אינו אלא טועה

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6926 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4626 מאל

אינו אלא טועה

שליחה דורך געוואלדיג »

אונז ווייסן אז משה אמת ותורתו אמת, און יעדע ווארט אין די תורה איז אמת ויציב בלי שום פקפוק, יעצט לאמיר צוזאמען לערנען א פסוק חורש"י

הבו לכם אנשים חכמים ונבנים וידעים לשבטיכם ואשימם בראשיכם: זאגט רש"י, וידועים לשבטיכם. שהם ניכרים לכם, שאם בא לפני מעוטף בטליתו, איני יודע מי הוא, ומאיזה שבט הוא, ואם הגון הוא, אבל אתם מכירין בו, שאתם גדלתם אותו, לכך נאמר וידועים לשבטיכם:


משה רבינו ביי זיין לעצטע דרשה לפני מותו האט דערמאנט פאר כלל ישראל אז טאקע ער וואס ארבעים יום לחם לא אכל ומים לא שתה, דער מנהיג ישראל וואס האט דערלאנגט פרעה 10 מכות און געשפאלטן דעם ים סוף און געגעבן די תורה, ער און יא ער, קען מאכן א טעות און אויב קומט איינער צו איהם וואס זעהט אויס ערליך וועט ער א טעות האבן,

אזוי אויך טרעפן מיר אז דער רמב"ם שרייבט אז ר"ע וכל גדולי דורו האבן א טעות געהאט
שֶׁהֲרֵי רַבִּי עֲקִיבָא חָכָם גָּדוֹל מֵחַכְמֵי מִשְׁנָה הָיָה. וְהוּא הָיָה נוֹשֵׂא כֵּלָיו שֶׁל בֶּן כּוֹזִיבָא הַמֶּלֶךְ. וְהוּא הָיָה אוֹמֵר עָלָיו שֶׁהוּא הַמֶּלֶךְ הַמָּשִׁיחַ. וְדִמָּה הוּא וְכָל חַכְמֵי דּוֹרוֹ שֶׁהוּא הַמֶּלֶךְ הַמָּשִׁיחַ


לגבי עניני אכילה זאגט שוין תוס' אין חולין ה:
ואור''י דדוקא במידי דאכילה אין הקב''ה מביא תקלה על ידן שגנאי הוא לצדיק שאוכל דבר איסור


ומכאן אז ביי אנדערע ענינים קענען גדולי ישראל האבן א טעות,

דאס מאכט זיי נאכנישט פאר פשוטע מענטשן, מען זאגט נאך, און איך געדענק נישט פון וועם אז חסידים מאכן צוויי טעותים, 1 זיי מיינען אז א רבי קען נישט מאכן קיין טעות. 2 א רבי וואס מאכט א טעות איז מער קיין רבי נישט, ודפח"ח,

לענינינו וואלט געווען אינטראסאנט צו פראבירן אויסבויען לויט אונזערע מקורות ווען איז שייך א טעות און ווען נישט, און ווי אזוי מען דארף צוגיין צו דעם.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-

דער אשכול פארמאגט 15 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר