הלכה למעשה: ווערען גרונטליך באהאווענט אין ענייני אמונה

מחשבה, השקפה ועיון

הלכה למעשה: ווערען גרונטליך באהאווענט אין ענייני אמונה

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 8:21 pm

לכבוד די 2000'טע תגובה, שרייב איך דא א מאמר וואס זאל ארויסברענגען אן ענין וואס קען זיין לתועלת הרבים.

א' – די אנהייב פון די פראבלעם

מ'האט שוין מערער מאל אין מערערע אופנים באמערקט אז ביי א טייל פונ'ם חרדיש'ע עולם הערשט א גרויסע עמהארצות אין די סאמע יסודות פון אונזער לעבען און גלויבונג. מ'ווייסט אז מ'גלויבט, אנדערע קענען זאגען אויסעווייניג אלע י"ג עיקרים, נאך איינער קען עס נאך זינגען אין גראם אדאנק ר' יו"ט ערליך, אבער גרונטליך קענען די אלע יסודות און פארוואס אונז מוטשען זיך, איז נישט דער נחלת הכלל, און דער אלגעמיינער חינוך נעמט נישט קיין אחריות דערויף.
אלס קינד ווייסט מען אז מיר גלויבען און דאס איז דאס. אלס בחור גייט מען אין ישיבה און דער ראש ישיבה, מגי"ש אדער משגיח געבען איבער אז די וועג ווי די ישיבה איז געפיהרט און וואס זי פאדערט פון א בחור איז וואס דער תורה פאדערט, און דאס מיינט זיין א איד. דערמיט פראבירען זיי איינצורעדען אז דער פראגראם איז איינשטימיג מיט די גלויבונג, און מ'דארף נישט מער וויסען ווי די פראגראם. די יסודות פון די ערשטע מקורות פארהוילט מען פון אונז. קיינער לערנט נישט אפיציעל די ספרים מיט בחורים, אפילו די וואס זענען נישט חקירה'דיג, נאר פאקטיש. אפילו ווען מ'טרעפט זיך אן מיט א נייגעריגער בחור, האט ער נישט ווער ס'זאל איהם געבען א ריכטונג און א גאנג וויאזוי צו דערגייען די סארט זאכען.

ב' – וואס פאסירט ווייטער

ס'מאכט זיך אפט, און איך האב עס באגעגענט אויף פארשידענע מענטשען, אז ווען מ'ווערט עלטער און מ'נעמט זיך טראכטען, פאלט אריין אין קאפ א הו"א אז דער גאנצע זאך איז א עורבא פרח, גארנישט מיט נישט. מ'האט באמערקט אז אך שקר נחלו אבותינו און דער רוב וואס מ'האט אונז געפרעדיגט איז נאר ווייל אזוי געלונגט עס פאר'ן פרעדיגער, ומן הרוב יקיש אל המיעוט אז מסתמא איז דאס אויך פאר די סבה, מ'האט קיינמאל נישט ערנסט געמיינט דאס אידישקייט, נאר די פראגראם.
אפילו ווען דער דרשן איז נישט געווען קיין עגא'איסט וואס זוכט זיין אייגענע טובה, און ער האט עס טאקע ערנסט געמיינט, איז עס אויך נישט גענוג. מ'קען נאך קלערען אז דער דרשן רעדט וואס ער רעדט, נישט ווייל ער טראכט אזוי און ער האט קריטיש דורכגע'ארבעט זיין גלויבונג. פונקט ווען מ'כאפט טז ווען ער זאגט א שטיקל תורה אין א תוספות איז עס נישט ווייל ער האט מכריח געווען אז נאר דער פשט איז ריכטיג, נאר ווייל ס'שטימט אין זיין קאפ און ס'מאכט זיין לעבען רואיג, איז ער גרייט אזוי אנצונעמען. אפשר איז דער גאנצע אמונה אויך אזוי? אפשר איז דער גאנצע רייכע עבר אונזער אויך אזא עורבא פרח, און רעק"א מיט דער מהרש"א זענען געווען אזעלכע וואס וויבאלד דאס אידישקייט האט שיין געווינקען צו זיי, האבען זיי זיך שיינעהייט צוריק געווינקט.
וואס טוט א יונגערמאן אין אזא פאל? מ'עט איהם זאגען אז דער ווילנא גאון איז נאך אזוי קלוג ווי איהם, און ער האט געגלויבט. פארוואס זאל ער דיר גלויבען? אפשר האט דער ווילנא גאון געטוהן פונקט ווי זיין מגיד שיעור אין ישיבה? א געשמאקע לעבען געטראפען אין אידישקייט, איז ער געבליבען. נו, איך בין נישט אזוי באקוועם דא, וועל איך מיר זוכען אן אנדערע!

ג' – דער פראבלעם ווערט טיפער

וואס טוט דער מענטש יעצט? ער האט אין קאפ א שטארקע צד אז די גאנצע זאך איז שקר. ער קלערט אז מ'האט איהם אפגענער'ט מיט באמבאסטישע רייד וועגען די ווארהייט פון תורה, און מ'האט עס בכלל נישט געמיינט ערנסט. אבער ער איז פארט ערליך און ער זוכט זיך אום, אפשר וועט מען איהם יא קענען איבערצייגען, אפשר איז ערגעץ דא א תירוץ צו די קשיא'ס, אפשר זענען דא קלארע ראיות איהם אויפצוווייזען אלס. ער לערנט דער ספר און ער ליינדט יענער בוך, ער טרעפט זיך אן מיט דער מומחה אין די זאכען און ער שמועס'ט מיט בעלי תשובה פילאזאפ'ן. אמנם דא עקא, ברגע ער האט א צד אז ס'איז אלס שקר, איז דער קנה מדה פון אמת געווארען אנדעריש. אז ס'איז נאך דא א ווייטער צד אז דער זאך איז נישט מוכרח, האט ער שוין נישט קיין שום צד אז ס'איז אמת. ער זוכט צו ברענגען א ראיה צו אן אמונה אזוי ווי מ'ברענגט א ראיה אין מאטעמאטיק, כאילו ס'איז מעגליך במציאות איבערצוצייגען א זאך וואס מ'זעט נישט פונקט ווי א זאך וואס מ'זעט יא.
דער לעבען ווערט איהם שווערער. יעדעס מאל ער דארף עפעס אוועק געבען פאר אידישקייט, צו ס'איז זיך ארויסשלעפען פון בעט אין די קעלט צו דאווענען שחרית, צו ער דארף זוכען כשר'ע עס'ן אין די פרעמד, צו ער דארף זיצען ביי א חנוכה מסבה אויסהערען זיין נעריש'ע שוואגער'ס איבערקייען נאכאמאל דער נייעס פונ'ם לעצט'ן פאליטיק פסק דין צו פסק קאורט אויף צוויי קינדער וואס קענען זיך נישט אויסקומען. ווען ער ווייסט כאטש פארוואס ער טוט עס, וואלט עס איהם בכלל נישט באלאסט'ט, אבער יעצט וואס ס'נאגט איהם די קשיא'ס, ווערט ער אנגעצויגען פון יעדער זאך. דערנאך ווען ער גייט צוריק זוכען די ראיות, האט ער נאך א שטער אויפ'ן וועג, ער איז ווייניגער גרייט צו הערען די תשובה, און ער זוכט מיט א שטארקערע פארגרעסערונג'ס גלאז יעדער פעלער וואס דער טענה פארמאגט.
פון דא ביז צום ארגסט'ן איז נישט צו ווייט.

ד' – וואס קען מען טוהן למעשה?

ווען מ'וואלט פון פאראויס געוואוסט וואס מ'גלויבט, אפילו פאר די ראיות, און מ'וואלט געוואוסט דער פשטות פון אונזער גלויבונג, פארוואס דער לייכסטע באקוועמסטע (איך מיין נישט פיזיש לייכט און באקוועם, נאר אז א שכל'דיגע לעבען איז כולל אין זיך אן אמונה אין א בורא א כל יכול און אז ער האט געגעבען א תורה פאר מענטשען צו היטען), וואלט מען נישט געווארען אזוי אנגעצויגען פונ'ם ענין, און ער וואלט געקענט אפלערנען די ראיות און יסודות מיט א לייכטערע מוט, מיט אן אפענע קאפ און ברייטערע פארשטאנד. ער וואלט געקענט צוווארטען ביז די סוף פון א סברא איידער ער אטאקירט איהם, און ער וואלט געקענט ארייננעמען אין קאפ פארשידענע מיינונגען אן צו ווערען צומישט.
איך וויל דא אראפברענגען א שטיקל סדר וואס צו לערנען, און וואס מ'קען האפען פון די אלע ספרים, און יעדער איינער קען דורכלערנען און זוכען וואס רעדט צו איהם. אבער דאס דארף קודם באטאנ'ט ווערען אז דאס לערנען אין די זאכען איז נישט אזוי ווי איינער וואס זוכט ווערטליך צו פארציילען צווישען די פיש און די פלייש ביים שבת סעודה. דאס איז נישט קיין גימטריאות צו מדרש פליאה'ס וואס מ'דארף עס כאפען און ווייטער געגאנגען. ס'איז דקות'דיגע זאכען, אינערליכע סברות און פארצווייגטע חשבונות און דער וואס וויל ארנטליכעהייט דערגייען די זאך מוז זיין גרייט צוצולייגען קאפ און צייט. איינער וואס ליינט שנעל, כאפט א בליק און ווייטער געגאנגען, זאגט ליגענט צו זיך אליינס, און ער קען נישט זאגען שפעטער אז ער איז אוועק פון אידישקייט פאר 'אומפאר'ענטפערטע קשיא'ס'. און אפילו ווען ער בלייבט ביים אידישקייט, וויסען זאל ער אז דער אמונה איז ווערט מ'זאל עס דערגייען מיט א רואיגקייט און אן ארנטליכקייט, מיט נאך אזוי פיל מיה און פלאג ווי דער דאקטאר און דענקער טוהן דורך זייער חשבונות.

ה' – דער רמב"ם

דער ערשטע וואס העלפט צו די זאכען איז דער נשר הגדול, דער אור שבעת הימים וואס באלייכטעט יעדער טריט פון א מענטש'ס און כ"ש א איד'ס לעבען, דער רמב"ם. ער האט געשריבען אויף כמעט יעדער נושא בכדור העולם, אלע זיבען חכמות האט ער ארויסגעהאט, און בוודאי האט ער נישט געכיפערט דער נושא.
קודם איז ראטזאם צו לערנען זיין הקדמות. ד.ה. דער הקדמה לפרק חלק (דער לעצטער פרק אין משניות סנהדרין) וואס דארט שמועס'ט ער ארום די י"ג עיקרים בפרטיהם. הייבען הייבט ער אן מיט א באריכט וואס איז דאס גן עדן און גיהנם, וואס איז דער שכר פון מצוות, וואס איז דאס עוה"ב און ימות המשיח, און פארוואס אלע טובות אין דער תורה זענען גשמיות'דיגע זאכען נישט רוחניות'דיגע שכר. (פאר דער וואס איז אינטרעסירט, דער רמ"ה אויף סנהדרין פרק חלק האט א שמועס אויף דעם ווי ער רעדט ארום דער שיטת הרמב"ם, ער האט אויך א ספר אגרות הרמ"ה וועגען ענייני אמונה מיט תשובות פון א סאך גדו"י מיט השגות אויף א סאך פונ'ם רמב"ם, כולל ענייני אמונה)
דערנאך לאזט ער זיך אריין אין א שמועס וועגען דריי סארט מענטשען וואס באגעגענען אחד מדברי חז"ל וואס שטימט נישט אין די נארמאלע שכל. א. דער וואס איז מאמין אין דברי חז"ל כפשוטם און ער לייקענט זיין אייגענע אויגען. ב. דער וואס גלויבט אז דברי חז"ל זענען כפשוטם און ממילא לייקענט ער אין זיי, ווייל ס'איז קעגען די שכל. ג. א מין וואס איז שווער אנצורופען א כת, ווייל ס'איז אזוי זעלטען, וואס פארשטייען אז ס'איז דא טיפערע פשטים אין דברי חז"ל, און ס'איז אייביג דא וואס צו פארשטייען טיפער אז ס'שטימט אלס אין שכל. מיט די הנחה איז ער מסביר דער ענין פון רוחניות'דיגע שכר, כרת און עוה"ב און עולם הנשמות, אז ס'איז אלס דער עומק פון דברי חז"ל און אזוי שטימט אלס.
נאך דעם מאכט ער זיין באקאנטע רשימה פון י"ג עיקרים, וואס איז שפעטער געשריבען געווארען אלס א צולייג צום דאווענען. אבער זיין רשימה איז קלארער און טיפער פון וואס מ'זעט אין סידור. ער ברענגט א פסוק צו יעדער זאך, און ער גייט אריין אין א גרעסערע אריכות. למשל אינ'ם עיקר השביעי רעדט ער פון מעלת נבואת משה, ברענגט ער פיהר מעלות וואס משה רבינו'ס נבואה האט איבער אנדערע נביאים (וכמו"ש בהל' יסודי התורה באריכות ג"כ), און ער ברענגט מקורות דערצו.
נאכ'ן דורכלערנען די י"ג עיקרים דארף מען האבען אן אנדערע בליק אויף זיי, ס'איז נישט סתם א ניגון, ס'איז א דערהער א וועג וויאזוי צו לעבען און צוצוגייען צו מצוות און עבירות.
נאך דעם דארף מען דורכלערנען רמב"ם הל' תשובה פאמעלאך, בפרט די צווייטע האלב, ווי ער איז מסביר מיט א געוואלדיגע אריכות און דקדוק ענייני בחירה ושכר ועונש, דער באקאנטע קשיא פון ידיעה און בחירה איז דארט, ווי אויך זיין פשט אין דער עונש פון פרעה 'כי אני הכבדתי את לבו' (א פשט וואס אנדערע ראשונים דינגען זיך, עי' עקידת יצחק פרשת וארא און אנדערע זאגען ווען דער שערי תשובה זאגט 'וגם אם הרבה לפשוע לא ננעלו לפניו דרכי התשובה' גייט עס אויף דעם). דערנאך וואלט געווען קלוג דורכצולערנען רמב"ם הל' יסודי התורה, ובפרט די ערשטע פיהר פרקים. הגם אז ס'איז דא זאכען דארט וואס זענען רחוק פון אונזער שכל'דיגע באגריף און מ'זענען נישט איינגעוואוינט צו די סארט שפראך, צום ביישפיל די גלגלים, מ"מ מ'זעט דארט הכרחים צו אמונה, נישט אלס ראיות און א דין ודברים איבערצוצייגען די עיקרים, נאר אלס ארויסברענגען די עיקרים אויף א שכל'דיגע פארנעם (ע"ע להלן ביי די חובת הלבבות, ווי מ'עט מסביר זיין די נקודה). הלכות דעות טראגט אויך א סאך אין דער הינזיכט.
נאך צוויי מאמרים פונ'ם רמב"ם זענען וויכטיג פאר אונזער ידיד וואס וויל קענען גרונטליך. דאס איז די הקדמה לפיהמ"ש, וואס דארט איז ער מסביר די יסודות פון תושבע"פ וויאזוי מיר ווייסען פשט אין תושב"כ, וואס איז נתחדש געווארען דורך פלפול התורה און ווען איז די פלפול נאר אויף מסביר צו זיין וואס זיי האבען געהאט בקבלה בלא"ה. פאר איינער וואס אינטרעסירט זיך מער אין די טע'אלאגישע און פילאזאפישע חלק פון אידישקייט, וועט ער עס טרעפען אין @שמונה פרקים להרמב"ם, דאס איז די הקדמה צום פירוש אויף אבות. דארט איז זיין נושא מדות און דעות, און וויאזוי זיי זענען א חלק פון א מענטש און וויאזוי זיי ווערען פארראכטען. דער תכלית פון מצוות איז אויך א חלק פון זיין שמועס, ווי אויך וואס ער גייט אריין אין א טיפערע דערהער אין די קשיא פון ידיעה און בחירה. וואס פאסירט צו א צדיק און וואס איז א נביא איז דער סוף פונ'ם שמועס. דער שמונה פרקים קען אויך דינען אלס א הקדמה צו הלכות דעות, ווי ער רעדט פון מדות און זייער באדייט.
די אגרות הרמב"ם, ובפרט אגרת תימן (די גאנצע, נישט נאר וואס איז נוגע א פארטיי) זענען מרחיב אנדערע זאכען וואס זענען שוין אויסגעשמועס'ט, און אנדער בריווען זיינער זענען אינטרעסאנט און וויכטיג, אבער איך בין נישט גענוג באקאנט אויסצווויילען די וואס זענען אונז נוגע.
(איך לאז אויס בכוונה דער מורה נבוכים, ווייל דאס דארף קומען נאך די אנדערע ספרים. דאס נעמט יארען לאנג, און מ'דארף קודם וויסען די מושגים צו פארשטייען צו וואו ער צילט)

ו' – דער רמח"ל

פאר דער וואס האלט נאך מיט, איז מען יעצט אין מיט'ן א לאנגע רייזע. אלס וואס מ'האט געלערנט אלס קינד האט שוין א טיפערע דערהער, מאנכע זאכען זענען אפגעפרעגט אינגאנצען, און דאס איבעריגע איז פנים חדשות באו לכאן.
דער רמח"ל האט געשריבען א סאך ספרים, אבער זיין ספרי השקפה דינען אלס א קיצור פון די אלגעמיינע אידישע גלויבונגען. ער איז געבענטש'ט געווארען מיט א כח הכתיבה איינס אין די וועלט. ווען דער גר"א האט געזאגט אויף מסילת ישרים אז ס'איז דארט נישט דא קיין איבעריגע ווארט, קען מען עס זען בחוש, און ער האט די כח ארויס צו ברענגען א נקודה מיט א געוואלדיגע קלארקייט. ס'איז קלאר אז מ'קען מדקדק זיין בלשונו, וכמבואר שם בפנים פאר יעדער וואס קוקט דארט.
די ערשטע ספר צו קוקען איז דער דרך ה', וואס איז פשוט און בקיצור אלס וואס דער תורה פאדערט פון א מענטש בעבודתו. ער הייבט אן מיט די י"ג עיקרים, דערנאך גייט ער אריין אין תכלית האדם בעולם, און וויאזוי מ'טוט עס ערפילען מיט תורה ומצוות, אלס אין א קורצע שפראך, ווי אויפ'ן שפיץ גאפעל. ס'איז א געוואלדיגע קיצור פאר דער וואס וויל וויסען נאר דאס, אבער ער ברענגט נישט קיין ראיות דערצו. ער איז מסביר השגחה פרטית, נבואה, שכר ועונש, ענייני הנשמות והנפשות, רוה"ק נבואה וכשפים וחלומות ועוד. אין חלק רביעי לייגט ער זיך אריין אין עבודה, חלקי העבודה כוונת העבודה ותכלית העבודה.
דער וואס קען גוט דרך ה' האט א רקע אויף וואס צו בויען זיין גאנצע השקפה, מ'קען פון דעם ווייטער גייען צו זען ווען אנדערע דינגען זיך אויף געוויסע פרטים, אויף וואס זיי קומען זיך דינגען, און גרונטליך דערגייען דער סוגיא פון מחשבת ישראל.
דער ספר דעת תבונות איז א לענגערע שמועס איבער א טייל פון די נושאים וואס ער דערמאנט אין דרך ה', בעיקר וועגען דער מציאות פון רע וטוב אין די וועלט (א נושא וואס אין זיין צייטען האט שטארק גע'ענגט מענטשען, זייענדיג א חלק פון משנת כת ש"צ). רוב זיין איבעריגע כתבים זענען אויף דברי קבלה, נאר ס'איז וויכטיג צו דערמאנען אז מסלת ישרים האט א סאך פון דער סוגיא תוך דבריו, וויבאלד דער רמח"ל איז געווען אן אויסנאמליכע שרייבער, וואס האט געקענט אזוי קלאר און קורץ ארויסברענגען א זאך, ביז מ'זעט טאקע ווי דער גר"א האט געזאגט אז קיין איבעריגע ווארט איז נישט דא אין מס"י. מ'האט געטראפען אן אנדערע גירסא פונ'ם מסילת ישרים וואס איז געשריבען געווארען דרך שאלה ותשבוה ווויכוח, און דארט איז עס מער אויסגעשמועס'ט. ס'איז געדרוקט דורך מכון אופק, און ס'לוינט זיך צו כאפען א קוק.

ז' – דער חובת הלבבות

מסתמא האט מען געלערנט חובת הלבבות אין ישיבה, און מ'מיינט מ'קען עס. אבער דער ערשטע שער האט מען געכיפער'ט. פאר דער וואס האט געקוקט אין די הקדמה פונ'ם לב טוב אויף שער היחוד, ברענגט ער א רשימה פון מראה מקומות אז מ'זאל זיך היטען דערפון. דאס איז אלס ריכטיג פאר'ן כלל, אבער פאר'ן פרט איז נישט אזוי פשוט. דער סבה וואס מ'קוקט נישט דארט איז כדי נישט מעורר זיין קשיא'ס וואס מ'וועט מעגליך נישט קענען פאר'ענטפערען. אבער אונזער ידיד דא האט שוין די קשיא'ס, ער ווייסט נאר נישט וויאזוי עס ארויסצוברענגען. פאר איהם האבען די ראשונים טאקע געשריבען די ספרים, און טאמער ער לערנט עס גרונטליך לש"ש, וועט עס איהם זיין לתועלת און נישט פארקערט.
דער יסוד פונ'ם חובת הלבבות איז וידעת היום והשיבות אל לבבך כי ה' הוא האלקים. איך פארשטיי זיין כוונה אזוי. יעדער מענטש האט פארשידענע שליאטען אין מח, ס'איז דא אנדערע וועגען וויאזוי א זאך ווערט באהאפטען אין א מענטש'ס קאפ. למשל אז מ'וויל עפעס געדענקען מאכט מען א סימן דערויף, דער סימן איז א וועג אז די זאך זאל ווערען נקבע אין קאפ. איינער וואס לערנט א סוגיא און ער האט א חידוש אויפ'ן סוגיא, דורך דער חידוש געדענקט ער די גאנצע סוגיא. טאמער ער האט געלערנט די סוגיא מיט זיין זיידע הארט פאר יענער איז אוועק, ליגט עס איהם אין קאפ דורך זכרונות פון זיין זיידע. ווען א מענטש אין זיין קאפ טראכט וועגען אידישקייט אלס א געשמאקער געזונטער חלק פון זיין לעבען, האט עס א רושם אויף יעדער אידישער זאך וואס ער טוט. יעצט ווען א מענטש האט א גרויסע פיזישע געשמאק אין זיין אידישקייט, אבער זיין מח האט גארנישט דערמיט, פעלט עס איהם אין השבה ללב, ער האט נאר איין גאנג פון זיין אידישקייט צו זיין הארץ, דאס איז זיין פיזישע געפיהלען. ווען איינער זוכט צו טרעפען נאך גאנגען אין דעם, למשל דורכ'ן איינחזר'ן די י"ג עיקרים, דורכ'ן מוסר נפש זיין דערויף, האט ער געבויט נאך סטעשקע'ס פון זיין וויסענשאפט צו זיין הארץ. לייגען צו די בעלי חקירה, אז דער חקירה אין ענייני הדת טוט אויך אויף דער זאך. ד.ה. ווען א מענטש האט קבוע אין הארצ'ן אז זיין אמונה איז נישט נאר וואר, נאר ער איז איבערגעצייגט לאגיש אז ס'שטימט, האט עס געטראפען נאך א גאנג צום הארצ'ן צו בלייבען דארט כיתד בל תמוט.
דערמיט קלער איך אז די ראשונים מיט זייער חקירה האבען קיינמאל נישט געהאלטען אז דער חקירה איז דער איינציגסטע וועג וויאזוי אנצוקומען צו אמונה, און זיי זענען נישט געקומען ענטפערען קשיא'ס צו כופרים וואס גלויבען נישט. זייער כוונה איז געווען צו בויען נאך א מהלך אין דער מענטש'ס וויסענזיין צו אמונה, און דערמיט באפעסטיגען זיין שייכות צו תורה אמונה און דער אויבשטער.
פאר אונזער ידיד איז דאס א וועג וויאזוי צו דערגייען זיין אמונה אויף א שכל'דיגע אופן. מיט'ן לערנען שער היחוד וועט ער זיך איבערצייגען אז ס'איז דא קלארע

ח' – אלע אנדערע ספרים

אויף די ספרים קען מען צולייגען א רשימה פון נאך קלענערע ספרים, וואס זענען נישט אזוי וויכטיג ווי די פריערדיגע, אבער זיי ברענגען ארויס די יסודות מיט א געוויסע קלארקייט וואס אנדערע האבען נישט. א הקדמה צו ענייני קבלה איז א ספר שומר אמונים הקדמון, וואס שרייבט ארויס קלאר די יסודות אויף וואס קבלה איז געבויט. ס'גיבט א נייע בליק פאר דער וואס מיינט קבלה מיינט קונצ-שטיק צו געוויסע זאגאכצער אדער באקליידערנוג און האט קיינמאל נישט געהערט איהר אמת'ער באדייט. דער ספר עמוד העבודה פון ר' ברוכ'ל קאסאווער איז געבויט אויף די ספר. דער ספר נפש החיים איז א יסודות'דיגע וואס נעמט צוזאמען מוסר עיקרי הדת און קבלה אינאיינעם.
ועל כולם, דארף מען דערמאנען די ספרים וואס זענען נישט בעיקר יסודות הדת, אבער א סאך יסודות הדת קומען ארויס דערפון. דער ערשטע איז חומש רש"י און רמב"ן (מיט אוה"ח אויך). ארומגעשפריצט איבער גאנץ תורה טרעפט מען רמב"ן'ס וואס באלייכטען די גאנצע אידישע גלויבונג. למשל אין פרשת ויגש, צו אין פרשת יתרו אדער אין פרשת ואתחנן, און געוויס דער באקאנטע אין פרשת בא. ס'אז דא נאך וואס איך געדענק נישט אויפ'ן מינוט. אמת'דיג קענען נ"ך איז אויך א גוטע פלאן, אבער לע"ע קען איך נישט קיין פירוש אויף נ"ך וואס איז מספק די סחורה. אמת, דער רד"ק איז מורא'דיג און ער איז מסביר די פסוקים מיט חז"ל, אבער א סאך פעלט נאך. איך קען נישט קיין ספר וואס איז מסביר עפ"י חז"ל די 'נצרכה לדורות' פון אלע מלחמות אין יהושע, צו דער ריכטיגע באדייט פון אלע שופטים. די דיוקים אין פסוקים, וואס אין חומש צו מגילת אסתר האט מען שטארקעהייט אויסגע'ארבעט, איז אין נ"ל נאך א פרייע פעלד. איך קלער אפשר אז דער תועליות הרלב"ג קען העלפען, אבער ער איז נישט מיט חז"ל דוקא. דער אברבנאל איז אויך א שטיקל נוצבאר, אבער ס'פעלט נאך אלס נישט. (דער מלבי"ם דערמאן איך בכלל נישט, ווייל ער גייט אליינס, נישט מיט חז"ל)

הוספה – דער תירוץ צו דער וואס 'פארלאזט זיך נישט'

איך לייג דאס צו פאר דער וואס די קשיא'ס נאגען נאך אין געדערעם און די תירוצים העלפען איהם נישט.
א בחור (און א יונגערמאן) וואס וויל פארשטייען די אלע יסודות, וואס זיין זעלע דארשט זיך און בעט א קלארע פארשטאנד, א שכל'דיגע גלויבונג, דארף וויסען אז די פראבלעמען וואס ער האט באמערקט ביי זיין מגי"ש משגיח צו מחנך, זענען זייער פראבלעם. דער וואס האט דורכגעלערנט א לאנגע ש"ך, צו תשובות אהין און צוריק צווישען רעק"א און דער בית מאיר, וועט גלייך זען אז ביי די מענטשען איז יעדער זאך געווען וויכטיג. קיין נקודה נישט אנגענומען אן א ראיה, קיין איסור צו היתר זענען נישט אדורך אן דעם אז ס'זאל שטימען פון אלע זייטען, הן מסברא הן מקרא. זיי האבען געפיהלט אן אחריות צו לעבען מיט זייער שכל, נישט זייער אחור, און ווען מ'ווייסט אז זיי האבען זיך אינגאנצען אונטערטעניגט אונטער'ן תורה, איז דער פשטות אז זיי האבען עס געטוהן מיט די זעלבע מאס אחריות ווי זיי האבען געהאט צו א (רעלאטיווע) קלייניקייט אין הלכה.
פאר'ן ערשט'ן טריט איז דאס וויכטיג, אז גדולי החכמים האבען זיך געספראוועט מיט די זאכען און ארויס בשלום. יא, ס'איז געווען א שפינאזא אין דער וועלט וואס ער האט אנדעריש געטראכט, א קאנט מיט אן אריסטו, אבער לעומת זה האבען מיר א לאנגע רייע פון דענקער'ס און קענער'ס וואס לא נפלה חלקם. ועוד וביתר עומק, ווען א מענטש ווי קאנט רעדט און שרייבט, קען מען זען א בעל כשרון, איינער מיט געדאנקען וואס קומט פון טראכטען. אבער פון וואנעט ווייסט מען אז ס'איז דא א מסקנא דא? אפשר איז עס מער נישט ווי געדאנקען און ווערטלעך, נישט באזירט נישט אויסגעחשבונ'ט ביז'ן סוף, סתם דער בעל כשרון אין מקוה זאגט עפעס טיפער ווי א צווייטען. פונקט ווי דער פאליטישע אנאליז'ער אויף די ראדיא, אפילו ער זאגט עפעס א נייעם דערהער, איז ווייט פון גרייט צו פיהרען דער מדינה מיט אלע איהר פרטים און פרטי פרטים (חללה של רשות – שבת יא.), אזוי אויך דער דענקער. ווען מ'קען זען פון א מענטש אז ער איז אן איש המעשה, זיין מחשבות ווערען אויסגע'ארבעט ביז'ן סוף, ער קען אויפווייזען זיין דעה ביז למעשה, און דאס זעט מען אין די ספרי הלכה פונ'ם מענטש, קען מען גלויבען אז אפילו אינ'ם פעלד פון פילזאפיע זענען זיין מחשבות אויסגעחשבונ'ט ביז'ן סוף.
פון אלע פילאזאפע'ן וואס זענען געבליבען אפיקורסים, קען איך נאר איינער וואס איז באקאנט אלס א קענער אין ענייני דעלמא, אז מ'קען פון דעם צייגען אז זיין אפיקורסות איז א געבויטע זאך. דאס איז אריסטו. אלע אנדערע כגון שפינאזא צו וואס קען מען גארנישט פון זיי אלס דענקער'ס אין סיי וועלכע תחום אין די וועלט. די אלע בעלי דעה בעלי כשרון ביי די גוים זענען עפ"י רוב נישט קיין פילאזאפע'ן. כגון איינשטיין (יא, א איד, אבער לגבי זיין גלויבונג איז ער דאך א גוי גמור געווען) אדער ניוטאן צו וואס, זענען קיין גרויסע פילאזאפע'ן נישט געווען. אלזא, דער אוטאריטע"ט פון שכל בלייבט ביים תורה און נישט ביים אפיקורס. דער רמב"ם איז דאך אן אויסנאמליכע חכם אין סיי וועלכע תחום אין די וועלט, און ער איז דאך א מאמין. אבער אפילו די וואס זענען נישט געווען קיין אויסנאמליכע חכמים אין מילי דעלמא, עכ"פ אין תורה זעט מען א כשרון, א היקף, א פארשטאנד ועל כולם, אויסגעחשבונ'טע געדאנקען ביז'ן סוף. ווען אזעלכע לייבען זאגען א דעה אין אמונה אין טע'אלאגיע אין דער חובת האדם בעולמו, קען מען רואיגעהייט וויסען אז דאס איז א באזירטע דעה, דאס איז א דעה וואס איינער האט געזארגט אויסצוחשבונ'ן און אפצופרעגען די ראיות קעגען איהם.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8815
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8267 מאל

הודעהדורך ריכטיג » מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 8:48 pm

יישר כח פארן הערליכע ארטיקל, ספר התניא האסטו בכוונה אויסגעלאזט....

בנוגע וואס דו שרייבסט אז אריסטו איז געווען מער אן אויסגעבויטער אפיקורס ווי שפינאזא, לענ"ד נראה להיפוך, אריסטו האט געבויט אפילו במילי דעלמא אויף בויך סברות בשעת וואס שפינאזא האט געבויעט זיין כפירה מאטעמאטיש.
ס'אינטערסירט דא איינער בכלל? ניין ? או קעי ביי. (קרעדיט:@גראף)
באניצער אוואטאר
ריכטיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2294
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 1815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1809 מאל

הודעהדורך געוואלדיג » מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 9:20 pm

א ריזן ייש"כ ליטוואק פאר די ארטיקל עס איז זייר שיין צוזאמגענומען, און כאטש וואס מיט געוויסע ספרים און סדר הלימוד קען מען זיין מוחלק, איז אבער נישט שייך קיין מחלוקת אויף די קעפל פון די אשכול,
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 7295 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4872 מאל

הלכה למעשה: ווערען גרונטליך באהאווענט אין ענייני אמונה

הודעהדורך ירא שמים » מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 9:26 pm

וואו אזוי פארענטפערט מען אבער איך בין א נער און איך גלייב?!
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2668 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1002 מאל

הלכה למעשה: ווערען גרונטליך באהאווענט אין ענייני אמונה

הודעהדורך ירא שמים » מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 9:30 pm

לגבי די עצם ענין, איך בין נישט מסכים אז יעדע בחור אדער מיידל דארף לערנען ספרי חקירה און כהאלט די סיסטעם איז גערעכט פארן עס נישט מאכן א אפיציעלע זאך ווער סאיז געבויעט פאר די זאכן וועט שוין מילא אנקומען צו דעם אליין.

ועוד, לדעתי זענען די מאמרי חב״ד בעניני האלקות סאך א געזונטערע לימוד ווי ספרי חקירה פון די ראשונים.

די אלשיך אויף נ״ך איז נישט דאס וואס דו זוכסט? ער איז געבויעט אויף חז״ל און כפארשטיי נישט פארוואס תועליות להרלב״ג איז ביי דיר מער חז״ל ווי מלבי״ם כמיין די מלבי״ם ברענגט יא צי מאמרי חז״ל בעניני השקפה ער ברענגט אפשר נישט בנוגע פשוטו של מקרא.

און די פשט אויף וידעת היום והשבות געפעלט מיר.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך ירא שמים אום מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 10:04 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2668 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1002 מאל

הודעהדורך געוואלדיג » מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 9:34 pm

1. ליטוואק רעדט ווען מען האט שווין שאלות,
2. ספרי חקירה נישט אבער לערנען מיט קינדער און בחורים פירוד המשניות פרק חלק וכדו' דאס זענען יסודי היסודות און ווייט פון חקירה.

און סוכ"ס וועסטו אלעמאל אנקומען צו איך בין א נער און איך גלייב ווייל נאך אלע הוכחות קען שכל נישט פארענטפערן אלעס און מען מוז בלייבן מיט געוויסע ענינים וואס איז ריין אמונה.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 7295 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4872 מאל

Re: הלכה למעשה: ווערען גרונטליך באהאווענט אין ענייני אמונה

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 10:15 pm

א. איך האב קיין סאך נישט געלערנט תניא און איך האב נאר געברענגט ספרים וואס איך קען. נאר בעיקר מיין איך אז דער תניא קומט נאך די אלע זאכען וואס איך האב דערמאנט. לגבי די ערשטע יסודות פון אמונה און אידישקייט מיט דער פליכט צו פאלגען דער תורה פארלאזט ער זיך אז מ'קען שוין. דער נפש החיים איז אויך בעיקר אויפ'ן נעקסט'ן שלב, נאר ער האט אויף די יסודות פון תפלה און תורה אויך.
ב. דו רופסט אן אריסטו 'בויך סברות' ווייל זיין מהלך המחשבה איז פון פאר'ן רענעסיינ"ס, און היינט זוכט מען עמפיריקע"ל עווידענ"ס, א זאך וואס אריסטו האט געהאלטען פאר נישט אויסגעהאלטען. וע"ע רמב"ם ספהמ"צ ל"ת קע"ט ווי ער דערמאנט די סכלים וואס גייען נאך עמפיריקע"ל עווידענ"ס.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8815
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8267 מאל

הודעהדורך ריכטיג » מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 10:29 pm

גראדע ווערט שפינאזא אויך נישט פארעכנט ווי אן אימפיריקער נאר ווי א ראציאנאל. אריסטו פעלט פון ביידע, ער איז געגאנגען בלויז ווי איהם האט געשטימט.

עיינתי ברמב"ם שציינת ולא ראיתי דבר נגד האימפיריציזם, דבריו שם הם נגד אלו המקישים ממין אחד להשני מחמת הרוב.
ס'אינטערסירט דא איינער בכלל? ניין ? או קעי ביי. (קרעדיט:@גראף)
באניצער אוואטאר
ריכטיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2294
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 1815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1809 מאל

Re: הלכה למעשה: ווערען גרונטליך באהאווענט אין ענייני אמונה

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 10:37 pm

יא יא, דאס איז קעגען אמפיריציזם.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8815
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8267 מאל

Re: הלכה למעשה: ווערען גרונטליך באהאווענט אין ענייני אמונה

הודעהדורך יב הלוי סאלאווייטשיק » מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 10:54 pm

אז איינער לערנט שוין יא דעם רמב״ם פ״ה מה׳ תשובה בענין ידועה ובחורה,
וואלט געווען געוואלדיג מעיין צי זיין אין ׳אבו עזרי׳ {ממרן הרב ש״ך ז״ל} שם על הרמב״ם ,,
דברים ישרים עד מאוד ותמצא הרבה נחת .

בסוף הדברים שם פרעגט ער פארוואס מריפט דאס אן ׳אמונה׳ ווען דאס איז דאך א ידועה ברורה,,
ולבסוף ברענגט ער א שמועס מיטן בריסקער רב בהנידן...

ועוד כדי לעיין פין ר' אלחנן ווסרמן זצ״ל אין ביאורי אגדות ע״ד הפשט (סימן א)
דברים ברורים ביסודי היסודות..!
!..A Lonely Man of Faith
באניצער אוואטאר
יב הלוי סאלאווייטשיק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 187
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 04, 2015 6:10 pm
האט שוין געלייקט: 434 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 221 מאל

הודעהדורך ריכטיג » מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 10:55 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:יא יא, דאס איז קעגען אמפיריציזם.

אזוי? די סיבה פארוואס אין די היינטיגע אימפירישע וועלט האלט מען אז די שרצים קומען פון א מאמע איז ווייל מען פארגלייכט דאס צו אנדערע ברואים, אדער ווייל מען זעהט דאס אין די זאך גופא דורכן מייקראסקאפ?
ס'אינטערסירט דא איינער בכלל? ניין ? או קעי ביי. (קרעדיט:@גראף)
באניצער אוואטאר
ריכטיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2294
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 1815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1809 מאל

הלכה למעשה: ווערען גרונטליך באהאווענט אין ענייני אמונה

הודעהדורך יב הלוי סאלאווייטשיק » מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 10:56 pm

ירא שמים האט געשריבן:וואו אזוי פארענטפערט מען אבער איך בין א נער און איך גלייב?!



איז דא א אפיציעלער מקור אויף דעם מאמר.?.!

די גרעסטע קשיא אויף דעם איז , וואס פאר טענה איז דא, אויף די גוים פיו איסלאם אין קריסטנטום, וואס זיי זענען דאך אלע מקיים די מאמר ׳איך בין א נער אין איך גלייב׳ מיט א געוואלדיגע תמימות...

לגוף הענין פין דעם מאמר,
איז דאס זייער ווייט פין יסודי היהדות.
די רמב״ם ריפט דאס אן אמונת טפילות, ולית מאן דפליג עליו בזה..

די ויכוח ציווישן די רמב״ם והראשונים, הייבט זיך אן ציווישן
אמונה פשוטה, און אמונה בדרך חקורה..

די מושג פין אמונה פשוטה איז זייער ווייט פין ׳א נער אין איך גלייב׳
אמונה פשוטה איז געבויט אויף "common sense " פין ישרות המוח אין אנגענימענע סברה.

א שטייגער ווי אברהם אבינו ״ראה בירה אחת דולקת אמר: תאמר שהבירה זו בלא מנהיג? וכוי. "
די סברה אז זאכן געשען נישט פין זיך אליינס איז איינע פין די שטערקסטע
common sense
וואס איז פארהאן..

ספר הכוזרי והדומה לו די ספר העיקרים וואס זיי זענען די פאן טרעגערס פין אמונה פשוטה, ולאידך גוסא איז די כוזרי מלא מיט סברה געבויט אויפן שכל...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך יב הלוי סאלאווייטשיק אום מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 11:00 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
!..A Lonely Man of Faith
באניצער אוואטאר
יב הלוי סאלאווייטשיק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 187
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 04, 2015 6:10 pm
האט שוין געלייקט: 434 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 221 מאל

Re: הלכה למעשה: ווערען גרונטליך באהאווענט אין ענייני אמונה

הודעהדורך דעת תורה » מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 10:58 pm

אין תהלים: "בהמות הייתי עמך". איז א מקור
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
דעת תורה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2133
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 4597 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1741 מאל

הודעהדורך ריכטיג » מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 11:05 pm

ירא שמים האט געשריבן:וואו אזוי פארענטפערט מען אבער איך בין א נער און איך גלייב?!

אן האלבן מימרא ברויך מען נישט פארענטפערן...
די ווארט פונעם בעש"ט זאגט מען נאך אז נאך אלע זיינע גרויסע השגות אין אלקות לייגט ער אלעס אין א זייט "און איך בין א נער און איך גלייב".
ס'אינטערסירט דא איינער בכלל? ניין ? או קעי ביי. (קרעדיט:@גראף)
באניצער אוואטאר
ריכטיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2294
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 1815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1809 מאל

Re: הלכה למעשה: ווערען גרונטליך באהאווענט אין ענייני אמונה

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 11:21 pm

לאמיר נישט פארקריכען, דער אשכול איז בעיקר נישט אויף דעם.
דוכט זיך ס'איז שוין דא אן אשכול אויף חז"ל און מדע, לכאורה דארט באלאנגט עס.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8815
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8267 מאל

הודעהדורך נהורא נפישא » מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 11:39 pm

Of course we need to study all the classical seforim like the books of faith and reason, the guide for the perplexed, the duties of the heart, the kuzri, and so on, however it's not always philosophy that will strengthen your faith, sometimes you have to build a romantic relationship with Judaism, and that can be achieved I think by reading the books of the prophets.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
נהורא נפישא
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1600
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1884 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2098 מאל

Re: הלכה למעשה: ווערען גרונטליך באהאווענט אין ענייני אמונה

הודעהדורך דעת תורה » מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 11:45 pm

דער רמב"ן אין שער הגמול מוטשעט זיך ארום באריכות מיט די קשיא פון צדיק ורע לו וכו' און ער שטעלט אוועק פארשידענע מהלכים, און פארשטייט זיך דער אונטערליגנדער מהלך איז מילא א גאנצע צייט אז דער אייבישטער איז דאך עניוועי א שופט צדק, ולא חשיד ליעבד דינא בלא דיינא, פרעגט ער צום סוף, נו אויב אזוי וועסטו דאך פרעגן וואס האב איך צו לערנען די אלע פונקטליכע פרטים אין הנהגת ה', וואס איז נישט גענוג בלויז די אמונה פשוטה ' איך בין א נאר און איך גלייב'? עיי"ש במתק לשונו ווי ער פארענטפערט עס און ברענגט ארויס די מעלה פון קענען און וויסן, און נישט סתם בלייבן מיט "אמונה פשוטה".

נאר ער פירט אליין אויס 2 פאראגראפן שפעטער אז למעשה מוז מען צוקומען, פיל מאל אז נישט אלעס פארשטייט מען, און מען דארף גלייבן פשוט.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
דעת תורה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2133
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 4597 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1741 מאל

Re: הלכה למעשה: ווערען גרונטליך באהאווענט אין ענייני אמונה

הודעהדורך mevakesh » מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 11:57 pm

נהורא נפישא האט געשריבן:Of course we need to study all the classical seforim like the books of faith and reason, the guide for the perplexed, the duties of the heart, the kuzri, and so on, however it's not always philosophy that will strengthen your faith, sometimes you have to build a romantic relationship with Judaism, and that can be achieved I think by reading the books of the prophets.

איך האב געלייקט דער עיקר די געדאנק אז אין א זין איז אידישקייט א ראמאנטישע relationship און מען דארף עס בויען אויף דעם אופן יעדער אויף זיין אופן איינער דורך נביאים איינער דורך תהלים איינער דורך ספרי רגש און אוודאי דורך דאווענען
באניצער אוואטאר
mevakesh
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 869
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 770 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 806 מאל

הודעהדורך געוואלדיג » דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2015 12:17 am

איך מיין אז אז דא איז די פלאץ צו צוצייכענען מיין פה-סח מאמר וועגן אמונה מיט הוכחות און אמונה מיט געפיל
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 7295 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4872 מאל

הודעהדורך בן אדם » דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2015 1:42 am

דעת תורה, הנהגות ה' איז נכלל אין ביטחון, און לאוו דוקא אין אמונה.
Someone's stupid
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2958
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:02 am
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 3074 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1425 מאל

הודעהדורך שבת אחים » דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2015 7:28 am

פון אלע פילאזאפע'ן וואס זענען געבליבען אפיקורסים, קען איך נאר איינער וואס איז באקאנט אלס א קענער אין ענייני דעלמא, אז מ'קען פון דעם צייגען אז זיין אפיקורסות איז א געבויטע זאך. דאס איז אריסטו

אריסטו א קענער אין ענייני דעלמא? וואאס? אפשר אין זיינע צייטן - נישט היינט! זיכער נישט לויט היינטיגע טעג! וואס האט ער געקענט? ער האט נישט געוואוסט ווי דער זון גייט ביינאכט! ער האט נישט געהאט קיין אהנונג אז די וועלט דרייט זיך ארום די זוהן. ער האט געהאלטן אז פרויען זענען מאנסטארס, ער האט געהאלטן אז געוויסע מענטשען דארפן זיין קנעכט! ער האט געהאלטן אז פרויען האבן ווייניגער ציינער ווי מענער א גראבע טעות וואס די וועלט האט אנגענומען פאר יארן לאנג ווייל אריסטו האט אזוי געזאגט און סאיז דא נאך הונדרעטער טעותים וואס ער האט געמאכט בלי גוזמא ער האט נישט געהאט קיין אהנונג פון קיין אטאם אדער מאליקיועל! ווי פארגלייכסטו אים צו נוטאן אדער צו איינשטיין? דו מאכסט א ליטווישע קוגל געבויט אויף הוילע לופט טאקע פונקט ווי דיין רבי אריסטו...
ר׳ מאטעלע זצ״ל פארציילט:

די זיידע איז אייביג געפארן אויפן באן מיט די דריטע קלאס אפילו סאיז ממש געוועהן צושטופט און סאיז נישט געוועהן קיין פלאץ.

ווען מ׳האט אים געפרעגט פארוואס פארט טאקע די רבי אייביג מיט די דריטע קלאס?
האט ער גענטפערט: ״ווייל סאיז נישטא קיין פערטע קלאס״...
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6102
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3554 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2015 11:41 am

ווייל דו דינגסט זיך מיט איהם מיינט נישט אז ער האט נישט געקענט. סך הכל האט ער אויסגעבויעט אנדעריש ווי דיר.
דיין פילאזאפישע דינגעריי מיט איהם מיינט יעצט גארנישט. מהיכי תיתי אז דו ביסט גערעכט? דו קענסט עס אויפווייזען? ס'איז שייך צו קומען צו א מסקנא אין פילאזאפיא (נישא אזוי ווי מאטעמאטיקא, אבער עפעס יא) אבער איך וואלט נישט געגלויבט אז איינער איז אנגעקומען אהין אן דעם וואס ער קען מיר ווייזען אז ער איז א מענטש וואס קומט צו מסקנות דורך זיין פארשטאנד. אריסטו האט עס אויפגעוויזען אין זיין מילי דעלמא, אפגעזען צו ער איז גערעכט. דעריבער קען מען אננעמען אז זיין פילאזאפיא איז אזוי אויך. דער רמב"ם טוט עס אין מילי דעלמא און אין הלכה, דעריבער קען מען אננעמען אז זיין מורה נבוכים איז נישט סתם רעיונות כפי הטוב לו, אזוי ווי דער משגיח אין ישיבה, נאר ס'איז זיין אמת'ער מיינונג, געבויט אויף א רקע פון זיין כשרון און שכל, כי רבה היא.

נא דיר א פאר זאג'ס פונ'ם רמב"ם וועגען אריסטו:

והכלל ההוא - הוא, שכל מה שאמרו אריסטו בכל הנמצא אשר מתחת גלגל הירח עד מרכז הארץ - הוא אמת בלא ספק, ולא יטה ממנו אלא מי שלא יבינהו או מי שקדמו לו דעות, ירצה להרחיק מהם כל סותר ולשמרם, או שימשכוהו הדעות ההם להכחיש ענין נראה; אמנם כל מה שידבר בו אריסטו מגלגל הירח ומעלה - הוא כדמות מחשבה וסברה, מלבד קצת דברים - כל שכן במה שיאמרהו בסדר השכלים וקצת אלו הדעות האלוהיות אשר יאמינם, ובהם - ההרחקות העצומות וההפסדים הנראים המבוארים בכל האומות והתפשטות הרעות, ואין מופת לו עליהם:
(מורה נבוכים ח"ב כ"ב)

וספרי אריסטוס הם עקרים לכל אלו החבורים ולא יובנו אלא עם הפירוש שהם אלכסנדר או טמסטיאוס או אבן רש"ד, ודברי אפלטון רבו הם עמוקות ומשלים ודעת אריסטוס תלמידו הוא דעת האדם ושיספיקו על כל מה שחובר לפניו מלבד שנשפע עליהם השפע אלהי עד שישיגו אל מעלות הנבואה,
(מובא בסדר הדורות ד"א תתקכז ד"ה ויהי)

און נאך א וויכטיגע זאג פון אריסטו וואס איז וויכטיג אין כמה פלעצער:
It is the mark of an educated mind to be able to entertain a thought without accepting it.
Aristotle
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8815
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8267 מאל

הודעהדורך ריכטיג » דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2015 11:56 am

ער האט געהאלטן אז פרויען זענען מאנסטארס, ער האט געהאלטן אז געוויסע מענטשען דארפן זיין קנעכט!

קיינער האט איהם נאכנישט אפגעוואנדן, סך הכל איז געווארן אנגענומען אנדערש אין די מערב וועלט.
ס'אינטערסירט דא איינער בכלל? ניין ? או קעי ביי. (קרעדיט:@גראף)
באניצער אוואטאר
ריכטיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2294
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 1815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1809 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2015 12:10 pm

ירא שמים האט געשריבן:וואו אזוי פארענטפערט מען אבער איך בין א נער און איך גלייב?!


בסוף דברי הרמב"ם אינ'ם בריוו צו זיין זון:
וחוזק השמירה יהיה לך תמיד מאד מן האנשים השוכנים בין טוני"ס ובין אלכסנדריאה של מצרים ושוכנים גם כן בהרי ברבריא"ה, כי הם יותר טפשים אצלי משאר בני אדם אף על פי שהם חזקים מאד באמונה. והשם ית' עד ודיין עלי שאינם אצלי אלא כדמות הקראים הכופרים בתורה שבעל פה, ואין אצלם זכות מוח כלל בכל עסקיהם בתורה ובמקרא ובתלמוד, ולא בהיותם דורשים בהגדות ובהלכות. וקצת מהם דיינים יאמינו וינהגו בעניין הנדה כמו שיאמינו וינהגו בני מאו"ם והם אומה מן האומות הדרים בארצות הישמעאלים, לא יראו הנדה כלל ולא יעיינו בקומתה ולא במלבושיה ולא ידברו עמה, ואוסרים ללכת בקרקע אשר דרכה כף רגלה, ולא יאכלו מבשר הבהמה רביע האחרון ודברים ארוכים רבים יותר מאלו שיש לדבר בהם ובמנהגיהם ובמעשיהם:
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8815
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8267 מאל

הודעהדורך אפשר » דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2015 12:13 pm

דעת תורה האט געשריבן:אין תהלים: "בהמות הייתי עמך". איז א מקור


בפשטות מיינט עס אז ער האט אנגענומען אלע יסורים באהבה און נישט געפרעגט קשיות אויף הנהגות השי"ת
אפשר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 111
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 9:48 am
געפינט זיך: סיטי אף ניו יארק
האט שוין געלייקט: 293 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 85 מאל

נעקסט

גיי צוריק העמק דבר

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט