זוגות, שדים, עין הרע, קטלנית, קמיע - כל דקפיד קפדי בהדיה

מחשבה, השקפה ועיון

Re: זוגות, שדים, עין הרע, קטלנית, קמיע - כל דקפיד קפדי בהדיה

הודעהדורך ירא שמים » מוצ"ש נאוועמבער 21, 2015 9:16 pm

גראדעמאכעלע, וועלכע ספר איז דאס?
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2668 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 995 מאל

Re: זוגות, שדים, עין הרע, קטלנית, קמיע - כל דקפיד קפדי בהדיה

הודעהדורך גראדעמעכעלע » מוצ"ש נאוועמבער 21, 2015 9:21 pm

תורה שבע''פ, יהושע ענביל,

Sent from my SGH-T599N using Tapatalk
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1709
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 10:16 pm
האט שוין געלייקט: 6287 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2135 מאל

הודעהדורך כעלעם'ר מגיד » מוצ"ש נאוועמבער 21, 2015 9:28 pm

ירא שמים האט געשריבן:
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:
ירא שמים האט געשריבן:אין הספר תחת ידי.

בדיוק לזה התכוונתי. מענטשן געדענקן זיי האבן ערגעץ געזעהן עפעס געליינט, מ'בויעט דעראויף גאנצע בנינים אן איבערגיין די מקורות מיט סוביעקטיווע קריטיק. דערנאך, דער צווייטער וואס ליינט אפ דעם ערשטען'ס מסקנות קויפט עס אפ אלץ א פאקט און אזוי פארן געדאנקן אריין אין צירקולאציע. אויב גייט מען אבער צוריק ביזן מקור ראשון און מען אפערירט די נושא ביז די קליינע טיילן, על פי רוב בלייבן נישט איבער פון די הנחות קיין כדי שביעה.
על פי רוב?! איך מיין אמאל יא און אמאל נישט, און איך האלט נישט אז ווען איך דערמאן עפעס וואס איך האב אמאל געליינט אדער געהערט בין איך מחויב ארויסצונעמען די ספר און איבערגיין מיט ״סוביעקטיווע קריטיק״.

ס'איז נישט די מעשה וואס איר האט געליינט, אין דעם מאכט איר נישט קיין טעות. און אוודאי האט איר נישט געדארפט לויפן אפזוכן דעם קב הישר פארן דערמאנען א מעשה וואס איר האט דארט אמאל געזהען.

עס איז די הנחה וואס איר בויעט אויף די מעשה, דהיינו אז די מעשה איז א "מופת חותך" אויף מציאות השדים ענדערש ווי סתם אן אגדה בעלמא, דאס אוועקצושטעלן דארף איר ווען יא איבערגיין דעם קב הישר מיט אן עין ביקורת פארן ציען מסקנות.
דער איבערגאנג פון 'תקופת האבן' צום 'תקופת הברונזה' איז צושטאנד געקומען דורך אפאר אויבער-חכמים וואס זענען נישט געווען צופרידן פונעם 'סיסטעם'
כעלעם'ר מגיד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1000
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 3:36 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1172 מאל

זוגות, שדים, עין הרע, קטלנית, קמיע - כל דקפיד קפדי בהדיה

הודעהדורך ירא שמים » מוצ"ש נאוועמבער 21, 2015 9:31 pm

moshav zekeinim האט געשריבן:א מופת חותך מיינט ביי מיר א זאך וואס "יעדער" זעהט, נישט קיין יחידים. דו קענסט זאגן איין זאך, אז יעדער זעהט אדער זעהט נישט, דאס וואס די גרויסע מיילער זענען מחליט יא צו זעהן אדער נישט צו זעהן. בכלל איז די שאלה וואס עס מיינט "עכט", עס איז א גרויסער פילאזאפישער פראגע, אבער בקיצור קען מען זאגן דער פשוט'ער מאמר "אין לו לדיין אלא מה שעיניו רואות.

דו האסט געזען די dna? יעדער זעט עס? אויב בוסטו נישט קיין סייענטיסט האסטו טראסט אין די סייענטיסטן און דו גלייבסט אהן זעען, איז איך האב טראסט אין חז״ל און אז זיי זאגן מיר זיי האבן עס געזען גלייב איך זיי, און פאר מיר איז דאס א מופת חותך.
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2668 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 995 מאל

הודעהדורך moshav zekeinim » מוצ"ש נאוועמבער 21, 2015 9:43 pm

מעגסט האבן טראסט אין חז"ל, אבער קיין ראציאנאלער טראסט איז דאס נישט. עס איז אמונה אן קיין באזיס, און אן קיין געלעגנהייט עס אפצופרעגן. מה שאין כן די טראסט אין סייענטיסטן איז באזירט ראציאנאל, דער עיקר ראציאנאליזם איז אז טאמער מאכט עפעס נישט קיין סענס קען איך עס אפפרעגן.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 3:14 pm
האט שוין געלייקט: 1051 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1558 מאל

Re: זוגות, שדים, עין הרע, קטלנית, קמיע - כל דקפיד קפדי בהדיה

הודעהדורך ירא שמים » מוצ"ש נאוועמבער 21, 2015 9:53 pm

בכל אופן מיינע ווערטער זענען געווען געצילט צו ראובן וואס האט געפרעגט צו איך האלט חז״ל זענען נישט געווען ראציאנאל, אויף די טענה איז מיין ענטפער א גוטע ענטפער, און נישט צו מושב זקינים וואס גלייבט נישט אין חז״ל.
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2668 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 995 מאל

Re: זוגות, שדים, עין הרע, קטלנית, קמיע - כל דקפיד קפדי בהדיה

הודעהדורך גראדעמעכעלע » מוצ"ש נאוועמבער 21, 2015 9:54 pm

יהושע ענביל אין זיין ספר תורה שבע''פ הנ''ל זאגט א אינטערעסאנטע סברא, נאכדעם וואס ער טענה'ט אז עס איז נישט מסתבר אוועקצומאכן די גאנצע מענטשליכע געשיכטע אויף שדים, זאגט ער אז עס איז יתכן אז די שדים זענען גאר געווען פרימיטיווע ווילדע שבטים וואס האבן געוואוינט אין פארווארפענע מקומות און האבן נישט געהאט קיין שייכות מיטן אלגעמיינע געזעלשאפט, עס קען זיין זיי זענען געווען באוואקסען מיט האר מער ווי דער נארמאלע מענטש וואס האט זיי געגעבן א מאוימדיגע אויסזעהן, און זיי פלעגן זיך באווייזן ביינאכט אין די טינקל אויף די פעלדער אדער אין חרבנות צו רויבן און אטאקירן ווער עס קומט זיי אינטער די האנט, זייער פרימיטיווע וועג פון רעדן האט זיך געהערט ווי שרעקעדיגע קולות וכו'

און אזוי איז אנטשטאנען די גאנצע שדים היסטעריע, פארשטייט זיך אז צו אזעלכע זאכן איז זייער גרינג עס זאל ציוואקסן נאך שרעקווארפענדע לעגענדעס, אזוי אז פון א נאטורליכע מציאות זאל ווערן א מיסטישע פחד,

Sent from my SGH-T599N using Tapatalk
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1709
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 10:16 pm
האט שוין געלייקט: 6287 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2135 מאל

הודעהדורך moshav zekeinim » מוצ"ש נאוועמבער 21, 2015 10:09 pm

מיר גלייבן היינט אין ראדיא אקטיוו כאטש מיר זעהן עס נישט, און כהנה וכהנה נאך הונדעטער זאכן, אבער טאמער וועט מיט די צייט נתגלה ווערן אז לא דובים ולא יער, מיט שטערקערע ראיות המתקבל על הדעת, וועט א ראציאנאליסט אננעמען די נייע שיטה און נישט בלייבן שטעקן מיט די אלטע אן קיין ראיות ברורות אז די אלטע טעאריע פון ראדיא אקטיוו איז אמת.

דאס וואס מענטשן האבן עקספיריענסט שדים ממש איז שוין גאנץ שטארק אויפגעוויזן געווארן אז דאס זענען אילוזיעס פון מענטשן. איך שליס אבער נישט אויס די סברא אז אונזער חומרות'דיגער בליק לאזט אונז פשוט נישט באמערקן קיין דקות'דיגע אביעקטן.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 3:14 pm
האט שוין געלייקט: 1051 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1558 מאל

הודעהדורך moshav zekeinim » מוצ"ש נאוועמבער 21, 2015 10:14 pm

:arrow: איינמאל מען גלייבט אין שדים, ווערט יעדער מיסטעריעזע זאך פארוואנדלט אין א שד. היינט, סיי וואס דו זאלסט נאר זעהן האט א היסבר טבעי, אמאל אבער איז א פרעמדער אומאידענטיפיצירטער זאך באטראכט געווארן ווי א שד
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 3:14 pm
האט שוין געלייקט: 1051 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1558 מאל

תורת הקבלה בענין זה

הודעהדורך בן אדם » מוצ"ש נאוועמבער 21, 2015 10:54 pm

ווי ס'זעט אויס האבן די מקובלים אנגעננומען ערענסט די ענינים פון שדים רוחות מזיקים וכו'. מיין שאלה איז נאר אז היות די זאכן זענען דאך געבויט אוף זוהר הק', איז קען מען דאך זאגן די זעלבע זאך וואס מ'וויל פארענטפערן די גמרות, אז ס'מיינט נאר ע"פ משל אדער אין חלום אדער סתם העכערע זאכן, היות זוהר הק' (מיט די הנחה) איז פונקט אזוי מאמארי חז"ל. און ממילא קען זיין אז די התיחסות פון קבלה אין דעם איז בכלל נישט אנדערש, ווייל זיי זענען נאר געבויט אויף דעם.

איך זאג נאר א סברא בעלמא, ויש עוד לעיין בזה.
Someone's stupid
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2936
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:02 am
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 3051 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1404 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 22, 2015 2:48 am

moshav zekeinim האט געשריבן:מעגסט האבן טראסט אין חז"ל, אבער קיין ראציאנאלער טראסט איז דאס נישט. עס איז אמונה אן קיין באזיס, און אן קיין געלעגנהייט עס אפצופרעגן. מה שאין כן די טראסט אין סייענטיסטן איז באזירט ראציאנאל, דער עיקר ראציאנאליזם איז אז טאמער מאכט עפעס נישט קיין סענס קען איך עס אפפרעגן.

מושב זקנים: און אז די אמאליגע סייענטיסטן האבן געהאלטן א די וועלט איז פלאך, האסטו געגלייבט. אבער שפעטער ווען אנדערע סייענטיסטן האבן זיי אפגעפרעגט און אויפגעוויזן אז די ערשטע האבן נישט געוואוסט וואס זיי רעדן, האסטו אויך געגלייבט...?!
און ווען גאלילעא האט אויפגעוויזן אז די וועלט דרייט זיך ארום די זון און די ערשטע סיינעטיסטן וועלכע האבן געהאלטן אז די זון דרייט זיך ארום די וועלט האבן נישט געוואוסט וואס זיי רעדן, פאר וועם האסטו געגלייבט...?
משא"כ, להב' די חכמי ישראל האבן עס געלאזט בצריך עיון, אין די ימי התלמוד. כמבואר במס' פסחים...!
ביי מיר זענען נאכאלץ די חז"ל מער באגלייבט ווי די אזוי-גערופענע סייענטיסטן מיט זייערע טעאריעס פון עוואלוציע און אנדערע שטותים וועלכע טוישן זיך פון צייט צו צייט...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 11677
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 12982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7479 מאל

הודעהדורך moshav zekeinim » זונטאג נאוועמבער 22, 2015 9:33 am

דוקא דער פאקט אז זייערע טעאריעס טוישן זיך פון צייט צו צייט מאכט זיי מער באגלייבט. דאס ווייזט אז זיי קענען מודה זעין צו טעותים און זיכן פארשריט.

נישט די חז"ל זענען די שקרנים, זיי האבן באמת געמיינט אז שדים עקזיסטירט,
מיר היינטיגע צייטן, וואס פארשטייען דער גורם פון די פארצייטישע שדים גלויבן און פינדעסטוועגן ווילן מיר נישט ארויס קריכן פון די שדים טעאריע, זענען שקרנים.

איך האב טראסט אין חז"ל אז ווען זיי לעבן ווען היינט וואלטן רובם נישט גורס געווען קיין שום מיסטיק. בימים ההם איז כמעט געווען אוממעגליך נישט צוגלייבן אין שדים, אזוי ווי עס איז היינט אוממעגליך נישט צו גלייבן אין מיקראבן (דזשערמס) וועלעכע פארשפרייטן מחלות.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 3:14 pm
האט שוין געלייקט: 1051 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1558 מאל

שיטת הרמב"ם בענינים על טבעיים

הודעהדורך אויבערלענדער חכם » זונטאג נאוועמבער 22, 2015 11:35 am

ייש"כ ר' @שש משזר פאר ארויף בענגען אזא שיינע נושא און עס אזוי שיין אראפלייגען.

איך האב נישט קיין סאך וואס צולייגען חוץ א מראה מקום צו ר' מלך שפירא'ס (Marc Shapiro) בוך - Studies in Maimonides and His Interpreters במאמר "Maimonidean Halakhah and Superstition" וואו ער איז מלקט גאר א סאך הלכות אין רמב"ם וואס דער רמב"ם בייט דער דין צוליב דעם וואס עס איז געווען געבויט אויף אן ענין "על טבעי".

כדאי צו דערמאנען איין הלכה וואס די אחרונים רעדען שוין דערוועגען, און דאס איז נטילת ידיים של שחרית (נעגל וואסער). דער רמב"ם ברענגט נאר דער דין פון נטילה פאר תפילה ווייל די ענין פון רוח רע עקזעסטירט נישט לויט דער רמב"ם. אין דער רמב"ם'ס שטוב זענען די carpets געבליבען טרוקען יעדער אינדערפרי, און די מאמע'ס האבען זיך קיינמאל נישט געבייזערט אז מען האט נישט אויסגעגאסען די נעגל וואסער.

ר' שש האט שוין מציין געווען צום גר"א, אבער עס איז כדאי מעתיק צו זיין דער לשון:
הבאים אחר [הרמב"ם] חלקו עליו שהרי הרבה לחשים נאמרו בגמרא והוא נמשך אחר הפלוסופיא ולכן כתב שכשפים ושמות ולחשים ושדים וקמיעות הכל הוא שקר, אבל כבר הכו אותן על קדקדו שהרי מציניו הרבה מעשיות בגמרא ע"פ שמות וכשפים אמרה איהי מלתא ואסרתא לארבא אמרו כו' וכו' (שבת פא, ב) והפלסופיא הטתו ברוב לקחה לפרש הגמרא הכל בדרך הלציי ולעקור אותן מפשטן וח"ו איני מאמין בהם ולא מהם ולא מהמונים אלא כל הדברים הם כפשטן אלא שיש בהם פנימיות ולא פנימיות של בעלי הפלוספופיא שהם חצוניות אלא של בעלי האמת. (ביאור הגר"א יו"ד סימן קעט אות יג)

באותו ענין איז ראוי מעתיק צו זיין די לשון המלבי"ם:
ולכשתבדוק בספר היד להרמב"ם תראה שבכל ספרו לא הזכיר אף גם דבר מכל אזהרות הסגוליות המוזכרים בש"ס מפני שלדעתו נשתנו הטבעיים לפי טבע המדינות והאקלימים והמזגים והזמנים המשתנים ..... ולהוסיף אומץ בוא נא אתי ואראך פרק שלם בדברי הרמב"ם שדבר שם בהנגת הבריאות, ורובו ככולו סותר לדברי הש"ס כי מ"ש ......... מכל זה עין רואה ואזן מילין תבחן שבדרכי הרפואה והסגולה לא חש לדברי התלמוד ולבו הלך בדברך רפואות טבעיות לפי טבע זמנו ומקומו. (ארצות החיים ארץ יהודה סימן ד סעיף קטן ד)

וזה מה שכתבתי בענין זה במקום אחר [ואין עתותי בידי לתרגמו לאידיש]:

איתא בגמרא (קידושין נט, א) "לא מזבנינא לה דארעא קמייתא היא ולא מסמנא מילתא". רש"י (ד"ה ולא מסמנא מילתא) פי' "אינה סימן טוב שימכור אדם מקחו הראשון". והנה, מגירסת הש"ס שלפנינו נראה שאין כאן דין שאסור למכור, אלא דלא רצה לעשות כן כיון דלא מסמנא מילתא.

אמנם גירסת רב האי גאון בספרו המקח והממכר (סוף שער לח), הרי"ף (כד, א מדפיו) והרא"ש (סימן ב) "דאמר מר, המוכר נכסיו הראשונים, אינו רואה סימן ברכה לעולם". ולפי זה משמע דהוא מימרא דאמוראי שאין ראוי לעשות כן. וכ"ה הגירסא במאירי כאן וכ"ה בים של שלמה (סימן ב) [ותמהני על מהדורות החדשות של הש"ס שקיבצו כל גירסאות שונות שבדברי האחרונים ולא העירו על שינוי נוסח זה שבדברי הראשונים, ובפרט בנידון דידן שמרן החיד"א בפתח עינים הביא בשם רבינו בצלאל שהגיה כן בגוף הש"ס]. ויל"ע לפי זה למה השמיט הרמב"ם דין ד"המוכר נכסיו הראשונים אינו רואה סימן ברכה לעולם". ולא מסתבר לומר שהיה לו הגירסא שלפנינו, שהרי בדרך כלל היתה גירסתו כגירסת הרי"ף.

אך, האמת יורה דרכו שהרמב"ם השמיטו משום שאין דרכו להביא דינים התלויים בסימן, כיון שלדעתו דבר זה "דלא מסמנא מילתא" יש בו משום איסור ניחוש [עיין במשנה תורה (פרק יא מהלכות ע"ז הלכות ד-ה) וע"ע בעינים למשפט כאן וצ"ע.]

ואפילו אם נאמר שניחוש הזה הוא ממין שהתיר הרמב"ם בהלכה ה', מ"מ היות שהרמב"ם סבר שאין ממש בסימן זה, לכן השמיטו. וראיה לזה, שהרי כתב במורה נבוכים (חלק ג פרק לז) וז"ל, כי רבות מאמינים ההמון בדברים מקריים שהם גורמים עצמיים כפי שתמצא רוב בני אדם אומרים כי מאז שגר בבית הזה וכו' נתעשר ורב רכושו וכו', עכ"ל. הרי ברור מללו שלדעתו אין זה גורם עצמיי, רק טעות של המון.

ויש להביא ראיה לזה מנוסח אחד מהגאונים "דהוא ארעא קמייתא ומנחישנא לזבונה" [הובא בספר קהלת שלמה (סימן נא) לר' שלמה אהרן ווערטהיימר שבו נקהלו ונאספו שאלות ותשובות הגאונים הקדמונים], הרי שהוא ענין של ניחוש.

ויש לעורר לפי זה על שיטת הרי"ף והרא"ש. דאיתא בבבא מציעא (כז, ב) "כיס וארנקי לא משאלי אינשי משום דמסמני", ו"מסמני" פירש"י (שם ד"ה דמסמני) "מנחשי", וכן היא הגירסא ביבמות (קכ, ב), כיס וארנקי "מנחשי" אינשי ולא מושלי. הרי מבואר כנ"ל, ש"מסמני" הוא ענין של ניחוש. והקשו בתוספות (שם ד"ה כיס וארנקי) מדכתיב "לא תנחשו" ותירצו "כל דבר שיש בו משום רפואה אין בו משום דרכי אמורי", עכ"ל. וכבר נתקשו האחרונים בהבנת דבריהם דמה ענין רפואה לכאן. ועיין בהגהות הרש"ש שם על אתר מש"כ בזה.

ברם, בהגהות מהר"ץ חיות (שם) כתב לבאר דבריהם בטוטו"ד ע"פ דברי הרמב"ם בספר המורה (חלק ג סימן לז), שההיתר של רפואה כולל "כל דבר שהוציא אותו הנסיון [ולפיכך] אין בו משום דרכי אמורי". ולפי זה א"ש כוונת התוספות, שהיות שדבר זה של שאלת כיס, היה בדוק ומנוסה אצלם להרע מזלם, לכן אינו בכלל דרכי אמורי.

אולם הרמב"ם עצמו השמיט גם הדין שהובא בבא מציעא שם. ונראה לומר בשיטתו ע"פ מש"כ בספר המורה (שם), שהתורה אסרה כל מה שאין העיון הטבעי מחייבו וכו', והם שקוראים אותם ז"ל "דרכי אמורי" וכו', לפי שהם "דברים שאין הגיון טבעי מחייבם". והקשה ע"ז הרמב"ם, מהא דאמרו חז"ל, שכל דבר שהוא משום רפואה מותר. ותירץ וז"ל, "ואל יקשה עליך אותן שהתירום, כגון מסמר הצלוב ושן השועל, כי אלה באותן הזמנים חשבו בהן שהוכיחם הנסיון, ולכן נעשו משום רפואה וכו', שכל דבר שנתאמת נסיונו כגון אלו, ואף על פי שאין ההגיון מחייבו, מותר לעשותו, והרי הוא משום רפואה, והרי הוא ככל המרפים את המעים. והבן אתה המעיין את המופלאות הללו שבדברי, והשמר בהן, כי לוית חן הם לראשך וענקים לגרגרתיך", עכ"ל.

והמעיין היטב יראה שהרמב"ם דקדק בלשונו לומר "כי אלה באותן הזמנים חשבו בהן שהוכיחם הנסיון", ורמז בזה שבזמנינו אלה אין הנסיון מורה כן, וממילא הו"ל מעשה אמורי כיון "שאין העיון הטבעי מחייבו" וגם אי אפשר להוכיחם כהיום מהנסיון.

ומיושבת בזה תמיהת הגאון ר"י פיק ברלין (בבא מציעא שם) למה לא הזכיר הרמב"ם דין זה התלוי בהא ד"כיס וארנקי לא משאלי אינשי", שהרי עכשיו שאין הנסיון מורה כן, שוב הו"ל מעשה אמורי כקושיית התוספות, ושוב הדר דינא שאין לחלק בין כיס וארנקי לשאר דברים. ועיין בשו"ת גליא מסכת (אה"ע סימן י אות ו) בשם שו"ת הב"ח (סימן פח), דאולי בזמן התלמוד היה נוהגין הכל שלא להשאיל, משא"כ האידנא, ע"ש שכתב ליישב בזה השמטת הפוסקים לההיא דבבא מציעא דכיס וארנקי לא משאלי אינשי.
אויבערלענדער חכם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 340
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 05, 2015 2:13 am
האט שוין געלייקט: 290 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 568 מאל

עוד בענין הנ"ל

הודעהדורך אויבערלענדער חכם » זונטאג נאוועמבער 22, 2015 11:45 am

בענין הנ"ל עיין בקאווע שטיבל ותמצאו אז עס איז פארהאן א שמועס צו דער רמב"ם האט געגלייבט אין די נס פון די פך שמן כפשוטו אזוי ווי עס איז דערמאנט אין די גמרא. חז"ס [חיים זליג סלונימסקי] אין הצפירה האט א מאל מדייק געווען אין דער רמב"ם אז ער לאזט אויס די ווערטער "ונעשו בהם נס" ווען ער דערמאנט די נס חנוכה.

עוד בענין הנ"ל, איז כדאי צו דערמאנען אז אין לעצטער וואך'ס פרשה שטייט "ויאמר אליו לבן אם נא מצאתי חן בעיניך "נחשתי" ויברכני ה' בגללך". שרייבט החסיד רבינו אברהם בן הרמב"ם וז"ל, והסיבה שאני [לבן] אוחז בך [ביעקב] אינה ללא תועלת אלא לפי שהשגתי טוב על ידי ישיבתך אצלי ואמר 'נחשתי' לפי 'שיטתו' באמונת הנחוש, עכ"ל. דאס מיינט אז א ברכה בזכות דער צדיק איז אויך א ניחוש לויט רבינו אברהם וואס לבן גלייבט אין דעם אבער נישט אונז בני יעקב!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך אויבערלענדער חכם אום זונטאג נאוועמבער 22, 2015 11:49 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אויבערלענדער חכם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 340
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 05, 2015 2:13 am
האט שוין געלייקט: 290 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 568 מאל

רמב"ם בתור רופא

הודעהדורך אויבערלענדער חכם » זונטאג נאוועמבער 22, 2015 11:48 am

אין דער אשכול האט ר' @שש משזר מרחיב געווען הדיבור וואו דער רמב"ם אלץ "פילוספוף" איז ככל הנראה חולק אויף די חכמי הש"ס וואס האבען געגלייבט אין דברים על טבעיים (superstitions). איך שלאג פאר אז מען זאל אנהייבען אן אשכול איבער די דינים וואס דער רמב"ם פסקנ'ט אנדרעש ווי אנדערע צוליב זיין שיטות אין עניני רפואה. עס איז דא א סאך זאכען וואס דער רמב"ם זאגט ע"פ השפעה פון זיין חכמת הרפואה [מימי הביניים].

לדוגמא בעלמא:
די גמרא זאגט אז מען זאל פוקד זיין די פרוי בשעת יציאה לדרך און דער רמב"ם זאגט אז עס איז א סכנה. קוק אין מגן אברהם סימן ר"מ, אז דער רמב"ם רעדט מבחינת רפואה און די גמרא רעדט מצד הדין. וכהנה רבות ואניח מקום לאחרים להתגדר בו מאפס הפנאי.
אויבערלענדער חכם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 340
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 05, 2015 2:13 am
האט שוין געלייקט: 290 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 568 מאל

הודעהדורך שש משזר » דינסטאג יאנואר 05, 2016 4:57 pm

ה.

כח פון כישוף? נישטא אזא מציאות!

איינע פון די יסודות'דיגע זאכן מיט וואס די א.ג. ראציאנאליסטישע ראשונים [און אפילו גאונים] האבן אנגענומען אן אנדערע קו ווי דער אנגענומענער וועג, איז מיטן אננעמען א שיטה אז עס איז נישטא אזא מציאות ווי כח הכישוף, און אלע מכשפים און איסורים מכשף צו זיין איז נאר צו טון די אחיזת עינים וואס מענטשן רעדן זיך איין אז דאס איז טאקע א העכערע כח. לויט די געדאנקנסגאנג, איז נישטא אזא זאך ווי העכערע כוחות, כוחות הטומאה, נאר א מציאות פון באווייזן א מופת ע"פ דבר ה'.

דער רס"ג [רב סעדיה גאון] שרייבט אין זיין פירוש עה"ת, ביי די מכשפים וואס ווערן דערמאנט טאקע די וואכעדיגע סדרה ביי די מכות (שמות ז, כב): ויעשו כן חרטמי מצרים בלטיהם וגו', אז זיי האבן דאס געטון מיט 'תחבולות'-פארנארונגען, וואס נאכן נאכגיין פונקטליך וואס זיי האבן געטון זעט מען קלאר אז ס'איז נישט מער ווי אן ערמה. און ער איז דאס מבאר באריכות אין זיין באקאנטן חקירה ספר 'הנבחר באמונות ודעות' מאמר ג' פ"ה (מהדורת קאפח), וז"ל: ואם ישאל שואל, והיאך עשו המכשפים כמו משה באותותיו וכו', לא אמרה התורה שעשו כמוהו להשוות בינו לבינם, אלא הזכירה את זאת כדי להראות השוני שבין פעולתו ופעולתם. והוא שהיא אמרה בפירוש, שמשה עשה דברים גלויים כאשר צווה ה', ואלו עשו דברים נעלמים ונסתרים, שכאשר חוקרים אחריו מתגלית התחבולה, כאומרו בשלוש: "ויעשו כן החרטומים בלטיהם", ומלה זו בלשון, בהחלט הדבר הנעלם הנסתר והמכוסה, כאמרו: "הנה היא לוטה בשמלה" וכו', עכ"ל [קוק דארט אין המשך בדבריו המתוקים].

די חידוש אין זיינע ווערטער איז, אז נישט נאר ער מאכט אוועק די פשטות כוונת הפסוק וואס איז משמע אז זיי האבן טאקע באוויזן צו טוישן די מציאות מיט זייערע כוחות הטומאה, נאר פארקערט גאר - די תורה וויל דא ארויסברענגען אט די חילוק, אז משה האט באוויזן אן אמת'ער מופת ווען זיי האבן נאר אויסגענארט דעם עולם!

דער רמב"ם שרייבט אויך אזוי אין זיין פירוש המשניות מסכת ע"ז פ"ד מ"ז, בנוגע כישוף, לחשים, העלאה באוב [זע אויך שפעטער], שדים, און אסטראלאגיע - בקיצור, אלע 'העכערע' כוחות, אז ס'איז אחיזת עינים און נישט אמת. ער דריקט זיך אויס שארף אויף די וואס גלייבן אז ס'איז טאקע העכערע כוחות, וז"ל: שרוב בנ"א נפתים בזה פתוי גדול מאד, ובדברים דומה להם, ומחשבים שיש להם ענינים אמתיים ואין הדבר כן, עד כי הטובים החסידים מבני דתינו חושבין שהם דברים אמתיים אלא שהם אסורין מצד התורה בלבד, ואינם יודעים שהם דברים בטלים כוזבים, ונצטוינו בתורה שלא לעשותם כמו שהזהירה על הכזבים, עכ"ל. ווייטער גייט ער אריין אין א שמועס פון וואו די איינרעדענישן קומען, פון אומת הצאבי"ם מימי אברהם אבינו. אזוי אויך איז ער מאריך דערוועגן אין ספר מורה נבוכים ח"ג פמ"ו, עיי"ש. די געדאנק אז די תורה אסר'ט דאס אלס 'כזבים', איז ענליך צום אויבנדערמאנטן חידוש פונעם רס"ג, אז די תורה האט געשריבן וועגן די מכשפים אין מצרים כדי ארויסצוברענגען די דיפערענץ צווישן משה'ס אמת'דיגע מופתים און זייער פאלשער אחיזת עינים.

אזוי פסק'נט ער אויך אין יד החזקה הל' ע"ז פ"ו ה"ב-ה"ד, פי"א ה"י-הי"ח, וואו ער ברענגט אראפ אלע סארטן כשפים וכו' בתורת אחיזת עינים, און ער פירט אויס אויסטערליש שארף אויף די וואס גלייבן דערינען, וז"ל: כל המאמין בדברים אלו וכיוצא בהן, ומחשב בליבו שהן אמת ודברי חכמה, אבל התורה אסרה אותן – אינו אלא מן הסכלים ומחסרי הדעת, ובכלל הנשים והקטנים שאין דעתן שלמה. אבל בעלי החכמה ותמימי הדעת, יידעו בראיות ברורות שכל אלו הדברים שאסרה תורה אינן דברי חכמה, אלא תוהו והבל שנמשכו בהן חסרי הדעת, עכ"ל.


אין א בריוו צו 'חכמי מונטפשליר' שרייבט דער רמב"ם [אגרות הרמב"ם, הוצאת שילת] גאר שארף אנטקעגן אסטראלאגיע, וויבאלד ער האט געזען אז די אידן גלייבן אין וואס מ'פארקויפט אז מ'זעט באיצטיגנוני הכוכבים, וז"ל: חכמה זו שקורים אותה גזרת-הכוכבים וכו', כל אותן הדברים אינן דברי חכמה כלל וטיפשות הם וכו', ולא ידבק באותן הדברים אלא פתי שיאמין לכל דבר או מי שירצה לרמות את אחרים, עכ"ל.

איי חז"ל האבן געברענגט פילצאליגע סיפורים וואו מ'זעט קלאר אז זיי האבן געגלייבט אין חוזי הכוכבים, שרייבט ער דארט בהמשך: אני יודע שאפשר שתחפשו ותמצאו דברי יחידים מן החכמים בתלמוד ובמדרשות שדבריהם מראים שבשעת הולדתו של אדם יגרמו לו הכוכבים כך וכך, אל יקשה זה בעיניכם, אין ראוי להניח דברים של דעת ושכבר נתאמתו בראיות, וינער כפיו מהם ויתלה בדברי יחיד מן החכמים שאפשר שנתעלם ממנו דבר, או שיש באותם הדברים רמז או אמרם לפי שעה ומעשה שהיו לפניו. הלא תדעו שהרי כמה פסוקים מן התורה הקדושה אינם כפשטם, ולפי שנודע בראיות של דעת שאי אפשר שיהיה הדבר כפשוטו, תרגמו המתרגם תרגום שהדעת סובלת. ולעולם אל ישליך דעתו אחריו, שהעינים לפנים הן ולא לאחור, עכ"ל.

זיין שארפע צוגאנג בכלל, און עקסטרעם שארפע אויספיר 'שהעינים לפנים הן ולא לאחור', ווייזט אונז קלאר זיין צוגאנג זיך נישט צו רעכענען מיט קיין שום פריערדיגע מקור, וואס איז סותר די הנחה אז עס זענען נישטא קיין העכערע מיסטישע כוחות. וואלט דער רמב"ם געלעבט עטליכע הונדערט יאר שפעטער, וואלט ער בלי שום ספק פארשריבן געווארן לדראון עולם דורך די 'פרומע' מחנה, אזויווי די אנדערע משכילים, ספעציעל נאך אזא פאראגראף ווי 'שהעינים לפנים הן ולא לאחור', וואס שמעקט עכט משכיל'יש. און אפילו בזמנו איז ער טאקע אויסגעשטאנען שארפע אטאקעס פונעם רעכטן לאגער, צוליב זיינע געוואגטע געדאנקען וואס ער האט קלאר ארויסגעשריבן אן קיין מורא.


למעשה מיט מאמרי חז"ל איז היבש גרינג זיך אן עצה צו געבן, אבער וואס טוט מען מיט פסוקי התורה וואס זענען בפשטות מעיד אויף העכערע מיסטישע כוחות? ווען ס'קומט צו שדים, קען מען זאגן אז מענטשן האבן געגלייבט אין דעם, אבער דער פסוק זעלבסט איז נישט מייחס קיין כוחות אדער אפילו קיין 'מציאות' צו זיין. ווען ס'קומט צו כישוף, קען מען זאגן ווי אויבנדערמאנט אז ס'איז געווען אחיזת עינים. אבער ווען מ'קומט צו אזא מציאות וואו דער פסוק איז קלאר מייחס כוחות צו עניני כשפים, דאן פעלט זיך אויס דאס מיישב צו זיין בכובד ראש. מער איבער דעם, אין קומענדיגן קאפיטל בעז"ה.
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6770 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15254 מאל

הודעהדורך שש משזר » דינסטאג יאנואר 05, 2016 4:58 pm

ו.

וואס טוט מען מיטן מעשה פון נ"ך, וועגן די 'בעלת אוב'?!

די פשוט'ע סארטן כשפים קען מען מסביר זיין אז ס'איז געווען סתם אחיזת עינים, און די מאמרי חז"ל וואס זענען פיל דערמיט איז קיינעם נישט מחייב - וכדברי הרמב"ם אין מורה נבוכים ח"ג פי"ד לגבי חכמת התכונה, וז"ל: אל תבקשני לתאם כל מה שאמרו מענייני התכונה עם המצב כפי שהוא, לפי שהמדעים באותו הזמן היו חסרים, ולא דברו בכך משום שיש להם מסורת באותם הדברים מן הנביאים, אלא מצד שהם ידעני אותם הדורות באותם המקצועות, או שמעום מידעני אותם הדורות, עכ"ל. אדער ווי מיר האבן שוין מסביר געווען אין א פריערדיגע מאמר [ד'], אז ס'איז געווען אין חלום אדער ס'איז געזאגט געווארן דרך משל ומליצה, עיי"ש.

אבער ווען מיר שטויסן זיך אן אין א פרשה מפורשת אין ספר שמואל-א' פכ"ח, וואו עס ווערט דערציילט באריכות אז שאול האט געבעטן פון א בעלת אוב, אראפצוברענגען די רוח פון 'שמואל הנביא' וואס האט שוין דאן נישט געלעבט, און זי האט דאס טאקע באוויזן צו טון ווען שמואל האט געזאגט נביאות וואס איז נתקיים געווארן [אז צומארגנס וועט שאול המלך דער'הרג'עט ווערן אינעם מלחמה מיט די פלשתים], דאן שטעלט זיך אוועק א גרויסע פראבלעם פאר די וואס האבן אנגענומען אז די אלע זאכן זענען פאלשע אחיזות עינים, ווייל וויאזוי איז מעגליך מפרש צו זיין די פרשה אן אננעמען אז די בעלי אוב האבן טאקע עפעס כוחות הטומאה.

דער אבן עזרא אויפן פלאץ לייקנט אז ס'איז געווען העכערע כוחות, אבער ער געבט נישט קיין הסבר וואס איז יא געשען. ווידער דער רמב"ם נעמט אן, אז די בעלי אוב פלעגן זאגן פארשידענע לחשים, וואס דער וואס האט געוואלט הערן דעם פארשטארבענעמ'ס רייד, האט זעלבסט גע'דמיונ'ט לויט די לחשים וואס יענער דארף צו האבן געענטפערט. דאס זעלביגע האט דא פאסירט מיט שאול המלך, וואס האט אליינס גע'דמיונ'ט זיין סוף מר.

ענליך, און נאך שארפער, ברענגט דארט דער רד"ק בשם רב שמואל בר חפני גאון [שווער פון רב האי גאון], אז די גאנצע מעשה איז טאקע געווען אויסגעזויגן פון פינגער פון בעלת אוב, וכלשונו 'שכל מעשה האוב היה דבר כזב והתולים', און דאס וואס זי האט מנבא געווען אז ער וועט שטארבן צומארגנס, איז פשוט געווען מצד איר ארויסהאבן די מצב המלחמה, אז די פלשתים זענען געשטאנען פיל בעסער ווי די אידן. ער דריקט זיך אפילו אויס אזוי ווייט, ווי צו זאגן: "אף על פי שמשמעות דברי החכמים ז"ל בגמרא כי אמת היה שהחייתה האישה את שמואל, לא יקובלו הדברים במקום שיש מכחישים להם מן השכל"!

דאס איז טאקע דער זעלבער רב שמואל בר חפני גאון וואס האט געלייקנט אינעם מציאות אז חז"ל זאלן האבן סיי וואספארא כח צו באווייזן מופתים, אדער אפילו אז ס'זאל זיי געשען א נס, און זיין אייגענער איידעם רב האי גאון דריקט זיך אויס דערוועגן מיט אומצופרידנהייט אין תשובת הגאונים [ליק] צ"ט: מר רב שמואל גאון וכיוצא בו, שהרבו לקרות בספרי נכרים, אומרים אין המראות הללו נראות אלא לנביאים, ולא ייעשה נס אלא לנביא, ומכחישין בכל מעשה שנאמר כי נעשה בו נס לצדיקים וכו', עכ"ל.

דער רס"ג ברענגט דארט אראפ וואס רב האי גאון זעלבסט האלט, אזויווי דער דעת רס"ג, אז די בעלת אוב האט טאקע נישט באוויזן אראפצוברענגען שמואל הנביא, נאר שמואל האט זיך באוויזן צו שאול דרך נבואה. דאס שטימט מיט שיטת הרס"ג הנ"ל וואס האט אויך נישט געגלייבט אין כשפים.

הכלל, מיר זעען אז ווען זיי האבן געהאט א פראבלעם מיט פסוקים, און כ"ש מיט מאמרי חז"ל, האבן זיי נישט געטוישט זייער מיינונג צוליב די פשטות דברי הפסוק או חז"ל, נאר זיי האבן ענדערש געזאגט א מחודש'דיגע פשט אינעם פסוק אדער כוונת חז"ל, אבי צו קענען בלייבן מיטן ראציאנאלן בליק אז די אלע מיסטישע זאכן זענען דורכאויס פאלש.
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6770 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15254 מאל

הודעהדורך יעקב מענטש » דינסטאג יאנואר 05, 2016 5:40 pm

פשיהא, ממש תורה לשמה,

פונקט היינט געלערנט די גמ' אין עירובין אז פון שמואל'ס דיבורים איז נתברר געווארן אז מ'האט מוחל געווען שאול המלך (עמי במחיצתי), וואס שרייבט רב שמואל בר חפני גאון אויף דעם ? וויאזוי קוועטשט ער דארט אריין ראציאנאליזם ?


איך ווייס נישט צו ס'קומט דירעקט אריין אין די שמועס, וואס טוט מען מיט די אלע בעל שמסקע מעשיות, נישט די וואס מנחם מנדל פלעגט איבערדרוקן מיט אנדערע שטעט, נעמען, און א טייטל פון אן אנדערן צדיק אויפן דעקל. איך רעד פון מופתים (קענסט עס רופן אפענע סייעתא דשמיא אויב ס'איז דיר באקוועמער) וואס אידן האבן נאך מיטגעהאלטן בדרא בתראה ביי אזעלכע אידן ווי דער ריבניצער (וואס האט אמאל מחיה מתים געווען א קינד בעדותו של ר' מענדל פוטרעפאס ז"ל) ודומיהם.

ס'איז נישט קיין לעגענדעס, מ'רעדט פון אידן וואס לעבן היינט.

איך מיין נישט צו ציען קיין מסקנות, נאר להערה בעלמא, ווי אזוי רב שמואל בר חפני'ס מהלך וואלט געארבעט אויף אזא פאל.
יעקב מענטש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 830
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 785 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 779 מאל

הודעהדורך בן אדם » דינסטאג יאנואר 05, 2016 6:24 pm

ווייל די אלע בעלי מופתים האבן אנגענומען ווי די רמב"ן אז ס'עקזיסטירט יא העכערע כוחות וד"ל. אבער ס'האט נאר מיט העכערע מענטשן. פשוט'ער אידן דארפ'ן נישט האבן קיין שייכות מיט דעם.
Someone's stupid
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2936
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:02 am
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 3051 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1404 מאל

הודעהדורך יעקב מענטש » מיטוואך יאנואר 06, 2016 4:28 pm

בן אדם האט געשריבן:ווייל די אלע בעלי מופתים האבן אנגענומען ווי די רמב"ן אז ס'עקזיסטירט יא העכערע כוחות וד"ל. אבער ס'האט נאר מיט העכערע מענטשן. פשוט'ער אידן דארפ'ן נישט האבן קיין שייכות מיט דעם.

זיי מסביר,

דאס אז ביים ריבניצער און אנדערע צדיקים האבן זיך געוואלגערט מופתים אונטערן טיש איז א פאקט, ס'איז נישט תלוי צו די האלטסט ווי די ראשונים אדער די אנדערע, איז מיין קושיא, איז דאס נישט קיין קלארע ראיה קעגן די ראשונים וואס האבן געהאלטן אז אזעלכע זאכן עקזעסטירן נישט ?

אגב האב איך פונקט נעכטן געהערט, אז דער בעל סמיכת חכמים ז"ל (געווען די יארצייט נעכטן) האט מתיר געווען אן עגונה אויפן סמך פון א בת קול אז דער מאן איז געשטארבן, ווייל אין משגיחין בבת קול איז נאר לגבי הלכה, אז א בת קול קען נישט איינטיילן וויאזוי מ'זאל פסקנ'ן, אבער צו פארציילן א מעשה איז א בת קול יא גוט, לויט די ראשונים קען זיין אז אירע אייניקלעך זענען ממזרים...
יעקב מענטש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 830
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 785 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 779 מאל

Re: זוגות, שדים, עין הרע, קטלנית, קמיע - כל דקפיד קפדי בהדיה

הודעהדורך שמערל » מיטוואך יאנואר 06, 2016 4:52 pm

איי ווי גוט דו זאגסט, א שאד דער רמב"ם האט זיך נישט געדרייט ביים ריבניצער.
טאקע א שאד.
שמערל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 945
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 1096 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1108 מאל

הודעהדורך בן אדם » מיטוואך יאנואר 06, 2016 5:22 pm

:o
Someone's stupid
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2936
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:02 am
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 3051 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1404 מאל

הודעהדורך שש משזר » דאנערשטאג יאנואר 14, 2016 9:33 pm

ז.

וויאזוי באציהט זיך דער רמב"ם וסייעתו, צו גמרות וואס רעדן איבער שדים וכדומה?!

דער רמב"ם ודעימיה, האבן טאקע באוויזן מפרש צו זיין פסוקי התורה אויף אן אופן, וואס לויט דעם זעען מיר נישט קיין קלארע מקור אז ס'זענען דא איבערנאטורליכע כוחות הטומאה וכדומה. אבער אין גמ' געפונען מיר כסדר אנעקדאטן און זאגאר הלכות, וואס קומען פון גלייבן אין כוחות הטומאה אדער סתם מיסטיציזם.

די גרינגסטע וועג איז געווען, צו זאגן אז די גמרות רעדן על דרך משל ומליצה, און ווי מיר האבן געברענגט אויבן פרק ד' בשם ר"א בן הרמב"ם וואס שרייבט אזוי, און דער רמב"ם זעלבסט שרייבט אויך אזוי כמה פעמים. און אזוי האט אויך דער מאירי אריינגעלערנט פשטים אין מאמרי חז"ל, וואו אנגעמערקט דארט אויבן.

א העכערע שטאפל איז צו זאגן, אז חז"ל האבן אזוי געשריבן צוליב דעם וואס דער המון עם האט יא געגלייבט די זאכן, און דערפאר האבן חז"ל זיך געמוזט מתייחס זיין דערצו כאטש זיי האבן געוואוסט אז די אלע זאכן הייבן זיך נישט אן. אזא קו האבן מיר געברענגט אויבן פרק ג' בשם דעם מאירי.

אבער דאס קען מען נאר טענה'ן, בנוגע די שטיקלעך גמ' וואס זענען זיך נאר מתייחס באופן כללי צו שדים רוחות וכשפים וכו', אבער וואס טוט מען ווען מ'זעט אז געוויסע תנאים ואומוראים האבן זעלבסט געגלייבט אין די זאכן, און דערציילן מעשיות וואס האט פאסירט מיט זיי זעלבסט, אדער האבן גע'פסק'נט דינים וואס וואלט געווען אסור צו פסק'נען אויב זיי וואלטן נישט געגלייבט אין די מיסטישע כוחות.

דא קומט אריין דער שארפסטער שטאפל, ווען זיי מוזן - שטילערהייט, על פי רוב - מודה זיין אז 'געוויסע' חכמים האבן יא געגלייבט דערינען, כאטש דאס טוישט נישט דער דעה פון די ראשונים זעלבסט, וואס האבן שוין אפגעמאכט ביי זיך אז די מיסטישע כוחות עקזיסטירן נישט. מיר האבן שוין אויבן אין פרק ה', ציטירט די שארפע ווערטער פונעם רמב"ם אין איינע פון זיינע אגרות, וואו ער דריקט זיך אויס איבער דעם: אני יודע שאפשר שתחפשו ותמצאו דברי יחידים מן החכמים בתלמוד ובמדרשות שדבריהם מראים שבשעת הולדתו של אדם יגרמו לו הכוכבים כך וכך, אל יקשה זה בעיניכם, אין ראוי להניח דברים של דעת ושכבר נתאמתו בראיות, וינער כפיו מהם ויתלה בדברי יחיד מן החכמים שאפשר שנתעלם ממנו דבר וכו', עכ"ל.


זאגן א לחש קעגן א מזיק.

אין געוויסע פלעצער, וואו עס קומט אויס א נפ"מ להלכה דורכן גלייבן אין מיסטישע כוחות, קומט אויף דער רמב"ם מיט געניאלע איינפעלער וויאזוי נישט צו טוישן די דין, און אין איינוועגס נישט צו טוישן זיין מיינונג אז דאס אלעס איז בעלאוני. למשל, אין מסכת סנהדרין דף ק"א ע"א שטייט, אז אויב א שלאנג אדער עקדיס האט געביסן א מענטש, מעג ער לוחש זיין 'לחישת נחשים ועקרבים', אפילו אום שבת. בפשטות איז דער טעם [און אזוי קומט אויס פון רש"י], וויבאלד חז"ל האבן געגלייבט אינעם כח פונעם לחש, און דערפאר מעג מען זאגן א לחש ניצל צו ווערן פון די מזיקים וואס שעדיגן דורכן שלאנג'ס ביס. און דאס איז מותר צו טון אום שבת, און מ'איז נישט חושש אז ער איז עובר דורכדעם אויף איסור צידה.

דער רמב"ם ווידער, ברענגט אראפ דעם דין אין הל' ע"ז פי"א הי"א, אבער ער געבט א צווייטע הסבר דערצו: 'כדי לישב דעתו ולחזק לבו, אע"פ שאין הדבר מועיל כלום, הואיל ומסוכן הוא התירו לו כדי שלא תטרף דעתו עליו', עכ"ל. און דער כס"מ אויפן פלאץ איז מסביר דער חידוש אז 'אפילו שבת' איז מותר, אז כאטש שבת טאר מען נישט מרבה זיין צו רעדן דברים בטלים, אזויווי דער רמב"ם פסק'נט אין הל' שבת פכ"ד ה"ד, איז עס דא אבער מותר 'כדי שלא תטרף דעתו עליו'. [אין ספר באר שבע דארט אויפן גמ' מסכת סנהדרין, פרעגט אויף רש"י'ס פשט, און קומט אויך צו צום הסבר פונעם רמב"ם ע"פ הכס"מ]. און אזוי פסק'ענען טאקע די טור און שו"ע אין יו"ד סי' קע"ט ס"ו, ככתבו וכלשונו.

טאקע דארט איז דא דער באוואוסטער ביאור הגר"א, אין סקי"ג, וואו ער האקט שטיקער פון דעת הרמב"ם ובעלי הפילוסופיה, וואס האבן פארדרייט גמרות און זיך נישט וויסנדיג געמאכט פון פילע מקורות וואו מיר זעען קלאר אז זיי האבן געגלייבט אין די העכערע מיסטישע כוחות. נאר אינטרעסאנט, אז ס'נישט נאר דער רמב"ם, נאר אפילו די טושו"ע האבן אזוי געזאגט, און דאס איז טראץ דעם וואס דער בעל מחבר שו"ע - רבי יוסף קארו, איז געווען א מקובל, און מעגליך האט ער אפילו געלערנט מיט א מגיד מן השמים [אויב די ספר מגיד מישרים המיוחס אליו, איז טאקע ריכטיג].
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6770 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15254 מאל

הודעהדורך שש משזר » דאנערשטאג יאנואר 14, 2016 9:35 pm

ח.

מ'דארף חושש זיין צו שדים/רוחות רעות?

אבער נישט נאר ביי אזעלכע 'קליינליכע' פראבלעמען געט זיך דער רמב"ם אן עצה, נאר דער רמב"ם טוט אזוי אויך ביי אזא הארבע זאך ווי א גט. די משנה זאגט אין מסכת גיטין דף ס"ז ע"ב, 'מי שאחזו קורדייקוס ואמר כתבו גט לאשתי, לא אמר כלום', ע"כ. די גמרא איז מסביר 'האי רוחא, קורדייקוס שמה'. און רש"י אויפן משנה איז מסביר אז דאס איז א שידה וואס גייט אריין אין א מענטש ווען ער טרינקט וויין פון פאס. דאס איז א הלכה פסוקה, באזירט אויף אן אמונה אין מציאות השדים ורוחות, און דער רמב"ם קען נישט פסק'ענען אנדערש. נו, וואס טוט מען?

קומט דער רמב"ם און שרייבט דעם זעלבן דין, נאר בשינוי לשון קצת, וואס אין אט דער שינוי ליגט די יסוד השיטה פונעם רמב"ם. דער רמב"ם פסק'נט אין הל' גירושין פ"ב הי"ד בזה"ל: מי שהיתה רוח רעה מבעתת אותו, ואמר כשהתחיל בו החולי כתבו גט לאשתי, לא אמר כלום, מפני שאין דעתו נכונה ומיושבת, עכ"ל.

פשוט און גראד, פון א מענטש וואס 'שדים' פייניגן אים, איז געווארן איינער וואס האט אים אנגעכאפט א 'נערוון בראך' אדער 'פאניק אטאקע', א גייסטישע - אבער נישט מיסטישע - קרענק, און די 'קרדייקוס' ווערט ניטאמאל ארויפגעברענגט על דל שפתי הרמב"ם!


נאך איין גוטע דוגמא: די גמרא זאגט אין מסכת פסחים דף קי"ב ע"א: 'אוכלין ומשקין תחת המטה אפילו מחופין בכלי ברזל רוח רעה שורה עליהן', ע"כ. דאס הייסט, אז אויב מ'לייגט עסן אונטערן בעט, איז שורה אויף דעם א רוח רעה. ענליך צו דעם שטייט אין ירושלמי מסכת תרומות פ"ח ה"ג, 'אסור דלא למיתן בר נש פריטין גו פומיה ותבשילא תותי ערסא', ע"כ. דא שטייט גראדע א שארפערע לשון, 'אסור', כאטש ס'שטייט נישט קיין טעם צום איסור. בפשטות איז דאס צוליב א רוח רעה, אזויווי ס'שטייט אין בבלי.

קומט אבער דער רמב"ם אין הל' רוצח פי"ב ה"ב, און זאגט א צווייטע טעם, וז"ל: 'ולא יתן תבשיל תחת המטה אעפ"י שהוא עוסק בסעודה, שמא יפול דבר המזיק והוא אינו רואהו', עכ"ל. דער ראב"ד איז טאקע גלייך משיג אויף אים, ובלשונו: 'גם זה בירושלמי ומפרשים משום רוח רעה'.

אבער מיר ווייסן שוין, אז דער רמב"ם שפינט דא זיין אייגנארטיגער וועג אפצולערנען יעדע 'העכערע' באגריף, אלס פשוט'ע זאך. און דערפאר האט ער דא געטראפן א צווייטע וועג וויאזוי צו קענען פסק'ענען ווי די גמרא, אבער ס'זאל נישט טוישן זיין בליק אויף אבערגלויבנס. דער רמב"ם קען דא טאקע מדחיק זיין, אז די ירושלמי דינגט זיך אויפן בבלי, און לויטן ירושלמי איז דער טעם לאיסור נישט צוליב א רוח רעה, נאר 'שמא יפול דבר המזיק והוא אינו רואהו' וכדברי הרמב"ם.


אין א שיעור פון הגאון רבי אשר ווייס שליט"א, האב איך געטראפן אפאר ראיות מחזק צו זיין אז ס'איז טאקע דא א מחלוקת בבלי וירושלמי אינעם טעם הדבר. ער מערקט אן אויף פארשידענע חילוקים צווישן לשון הבבלי והירושלמי. דער בבלי שרייבט 'אוכלין ומשקין', און דער ירושלמי שרייבט 'תבשיל'. דער בבלי שרייבט 'אפילו מחופין בכלי ברזל', און דער ירושלמי איגנארירט דאס. דער בבלי שרייבט דער טעם לאיסור 'משום רוח רעה', און דער ירושלמי נישט.

און אויב מ'וועט מסביר זיין אז די ירושלמי אסר'ט אלס חשש היזק דורך א שלאנג'ס גיפט וכדומה [ווי מיר געפונען בנוגע לאזן זאכן מגולה איבערנאכט], דאן וועלן אלע דיוקים שטימען גוט: ווייל ביי א עפל למשל, וואס איז נישט קיין תבשיל, קען מען גלייך זען אויב א שלאנג האט עס געביסן, ממילא אסר'ט דער ירושלמי נאר ביי א תבשיל. און דערפאר אסר'ן זיי נישט 'אפילו מחופין בכלי ברזל' ווי עס שטייט אין בבלי, ווייל אויב ס'איז גוט צוגעדעקט דארף מען שוין טאקע נישט חושש זיין אז א שלאנג האט עס געביסן. און טאקע צוליב דעם האט דער ירושלמי נישט געשריבן אז די איסור איז 'משום רוח רעה'.

אויב מיר וועלן טאקע אזוי זאגן, קומט אויס הפלא ופלא דאס וואס דער רמב"ם שרייבט ממש ווי די ירושלמי. ער רעדט נאר פון 'תבשיל', ער רעדט נישט פון 'מחופין בכלי ברזל', און ער אסר'ט טאקע נאר צוליב 'שמא יפול דבר המזיק' דהיינו גיפט וכדומה. עכ"פ זעען מיר אז דער רמב"ם טרעפט א וועג ארויס, אפילו ווען ס'קומט ארויס א נפ"מ לדינא דורכדעם וואס מ'גלייבט אין די מיסטישע כוחות.
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6770 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15254 מאל

הודעהדורך נהורא נפישא » דאנערשטאג יאנואר 14, 2016 9:57 pm

ס'איז קלאר ווי די טאג אז די רמב"ם איז אדער זיך מתעלם פון סיי וועלכע הלכה וואס איז פארבונדען מיט איבערגלויבענישן, אדער טרעפט ער אן אנדערע סיבה צו די הלכה, נישט דוקא שדים ורוחות, עין הרע, כישוף זוגות קמיעות, קטלנית, וכדומה.כאטש וואס לפלא אז די טראדיציאנאלע מפורשים לא ירדו לסוף דעתו, נעמט לדוגמא לועג לרש וואס שטייט אין גמרא באזונדער לגבי תפילין און באזונדער ביי ציצית, ציצית איז ער אינגאנצען משמיט, און תפילין דערמאנט ער ווי כאילו דאס טראגן תפילין אין בית הקברות איז א בזיון פאר די תפילין, משא"כ ביי ציצית איז נישט שייך דער טעם.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
נהורא נפישא
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1431
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1742 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1853 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק העמק דבר

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט