דריי ארטיקלעך פון מיין אוצר (פה סח 2)

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק

דריי ארטיקלעך פון מיין אוצר (פה סח 2)

הודעהדורך שטילע אינגערמאן » מאנטאג מאי 23, 2016 1:14 pm

די מצות באקן האט שלום געבראכט

די לובלינע חסידים פון מיין שטעטיל אין פולין, ווי איך בין געבוירען געווארען, האבען זיך נוהג געווען צי באקען אליין די מצות שמורה ערב פסח. דעם ווייץ צו די מצות האבען זיי אליין געשניטען זומער אין דער שניט צייט, און אליין געמאלט מיט א האנט מיל. צי מאכען דאס מעהל אין ערב פסח נאך צוועליף אזייגער, זענען זיך צוזאמען געקומען אלע חסידים אין שטיבעל אריין, ווי אלעס איז שוין געווען גרייט צום באקען. פאר אונז אינגלעך איז דאס געווען אפשר די בעסטע אין שעהנסטע צייט פון אונזער אינגעל'עשנלעבן. דאס גיין א נאכט פאר ערב פסח צום טייך נאך "מים שלנו", טראגען דאס וואסער אין שטיבעל אריין, און זינגען "ושאבתם מים בששון" און דאן נאך צי העלפען מיט וואס מיר האבען נאר געקענט - דאס איז געווען אונזער איינציגער פערגעניגען. ביי דעם באקען די מצות, האבען מיר געהאלפען רעדלין די מצות, געגאסען וואסער ביי דעם קנעטען, אין נאך אזעלכע זאכען וואס מיר האבן צי געהאלפען. ביי די חסידים איז דאס באקען מצות ערב פסח געווען פאררעכענט פאר א קרבן וואס מען האט מקריב געווען אין בית המקדש ערב פסח בין הערבים..... מען האט געזאגט הלל, געזינגען נשמת, געלערנט זוהר, און אויך געטרינקען אביסעל פסח'דיגען שליוואוויץ. קיין שום פרעמדער מאן, אדער פרוי האבן זיך באטייליגט אין דער הייליגער ארבייט, נאר די חסידים פון שטיבעל. יעדער חסיד פון שטיבעל האט בעקומען זעקס מצות, ווייל מיט דעם איז ער דארך געקומען גאנץ יו"ט פסח. קיין אנדערע מצות האט ער נישט געגעסען....

דאס וואס איך שרייב דא, איז געווען אין יאר תרמ"ח, ווען דער רבי פין ל. איז נפטר געווארן, און זיין זון איז געווארן רבי אויף זיין ארט. א טייל חסידים האבען זיך אפגעטיילט און געפארען צו א צווייטען רבי'ן. אויך האבן זיי געהאט א באזונדער שטיבעל צום דאווענען. אויך איז דארט געווען א ארט איינגעארדינאנג ווי צי באקען די שמורה מצות ערב פסח. געווענטליך איז ביי די חסידים צווישען די צוויי שטיבלעך נישט געווען קיין שלום בית... ביי דעם טייך ווי מען האט גענומען דאס מים שלנו, האט מען זיך איבער געווערטעלט אויף דעם חסידישען שטייגער, מיט גמרא ווערטליך, מיט זינגען. און ווען מען איז געגאנגען צוריק פון טייך מיט די וואסער, איז יעדער פארטיי געגאנגען אויף א צווייטען וועג, כדי זיך נישט צי קריגען. נאך בדיקת חמץ זענען אלע חסידים געקומען אין שטיבעל אריין, אין מען איז געגאנגען אויסטיילען יעדער זיין חלק מעהל אויף זיינע זעקס מצות. דאס מעהל איז געווען אין א נייעם קאסטען וואס איז געשטאנען אויפען בוידעם פון שטיבעל, פארמאכט און אויך פערשלאסען. ווען מען האט יעצט דעם קאסטען געעפענט, איז פון דעם קאסטען ארויסגעלאפען א שרץ... און א טייל פון די פאפירענע זעקלעך ווי דאס מעהל איז געווען, זענען געווען צעריסען צעביסען פון דעם שרץ... די חסידים ווען זיי האבען דאס דערזעהן, זענען זיי געבליבען שטיין דערשלאגענע. דאס מעהל איז חמץ, קיין מצה שמורה קאן מען שוין פין דעם ניט באקען.

מארגען איז ערב פסח, וואס טוט מען איצט? דעם אויווען האט מען שוין גע'גליגט, גע'כשרט, מים שלנו איז שוין דא, אלץ איז גרייט צום באקען פאר יו"ט פסח, אבער דאס מעהל איז חמץ. ווי נעמט מען יעצט אנדערע מעהל צום באקען? וואס פאר א יו"ט קאן זיין אהן דעם ערב יו"ט, אהן דעם הלל, נשמת פון ערב פסח?... אןן וואס וועלן די צווייטע חסידים זאגען, פון צווייטען שטיבעל? זיי האבען דאך אללעס. און זיי וועלען דאך באקען זייערע שמורה מצות, אין מיר וואס וועלן טאן?
נאך לאנג טראכטען האבען די חסידים בעשלאסען צי שיקען א וואגען מיט פערד קיין ל. צום רבין, און פון רבי'ן ברענגען א ביסעל מעהל פון זיין מעהל וואס ער האט אהן געגרייט פאר זיינע חסידים אין ל..

קיין ל. איז פון שטעטעל געווען א מהלך פון זעקס שעה צי פאהרען, און צוריק אויך זעקס שעה, אזוי אז מען וועט באלד ביינאכט אוועקפארען, וועט מען מארגען ערב פסח זיין צוריק צוועלעף א זייגער נאך מיטאג, אין מען וועט קאנען באקען די שמורה מצוה. מען האט באלד געדינגען א וואגען און צוויי אינגעלייט זענען אוועקגעפארען קיין ל.. אויף מארגען גאנץ פרי זענען די חסידים געקומען אין שטיבעל אריין דאווענען אין צי מאכען א סיום פאר די בכורים וואס דארפען פאסטען ערב פסח. אבער א בעזונדער אומגליק איז געווען, עס האט געגאסען א רעגען ווי א מבול. מען וועט ברענגען דאס מעהל, אבער עס וועט זיין חמץ. נישטא קיין מעהל אויף מצה שמורה.... די חסידים זענען געווען פערצווייפעלט, וואס וועט מען טאן? דער זייגער איז שוין געווען שפעט, מען האט פארברענט דאס חמץ, געזאגט כל חמירה, אבער וואס וועט מען טאן אהן שמורה מצות.
מען איז געזעסען אין שטיבעל פערזארגט אין פערטראכט. די טיר פין שטיבעל האט זיך געעפענט, אין עס איז אריין געקימען ר' משהלי מיט א פלאש שליוואוויץ פסח'דיגען אין זיין האנט, און האט געזאגט, קומט ברידער חסידים, נעמט אביסעל פסח'דיגען בראנפען, מיר וועלען באקען מצה שמורה ביידע שטיבלעך אינאיינים. מיר זענען דאך חסידים פין אינזער רבי'ן ז"ל, מיר האבען גענוג מעהל פאר אייך אויך. דער שטן האט געוואלט עפעס אפטאן שלעכטס... אבער נישט ביי קיין אלטען קאצקער חסיד וועט ער קאנען עפעס שלעכט טאן..
ר' משהלי איז געווען אן אלטער קאצקער חסיד, א גרויסער בן תורה, און א קליגער איד. ער האט אויך געדאווענט אין דעם שטיבעל וואס האט זיך אפ געטיילט פין רבין'ס זון. אבער שטענדיג געזוכט צי מאכען שלום צווישען די צוויי שטיבלעך חסידים, יעצט איז אים דאס געלינגען. נאכמיטאג האבען די חסידים פון ביידע שטיבלעך געבאקען מצה שמורה, געזאגט הלל, געזינגען נשמת, געלערנט זוהר, און געטרינקען פסח'דיגען שליוואוויץ. אזוי ווי יעדער יאר, יעדער חסיד האט בעקימען זיינע זעקס מצות, איז עס איז געווארען פין דעמאלס אהן שלום צווישען די צוויי שטיבלעך.
דער וואגען מיט די צוויי אינגע לייט זענען צריק געקומען, אבער אהן מעהל, ווייל זיי האבען אוועק געגעבען דאס מעהל א איד אויפען וועג, כדי ער זאל פערשרייבען אין חמץ אריין, עס זאל נישט ווערען חמץ שעבר עליו הפסח.
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1002
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 686 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2076 מאל

דער אלטע ר׳ לייב מיט זיין אריכת ימים

הודעהדורך שטילע אינגערמאן » מאנטאג מאי 23, 2016 1:16 pm

דער געשיכטע פון "דער אלטער ר' לייב" און זיין אריכות ימים
צווישן די אלטע אידן ביי אונז אין שטעטל, איז געווען דער עלצטער איד, איינער וואס מען האט גערופן דער אלטער לייב. דאס איז געווען א שיינער, גרויסער, און אויך א שטארקער מאן. מען האט געזאגט אז ער איז שוין עלטער פון הונדרעט יאר. ער פלעגט גאנצע טעג זיצן אין בית המדרש נעבן אויוון. לערנען האט ער נישט געקענט, פלעגט ער זאגן תהלים, און ערנסט דאווענען. געוואוסט האט מען אז ער באקומט יעדן חודש געלט פון "מאגיסטראט" דאס הייסט פון די רעגירונג, און ער לעבט פון דעם זייער בריווח. ער גייט שיין און גוט אנגטוהן, גיבט די אלטע אידן וואס קומען אין ביהמ"ד אריין צובייס און בראנפן, און אויך א נדבה, די פרעמדע ארימעלייט האלט ער אויס מיט אביסל עסן, און אויך מיט אביסל געלט.
אונז קליינע אינגלעך ווען מיר קומען פון חדר אריין צו לויפן אין בית המדרש ווינטער ביינאכט, טיילט ער אונז צוקערלעך, עפעלעך, און נאך נאשערייען. ער האט זיין אייגן הייזל ווי ער פירט זיך זיין בעל בית'שאפט. פון וואנען ער זאל האבן פארדינט זיין פענסיע פון די רעגירונג ווייסט קיינער נישט. טייל זאגן אז ער האט עפעס א ירושה פון א אלטע פריצטע, טייל זאגן פון דער פוילישע פאווסטאנע האט ער עפעס א מעדאל באקומען, אבער ער אליין שווייגט און וויל גארנישט זאגן וועגן דעם.

מיר עטליכע אינגלעך וואס האבן דעם ווינטער אנגעהויבן צו לערנען גמרא, און מיר פלעגן אויך יעדע נאכט פון חדר לויפן אין בית המדרש אריין, האבן מיר אויך באקומען יעדעס מאל עפעס צו נאשן פונעם אלטן לייב. מיר זענען דעמאלטס אלט געווען בערך זעקס יאר, און מיר האבן געוואלט וויסן פארוואס דער ג-ט האט געשענקט דעם אלטן לייב די לאנגע יארן? מיר האבן געלערנט אין די גמרא אז איינער האט געפרעגט ביי דעם צווייטן אלטן במה הארכת ימים, דאס הייסט מיט וואס האסטו זוכה געווען אז די זאלסט לאנג לעבן? און דער האט גענטפערט אז ער האט עפעס גוטס געטוהן, דעריבער האבן מיר אויך געוואלט וויסן וואס פאר א גוטס דער אלטער לייב האט געטוהן, וואס ער האט זוכה געווען צו אזא לאנג לעבן. אפשר וועלן מיר דאס אויך נאכטוהן און לאנג לעבן, אדער מיר וועלן זאגן דאס פאר אונזערע עלטערן אז זיי זאלן לאנג לעבן. מיר האבן עם געבעטן אז ער זאל אונז זאגן וואס ער האט עפעס געטוהן אין זיינע אינגע יארן עפעס גוטס, וואס ער האט דערפאר זוכה געווען צו אריכות ימים. אבער ער האט אונז ניסלעך און עפל געגעבן, אבער עפעס זאגן וועגן דעם האט ער נישט געוואלט, און נישט אפילו אונז גענטפערט.
אבער מיר אינגלעך זענען אויך געווען עקשנים, און מיר האבן אים געזאגט, אז מיר נעמען מער נישט ביי אים קיין זאך נישט, מיר זאגן שוין מער נישט אים א גוטע נאכט, אזוי ווי מיר פלעגן אים זאגן, מיר קומען נישט מער צו זיין טיש ווי ער זיצט, אויב ער וועט אונז נישט אויסזאגן דעם סוד פון זיין זכיה צום לאנג לעבן. אבער נאך עטליכע נאכט ווען מיר זענען געווען ברוגז מיט אים, איז ער געווארן בעסער מיט אונז, און אונז עטליכע גמרא אינגלעך צו גערופן צו זיך, ארום געזעצט נעבן זיין טיש ביי דעם אויווען, און ער האט אונז דערציילט זיין געשיכטע. איך גיב זי דא איבער אזוי ווי ער האט דערציילט:

איך בין געבליבן א יתום ווען איך בין אלט געווען צעהן יאר, "אזוי האט דער אלטער לייב אנגעהויבן זיין ערציילונג". מיין מוטער איז געבליבן מיט פיהר קינדער אן א גראשן פארמעגן. זי איז געגאנגען ארבעטן וואשן ביי פרעמדע מענטשן, אבי צו פארדינען א שטיקל ברויט פאר אירע הויז געזינד. מיט דער צייט איז זי מיין מוטער געווארן כמעט ווי בלינד אויף אירע אויגן, פון פיל וויינען.
צוויי יאר נאך מיין פאטערס טויט, בין איך געגאנגען צו א בעל עגלה אויף קעסט. איך האב דארט באדארפט געבן עסן די פערד, געבן זיי וואסער, און טוהן נאך אזעלעכע זאכן וואס מיין בעל הבית האט מיך געהייסן, דערפאר האט ער מיר צוגעזאגט אז ער וועט מיר אויסלערנען צו זיין א שמייסער ביי אים, און איך וועל מיטפארן מיט עם צוויי מאל אין דער וואך קיין לובלין, ברענגען פון דארטן סחורה פאר די קרעמערס, און איך וועל מיט די צייט ווערן א מענטש.

עס איז אוועקגעגאנגען יארן, און איך בין געווען ביי מיין בעל הבית די שמייסער. ווען איך האב עפעס פארדינט ביי די ארבעט, האב איך דאס פארדינסט באלד געגעבן מיין מוטער, און מיין מוטער האט מיר שטענדיג אנגעזאגט אז איך זאל זעהן צו זיין א איד, דאווענען, לייגן תפלין, און נישט ארבעטן אום שבת, און חלילה נישט פארן מיט די פערד אום שבת. איך האב מיין מוטער זייער ליב געהאט, און זי געהארכט אלעס וואס זי האט מיר געזאגט.

איין מאל איז דאס געווען אינמיטן ווינטער, עס איז געווען א גרויסע פראסט, א קעלט, און מיר האבן זיך געגרייט צו פארן קיין לובלין מיט סחורה. איך בין שוין געווען ביי די ארבעט צי צוגרייטן די פערד און וואגן צום פארן, און צו מיר זענען צוגעקומען צוויי אידן פרעגן צו זיי קענען פארן קיין לובלין מיט אונזער וואגן. איך האב זיי אפגעשיקט צו מיין בעל הבית פרעגן צו ער וויל זיי אויפנעמען. די אידן האבן גערעדט מיטן בעל הבית, און אים געזאגט אז זיי וועלן אים געבן וויפיל ער וויל פארן פארן, און נאך עטליכע גילדן, נאר מיט איין באדינג, אז ער זאל נישט נעמען אויף דעם וואגן היינט קיין שום פרויען, נישט אידישע נישט גויאישע. אויב ער האט שוין אפשר א נקבה אויף זיין וואגן, זאל ער דאס זיי זאגן, וועלן זיי היינט נישט פארן.
דער בעל הבית האט זיי געזאגט אז ער האט נישט קיין שום פרויען צום פארן, און זיי קענען זיין זיכער אז עס וועט אויף דעם וואגן היינט נישט זיין קיין נקיבה. די אידען האבן דעם בעל עגלה געגעבן האנט געלט, און געפרעגט ווען זיי זאלן קומען צום פארן, זיי גייען נאר נעמען זייערע פעקלעך. עס איז געבליבן אז מען וועט ארויס פארן נאך מעריב דאווענען. פארן דארף מען א גאנצע נאכט, און צו מארגענס פרי וועט מען זיין אין לובלין. איך האב מיך צו געהערט צו דעם גאנצן ביזנעס מיט די אידן, אבער דאס איז דאך נישט מיין עסק, איך דארף נאר טוהן מיין ארבעט ביי די פערד און וואגן.
אזוי ווי די אידן זענען אוועקגעגאנגען דאווענען מנחה מעריב, און נעמען זייערע פעקלעך, איז אריינגעקומען א גוי פון די שטאטישע גוים, און געזאגט דעם בעל עגלה אז זיין פרוי מוז מארגן זיין און לובלין, נייטיג, און ער וויל אז זי זאל נאך היינט פארן מיט אים קיין לובלין. דער בעל עגלה האט זיך עפעס גע'סודות'ט מיט אים שטילערהייט, און זיי האבן זיך אביסל צולאכט...... און עס איז געבליבן אז די גויע פארט מיט היינט מיט זיין וואגן, אבער די גויע מוז שוין קומען, איידער די אידן קומען מיט די פעקלעך. איך האב שוין גוט פארשטאנען וואס דא גרייט זיך, די גויע איז טאקע באלד געקומען, און מען האט איר אן געטוהן א "קאזשאך" דאס איז א גרויסע פוטער וואס פארשטעלט דעם גאנצן קערפער, און אויף די פיס וואלאקעס, און א גרויסע וואלענע פאטשיילע איבערן פנים, און זי אריינגעזעצט אין וואגן.

באלד זענען געקומען די צוויי אידן, און דער בעל עגלה האט זיי אנגעוויזן זייער ארט און דער צווייטער זייט פון וואגן. עס איז געווען נאך עטליכע פאסאדזשירן, אלע האט מען געזעצט אויף זייערע ערטער, און מיר זענען אוועק געפארן. דער בעל עגלה האט זיך גלייך געמאכט א ארט ווי צו ליגן און שלאפן, און איך האב מיך געזעצט אויף די "קעלנע" און גענומען מיין בייטש שטעקל, און מיר זענען געפארן.

עס איז געווען גוט פינסטער, שטארק קאלט, און א שניי האט אנגעהויבן צו שיטן. נאך א צוויי שעה פארן זענען מיר געקומען אין א וואלד, וואס איז גרויס פון עטליכע מייל. דער וואלד האט א שם פאר א געפערליכער ארט, עס איז דא וועלף, אין ווילדע חזרים, און נאך געפערליכע חיות, איבער הויפט ווינטער זענען די וועגן פון דעם וואלד נישט זיכער. מיר פלעגן ווי ווייט מעגליך דורכפארן דעם וואלד אביסל מיט פחד.
ווען איך בין געקומען אינמיטן וואלד, פיל איך ווי אין מיין פלייצע שטעלט מיך אפ די אידן, און זאגן צו מיר אז איך זאל אפשטעלן די פערד, ווייל זיי גייען אראפ פון וואגן, זיי וועלן דא מער נישט פארן, ווייל אויף דעם וואגן איז דא א פרוי. די ערשטע מינוט האב איך געפריווט זיי אפלייקענען די זאך אז עס איז דא א נקיבה, אבער זיי די אידן האבן אפילו נישט געוואלט הערן קיין שום זאך, נאר זיי האבן גענומען זייערע פעקלעך און זיי זענען אראפ פון וואגן. דער בעל עגלה, מיין בעל הבית האט דערהערט אז עפעס איז אויף זיין וואגן, און ער איז פון זיין געלעגער צו געקומען, און אויך געפריווט זיי איינצורעדן אז עס איז קיין שום פרוי נישטא. אבער די אלע רייד האבן נישט געהאלפן, די אידן זענען מיט זייערע פעקלעך געגאנגען צום וואלד, אפילו נישט געוואלט ענטפערן קיין ווארט, נישט געוואלט אנרירן דעם וואגן מער. די עטליכע פאסאזשירן האבן געלאכט, דער בעל עגלה האט זיי אנגערופן "אידיאטן", פאנאטיקער, און געהייסן מיר ווייטער פארן. די פראסט און די שניי האט נישט געלאזט לאנג שטיין, מען האט געמוזט פארן. דער בעל הבית איז זיך ווייטער אוועק אויף זיין געלעגער צום שלאפן, און איך אויף מיין קעלנע.

אבער נאך פינף מינוט פארן בין איך עפעס ווי צומישט געווארן, און האב אנגעהויבן איבערצוטראכטן די זאך. די צוויי אידן האבן באצאלט מער ווי מיין בעל הבית האט געוואלט, און זיך אויסגענומען אז זיי ווילן נישט פארן מיט קיין נקיבה אויף איין וואגן, און פארוואס קומט זיי אז זיי זאלן דא אינמיטן וואלד אומקומען? זיי זענען פרעמדע, דער זייגער איז יעצט פאר 12, זיי וועלן דארפן זיין אין וואלד ביז טאג, זיי וועלן זיכער דא אומקומען, דעפרוירן ווערן, אדער די ווילדע חזרים וועלן זיי הרג'ענען, און דאס וועט מען מארגן הערן אין שטאט, און מיין מוטער וועט דאס הערן, וועט זי וויינען מיט אירע בלינדע אויגן.... און ווען מיין מאמע וויינט מיט אירע אויגן, וואלט איך בעסער געשטארבן איידער דאס צו זעהן..... און איך האב מיך נישט געקענט בארוהיגן, ווייל איך בין דאך אויך אביסל שולדיג אין דעם, ווייל איך האב דאך געוואוסט דאס מען מאכט פאר א שווינדל, כדי די גויע זאל קענען פארן, און די אידן אפצונארן.
איך האב נישט פארלוירן קיין צייט, איך האב די לייצעס פון די פערד א ציה געגעבן, גענומען מיין בייטש שטעקל און די האנט, איך בין אראפ פון וואגן, צו גיין צו די אידן און זיי העלפן. מיין בעל הבית איז גלייך אראפגעשפרינגען פון זיין געלעגער, און מיך געפרעגט ווי איך וויל גיין, איך האב אים צוגעווארפן די בייטש מיינע, און נישט גענטפערט קיין ווארט, און בין אריין אין וואלד. דער וואלד איז מיר געווען גוט באקאנט, ווייל שוין יארן ווי איך פאר דא צוויי מאל יעדע וואך, אין איך האב געוואוסט יעדע וועג און שטעג, אין דעם באוואקסענעם וואלד מיט בוימער, מיין בעל הבית האט מיר נאכגעשריגן א קללה, און ער איז מיט זיין וואגן אוועק געפארן.

איך בין גלייך געגאנגען אין וואלד, צו דעם ארט ווי איך האב די צוויי אידן אראפגעלאזט פון וואגן. איך האב די אידן געטראפן גיין אין וואלד, ארום גענומען איינער מיט דעם צווייטן מיט די הענט אויף די אקסלען, און זיי האבן געזאגט, אפשר געלערנט, אדער אפשר געזאגט תהלים. זיי האבן געהערט אז מען גייט, האבן זיי זיך אפגעשטעלט, און איך בין צוגעגאנגען צו זיי, און געזאגט איך בין דער שמייסער פון דעם וואגן ווי זיי זענען געפארן. זיי האבן מיך דערקענט, און געפרעגט נאך וואס איך בין צו זיי געקומען. איך האב זיי געזאגט אז דא אין דעם וואלד איז א סכנה פאר יעדן איינעם, און נאך מער פאר זיי, איך בין א איד, און איך האב א מאמע, וואס זי איז האלב בלינד, און זי וועט וויינען אז דורך מיר וועלן חללילה אידן אומקומען. דערפאר האב איך אללעס איבערגעלאזט, און געקומען אייך ביידע העלפן, אז איהר זאלט נישט גיין אין וואלד א גאנצע נאכט. גיט מיר אייערע פעקלעך, איך בין אינג און קען זיי טראגן גרינגער ווי איהר, און האלט אייך אן און מיר, וועל איך אייך אין א שעה ארויס פירן פון דעם וואלד, אין א אידישע קרעטשמע, דארט וועט איר נעכטיגן, אינדערפרי וועט דער איד פון דער קרעטשמע אייך שוין באזארגן קיין לובלין.
איך האב די אלע ווערטער ארויס גערעדט מיט א טיף הארץ, און גיך, און מיט טרערן, ווייל איך בין געווען אויפגערעגט און נערוועז. די צוויי אידן האבן מיר פארשטאנען, די פעקלעך האבן זיי אליין געוואלט טראגן, און זיי זענען מיט מיר געגאנגען, ווי איך האב זיי געפיהרט.
אין א שעה זענען מיר ארויס פון דעם וואלד, און געקומען אויף א גלייכע וועג, אין מיר האבן דערזעהן א קרעטשמע. עס איז שוין געווען 12 אזייגער ביינאכט, דער איד פון די קרעטשמע איז שוין געשלאפן, אין דער קרעטשמע איז געווען פינסטער, איך האב אן געקלאפט, און דער איד האט געפרעגט ווער עס איז, איך האב אים געזאגט אז דאס בין איך מיט נאך צוויי אידן. דער אהרן קרעשטשמער האט מיר גוט געקענט, ווייל עטליכע מאל בין איך שוין געווען ביי אים, כאטש זיין קרעשטמע שטייט נישט אויפן וועג ווי מיר פארן.

ער האט באלד געפענט די טיר, און מיר זענען אריין אין א ווארימע שטוב. איך האב אים פארציילט די מעשה מיט די צוויי אידן. באלד איז געווארן אין שטוב טיי, מילך, און אויך אביסל בראנפן. די פרוי פון דעם קרעטשמער האט געהערט אז אזעלכע צוויי אידן זענען דא ביי איר, איז זי אויך באלד געקומען אין געמאכט עסן, און א געלעגער פאר אזעלכע גוטע פרומע אידן. וועגן פארן צומארגענס קיין לובלין דארף מען שוין נישט זארגן, ער וועט שוין זעהן אז זיי זאלן זיין צופרידן, און קומען קיין לובלין, איך האב מיינס אפגעטוהן, און באזארגט די אידן מיט א נאכט לעגער, און אלעס גוטס.
איך האב געוואלט גיין דורך דעם וואלד צו דעם דארף וואו מיין בעל עגלה וועט פאשען די פערד, און צוריק איבער נעמען מיין ארבייט אלס שמייסער. איך האב מיך מיט די צוויי אידן געוואלט געזעגענען אבער דער עלטערער איד האט ארויס גענומען געלט און מיר געוואלט געבן פאר דער טירחה און פאר דער טובה וואס איך האב זיי געטאן, אבער איך האב קיין געלט ביי די אידן נישט געוואלט נעמען, זיי האבן שוין איין מאל געגעבן מיין בעל הבית געלט, און יעצט וועלן זיי הערשט דארפן געבן נאך אמאל צו קומען קיין ליבלין, פארוואס זאלן זיי אומזינסט געבן געלט. איך האב געזאגט דעם איד אז פאר א מצוה נעמט מען נישט קיין געלט, איך האב עס געטאן פאר מיין חוב אלס איד, און פארדעם דארף איך גאר נישט נעמען. איך בין צופרידן וואס כ'האב געהאט די שכל דאס צו טאן.

דער עלטערער איד זאגט צו מיר, הער אויס אינגערמאן, דעריבער ווייל דו האסט די מצוה געטאן צוליב דיין מוטער און מקיים געווען כיבוד אם, זאג איך דיר צו אריכת ימים, דו וועסט דערגרייכן א טיפע עלטער און וועסט זיין געזונט. דער צווייטער איד, דער אינגערער, האט נאך צוגעזאגט, די ברכה פון מיין חבר איז אי"ה זיכער, דו וועסט האבן אריכת ימים, אבער אויף דער עלטער מאכט זיך אז מען מוז חלילה אנקומען צו מענטשן, אפילו צו קינדער איז זייער נישט גוט, דעריבער גיב איך אויך צו דיר א ברכה אז זאלסט האבן אין דיין עלטער פון וואנעט צו לעבן פון דיין אייגן געלט, און זאלסט נאך קענען געבן צדקה און דערהאלטן ארימע אידן פון דיין אייגנס. איך האב זיי געדאנקט פאר די ברכות, און איך בין באלד אוועק געגאנגען צו קומען צוריק צו מיין בעל הבית.

עס איז געווען אינמיטן נאכט, די קעלט און דער שניי איז געווען שטארק, איך האב געדארפט דורך גיין א שטיק וועג צו קומען צו אים, צו דעם דארף וואו מען פאשעט די פערד פון די בעל עגלות, אבער די זאך וואס איך האב אזוי גוט געטאן צו צוויי ערליכע אידן, דאס האט מיר געגעבן אזא חשק און אזא שטארקייט אז איך בין געגאנגען אין וואלד אן פחד, אן מורא, איך האב געוואוסט אז קיין שום שטערונג, קיין שום אומגליק קען מיך דא נישט טרעפן. עפעס האט זיך מיר געדאכט אז די מצוה גייט מיר נאך, און היט מיך פון אלעס שלעכטן. איך בין אינג, געזונט, און ווייס גוט דעם וועג פון וואלד, און נאך אזא גוטע טאט ווי איך האב געטאן בין איך זיכער אין מיין וועג. אזוי בין איך א האלבע שעה אין וואלד געגאנגען, און עס איז געווען נאך א האלבע שעה צו גיין.

פלוצלינג הער איך עפעס א הונט בילן, און באלד שטייט פאר מיר א מאן מיט א ביקס אויף זיינע פלייצעס, דער מאן האלט איין דעם הונט, און צו מיר זאגט ער, ווער ביסטו, און וואס טוסטו דא אין וואלד? ווי קומסטו אינמיטן דער נאכט דא אין מיין וואלד אריין?
איך האב אים געזאגט פון וואנעט איך קום און וואו איך וויל גיין, אבער דער וואלד וועכטער האט אויף מיר עפעס קרום געקוקט און מיך געפרעגט וואו זענען מיינע חברים מיט די וועגענער וואס ווילן גנב'נען האלץ. איך האב אים פארזיכערט אז איך בין נישט געקומען גנב'נען קיין האלץ, און איך האב נישט דא קיין חברים, אבער ער איז נישט געווען זיכער אין מיינע רייד, און ער האט נאכאמאל געפרעגט צי איך בין געקומען אין וואלד גנב'נען. דער וועכטער איז געווען א קליינטשיק פויערל, און א מאגערס... איך האב געהאט חשק אים צו ווייזן וואס עס מיינט זיך צו טשעפען מיט א פרעמדען מענטש... מיט איין האנט מיינע וואלט איך אים אנידער געלייגט אויף דער ערד...

אבער ווייטער מיין מצוה, מיין גוטער טאט, האט מיך אפגעהאלטן נישט צו שלאגן זיך מיט א פרעמדען מענטש, און אויך ער האט דאך א ביקס... און א הונט, און איז דאך נאר א היטער ביי זיין פריץ, ער מוז דאך זיין שטיקל ברויט היטן... איך האב געפרעגט וואס ער וויל טון מיט מיר, ער האט מיר געזאגט אז איך זאל מיט אים גיין אין זיין כאטע אריין ביז עס וועט ווערן טאג, און אכט אזייגער צופרי וועט ער מיך אפ פירן צו זיין פריץ, און וואס דער פריץ וועט מיט מיר טון איז נישט זיין עסק.. דאס איז זיין חוב, צו היטן דעם וואלד און ווען ער כאפט א פרעמדען מענטש ביינאכט, מוז ער פירן דעם מענטש צום פריץ.

איך האט גערעכענט אז עס איז גלייכער פאר מיר צו הארכן דעם מענטש און גיין מיט אים צום פריץ איידער צו מאכן א געשלעג מיט אים איינער אליין אין וואלד. איך האב איינגעשטומט צו גיין מיט אים אין זיין כאטע אריין. דער וואלד וועכטער איז געווען צופרידן ווייל ער האט אויך מורא געהאט אז איך זאל מיט אים נישט פארפירן קיין געשלעג. מיר זענען געקומען אין זיין שטיבל אין וואלד, ער האט באלד געמאכט ליכטיג און מיר געגעבן טיי, אויך ציגארעטן פון מאכארקע האט ער מיר מכבד געווען.

די רעשט פון די גאנצע נאכט זענען מיר געזעצן ביי דעם ווארעמען אויווען און זיך גוט אינטערגעהאלטן. אכט אזייגער צופרי זענען מיר געגאנגען צום הויף פון דעם פריץ וואס די וואלד איז זיין אייגנטום. דער וואלד וועכטער האט מיר געזאגט אז מיר וועלן מוזן לאנג ווארטן אין דער קיך פון הויף, ווייל ביינאכט איז דא ביים דעם פריץ געווען א האלאנקע, עס זענען געווען אסאך פרעמדע פריצים און זיי האבן פארברענגט ביז שפעט אין דער נאכט, דעריבער שלאפט נאך דער פריץ, אבער מיר מוזן זיין דארט אום אכט אזייגער ווייל אזוי איז איינגעפירט. מיר זענען געקומען אין הויף אריין און טאקע געטראפן אויפן דיל אנגעווארעמטע ציגארעטן, שפיל קארטען, ליידיגע פלעשער, און אויך שיכורים ליגן אויף די זאפעס. מיר האבן זיך געזעצט ווארטן אין קיך ביז דער פריץ וועט אונז אריין רופן.

עס האט גענומען א שטיקל צייט, און דער פריץ האט מיך מיט דעם וואלד וועכטער אריין גערופן אין זיין קאנצעלאריע, עס זענען אויך דארט געווען עטליכע געסט זיינע פריצים. דער וועכטער האט דערציילט אז ער האט מיך געטראפן גיין אין וואלד אינמיטן דער נאכט. דער פריץ קוקט מיר אן און זאגט מיר אז איך זאל אים דערציילן נאר דעם אמת.. ווי קום איך אין זיין וואלד אזוי שפעט ביינאכט? איך האב געוואוסט אז איך מוז אלעס דערציילן כדי ער זאל וויסן אז איך בין נישט געקומען גנב'נען קיין שום זאך ביי אים. מיט מיין זיכערקייט אין מיר האב איך אלעס דערציילט אזוי ווי עס איז געווען פון אנהייבן אָן ביז מיין גיין אין וואלד. איך האב נאך צוגעגעבן אז ער קען פרעגן דעם איד פון דער קרעטשמע אהרו וועט ער זאגן צי אלעס איז אמת, ווייל ביי אים נעכטיגן די צוויי אידן.

די אנדערע פריצים וואס זענען אויך געווען אין דער קאנצילאריע און האבן געהערט די געשיכטע פון די אידן וואס האבן נישט געוואלט פארן מיט א נקבה, האבן מיט א גרויס געלעכטער ארויס געזאגט עטליכע זייער מיאוסע ווערטער... און געמאכט שפאס פון די נארישע אידן. אבער דער פריץ איז געזעצן און זיך גוט צוגעהערט וואס איך האב געזאגט, און ווייזט אויס שוין געזען אז קיין גנב האט ער נישט דא פאר זיך. נאך מיין דערציילן, פרעגט ער מיר צי די אידן האבן מיר כאטשיג געגעבן עפעס געלט פאר דעם? איך האב אים געזאגט אז ער האט מיר געוואלט געבן געלט אבער איך האב דאס נישט געוואלט נעמען ווייל איך האב געטאן מיין חוב צו פרעמדע מענטשן און פאר אזא זאך נעמט מען נישט ביי אונז אידן קיין געלט... אבער די צוויי אידן האבן מיר אנגעוואונטשן אז איך זאל לאנג לעבן און דאס איז ביי מיר גענוג.

די אנדערע פריצים האבן הערשט יעצט ארויס ארויס מיט א געלעכטער, דו נארישער איד, האבן זיי געלאכט, אז דו וועסט קראנק ווערן און שטארבן וועסטו גיין צו די אידן מאנען דיינע יארן? א גלאפיע דזשיד וואס דו ביסט. איין פריץ האט זיך אנגערופן אז די אידן קען מען נישט פארשטיין, טייל מאל זענען זיי נאר פאר געלט צו פערדינען, זיי קענען פארקויפן זייער טאטע מאמע פאר געלט, און טיילמאל זענען זיי געטריי זייערס א זאך מיט זייער גאנץ לעבן, און קיין שום געלט וועט זיי נישט אפקויפן. דער פריץ איז געזעצן די גאנצע צייט און נישט גערעדט קיין ווארט, מיך גוט אנגעקוקט געפרעגט מיך ווי איך הייס מיטן נאמען, איך האב אים געזאגט מיין נאמען איז לייב מארדקאוויץ. ווי אלט ביסטו? איך האב אים געזאגט אז איך בין אלט 18 יאר. הער אויס, האט דער פריץ געזאגט, אין 62 יאר ארום ווען דו וועסט לאנג לעבן אזוי ווי די אידן האבן דיר צוגעזאגט, דו וועסט אלט ווערן 80 יאר, זאלסטו מיט דיין מעטריקע קומען אין דעם מיינים מאיאנטיק אריין, און דו וועסט דא באקומען פינף טויזענט רובל בארעס געלט פון מיין פארמעגן, עס איז גאנץ צי איך צי מיינע יורשים אדער גאר א גאנץ פרעמדער וועט זיין דער בעל הבית פון די פעלדער, וועלדער און הייזער, די סומע וועט זיין פארשריבן אויף דעם אייגענטום וואס עס איז דא יעצט אין מיין רשות, און דאס קען קיינער נישט צונעמען. די פעלדער, דער וואלד, דער גאנצער מאיאנטיק איז דאס שולדיג דיר, און דו וועסט עס באקמען ביי דיינע 80 יאר, אבער געדענק אז נישט דיינע קינדער, נישט דיינע אייניקלעך, נישט קיין שום אנדערער מענטש קען די סומע באקומען, נאר דו אליין ווען דו וועסט ווערן 80 יאר אלט, ביז די 80 יאר דארפסטו נישט דא קומען וויל דו וועסט דא גארנישט קריגן.

די פריצים וואס זענען דערביי געווען האבן מיט א גרויס געלעכטער אויפגענומען די ווערטער פון דעם פריץ, געמיינט אז ער מאכט א שפאס מיט דעם איד, און זיי האבן אים געזאגט אז ער איז א חכם... אויך איך בין געשטאנען אין געטראכט אז ער מאכט אביסל חוזק פון מיר, און דאס איז דאך די טבע פון די פוילישע פריצים. איך האב שוין געוואלט פטור ווערן פון דעם גאנצן עסק, און גיין צוריק צו מיין ארבעט ביי די פערד פון מיין בעל הבית, וואס ער ווארט זיכער אויף מיר, די גאנצע זאך פון דעם פריץ איז מיר אפילו נישט אריין געגאנגען אין געדאנק, איך בין א אינגל פון 18 יאר, איך האב פאר מיר נאך א וועלט צו לעבן, דארף איך קלערן וואס עס וועט זיין אין 62 יאר ארום? איך האב געבעטן דעם פריץ אז ער זאל מיך באפרייען, איך וויל גיין צוריק צו מיין ארבעט קיין לובלין וואו דער בעל הבית ווארט זיכער אויף מיר.

דער פריץ איז אבער געווארן ערענסט אין דער זאך, און האט געזאגט צו די פריצים און צו מיר, מיינט נישט אז איך מאך עפעס א שפאס מיט די ווערטער, די פינף טויזנט רובל. ניין, איך מיין עס גאנץ ערענסט, אבי עס זאל מקוים ווערן די ווערטער פון די צוויי אידן וואס האבן אים געוואונטשן אז ער זאל לאנג לעבן, וויל איך אויך זיין א שותף צו דער ברכה, און איך וויל אז מיין פארמעגן זאל צוהעלפן צו דער זאך... און צו מיר האט דער פריץ געזאגט, אז מיר אללע וועלן יעצט פארן קיין לובלין צום "נאטאראס" אין וועט פארשרייבן אין די אקטען אז עס זאל אזוי בלייבן געשריבן פון מיר. איך האב דאך אויך געוואלט זיין אין לובלין, ווייל מיין בעל הבית איז דאך שוין זיכער דארט מיט זיין וואגן, בין איך געווען צופרידן צו פארן מיט דעם פריץ, כאטש איך בין אין גאנצן מיט זיין פלאן נישט געווען אינטערסירט. כ'האב עס דאך געהאלטן פאר א וויץ דורך די פריצים.
באלד איז געשטאנען פאר דער טיר א ברישצקע מיט צוויי גוטע פערד, און מיר זענען געפארן קיין לובלין. די ברישצקע מיט די צוויי שיינע און גוטע פערד האבן מיר געגעבן חשק צו ווייזן דעם פריץ וואס איך קען, איך בין דאך א שמייסער פון פערד, האב איך געבעטן דעם פארמאן אז ער זאל מיר ערלויבן צו טרייבן די פערד. אין א שעה זענען מיר געווען אין לובלין ביי דעם נאטאראס, דער פריץ האט געבעטן נאטאראס אויף זיכן זיינע אקטען פון זיין גיט, און צושרייבן א אקט אז דאס גיט איז מחייב צו געבן דעם מאן לייב מארדקאוויץ אין דעם און דעם יאר, פינף טויזענט רובל, אויב ער וועט לעבן און מיט ברענגן זיין מעטריקע. דער נאטאראס האט דאס געמאכט און דער פריץ מיט צוויי עדות פון די פריצים און אויך איך האבן דאס אונטער געשריבן, דער פריץ האט באצאלט דעם נאטאראס און מיר האבן זיך געזעגנט. איך האב אפילו נישט געזאגט קיין דאנק פאר דעם פריץ, איך בין גלייך געלאפן צו דעם ארט ווי מיין בעל הבית שטייט דארטן מיט זיין פערד און וואגן.

ווען דער בעל הבית מיינער האט מיך דערזעהן איז ער געווען זייער צופרידן, ווייל ער אליין האט נישט געקענט באדינען די פערד, אדער נישט געוואלט ארבעטן. ער האט מיך געפרעגט וואו איך בין געווען. איך האב אים געזאגט אז איך בין געגאנגען באזארגן די צוויי אידן אז זיי זאלן נישט אומקומען... ער האט מיר גארנישט געזאגט נאר מיר איבערגעגעבן צוריק מיין ארבעט. עס ווייזט אויס אז ער איז אויך געווען צופרידן וואס די אידן האבן געהאט ווער עס זאל זיך זארגן פאר זיי. וועגן דעם פריץ מיט זיינע טויזענטער האב איך אים אפילו נישט דערציילט, ווייל עס האט ביי מיר נישט געהאט קיין שום ווערד.

איך בין צוריק געווארן א שמייסער... די יארן זענען דורך געגאנגען, איך האב חתונה געהאט, געהאט קינדער, אליין געווארען א בעל עגלה מיט מיינע אייגענע פערד און וואגן, חתונה געמאכט די קינדער, געהאט אייניקלעך, די קינדער זענען אויך געווארן בעל עגלות, די צייט איז געווען אמאל גוט און אמאל נישט אזוי. די יארן זענען אזוי דורך געלאפן ביז איך בין געווארן א איד פון 80 יאר, איך האב איבערגעגעבן מיין ארבעט פאר מיין זון, און איך האב גערעכענט אויסצולעבן די רעשט פון מיינע יארן ביי מיינע קינדער, און אביסל זיי נאך צוהעלפן מיט מיין בעל עגלה'שאפט. מיט איין מאל באקום איך פון "מאגיסטראס" א פאפיר אז איך זאל מיט מיין מעטריקע קומען אין דעם דארף וואו עס איז דא א רוסישער פארוואלטער אין דעם גיט וואס האט אמאל געהערט צו א פוילישן פריץ, ווייל אין דער צייט איז געווען א פוילישער אויפשטאנד... און דער רוסישער צר האט די פוילישע פריצים וואס האבן אנטייל גענומען אין דעם אויפשטאנד, א טייל אויס גע'הרג'עט און א טייל פארשיקט קיין סיביר און צוגענומען זייערע גיטער און אריינגעזעצט זיינע אייגענע פארוואלטער. איך האב באקומען דאס פאפיר און נישט געוואוסט פארוואס איך דארף מיך שטעלן אין דעם דארף, איך האב נישט אנגעהויבן צו געדענקן פון דער גאנצער מעשה מיט עטליכע זעכציג יאר צוריק, איך האב געטראכט אז עס איז זיכער עפעס א טעות אין מיין נאמען, מען מיינט נישט מיך. אבער ביי דעם בארמיטש פון מאגיסטראס איז געווען א באפעל אז איך זאל קומען, און איך האב געמוזט פארן אין דעם דארף.
מיין זון איז מיט מיר מיטגעפארן און ווי נאר איך בין אנגעקומען אין דעם הויף האב איך מיך דערמאנט אין דער גאנצע געשיכטע וואס איז דא פארגעקומט מיט 62 יאר צוריק, איך האב אלעס געדענקט ווי גלייך עס איז געווען נעכטן, איך האב יעצט אלעס דערציילט פאר מיין זון און געוואוסט נאך וואס מען רופט מיך. מיר זענען אריין געגאנגען אין דער קאנצילאריע פון דעם פארוואלטער און געמאלדן אז מיר זענען געקומען. דער פארוואלטער איז געווען א פראפעסער פון פעטערבארג, ווייל דאס גיט איז געוואן א אגראר שאלע פאר סטודענטן, עס איז געווען אסאך וואלד און עס איז געווארן א וואלד אינסטיטוט... דער פראפעסער האט אונז אריין גערופן אין זיין קאבינט און מיך געפרעגט מיין נאמען און געפאדערט מיין מעטריקע, איך האב אים דאס געגעבן.

דער פראפעסער זאגט מיר אז דא אין די ביכער פון דעם גיט איז פארשריבן אז דו דארפסט באקומען היינט ווען דו ביסט אלט געווארן 80 יאר, דאס איז היינטיג יאר, דארף איך דיר געבן פינף טויזנט רובל און דאס געלט איז גרייט פאר דיר, ווייל דער מאיאנטיג איז דאס דיר שולדיג, און דאס מוז ווערן געצאלט. דער פריץ וואס האט דאס אונטער געשריבן לעבט שוין נישט, אבער דו קומסט מיט דיין מעטריקע מוז איך דיר דאס אויס צאלן, איך גיב עס דיר נאר אויב דו ווילסט מיר דערציילן פון וואנען נעמט זיך אזא חוב פון אזויפיל יארן? עס מוז דאך זיין עפעס אינטערעסאנט וואס אזויפיל יארן איז דיר געקומען אזא חוב און דו ביסט אפילו נישט איין מאל געקומען עפעס נעמען פאר דעם? און צי דו האסט אמאל טאקע אים געלייעט? און צי דו האסט טאקע אמאל אים דעם פריץ געלייעט אזויפיל געלט? איך בין זייער נייגעריג צו וויסן, אויב דו ווילסט מיר דאס דערציילן.
איך האב נישט געהאט קיין שום אינטערעסע צו באהאלטן עפעס פון דער זאך, און איך האב דעם פראפעסער דערציילט די גאנצע געשיכטע מיט די צוויי אידן וואס האבן נישט געוואלט פארן אויף א וואגן וואו עס איז געווען פרויען, און ווי איך האב זיי געהאלפן, און זיי האבן מיך געבענטש אז איך זאל לאנג לעבן, און דער פריץ האט מיר אליין געגעבן די סומע געלט אויב די ברכות פון די אידן וועט מקוים ווערן, און ער וויל זיין א שותף צו דעם...
דער פרעפעסער האט אויסגעהערט די גאנצע געשיכטע און ער האט ארויס גענומען פון זיין קאסע א פעקל מיט הינדערטער רובל'ס און עס אוועק געלייגט נעבן מיר און געזאגט, דאס איז דיין געלט, דא איז דא פינף טויזענט רובל, קענסט עס נעמען, עס איז דיין, אבער אזוי ווי דו האסט דערציילט די געשיכטע, איז די גאנצע מעשה געשען אין איינציגע 12 שעה, און עס איז אינגאנצן מקוים געווארן אזוי ווי די אידן האבן געזאגט, וואלט איך אויך געוואלט מיט עפעס צוהעלפן פון דער מיסטערישע זאך. ער האט געזאגט, איך ווייס אז דו וועסט נאך לאנג לעבן, דער איד האט דיר געוואונטשן לעבן, דו וועסט נאך לעבן איבער די הונדערט יאר, דעריבער וואלט איך געוואלט אז דו זאלסט זיין פארזיכערט אויף דיין גאנץ לעבן מיט אלעס וואס א לעבעדיגער מענטש דארף האבן, זאלסט נישט דארפן אנקומען צו קיין מענטש. די פינף טויזנט רובל איז טאקע א גרויסע סומע געלט, און דאס איז די געפאר פאר דיר, די קינדער, אייניקלעך, און אויך פרעמדע מענטשן וועלן וויסן אז ביי דיר איז דא אזויפיל געלט... און דאס קען ברענגן צו נישט גוטע זאכן, מען קען עס ארויס גנב'נען, און נאך פארשידענע אומגליקן, אלזא הער צו וואס איך וועל דיר זאגן, איך גיב דיר יעדן חודש א פענסיע פון 30 רובל, דאס איז פראצענט פון דיין געלט, דאס געלט איז פאר דיר אדער פאר דיינע יורשים אפצונעמען צו יעדער צייט אזוי אז דו וועסט זיין זיכער מיט דיין אויסהאלט פון דיין לעבן, זאג דאס דיין זון, און אויב איר ביידע וועט איינשטימען צו דעם וועל איך עס דא איינשרייבן און וועסט באלד באקומען פאר א חודש פענסיע, איך בין א פארוואלטער און נעם אויך נישט מער ווי 30 רובל געהאלט.

אזוי ווי דער פראפעסער האט גערעדט די ווערטער, איז מיר אויף מיין זינען באלד געקומען די ווערטער פון דעם צווייטן איד וואס האט מיר געזאגט אז איך זאל האבן די גאנצע צייט מיין פרנסה און נישט דארפן אנקומען צו די קינדער און נישט צו קיין אנדערע מענטש, און נאך קענען געבן צדקה פאר אנדערע, מיין זון האט אויך צוגעשטימט דערצו און מען האט אנגעשריבן א פאפיר אז איך וועל באקומען ווי לאנג איך וועל לעבן פון מאגיסטראט א פענסיע פון 30 רובל א חודש, און די פינף טויזענט רובל וועט בלייבן דא אלץ א חוב פאר מיינע יורשים. איך האב באקומען פאר דריי חדשים 90 רובל און מיר זענען צוריק אהיים געפארן. פון דעמאלטס אן באקום איך יעדן חודש מיין פענסיע פון 30 רובל. עס איז שוין מער ווי 20 יאר וואס איך באקום מיין געלט און איך וויל מקיים זיין די וועטער פון דעם איד אז איך זאל אויך קענען געבן צדקה, דעריבער גיב איך אייך קינדער יעדן נאכט ווען איר קומט פון חדר, גיב איך אייך אביסל צו נאשן, און אויך פאר די אלטע אידן, ארימעלייט גיב איך צו ניסלעך, געלט, עסן, און וואס עס איז נאר מעגליך.
אט די מעשה האט אונז אינגלעך דערציילט דער אלטער ר' לייב, און מיר זענען געזעצן מיט פארפלאמטע בעקעלעך און אויסגעהערט זיין געשיכטע פון זיין לאנג לעבן, און מיר האבן שוין יעצט געוואוסט במה הארכת ימים, פארוואס ער האט זוכה געווען צו א לאנג לעבן.
מיט יארן שפעטער האט מיין זיידע מיר דערציילט אז דער עלטערער איד פון די צוויי אידן וואס האבן געגעבן ר' לייב'ן די ברכה פון אריכת ימים, איז געווען דער רבי פון לובלין וואס מען האט אים גערופן דער "חוזה".
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך שטילע אינגערמאן אום מאנטאג מאי 23, 2016 1:19 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1002
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 686 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2076 מאל

א חסידישע שמחת תורה אין א מתנגדישע ביהמ״ד

הודעהדורך שטילע אינגערמאן » מאנטאג מאי 23, 2016 1:17 pm

א חסידישער שמחת תורה אין א מתנגד'ישער בית המדרש
אין די שטעטעלעך אין די אידישע פוילן, איז דאס רוב אידן געווען חסידים. די מתנגדים זענען שוין געווען א גאנץ קליינער טייל. אבער ביי זיי, ביי די מתנגדים איז נאך געבליבען די פערוואלטאנג פין שטעטעל. דער ראש הקהל, דער רב, די שיהל, דאס בית המדרש, דאס אללעס האט נאך געהערט צי די מתנגדים. אין שיהל האט מען נאך חלילה קיין "כתר" ביי דער קדושה נישט געזאגט, אין בית המדרש האט מען געדאווענט נוסח אשכנז. די חסידים האבען געהאט זייערע שטיבלעך, זייערע קלויזען, אין זייער רבין. אבער די שטעטשי פירעכטץ האבען זיי איבער געלאזט פאר די עטליכע מתנגדים.

אין שטעטעל ק' לעבען לובלין, זענען כמעט אללע חסידים געווען ליבלינער. זיי האבען געהאט דאס גרעסטע שטיבעל מיט חסידים, אין זייער שטיבעל האט מען יעדען טאג געדאווענט מיט מנין, אזוי ווי אין בית המדרש. ביי נאכט מנחה אין מעריב. אין גאנצע טעג איז מען געזעסען אין שטיבעל אין געלערנט. נאר איין מאל אין יאר זענען די ליבלינער חסידים געקימען אין בית המדרש. דאס איז געווען "שמחת תורה". די נאכט פין שמחת תורה זענען די אללע חסידים געקימען אין בית המדרש אריין מאכען די הקפות מיט דער תורה. עס איז ביי די חסידים אין שטיבעל געווען נאר צוויי ספרי תורות. אין דאס איז געווען פאר זיי געניג א גאנץ יאר צים ליינען. אבער שמחת תורה, ווען יעדער חסיד האט געוואלט א הקפה מיט דער תורה, האבען זיי געמיסט קימען אין בית המדרש אריין, ווי עס איז געווען ספרי תורות, אין דארטען מאכען די הקפות. ווייל ארויס נעמען די ספרי תורות פין בית המדרש, האבען די מתנגדים די ראשי הקהל נישט ערלויבט. די חסידים פלעגען קימען אין בית המדרש אריין, ווען דער עולם וואס דאווענט אין בית המדרש האט שוין לאנג געהאלטען אפילו נאכ'ן עסען די סעודה פין יו"ט. דאס קימען פין די חסידים אין בית המדרש מאכען די הקפות, מיט זייער געזאנג, מיט זייער התלהבות, מיט זייער ליבע צי דער תורה, האט אויך צי געצויגען כמעט דאס גאנצע שטעטעל אידן צי קימען אין בית המדרש אריין צי זעהן ווי אזוי די חסידים מאכען די הקפות, צי הערען זייער זינגען, צי זעהן זיי טאנצען מיט דער תורה. אין בית המדרש האבען די חסידים געפיהלט פריי, אזוי ווי זיי וואלטען געווען די בעל הבתים פין דעם בית המדרש. זיי האבען געצינדען אללע לאמפען, א סאך ליכט, אין ביי דעם זינגען אין טאנצען איבער געדרייט די טישען מיט די בענק, אין אויך געטרינקען א ביסל משקה. אזוי אז צימארגענס שמחת תורה אין דער פרי האבען די מתנגדים, די אלטע בעל הבתים פין בית המדרש, געהאט א שווערע ארבייט צריק צי ברענגען דאס בית המדרש אין ארדענאנג, צי קאנען זיך שטעלען דאווענען.

דער ראש הקהל איז געווען א מתנגד, אין אויך א בן תורה, אבער די חסידים האט ער זייער נישט ליב געהאט. עס איז ביי אים געבליבען אז ער זאל נישט לאזען די חסידים מאכען די הקפות אין בית המדרש. ער האט זיי געזאגט אז ער וועט זיי בעסער ארויס לייען די עטליכע ספר תורות צי זיי אין שטיבעל אריין, אבי זיי זאלען נישט קומען מיט זייער זינגען טאנצען אין בית המדרש אריין. אבער די חסידים זענען נישט געשטאנען אויף דעם. ביי זיי די חסידים איז געווען דאס גיין יו"ט ביינאכט מיט די הבדלות, מיט לעכט, מיטן געזאנג, אין בית המדרש אריין, אין דאס גאנצע שטעטל זאל מיט גיין, אין ווייזען אז זיי זענען אויך בעל הבתים פין שטאט. אט דאס האבען זיי נישט געוואלט מוחל זיין. אין האבען געזאגט דעם ראש הקהל אז זיי וועלען קימען אין בית המדרש, מאכען די הקפות, אזוי ווי יעדער יאר.

אין בית המדרש איז געווען א קאסטען וואס אין אים זענען געלעגען א סאך אלטע ספרי תורות. דער קאסטען איז געשטאנען לעבען אויווען, אין יעדער האט געוויסט אז מען דארף זיך נישט אנידער זעצען. אדער אפילו אהן שפארען אין דעם קאסטען ווייל דא ליגען אלטע ספרים, אבער שמחת תורה האט מען אויף געעפענט דעם קאסטען אין די אללע ספרי תורות ארויס גענימען צי די הקפות. ווייל צי די הקפות זענען זיי אויך כשר. אין די חסידים פלעגען זיך אויך בעניצען מיט די ספרים ביי זייערע הקפות. דער ראש הקהל וואס האט דאך געוואלט אז זיי די חסידים זאלען דאך ניט קומען אין בית המדרש מיט זייערע הקפות, האט נאך פאר יו"ט געמאכט צוויי גיטע שלעסער צים קאסטען מיט די אלטע ספרים, אין ער האט נאך מערב געדאווענט יו"ט ביינאכט, פערשלאסען דעם קאסטען, אז די חסידים זאלען נישט האבען די ספרים צי די הקפות. וועלען זיי אפשר בלייבען אין זייער שטיבעל. די שליסלען האט ער מיט גענימען זיי צי זיך אהיים, אין נאכ'ן עסען זיך געלייגט שלאפען.

די חסידים האבען אבער אזוי ווי יעדעס יאר געגאנגען מיט געזאנג, מיט ליכט, הבדלות, אין בית המדרש אריין. דאס בית המדרש איז געווען פיל מיט מענטשען, פרויען, קינדער, אינגלעך, מיידלעך, ווייל שמחת תורה מעג מען שוין זיין אין בית המדרש יעדער וואס ער וויל. די חסידים האבען געדאווענט מעריב, אין אהן געהויבען צי מאכען די הקפות, אבער דער קאסטען מיט די ספרים איז דאך פערשלאסען. ווי וועט מען נעמען ספרים פאר דעם טאנצען עולם חסידים קיין ע"ה? אויף דעם זענען מיר דאך געקימען אין בית המדרש אריין. צי האבען פאר יעדען חסיד א תורה. אין דא איז גאר דער קאסטען מיט די תורות פערשלאסען.

א טייל חסידים האבען געוואלט אויף רייסען די שלעסער. צי ברעכען דעם קאסטען (עת לעשות....) א טייל חסידים האבען געוואלט גיין צים ראש הקהל אהיים, אים ארויס שלעפען פין בעט, אין נייטען אים צי עפענען דעם קאסטען מיט די ספרים, אין א טייל האבען דערווייל געזינגען, (וטהר לבנו לעבדך באמת), אין געטאנצען מיט די תורות וואס עס זענען געווען אין ארון הקודש.
צווישען די מיידלאך אין אינגלעך, וואס זענען געווען אין בית המדרש זעהן די הקפות, איז אויך געווען די צוויי קינדער, א מיידעל פון 18 יאר מיט איהר ברידער א אינגערע פין איהר מיט צוויי יאר. דאס איז געווען דער ראש הקהלס צוויי קינדער. זיי האבען איבער געלאזט זייער פאטער שלאפען, אין זענען אויך מיט געגאנגען מיט אללע מענשען פין שטעטען זעהן די הקפות פין די חסידים. דא אין בית המדרש האבען זיי הערשט געהערט אז זייער פאטער האט פערשלאסען די ספרים, כדי זיי די חסידים זאלען זיי נישט האבען. זיי האבען זיך פערשעמט, אז פאר אזעלכע שיינע חסידים , מיט א זעלכע שיינע מנהגים, מיט אזא זינגען, זאל מען פערשליסען די תורות, וואס עס איז דאך זייער תורה אויך, אזוי ווי זי איז פאר אללע אידין, אין דאס מיידעל ווייל זי איז דאך די עלטערע, האט זיך ארויף געשטעלט אויפען טיש, אין אויס געריפען אז מען זאל נאר צי ווארטען א קליינער עטליכע מיניט, וועט זי גיין ברענגען די שליסלען פין איהר פאטער. זי האט גענימען איהר ברידער ביי דער האנט, אין זיי זענען אהיים געלאפען, צי זייער פאטער נאך די שליסלען.

דער ראש הקהל איז געלעגען אין בעט, אבער נישט געשלאפען. ער האט גיט געוויסט אז מיט די חסידים וועט די זאך מיטן פערשליסען די תורות נישט גלאטיג אן גיין. ער האט געוואלט אז זיי זאלען דעם קאסטען אויף רייסען אים יו"ט, וועט ער האבען א אויס רייד צי זיי אז זיי זענען נישט קיין לערנעס, נישט קיין בני תורה, נאהר פראסטע שכירים, זיי קאנען נאר טרינקען בראנפן, אין טאנצען מיטן רבין זייערען. אין עס איז נישט קיין מצוה זיי אריין צי לאזען אין בית המדרש אריין. אין ווען זיינע צוויי קינדער זענען געקימען צי אים אז ער זאל זיי געבען די שליסלען פין דעם קאסטען מיט די ספרים, האט ער נישט געוואלט געבען, אין זיי געזאגט, אז פאר אזעלכע שכירים דארף מען נישט קיין ספר תורה צי געבען.

אבער דאס מיידעל איז געווען בעאייפסערט פין דעם התלהבות, פין דעם זינגען, פין דעם לערנען וואס די חסידים האבען מיט געברענגט אין בית המדרש אריין אין דער צייט פין זייער צי גרייטען צי די הקפות. אין זי האט געזאגט צי איהר פאטער אז זי האלט די מענשען די חסידים פאר די גרעסטע מענשען פין דער וועלט. די ריפסט זיי שכירים, קים מיט אין בית מדרש אריין אין זעה וויפיל בראנפען זיי האבען אויס געטרינקען, עס קימט נישט אויס אפילו א האלב גלעזעל אויף א מענש. זיי זענען שיכר נישט פין בראנפען, נאהר פין תורה, פין חסידות, פין לערנען, קים מיט אינז אין בית המדרש, אין וועסט זעהן, וואס פאר מענשען דאס זענען, זיי האבען אין זיך א קלארען, שיינעם, ערליכען, וועג אין זענען גליקלעך מיט זייער וועג אין לעבען. מיט פרייד מיט שמחה, גלויבען זיי אז דער בעסטער וועג צי זיין צי געבינדען צי גאט, צו דעם וועלט באשעפער, אין פאר וואס זאלסט זיי פארווערען צי בעניצען די תורה. וואס איז אזוי זייער ווי צי אייך אללע.

דער מתנגיד, דער ראש הקהל, האט זיך עפיס ווי פערשעמט, פאר די רייד פין זיין אינגע טאכטער, אין איז מיט די קינדער זיינע געגאנגען אין בית המדרש אריין. די חסידים האבען ווי זייער שטייגער איז יעדען איד צי געכאפט צים טאנצען, אויך דעם ראש הקהל האבען זיי פערלייגט די הענט אויף זיין פלייצע, אין מיט אים געטאנצט, אין בעזינגען א חסידישען ניגן, דער קאסטען מיט ספרים איז שוין געווען אפען ווען דער ראש הקהל איז געקימען, מען האט שוין געהאלטען אין מיטן די הקפות, אין מען האט אים אויך א הקפה געגעבען מיט א ספר תורה פין דעם קאסטען ארויס. ער האט געפרעגט ווי אזוי מען האט דעם קאסטען געעפענט. דא האט א אלטער חסיד געזאגט, אז ער געדענקט, ווען מען האט געמאכט דעם קאסטען פאר די אלטע ספרים, האט מען באלד געמאכט דעם קאסטען טאפעלט, דאס הייסט צוויי קאסטענעס. איינער אריין אין צווייטער, כדי עס זאל זיין כלי בתוך כלי, מען זאל מעגען זיך אפילו זעצען אויף דעם קאסטען, אין יעצט האט מען נישט בעדארפען האקען די שלעסער, נאר אויף הייבען דעם קאסטען מיט די שלעסער, אין ארויס נעמען די ספרים. דער ראש הקהל האט שוין אנדערש געקיקט אויף די חסידים, אין דאס מחלוקת האט אויף געהערט.
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1002
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 686 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2076 מאל

Re: דריי ארטיקלעך פון מיין אוצר (פה סח 2)

הודעהדורך קל וחומר » מאנטאג מאי 23, 2016 1:30 pm

די שענסטע ווערק אינעם פה-סח לענ"ד.
סוף כל סוף קען קיינער נישט קאמפיעטן מיט א פארצייטיש אריגענעלע שרייבער.
קל וחומר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1552
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 4:42 am
האט שוין געלייקט: 2272 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2151 מאל

הודעהדורך ראובן » מאנטאג מאי 23, 2016 1:44 pm

שיינע מעשה'לעך מיט אן אמאליגן טעם. א דאנק פאר'ן מהנה זיין.
באניצער אוואטאר
ראובן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1770
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 2281 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7125 מאל

הודעהדורך יעקב מענטש » מאנטאג מאי 23, 2016 2:46 pm

זייער זיס און געשמאק אראפגעלייגט

הנאה געהאט
יעקב מענטש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 596
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 607 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 565 מאל

הודעהדורך לית דין בר נש » מאנטאג מאי 23, 2016 5:18 pm

הערליך שיין
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1501
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 6:18 pm
האט שוין געלייקט: 6686 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1266 מאל

Re: דריי ארטיקלעך פון מיין אוצר (פה סח 2)

הודעהדורך א איד » מאנטאג מאי 23, 2016 6:47 pm

זייער שיין, שטילע א דאנק פארן מיר לאזן זיין א חלק אין די שיינע ווערק.
אז דו האסט נאך שיק מיר אריין, איך וועל עס אפטייפן און עס צוריק שיקן.
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1248
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 614 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל

Re: דריי ארטיקלעך פון מיין אוצר (פה סח 2)

הודעהדורך מפוזרי » מאנטאג מאי 23, 2016 8:26 pm

זייענדיג אַביסל באקאנט מיט די פוילישע חסידישע היסטאריע, קען איך אייך זאגן אז די דאזיגע כתבים זענען נישט קיין אויפגעמאכטע שרייבערישע מעשה'לעך, נאר אויטענטישע לעבנס זכרונות. פון א איד וואס מאלט אפ זיינע קינדער יארן מיט לעבעדיגע פארבן, פול מיט ליבשאפט, און איז נאך דערצו א גוטער שרייבער אויך.
דאס איז ווירקליך אן אומשאצבארער אוצר סגולה.

דאס שטעטל ק. איז קראָשניק, א שטעטל נעבן לובלין וואס איז געווען א פעסטונג פון לובלינער חסידים פון די אייגער דינאסטיע.
תרמ"ח איז ר' לייבעלע אייגער נפטר געווארן און דער עולם האט זיך צוטיילט צווישן דעם זון ר' אברהמלע בעל שבט מיהודה מיט ר'צדוק הכהן. דער איינציגער קאצקער חסיד איז געווען א ירושה מימי איזשביצע. ס'נאך פארבליבן נאכן קריג יוצאי קראָשניק און די אַטמאָספער פון וואס זיי האבן דערציילט איז גענוי ווי דער בעל מספר דנן.

האבן מיר דא ערשטהאנטיגער סיפור פונעם חוזה, געהערט מכלי ראשון. איך גלייב די מעשה.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 728
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1234 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 571 מאל

הודעהדורך שטילע אינגערמאן » פרייטאג אפריל 07, 2017 1:22 am

ס׳ווייב האט מיר געשטעלט פסחדיג מאכן די ספרים שאפע, כבין אהיים געקומען דריי נאכמיטאג פון חדר, אויס געהארגעט נאכן מסביר זיין קדש ורחץ פאר 25 תם קעפ הלוואי קענען זיי נישט איבער זאגן קיין ווארט ביים סדר, זאל יעדער זאגן כטויג נישט כגעב נישט קיין שיט.

עכ״פ כגיי אריין אין ספרים ציממער, מיט א שמאטע אויפן אקסעל אין א טעפעל וואסער אין די הענט, מגייט בלאזן שטויב, די ספרים נעבעך זעהן נישט די לעקטער פון י״א ניסן ביז י״א ניסן א יאר שפעטער.

כזעץ אוועק מיין אויסגעהארגעטע גוף אויפן קליין בענקעל די ווייב האט צו געגרייט, כ׳עפען אויפ די לעדלעך פון אינטער די ספרים שאפע, דארט ליגט די ספרים וואס פאסט נישט זאל זיין אויפ דיספלעי, חומש בית יהודה, אפאר ארטסקול, מקח טוב.
מיטאמאל כאפט מיין אויג א דיקע שווארצע העפטעל אזוי 500 בלעטער, כדערמאן זיך אוי.. מיין אוצר... ווי ליגט ער מיר דא אזוי פארשטעקט...
איך הייב עיהם אויף אונעם הענט, דיק אלטע פאפיער, שטינקט ווי א אלטע שלאף קאפעל.
כ׳טראכט אזוי צו מיר, לאמער געבן א מיש אדורך אביסעל... אזוי אינמיטן מישן כאפט א ווארט מיינע אויג...
שמער שווייניגער די ווארט ׳זונה׳
דאס בין איך א הויפט מחותן, כהאב צירוק געמישט צו אנפאנג ארטיקעל אין אנגעהויבן ליינען.
נישט גענומען לאנג, כהאב זיך אוועק געזעצט אויפן ערד ליינען, א מעשה וואס האט פאסירט אין די אמאלגיע אהיים, שמוציג ווי די בינגא טשיקען, אין דער שרייבער לייגט ער אראפ מיט אלע פיטשעפקעס, פארגעסן נישט קיין דיטעיל פונקטליך ווי יעדער האט אויסגעזעהן...

יעדער רגע קומט מיין זוהן אריין אין ציממער אז מאמי וויל וויסן טאמער כענדיג שוין.
כהאב עיהם געזאגט, איין מער מאל ער קומט אריין אין די ציממער ״שטערן טאטי לערנען״ כאפט ער א פראסק.

איינמאל כהאב געזעהן די ווייב בלאסט שוין עני וועי פארן בלייבן אזוי לאנג אין ציממער האב איך מחליט געווען קען מען שוין בלייבן דא ביז מענדיגט.

רבותי, מיין פיס אין נאם, די שמאטע נאך אלץ אויפן אקסעל, כדארפ קטנען ווי א זיידע ביי כל נדרי, כבין הונגריג ווי א ישיבה בחור ביי נעילה, אין ועל כולם כדארפ יעצט אוונען צוויי שמו״ע ביי מעריב.

אביר כמיז מודה זיין סהאט זיך געלוינט, כוויל דא דאנקען מיין ווייב מפני קהל ועדה פארן מיר הייסן מאכן פסחדיג, אז כרעדט שוין צו זי, זיי מוחל מאך מארגן די ספרים שאפע, די שמאטע אין וואסער ליגט נאך דא, אין דארף גיין דאוונען אין עפעס איבערבייסן.
ווער איז אפען יעצט??? דעלי 52 אין נאך אפען?
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1002
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 686 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2076 מאל

Re: דריי ארטיקלעך פון מיין אוצר (פה סח 2)

הודעהדורך קל וחומר » פרייטאג אפריל 07, 2017 1:37 am

שלום עליכם מיסטער שטילע!
We missed you tons!
מיין ווייב האט זיך אויפגעוועקט פון טיעפן שלאף פון די הויכע קול וואס געשעהט ווען מ'פרובירט צו איינהאלטן פון אויסשיסן הויך כדי די קליינע קינדער זאלן נישט אויפשטיין און די הומאר וועגט איבער און שפייאכטס רעגנט אין אלע רוחות, זי פרעגט מיר וואס איז געשען?...

שטילע איז צוריק!

זי האט באלד אלעס פארשטאנען!


כ'האף אז דו שרייבסט אראפ דעם שמוציג פארצייטיש סיפור פארן קומענדיגן וועקער (אדער אפשר פריער).
קל וחומר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1552
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 4:42 am
האט שוין געלייקט: 2272 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2151 מאל

הודעהדורך שלום שטיסל » פרייטאג אפריל 07, 2017 10:45 am

שטעל ארויף דעם שמוציגן, פסח פירט מען זיך דאך זיך צו באגיין מיט שמוציגע, (מייערן וכו׳) נא, איז דאך נישט מער ווי פאסיג.....
באניצער אוואטאר
שלום שטיסל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 422
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 5:36 pm
האט שוין געלייקט: 1347 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1372 מאל

Re: דריי ארטיקלעך פון מיין אוצר (פה סח 2)

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג אפריל 07, 2017 11:05 am

ווארשיינדליך האט שטיסל געזען דאס ווארט זונה און ס׳גלוסט זיך אויך צו זיצען אויפ׳ן שטויביגע פאדלאגע מיט א נאסע שמאטע אויף די אקסעל.
הכנעני החתי האמורי וכו׳

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5328
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 1984 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4970 מאל


גיי צוריק ספרים און ביכער

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט