גע'משפט לטב או למוטב, וכל באי עולם יעברון לפניו כבני מרון, קומט אפט אריין די מחשבה'לע ביי יעדן מענטש שיש לו מח בקדקדו על מנת להשתמש בה, אז בעצם פירן מיר א דאפלטע לעבן: מיר טוען תשובה אלול, ר"ה, יו"כ, ולמהדרין - הושענא רבה, מיר זאגן צו אז מיר גייען שוין זיין גוט און וואויל, און 'טאטי, פון יעצט אן גייסטו נאר זען נחת פון מיר', אזויווי מיר זענען טאקע מחויב צו מאכן עזיבת החטא וקבלה על העתיד. און פון די אנדערע זייט, ווייסן מיר אלע 'דיפ דאון' אז מה שהיה הוא שיהיה ואין כל חדש תחת השמש.

א מענטש טוישט זיך צומאל צום גוטנס ווייל ער ווערט אביסל עלטער, אבער כמעט קיינמאל ווערט ער נישט בעסער נאך די ימים נוראים. ער מאכט טאקע געפערליכע קרעכצן ביי די 'אבינו מלכינו'ס', ער מאכט געוואלדעס ביים 'ונתנה תוקף', ער פרובירט צו ציטערן ביים 'כל נדרי' [נאר צוליב די ניגון. ווייל חוץ מזה קען ער נישט פארשטיין פארוואס מ'האט גענומען דעם מערסט התעוררות'דיגן ניגון, און עס ארויפגע'זרק'עט אויף אזא טריקענע הלכה'ישער תפילה ווי כל נדרי], און ער שפירט טאקע איז באותו מצב ובאותה שעה וואלט ער קיינמאל מער נישט געזינדיגט מיט די אדער יענע עבירה. אבער וואס איז גוט פאר א יונג בחור'ל זיך איינצורעדן אז זיינע החלטות גייען בלייבן פעסטע החלטות [ע"ע 'א נייע זמן'], איז נישט גוט פאר א יונגערמאן וואס זיין מרץ [ליין: מרד] נעורים האט שוין אויסגעבלאזן, און ער ווייסט וואו ער שטייט, און וויפיל ער וועט זיך טאקע פארבעסערן.

וכאן הבן שואל: איך ווייס פונעם 'אחטא ואשוב אין מספיקין בידו לעשות תשובה'. און אפילו אויב כ'בין נישט אין דעם גדר ווייל איך זוך נישט חוטא צו זיין, נאר איך בין א חכם הרואה את הנולד, פארשטיי איך נישט וואס איז פשט פון די ימים נוראים ווען די נקודה איז תשובה וקבלה על העתיד, ווען בו בשעה ווייס איך בבירור גמור אז ס'איז אוממעגליך אז איך זאל טאקע שטייגן און זיך פארבעסערן דעם קומענדיגן יאר!

קומט דער רבי ר' זושא, און טענה'ט: איך האב שוין געזאגט די זעלבע זאך נעכטן, אבער יעצט מיין איך עס אמת'דיג... ס'איז א גוטע ווערטל, ס'קען האבן א טיפערע משמעות [ועוד חזון], אבער כפשוטו איז דאס חוזק געמאכט. חוזק געמאכט פון באשעפער, און חוזק געמאכט פון זיך אליינס. וועם נארט מען דא? איין יאר, צוויי יארן, צען יאר, אז מ'טוישט זיך נישט גלייך נאכן תשובה טון ר"ה און יו"כ, ווייסט מען אז דאס יאר וועט נישט געשען דעם אזוי ערווארטעטן שינוי. איז וואס'זשע פשט פון שפילן דעם קינדער-שפיל?

דער אשכול פארמאגט 23 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר