זוגות, שדים, עין הרע, קטלנית, קמיע - כל דקפיד קפדי בהדיה

מחשבה, השקפה ועיון

הודעהדורך בן אדם » מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 3:49 pm

דאס הייסט אז די מאירי האט אונז געוואלט פארנארן???

אויב ער האט עס אריינגעטייטשט אין גמ' מיינט דאס אז לויט עם האבן די חכמים אויך אזוי געהאלטן.
Someone's stupid
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2950
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 31, 2015 11:02 pm
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 3063 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1415 מאל

הודעהדורך moshav zekeinim » מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 4:27 pm

ניין, ער וויל ווייזן אז אויך חז"ל האבן געגעבן א פתח נישט צו גלייבן דערין, טראץ וואס זיי האבן לכאורה מערסטנס יא געדלייבט דערין.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 1051 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1563 מאל

Re: זוגות, שדים, עין הרע, קטלנית, קמיע - כל דקפיד קפדי בהדיה

הודעהדורך ירא שמים » מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 5:48 pm

ראובן האט געשריבן:
ירא שמים האט געשריבן:כהאב נישט געלעזט די גאנצע און קען זיין דו האסט דאס דערמאנט, אבער די כל מאן דקפיד קפדי בהדי׳ ווייזט אז סאיז יא א ריכטיגע זאך אזש אז סשאט פאר די וואס זענען מקפיד, ועוד פארשטיי איך נישט וואו אזוי מקען לערנען די גמרות אין ערבי פסחים מיט די הנחה אז זוגות איז שטותים, וצ״ע.

מאן דקפיד איז א בחינה פון וד"ל, היינו, אז דו ביסט מקפיד ביסטו דיך אליין שולדיג פאר'ן לעבן אין פחד. ועוד, איך גלייב נישט אז איינער וויל לייקענען אז טייל תנאים ואמוראים זענען בכלל נישט געווען קיין ראציאנאליסטן.
זיי זענען געווען זייער ראציאנאל,אויב זיי האבן געזען די שדים און געוויסט די כוחות בודאות איז דאס אויך א חסרון אין זיין ראציאנאל?
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 12:06 am
האט שוין געלייקט: 2668 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 997 מאל

הודעהדורך שש משזר » מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 5:55 pm

יעקב מענטש האט געשריבן:שכוח שש משזר פאר דיין גאר רייכע ליקוט, און קלארע פעדער,

ס'איז אבער שווער דן צו זיין פרטיותדיג איבער די נושא, זעהסט דאך אז דער אגרות משה האט געשריבן אעפ"י שיש לחוש..., אויב נעמט מען אן די אלע רשונים מיט א פשטות, מיינט דאס אז יעדע זאך וואס האט נישט קיין סייענטיפישע בעקינג איז ארויס פון די פענסטער, איז די גאנצע 'מזל' ביזנעס אפגעפרעגט ?

איך האב אמאל געהערט פון א בעל דרשן אז ס'איז נישטא קיין מקור אז עין הרע באלאנגט צו די קפיד קפדי קאטעגאריע,

די פראבלעם איז, אז די דערמאנטע ראשונים וואס זאגן אזוי זענען נאר חלק פון די ראשונים. גענוג און נאך ראשונים האבן אנגענומען אלע זאכן און קפידות בתמימות. רוב אחרונים האבן אויך אנגענומען אלעס מיט א פשטות. און נאך תורת הקבלה האט איבערגענומען דאס אלטוועלטליכע אידנטום [אזש מ'האט געקענט דן זיין רבי יחיא קאפח אלס 'אפיקורס' צוליב'ן לייקענען אין תורת הקבלה], איז דאס געווארן אן אינטעגולארער חלק פון אונזער אידישקייט, און קיינער וועט זיך נישט דערוואגן דאס צו לייקענען.

איבריגס, דער אג"מ האט קלאר גערעדט לדעת די מפרשים וואס האלטן אז ס'איז יא דא חושש צו זיין, און אין 'כל דקפיד קפדי בהדיה' וועט ער זיכער אננעמען פשוט פשט אז ער איז מושך אויף זיך דינים דורכן זיך כביכול מקשר זיין מיט די שדים.

די מזל ביזנעס איז שוין א ספק מימי חז"ל, געדענקסט נאך דעם מימרא 'אין מזל לישראל'? פון די אנדערע זייט זענען דא אן א שיעור גמרות וואס דערציילן קלאר וועגן די מזל פון אידן, יחידים ווי דער כלל.

בענין עין הרע און קפיד קפדי קאטעגאריע, איז קודם כל האמיר א בפירוש'ע אג"מ וואס שרייבט אז ס'איז יא אין דעם גדר. אבער לפי דברינו דארף מען נישט צוקומען צו אים, זעענדיג קלאר ווי די ראשונים האבן אנגענומען אז אלע 'ספאקי', מיסטישע זאכן, זענען בכלל גדר זה, און ווי דערמאנט אין ערשטן קאפיטל.
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 10:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6770 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15365 מאל

הודעהדורך שש משזר » מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 6:13 pm

ברסלבער האט געשריבן:שש, האסט זייער שיין צונומען און אראפגעלייגט די נושא. יישר כח.
די קפיד קפדי געדאנק קען האבן צוטון מיט די נושא פון law of attraction. @הוגה האט געשריבן אן אשכול דערוועגן דא.
ווען א מענטש טראכט נעגעטיוו, וועט ער דאס טאקע באקומען. און די זעלבע אויף פארקערט.

בעצם האב איך אויך געטראכט דאס זעלביגע, און כעי"ז זאגן אונז שוין חז"ל זעלבסט.

אין משניות מסכת פאה פ"ח מ"ט שטייט: 'מי שאינו חיגר או סומא, ועושה את עצמו כאחד מהם, אינו מת מן הזקנה עד שיהא כאחד מהם', ע"כ.

ענליך צו דעם זאגט ר"ע אין אבות דר"נ ריש פ"ג: 'המכריך סמרטוטין על עיניו ועל שוקיו, ואומר תנו לסומא, למוכה שחין זה, סוף שהוא אומר לאמיתו', ע"כ.

זעען מיר קלאר אז במשנת חז"ל איז דא אזא מושג אז דורכן טון די נעגאטיווע זאך, ווערט דאס נמשך אויף אים.
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 10:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6770 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15365 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 6:50 pm

הערליך שיין, שש, עז יוזשועל.
שש משזר האט געשריבן:ענליך דריקט זיך דער חת"ס אויס אין זיינע תשובות [חלק אהע"ז סי' קט"ז], לגבי די קפידא אז א בחור זאל נישט האבן די זעלבע נאמען ווי זיין שווער, אז אויף אזא זאך זאגט זיך 'מאן דלא קפיד לא קפדינן בהדיה', ועיעו"ש. [אגב, דער חת"ס אליינס האט געהאט אן איידעם מיטן נאמען משה. אבער אפשר איז דארטן אנדערש ווייל ער האט געהאט אויך א צווייטע נאמען 'טוביה'].

אין די תשובות, יו"ד שמ"ו, שרייבט ער צום שווער "כי גברא קפדנא אנא".

בנוגע דעם איידעם, דער חת"ס האט איהם טאקע געהייסן צוגעבן דעם נאמען, ויש בזה סיפור.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3482
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 4:41 am
האט שוין געלייקט: 7012 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6760 מאל

הודעהדורך moshav zekeinim » מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 7:01 pm

שש, דו ווילסט אריין לייגן אויך הוגה'ס רעיון אין סופער סטישעס? עס צוגלייכענדיג צום סגולה'שן מאמר חז"ל?

דער פאקט קען זיין די זעלבע, אבער די סיבות זענען דורכאויס אויבערגלויביג. אלס סגולה (טבע רוחני מכוחות העליונים) אדער דירעקטער עונש משמים (דין וחשבון).

אין ברכות דערציילט די גמרא אז ר' יהושע האט פאראויס געזאגט פארן קייסער אז ער וועט חלום'ען ווי ער פארלירט די מלחמה מיטן שונא, וכך היה חלומו. דער היסבר וויאזוי ער האט צוגעטראפן האט ר' יהושע אנגעגעבן "ווייל איינדרוקספולע זאכן וואס מען טראכט בייטאג חלום'ט מען ביינאכט".

וועט זיך וועלן זאגן אז מכאן ראיה אז עס זענען געווען תנאים וועלעכע האבן זיך גערעכנט מיט פסיכאלאגישע עפעקטן, און דערפון זאל מוכרח זיין אז אויך כל מה דקפיד איז פסיכאלאגיש, אבער ווארשיינליך איז אויך דער חלום נישט אפגעלערנט געווארן פסיכאלאגיש, נאר ענדעשער ווי א רוחניות'דיגער אפשפיגלונג פון די בייטאג מחשבות וואס שדים שפילן איבער, פונקט ווי די וויזואלע אפשפיגלונגען פון גלאנציגע אביעקטן (ווי דער שפיגל) און דער שאטן זענען ערקלערט געווארן אלס גייסטער וואס שפילן איבער דעם מענטש.

אין איין ווארט, דאס וואס עס איז היינט באטראכט אלס פסיכאלאגיע (דפוסי המוח) איז אמאל געווען, פונקט ווי אלע אנדערע אומערקלערבארע תופעות, א טייל פון די איבערנאטורליכע פונקציעס.

דערפאר איז יעדער געלערנטער מענטש אמאל, פון א אמגושי ביז א דאקטאר, געווען איינגעטינקען אין אויבערגלויבן, די גדרים צווישן גשמיות און רוחניות זענען נישט געווען קלאר חד וחלק און עס איז געווען אויסגעמישט שמים וארץ. מענטשן האבן געקענט ווערן מלאכים און מלאכים האבן געקענט ווערן מענטשן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך moshav zekeinim אום מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 7:28 pm, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 1051 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1563 מאל

הודעהדורך שש משזר » מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 7:11 pm

ונבנתה העיר האט געשריבן:הערליך שיין, שש, עז יוזשועל.
שש משזר האט געשריבן:ענליך דריקט זיך דער חת"ס אויס אין זיינע תשובות [חלק אהע"ז סי' קט"ז], לגבי די קפידא אז א בחור זאל נישט האבן די זעלבע נאמען ווי זיין שווער, אז אויף אזא זאך זאגט זיך 'מאן דלא קפיד לא קפדינן בהדיה', ועיעו"ש. [אגב, דער חת"ס אליינס האט געהאט אן איידעם מיטן נאמען משה. אבער אפשר איז דארטן אנדערש ווייל ער האט געהאט אויך א צווייטע נאמען 'טוביה'].

אין די תשובות, יו"ד שמ"ו, שרייבט ער צום שווער "כי גברא קפדנא אנא".

בנוגע דעם איידעם, דער חת"ס האט איהם טאקע געהייסן צוגעבן דעם נאמען, ויש בזה סיפור.

נו דערצייל. אל תמנע טוב מבעליו.

[איי וואס וועט מען טון מיטן באקאנטן אגדה אז דער מהר"ם שי"ק האט געדארפט צו ווערן אן איידעם ביים חת"ס וכו', כמש"כ @רימון לעיל?! וועט מען עס ווארפן אין זעלבן מיסט קאסטן וואו סאטמארער רב האט געווארפן רוב חסיד'ישע מעשיות. ואיבעית אימא, אז דיין מעשה מיטן צוגעלייגטן נאמען צום איידעם ר' משה טוביה, דאס דארף מען ווארפן אין מיסטקאסטן...].
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 10:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6770 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15365 מאל

הודעהדורך moshav zekeinim » מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 11:37 pm

נו שש, מיר ווארטן אז דו זאלסט ווייטער ממשיך זיין.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 1051 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1563 מאל

הודעהדורך בן אדם » דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2015 12:28 am

ונבנתה העיר האט געשריבן:אין די תשובות, יו"ד שמ"ו, שרייבט ער צום שווער "כי גברא קפדנא אנא".


לכאורה מיינט עס אז ער פאר זיך האט מקפיד געווען, אבער ער האט נישט געשטיצט אנדערע צו מקפיד זיין אויף די אלע עניינים. (און ס'איז אזוי ידוע פון פארשידענע צדיקים וואס פאר זיך האבן זיי מקפיד געווען משום סיבות שונות ומשונות, ובתוכם הגה"ק מסאטמאר זצ"ל).
Someone's stupid
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2950
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 31, 2015 11:02 pm
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 3063 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1415 מאל

הודעהדורך מבקר » דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2015 2:58 am

שש משזר האט געשריבן:
ונבנתה העיר האט געשריבן:
שש משזר האט געשריבן:דער חת"ס אליינס האט געהאט אן איידעם מיטן נאמען משה. אבער אפשר איז דארטן אנדערש ווייל ער האט געהאט אויך א צווייטע נאמען 'טוביה'.

בנוגע דעם איידעם, דער חת"ס האט איהם טאקע געהייסן צוגעבן דעם נאמען, ויש בזה סיפור.

נו דערצייל. אל תמנע טוב מבעליו.

[איי וואס וועט מען טון מיטן באקאנטן אגדה אז דער מהר"ם שי"ק האט געדארפט צו ווערן אן איידעם ביים חת"ס וכו', כמש"כ @רימון לעיל?! וועט מען עס ווארפן אין זעלבן מיסט קאסטן וואו סאטמארער רב האט געווארפן רוב חסיד'ישע מעשיות. ואיבעית אימא, אז דיין מעשה מיטן צוגעלייגטן נאמען צום איידעם ר' משה טוביה, דאס דארף מען ווארפן אין מיסטקאסטן...].

הגאון רבי חזקיה פייביל פלויט זצ"ל בספרו ליקוטי חבר בן חיים (ח"ג דף מ' ע"ב)
נהירנא, כי מרן החתם סופר זצוק"ל נשתדך עם בחור א' והיה שמו ג"כ משה, וקודם קשירת התנאים שלח אליו בנו הגאון מקראקא שיקרא לעצמו עוד שם אחר, וקרא עצמו על פי עצת גיסו משה טוביה
באניצער אוואטאר
מבקר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 346
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 21, 2014 3:49 pm
האט שוין געלייקט: 584 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 263 מאל

Re: זוגות, שדים, עין הרע, קטלנית, קמיע - כל דקפיד קפדי בהדיה

הודעהדורך רימון » דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2015 8:29 am

שש משזר האט געשריבן:
ונבנתה העיר האט געשריבן:הערליך שיין, שש, עז יוזשועל.
שש משזר האט געשריבן:ענליך דריקט זיך דער חת"ס אויס אין זיינע תשובות [חלק אהע"ז סי' קט"ז], לגבי די קפידא אז א בחור זאל נישט האבן די זעלבע נאמען ווי זיין שווער, אז אויף אזא זאך זאגט זיך 'מאן דלא קפיד לא קפדינן בהדיה', ועיעו"ש. [אגב, דער חת"ס אליינס האט געהאט אן איידעם מיטן נאמען משה. אבער אפשר איז דארטן אנדערש ווייל ער האט געהאט אויך א צווייטע נאמען 'טוביה'].

אין די תשובות, יו"ד שמ"ו, שרייבט ער צום שווער "כי גברא קפדנא אנא".

בנוגע דעם איידעם, דער חת"ס האט איהם טאקע געהייסן צוגעבן דעם נאמען, ויש בזה סיפור.

נו דערצייל. אל תמנע טוב מבעליו.

[איי וואס וועט מען טון מיטן באקאנטן אגדה אז דער מהר"ם שי"ק האט געדארפט צו ווערן אן איידעם ביים חת"ס וכו', כמש"כ @רימון לעיל?! וועט מען עס ווארפן אין זעלבן מיסט קאסטן וואו סאטמארער רב האט געווארפן רוב חסיד'ישע מעשיות. ואיבעית אימא, אז דיין מעשה מיטן צוגעלייגטן נאמען צום איידעם ר' משה טוביה, דאס דארף מען ווארפן אין מיסטקאסטן...].

וואס איז די סתירה?
רימון
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 218
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 8:12 pm
האט שוין געלייקט: 1020 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 536 מאל

הודעהדורך געוואלדיג » דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2015 11:16 am

גראדע ידוע אז בעלזא'ער רב זי"ע האט זייער מקפיד געווען איוף די אלע זאכן און נאך אסאך מער, למשל ער האט קיינמאל נישט געמעגט בלייבן אליין אפילו פאר א סעקונדע, אלס האט געדארפט זיין אינדרויסן פון צימער א בחור המשמש, ער האט אמאל געזאגט אז ער דארף מער שמירה און פארדעם איז ער אזוי מקפיד.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 7295 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4844 מאל

Re: זוגות, שדים, עין הרע, קטלנית, קמיע - כל דקפיד קפדי בהדיה

הודעהדורך ונבנתה העיר » דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2015 7:09 pm

בילד

בילד
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3482
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 4:41 am
האט שוין געלייקט: 7012 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6760 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2015 7:34 pm

.
בייגעלייגטע פיילס
b47d090b29d76f4188689c6dd6b89882.jpg
55c9208c4d12d13ab2a85ce01ba351d5.jpg
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3482
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 4:41 am
האט שוין געלייקט: 7012 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6760 מאל

הודעהדורך שש משזר » פרייטאג נאוועמבער 20, 2015 7:08 am

ד.

צו האבן חז"ל געגלייבט אין מיסטישע כוחות? און וואס איז דער אפיציעלער קו אין די ראשונים?

אינטרעסאנט אז קיינער האט נישט אויפגעפאסט אויף איין שטארקע קשיא אויפן מהלך פונעם מאירי אין די ווערטער 'כל דקפיד קפדי בהדיה, ודלא קפיד לא קפדי בהדיה'. וואס ער האט געלערנט פשט, אז חז"ל - וואס האבן געזוכט אפצוטרייסלן די המון עם פון זייערע אבערגלויבנס - האבן דא געטראפן א וועג צו זאגן, 'רבותי, הערטס אויף צו ליגן דערין, וועט עס נישט שאטן'.

די קשיא אויף זיין פשט איז, אז די גמרא פירט גלייך אויס: 'ומיהו למיחש מיבעי'. דאס איז א קלארע אנדייטונג, אז חז"ל האבן יא געגלייבט אין די סארט זאכן ווי כשפים, שדים, ניחושים, א.ד.ג. ווייל ווען נישט וואלטן זיי דאס נישט געדארפ צולייגן!

איבעריגס, פון דברי חז"ל אין בבלי, ירושלמי, און מדרשים, זעען מיר אן א שיעור מאל ווי חז"ל זענען זיך מתייחס צו די אלע זאכן בכובד ראש. גאנצע הלכות - וואס אפעקטירן דאס אידישע לעבן - זענען געזאגט געווארן אדאנק דעם. פון אסר'ן א 'אשה קטלנית' חתונה צו האבן, ביז מתיר זיין ארויסצוגיין מיט א קמיע שבת. אשר על כן, איז ממש נישט מסתבר צו זאגן אז חז"ל האבן דאס נאר געשריבן 'לפנים', ולהו לא סבירא להו. און טאקע דער גר"א אין זיין באקאנטער שטיקל וואו ער אטאקירט משנת הרמב"ם בהנידון, אין ביאור הגר"א יו"ד סי' קע"ט סקי"ג, באנוצט זיך אויך מיט אסאך גמרות מוכיח צו זיין אז חז"ל האבן יא געגלייבט דערין.


אזוי איז טאקע אויך געווען דער אנגענומענער קו ביי רוב ראשונים, און זאגאר די פילאזאפן שבהם. אין דרשת הרמב"ן רעדט ער וועגן 'אוב וידעוני' אננעמענדיג אז ס'איז טאקע געווען העכערע כוחות, און נישט קיין אחיזת עינים, כדעת הרמב"ם ודעימיה. אזוי אויך האלט זיין תלמיד, דער רשב"א, אין זיינע תשובות ח"א סי' תי"ד, וואו ער רעדט איבער שדים.

אפילו אזא פילאזאף והוגה דעות ווי רבי יוסף אלבו, שרייבט אין זיין ספר העיקרים מאמר ה' פרק י"ד באמונה שלימה איבער שדים, און באריכות רעדט ער אין מאמר ג' פ"ח איבער די אלע מיסטישע זאכן מיטן גאנצן אמונה, נאכברענגענדיג פון רב האי גאון אויך זיין אמונה בשדים. דער רבי פונעם 'עיקרים', איז געווען דער בארימטער פילאזאף רבי חסדאי אבן קרשקש, אין זיין פילאזאפיש-טעאלאגישע ספר 'אור השם' [וואו - דרך אגב - ער איז שוין קובע אין תורת הכרה, אז א זאך וואס מיר זעען מוז נישט זיין אז דאס איז עס טאקע, נאר לויט אונזער השגה זעט עס אזוי אויס. א יסוד וואס קאנט האט מחדש געווען 400 יאר שפעטער. ואכמ"ל], און אין פ"ד אות ו' גלייבט ער אויך אין שדים.


פארט אבער, זענען דא איבער גענוג ראשונים און פילאזאפן וואס האבן זיך געדינגען דערויף אינגאנצן, אדער למחצה לשליש ולרביע. ס'איז מסתבר צו זאגן, אז זיי האבן אויך געוואוסט אז חז"ל האבן יא געגלייבט אין דעם. וויבאלד די צד האט געווענליך אויך אנגענומען א קו אז חז"ל האבן זיך געקענט טועה זיין אין מציאות הדברים. פארט אבער איז דא אנדערש, וויבאלד - אנדערש ווי רפואה, אסטראלאגיע, וכדומה, וואס מ'האט געקענט טענה'ן אז חז"ל האבן נאר געשריבן לויט וואס די גוי'אישע מדעים האבן אנגענומען בזמניהם - דא האבן דאך חז"ל פילצאליגע מאל געשריבן אגדות און זאגאר הלכות באזירט אויף א געוויסע אידישע מיסטישקייט.

דערפאר טאקע האבן די ראשונים אלס געזוכט צו פארענטפערן אז חז"ל האבן זעלבסט נישט געגלייבט דערין, נאר זיי האבן עס געשריבן להמון העם, הפתאים. איי חז"ל שרייבן דאס מיט א פשטות כאילו ס'איז אמת ויציב, און נאכמער: חז"ל דערציילן אסאך מאל וואס זיי אליינס האבן געהאט צוטון מיט שדים. האבן זיי אנגענומען א קו אז ס'איז געווענליך א מליצה צו פארדעקן די אמת'ע כונה.

למשל, ווען די גמרא דערציילט איבער אמוראים וואס האבן אנגעטראפן שדים, וועט דאס ערקלערט ווערן אז ס'איז געווען אין חלום. אנדערע זאכן זענען דרך משל, אדער דרך גוזמא. אזוי ערקלערט רבי אברהם בן הרמב"ם די גמ' סוכה נ"ג ע"א ווען שלמה האט כביכול געזען די מלאך המות, אז ס'איז דרך משל. צו די גמ' ברכות ז' ע"א וואו רבי ישמעאל כהן גדול איז מעיד 'פעם אחת נכנסתי להקטיר קטורת' וכו', אז ס'איז געווען אין זיין חלום. א.א.וו. [דא האט איר דעם אינטרעסאנטן מאמר על דרשות חז"ל פון רבינו אברהם בן הרמב"ם]. דער רמב"ם אליינס זאגט דאס אויך פילצאליגע מאל אין מו"נ, יד החזקה, און אגרות.

אזוי זאגט אויך דער מאירי, וואס מיר האבן שוין קענענגעלערנט זיין שיטה אין פריערדיגן קאפיטל, אז ער האט אוועקגעמאכט אלע מיסטישע זאכן. ווען די גמרא ברכות דף ד' ע"ב זאגט, אז מ'זאל איבערליינען ק"ש של ערבית אין בעט צוליב די מזיקין, שרייבט דער מאירי שארף בזה"ל: וטעם קריאה זו פרשו בתלמוד המערב [-ירושלמי] להבריח את המזיקים. וביאורו אצלי, המזיקים הידועים - והם הדעות הכוזבים, והזקיקוהו בעתות הפנאי ליחד את ה' שלא יטעה באמונות השניות, עכ"ל. דאס הייסט, אז די מזיקים זענען גאר די עבודה זרה'ס, און דערפאר דארף מען ליינען ק"ש וואס רעדט זיך פון יחוד ה', איינצו'חזר'ן אמונה בה' אחד. הפלא ופלא! פארדרייט פשוט'ע משמעות אין גמרא, און געמאכט פאר א רמז דרך מליצה.


יעצט דארף מען טאקע דורכגיין די גדולי ישראל וואס האבן נישט אנגענומען די מיסטישע זאכן, זען וואו זיי דינגען זיך דערמיט, און וויאזוי זיי ערקלערן די סארט מיסטישע מושגים וואס מיר טרעפן שוין אין תנ"ך. אבער דאס פארדינט שוין א באזונדערע מאמר אי"ה, אויב דער עולם וועט ווייטער צייגן פאראינטרעסירטקייט.
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 10:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6770 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15365 מאל

הודעהדורך moshav zekeinim » פרייטאג נאוועמבער 20, 2015 9:11 am

ביי הראשנים אין די פארגעשריטענע לענדער (וואו עס האבן געוואוינט די ספרדים אדער כמו ספרדים) איז געווען שטארק איינגעפירט מפרש צו זיין יעדער אומראציאנאלער מאמר הכתוב אדער חז"ל אויפן אלעגירישן וועג. עס איז אבער פשוט אז דאס איז נישט געווען חז"ל'ס כוונה.

ווידער די ראשונים אין די צוריק געשטאנענע לענדער (וואו עס האבן בעיקר געוואוינט אשכנזים) זענען רובם ככולם געווען גאר גלייביג אין מיסטיק.

מיסטיק האט צוריק אנגעהויבן ווערן פאפולער ביי די ספרדים נאכן ערשיינונג פונעם זהר, און אין מיט א צוויי הונדערט יאר שפעטער איז פונעם ראציאנאלישן קלאסישן ספרדי געווארן דער פארוואגלטער ספרדי וואס טינקט זיך אין מיסטיק.

און יעצט זענען די אשכנזים געווען די וואס האבן אנגעהויבן צו זיין די אנטי מיסטיקער. אנגעהויבן האט זיך עס מיט טייל חכמי צפון איטאליע, און ממשיך געווען האט עס צו דייטשלאנד והגלילות.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 1051 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1563 מאל

הודעהדורך moshav zekeinim » מוצ"ש נאוועמבער 21, 2015 7:04 pm

ירא שמים האט געשריבן:
ראובן האט געשריבן:
ירא שמים האט געשריבן:כהאב נישט געלעזט די גאנצע און קען זיין דו האסט דאס דערמאנט, אבער די כל מאן דקפיד קפדי בהדי׳ ווייזט אז סאיז יא א ריכטיגע זאך אזש אז סשאט פאר די וואס זענען מקפיד, ועוד פארשטיי איך נישט וואו אזוי מקען לערנען די גמרות אין ערבי פסחים מיט די הנחה אז זוגות איז שטותים, וצ״ע.

מאן דקפיד איז א בחינה פון וד"ל, היינו, אז דו ביסט מקפיד ביסטו דיך אליין שולדיג פאר'ן לעבן אין פחד. ועוד, איך גלייב נישט אז איינער וויל לייקענען אז טייל תנאים ואמוראים זענען בכלל נישט געווען קיין ראציאנאליסטן.
זיי זענען געווען זייער ראציאנאל,אויב זיי האבן געזען די שדים און געוויסט די כוחות בודאות איז דאס אויך א חסרון אין זיין ראציאנאל?

די שדים עקזיסטענס איז נישט געווען באזירט אויף א מופת חותך, עס איז געווען באזירט אויף טעאריעס. אמאל האט סיי וועלעכער אומפארשטענדליכער תופעה אנגעלייגט אויף כוחות שמימיים, און די חשמנים די וואס האבן געריטן אויפן פאלק האבן טאקע זיכער געמאכט אז עס זאל בלייבן אומפארשטענדליך, און נאך צוגעגעבן סיפורי חלומות און התגלות כדי צו האלטן דעם עולם אין קאנטראל... (טייל האבן עס נעבעך געמיינט ערנסט).
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך moshav zekeinim אום מוצ"ש נאוועמבער 21, 2015 7:07 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 1051 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1563 מאל

זוגות, שדים, עין הרע, קטלנית, קמיע - כל דקפיד קפדי בהדיה

הודעהדורך ירא שמים » מוצ"ש נאוועמבער 21, 2015 7:06 pm

מי הגיד לך אז שדים איז נישט געווען באזירט אויף קיין מופת חותך? קוק אין די מעשיות אין קב הישר וועסטו זעען.
אויף די אנדערע דברי דופי אויף גדולי ישראל וועל איך נישט מגיב זיין, סגוט זאלסט לערנען די משנה אין אבות ״ועל שלא שמע אומר לא שמעתי״ אז דו האסט נישט געזען מיינט נישט אז סאיז נישטא.
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 12:06 am
האט שוין געלייקט: 2668 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 997 מאל

הודעהדורך moshav zekeinim » מוצ"ש נאוועמבער 21, 2015 7:35 pm

א מופת חותך מיינט ביי מיר א זאך וואס "יעדער" זעהט, נישט קיין יחידים. דו קענסט זאגן איין זאך, אז יעדער זעהט אדער זעהט נישט, דאס וואס די גרויסע מיילער זענען מחליט יא צו זעהן אדער נישט צו זעהן. בכלל איז די שאלה וואס עס מיינט "עכט", עס איז א גרויסער פילאזאפישער פראגע, אבער בקיצור קען מען זאגן דער פשוט'ער מאמר "אין לו לדיין אלא מה שעיניו רואות.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 1051 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1563 מאל

הודעהדורך כעלעם'ר מגיד » מוצ"ש נאוועמבער 21, 2015 7:43 pm

ירא שמים האט געשריבן:מי הגיד לך אז שדים איז נישט געווען באזירט אויף קיין מופת חותך? קוק אין די מעשיות אין קב הישר וועסטו זעען.

צייכן אן וועלעכע מעשה דו רעדסט פון, אזוי איז לייכטער דן צו זיין דעראויף.
דער איבערגאנג פון 'תקופת האבן' צום 'תקופת הברונזה' איז צושטאנד געקומען דורך אפאר אויבער-חכמים וואס זענען נישט געווען צופרידן פונעם 'סיסטעם'
כעלעם'ר מגיד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1001
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:36 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1173 מאל

Re: זוגות, שדים, עין הרע, קטלנית, קמיע - כל דקפיד קפדי בהדיה

הודעהדורך ירא שמים » מוצ"ש נאוועמבער 21, 2015 8:03 pm

אין הספר תחת ידי.
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 12:06 am
האט שוין געלייקט: 2668 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 997 מאל

הודעהדורך כעלעם'ר מגיד » מוצ"ש נאוועמבער 21, 2015 8:11 pm

ירא שמים האט געשריבן:אין הספר תחת ידי.

בדיוק לזה התכוונתי. מענטשן געדענקן זיי האבן ערגעץ געזעהן עפעס געליינט, מ'בויעט דעראויף גאנצע בנינים אן איבערגיין די מקורות מיט סוביעקטיווע קריטיק. דערנאך, דער צווייטער וואס ליינט אפ דעם ערשטען'ס מסקנות קויפט עס אפ אלץ א פאקט און אזוי פארן געדאנקן אריין אין צירקולאציע. אויב גייט מען אבער צוריק ביזן מקור ראשון און מען אפערירט די נושא ביז די קליינע טיילן, על פי רוב בלייבן נישט איבער פון די הנחות קיין כדי שביעה.
דער איבערגאנג פון 'תקופת האבן' צום 'תקופת הברונזה' איז צושטאנד געקומען דורך אפאר אויבער-חכמים וואס זענען נישט געווען צופרידן פונעם 'סיסטעם'
כעלעם'ר מגיד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1001
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:36 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1173 מאל

Re: זוגות, שדים, עין הרע, קטלנית, קמיע - כל דקפיד קפדי בהדיה

הודעהדורך גראדעמעכעלע » מוצ"ש נאוועמבער 21, 2015 8:12 pm

א אינטערעסאנטע נקודה,
uploadfromtaptalk1448154713519.jpg


Sent from my SGH-T599N using Tapatalk
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1725
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 9:16 pm
האט שוין געלייקט: 6318 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2147 מאל

Re: זוגות, שדים, עין הרע, קטלנית, קמיע - כל דקפיד קפדי בהדיה

הודעהדורך ירא שמים » מוצ"ש נאוועמבער 21, 2015 8:15 pm

כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:
ירא שמים האט געשריבן:אין הספר תחת ידי.

בדיוק לזה התכוונתי. מענטשן געדענקן זיי האבן ערגעץ געזעהן עפעס געליינט, מ'בויעט דעראויף גאנצע בנינים אן איבערגיין די מקורות מיט סוביעקטיווע קריטיק. דערנאך, דער צווייטער וואס ליינט אפ דעם ערשטען'ס מסקנות קויפט עס אפ אלץ א פאקט און אזוי פארן געדאנקן אריין אין צירקולאציע. אויב גייט מען אבער צוריק ביזן מקור ראשון און מען אפערירט די נושא ביז די קליינע טיילן, על פי רוב בלייבן נישט איבער פון די הנחות קיין כדי שביעה.
על פי רוב?! איך מיין אמאל יא און אמאל נישט, און איך האלט נישט אז ווען איך דערמאן עפעס וואס איך האב אמאל געליינט אדער געהערט בין איך מחויב ארויסצונעמען די ספר און איבערגיין מיט ״סוביעקטיווע קריטיק״.
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 12:06 am
האט שוין געלייקט: 2668 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 997 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק העמק דבר

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט