איז דער צמצום פון א בשר ודמ'ס מח תלוי אין גאטס עקזיסטענץ??

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 816
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 567 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1007 מאל

איז דער צמצום פון א בשר ודמ'ס מח תלוי אין גאטס עקזיסטענץ??

שליחה דורך שושן פורים »

איך בין נישט קיין גרויסע שרייבער, ספעציעל נישט אין א העמק דבר סטיל אבער די קושיא עגבערט מיר שוין א לאנגע צייט און אויב עמיצער האט א צופרידנשטעלנדע ענטפער וואלט עס מיר זייער דערפרייט.

די גרעסטע טענה פון די מפיצי אמונה איז אז דער וועלט איז דאך אזוי קאמפליצירט, ביליאנען גאלעקסיען וכדו', אין פרצופותיהן שוות, וכולו וכולו, איז וויאזוי קען זיין אז זי זאל ווערן באשאפן פון זיך אליינס??!!
א שטארקע ראיה לכאורה!

ווייטער אז מיר זענען צוגעקומען אז גאט האט באשאפן די וועלט מוז דאך זיין אז ער האט געגעבן געוויסע אינסטרוקציעס וויאזוי זיך אויפצופירן דא, ווייל אויב נישט וואס דען איז דער תכלית? ? מוז זיין אז רעליגיע עקזיסטירט!
שטארקע אויפווייז! !

פון די אנדערע זייט האלטן מיר מיט א קלארקייט אז דער מענטש'נס מח און באגרייפונג איז מוגבל ומצומצם אז עס איז דא געוויסע זאכן וואס מיר וועלן קיינמאל נישט פארשטיין, עכ"פ נישט בהאי עלמא.

והשתא דאתינן להכי, די אויבנדערמאנטע ראיות זענען דאך אויך נאר לפי שכל האנושי, מוז דען זיין עפעס העכערס כדאי צוצוקומען אז א מענטש איז באגרעניצט? אדער קען גאר זיין אז א מענטש'נס שכל איז סתם אזוי באגרעניצט און ער קען נישט ציען קיין שום מסקנות געבויט אויף זיין אייגענע שכל.
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק

דער אשכול פארמאגט 29 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר