בלאט 1 פון 1

איז יידישקייט רצון השם אדער עבודת האדם?

נשלח: זונטאג אקטאבער 25, 2015 1:54 pm
דורך mevakesh
מיר אלע ווייסן אז דער באשעפער האט אונז געגעבן די תורה אויפן הר סיני פאר 3500 יאר צוריק און מיר דארפן איינהאלטן אלעס וואס ער האט אונז דארט באפוילען אבער עס איז דא א פראגע וואס עגבערט מיר שוין א שטיק צייט וואס איז די ציהל אין יהדות טוהן דער רצון השם אדער ווערן בעסערע מענטשן?

אין די געזעלשאפט וואו איך בין אויפגעוואקסן (חסידיש) איז דער עיקר וואס מען שטרעבט צו טוהן דעם רצון השם נישט קיין חילוק וואס ער זאגט און אפגעזעהן וואס פאר א מידות איך וועל באקומען פון דעם און וואס פארא מענטש איך וועל ווערן אוודאי דארף מען האבן מידות און איידעלקייט און רחמנות אבער דאס איז נאר ווייל די תורה וויל אזוי אבער נישט דאס איז דער ציהל

אין ארץ ישראל איז געווען א פרומער פראפעסער ישעיה ליבוביץ א טיפער תיאולוג און קאנטרעווערסיאלע פיגור ער פלעגט אלס שרייען אז יהדות האט נישט מיט אוניווערסיאלע ווירדען און אז איך בין אונטערגעוואפען אונטער דעם עול התורה האב איך גארנישט מיט אלגעמיינע ווירדען פון רחמנות דעמאקראטיע און דאס גלייכען מיינע ווירדען איז די תורה און גארנישט מער פון דעם

פון דער אנדערע זייט איז געווען אין אמעריקא פראפעסער א. י. העשיל וואס ער האט אלס געשריבען און געפרעדיגט אז די תורה און יידישקייט ברענגט ארויס די שטערקסטע אוניווערסיאלע ווירדען פון רחמנות און גלייכבארעכטיגקייט און טאקע צוליב דעם איז ער געווען א שטארקע אקטיוויסט פאר די גלייכבארעכטיגקייט פון די שווארצע

לויט די מהלך איז דער עיקר צו ווערן אויסגעארבייטע מענטשן נאר א מענטש ווייסט נישט אלס דער וועב האט גאט געגעבן די תורה מען זאל האבן א וועג אויסגעפלאסטערט אבער דער עיקר איז אז דער מענטש זאל ווערן בעסער און מער אויסגעארבייט

איך ברענג די צווי פערזענליכקייטען ווייל די צוויי זענען געווען אויסגעשפראכען אין עקסטרעם אין זייערע מיינונגען אבער לויט ווי איך פארשטיי איז דאס אן אלטע מחלוקת

און א געוויסע זין זענען ביידע מהלכים ריכטיג און אזוי ווי דיר רמבם זאגט דארף מען אייביג גיין אויפן שביל הזהב ווייל אויב מען גייט בלינד לויט דער תורה און מען רעכנט זיך נישט מיט די אוניווערסיאלע יסודות פון מענטשליכע ווירדען דעמאלטס קען מען אנקומען צו עקסטרעמיזם ווי אייסיס און דאס גלייכן און ערגסטן פאל אדער פראסטע ראסיזם און בעסטן פאל

ווידער אויב גייט מען נאר מיט אוניווערסיאלע קען מען אראפגיין פון גלייכגעוויכט אזוי ווי דער היינטיגער אלגעמיינער גאס מיט די חוקי תועבה און דאס גלייכען

איך בין נייגעריג צו הערן וואס דער עולם האט צו זאגן