איז יידישקייט רצון השם אדער עבודת האדם?

מחשבה, השקפה ועיון

איז יידישקייט רצון השם אדער עבודת האדם?

הודעהדורך ירא שמים » דינסטאג מערץ 22, 2016 10:57 pm

די ערשטע שאלה וואס דארף געפרעגט ווערן במהלך חקירה זו איז וואס די רצון ה׳ מיטן באשאפן א מענטש מיט די וועלט וואס איז באשאפן געווארן פאר זיינעטוועגן, וואס דאס איז כדי להנות לבריותיו,ומשם ואילך אין אתי להאריך.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך ירא שמים אום מיטוואך מערץ 23, 2016 11:30 am, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2668 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 997 מאל

Re: איז יידישקייט רצון השם אדער עבודת האדם?

הודעהדורך קל וחומר » מיטוואך מערץ 23, 2016 1:08 am

א חלק פון זיין שלימות יתברך איז צו זיין א מטיב.
קל וחומר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1783
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 4:42 am
האט שוין געלייקט: 2715 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2518 מאל

הודעהדורך זבולון » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 11:58 pm

mevakesh האט געשריבן:
אין ארץ ישראל איז געווען א פרומער פראפעסער ישעיה ליבוביץ א טיפער תיאולוג און קאנטרעווערסיאלע פיגור ער פלעגט אלס שרייען אז יהדות האט נישט מיט אוניווערסיאלע ווירדען און אז איך בין אונטערגעוואפען אונטער דעם עול התורה האב איך גארנישט מיט אלגעמיינע ווירדען פון רחמנות דעמאקראטיע און דאס גלייכען מיינע ווירדען איז די תורה און גארנישט מער פון דעם.


עס וואלט זיך אויסגעפעלט א לענגערע ארטיקל איבער דעם פראפעסאר. אבער איך מיין אז עס איז נישט אזוי יושר'דיג אים צו אראפלייגן ווי די צווייטע עקסטרעם קעגן הרב י. העשל. (@דעת תורה זאגט אז ער האט געטראפן א שטיקל דברי יואל, נו, אפשר איז ער מער פאסיג צו ערפילן דעם פאזיציע....)
אין פאקט, איז ליבוביץ געווען אקעגן אוממאראלישע אקטן, ער האט זיך עטליכע מאל ארויסגעשטעלט מיט א דרייסקייט קעגן עוולות וואס זענען אדורכגעפיהרט געווארן אין נאמען פון די אידישע רעליגיע. כאטש ער האט זיך נישט אידענטיפיצירט אלס א הומעניסט און דאס פאדערט שוין אן אריכות.
The world is a comedy to those that think; a tragedy to those that feel.

Horace Walpole
באניצער אוואטאר
זבולון
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 7:57 am
האט שוין געלייקט: 559 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 895 מאל

Re: איז יידישקייט רצון השם אדער עבודת האדם?

הודעהדורך mevakesh » דאנערשטאג אוגוסט 11, 2016 7:13 am

לגבי פרופסר לייבוביץ האב איך נישט געזאגט אז ער איז חלילה געווען אוממאראליש נאר אז ער האט געטענהט אז רעליגיע האט נישט מיט מאראל און מען קען נישט פרעגן פון מאראל אויף רעליגיע
איך בין אפשר נישט אויסגעקאכט און זיין פילוסופיה ביזן סוף אבער אויף ווי ווייט איך פארשטיי איז דאס זיין הויפט יסוד
און דאס וואס ער האט געשריגען אויף די עוולות פון די פרומע רעכטע דאכט זיך אז ער האט געהאט טענות טאקע אויף דאס וואס זיי בויען זייער מאראל אויף די תורה בעת וואס די תורה זאגט נישט גארנישט בנוגע מאראל
דאס ביסטו אבער זיכער גערעכט אז פרופסר לייבוביץ איז זייער א קאמפליצירטע און טיפע פערזענליכקייט און עס פארלאגט זיך א באזונדערע לענגערע אפהאנדלונג אויף איהם און @זבולון קריינא דאיגרתא וכו'...
באניצער אוואטאר
mevakesh
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 745 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 753 מאל

הודעהדורך זבולון » דאנערשטאג אוגוסט 11, 2016 9:51 pm

גערעכט, דו לייגסט ריכטיג אראפ זיין מהלך, אבער למעשה איז ער אנגעקומען סאמהאו נישט ווייט פון די וועסטערן וועליוס.

זיינע טענות אויף די רעכטע זענען בעיקר געווען, אז זיי לייגן אריין דעם פאלק אלס דער צענטער פון די אידישע רעליגיע, און לויט אים איז דער צענטער עבודת השם, (הערט זיך גאנץ חרדי'ש, נישט אזוי?).

בנוגע א מאמר אויף פראפעסאר לעיבאוויטש, עס פאדערט זיך אסאך צייט און געדולד, כולי האי ואולי. עס איז דא אסאך וואס צו שרייבן איבער זיינע טעאלאגישע, רעליגיעזע, און פאליטשיע מיינונגען.
The world is a comedy to those that think; a tragedy to those that feel.

Horace Walpole
באניצער אוואטאר
זבולון
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 7:57 am
האט שוין געלייקט: 559 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 895 מאל

הודעהדורך ברוך שפינוזה » דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 7:31 am

איך מיין אז די גאנצע מושג פון דינען דעם באשעפער, גרעניצט זיך מיט כפירה. אונז אידן ווייסן מיר אז די באשעפער איז תכלית השלימות, און ער דארף נישט צוקומען צו אונזער עבודה.
ער דארף אונז ווי א לאך אין בוידעם, ווען ער איז אינטערעסירט מ'זאל לייגן תפילין, קען ער דאך אליינס לייגן תפילין.
און וועגן ווירדן, איז יעדער איינער מודה אז פאר לא תרצח דארף מען נישט קיין תורה, און איך זעה נישט וואס לייגן תפילין האט מיט ווירדן.
די גאנצע זאך פון תורה איז א מושג וואס רופט זיך אין די מזרחישע רעליגיעס "dharma", זוך עס אויף אין וויקיפעדיע, זייער שווער צו מסביר זיין וואס ס'מיינט,
ס'איז א וועג צו צוקומען צו שלימות, נאכדעם וואס מ'האט שוין ווירדן, אזויווי ס'שטייט דרך ארץ קדמה לתורה.
איך גלייב באמונה שלימה אז משיח קומט היינט!
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 323
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 1:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 202 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 132 מאל

Re: איז יידישקייט רצון השם אדער עבודת האדם?

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 9:30 am

די ראשונים פרעגען שוין די קשיא, און מ׳איז ווידער אנגעקומען צום סוד הצמצום, וויאזוי אן אומבאגרעניצטע באשעפער האט א סבה צו באשאפען א וועלט? וואס גיבט עס איהם צו? וויאזוי איז מעגליך אז עפעס זאל איהם צוגעבען?

די עיקר שאלה איז מבואר אין רמב"ם סוף הל׳ תמורה והל׳ מעילה. ווי אויך אין מורה (ג׳ מ"ח) וואס מאכט דערפון א מחלוקת תנאים, און אין רמב"ן (דברים כב, י).

פרופ׳ העשיל איז לכאורה נישט אין פלאץ, הגם זיין חסידישע אפשטאם האט זיכער משפיע געווען אויף זיין טראכטסגאנג. אויב מצוות זענען דא אויסצולויטערען די מאראללען, ווייזט זיך אויס אז מצוות האבען בכח דאס צו טוהן. מוותר זיין אויף א דקדוק קל איז אויך א וויתור אויף מאראללען. און דאס גילט אפילו ווען די מאראלען זענען אין קעגענזאץ מיט די אלגעמיינע וועלט ארום, כגון הדרת נשים וכדו׳.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7409
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2660 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6999 מאל

הודעהדורך ברוך שפינוזה » מוצ"ש דעצעמבער 30, 2017 6:27 pm

mevakesh האט געשריבן:אין ארץ ישראל איז געווען א פרומער פראפעסער ישעיה ליבוביץ א טיפער תיאולוג און קאנטרעווערסיאלע פיגור ער פלעגט אלס שרייען אז יהדות האט נישט מיט אוניווערסיאלע ווירדען און אז איך בין אונטערגעוואפען אונטער דעם עול התורה האב איך גארנישט מיט אלגעמיינע ווירדען פון רחמנות דעמאקראטיע און דאס גלייכען מיינע ווירדען איז די תורה און גארנישט מער פון דעם

פון דער אנדערע זייט איז געווען אין אמעריקא פראפעסער א. י. העשיל וואס ער האט אלס געשריבען און געפרעדיגט אז די תורה און יידישקייט ברענגט ארויס די שטערקסטע אוניווערסיאלע ווירדען פון רחמנות און גלייכבארעכטיגקייט און טאקע צוליב דעם איז ער געווען א שטארקע אקטיוויסט פאר די גלייכבארעכטיגקייט פון די שווארצע

לויט די מהלך איז דער עיקר צו ווערן אויסגעארבייטע מענטשן נאר א מענטש ווייסט נישט אלס דער וועב האט גאט געגעבן די תורה מען זאל האבן א וועג אויסגעפלאסטערט אבער דער עיקר איז אז דער מענטש זאל ווערן בעסער און מער אויסגעארבייט

איך בין נייגעריג צו הערן וואס דער עולם האט צו זאגן

קוק וואס די הייליגע רמב"ם זי"ע זאגט, אין זיין ספר משנה תורה, אין הלכות תפלה פרק ט' הלכה ז':
מי שאמר בתחנונים מי שריחם על קן ציפור שלא ליקח האם על הבנים או שלא לשחוט אותו ואת בנו ביום אחד ירחם עלינו וכיוצא בענין זה משתקין אותו מפני שמצות אלו גזרת הכתוב הן ואינן רחמים שאילו היו מפני רחמים לא היה מתיר לנו שחיטה כל עיקר
איך גלייב באמונה שלימה אז משיח קומט היינט!
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 323
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 1:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 202 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 132 מאל

הודעהדורך ברוך שפינוזה » דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 2:12 am

.
איך גלייב באמונה שלימה אז משיח קומט היינט!
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 323
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 1:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 202 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 132 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק העמק דבר

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט