מטפחת סופרים - להגאון ר' יעקב עמדין

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק

מטפחת סופרים - להגאון ר' יעקב עמדין

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2016 12:13 pm

איך האב דער שבת געשמועסט מיט איינעם, און ער האט מיר פארציילט אז ס'איז מערקבאר אז יעדער איינער וואס האט ביי זיך אין שטוב דער ספר מטפחת סופרים פון הרב יעקב אמדין, ווערט עס גאנץ שנעל פארלוירען. דער איד האט עס טאקע פארהאנדעלט און נאך א פאר מאנאטען איז עס ערגעץ פארשוואונדען געווארען.

היינט צופרי האב איך ערגעץ געדאווענט און נאך שטילע שמו"ע, ווארטענדיג אויפ'ן הויכע שמו"ע, האב איך געקלאצט און ארומגעקוקט. פלוצלונג מערק איך אויפ'ן פאליצע א דינע בלויע ספר מיט דער נאמען 'מטפחת סופרים' אויפ'ן רוק. וויסענדיג אז ס'וועט דארט נישט בלייבען צו לאנג, האב איך עס שנעל געכאפט און אנגעהויבען אריינקוקען. ב"ה היינט איז דאנערשטיג בה"ב און דורך חזרת הש"ץ, סליחות, אבינו מלכנו, תחנון, קרה"ת און ווייטער, האב איך געהאט צייט אביסל אריינצוקוקען. איך האב נישט גע'ענדיגט די ערשטע פרק, אבער איין זאך האט מיר איבערגענומען. אינו דומה שמיעה לראיה. די ספר ווערט היבש דערמאנט צווישען געוויסע קרייזען און מענטשען, און מ'מיינט זיי האבען עפעס א בליק אויף זיין ווערטער, נאר למעשה לא מיניה ולא מקצתיה. מ'זאגט נאך האלבע זאכען און מ'נעמט ארויס א סך הכל וואס איז ווייט פון דער מציאות. דער ספר וואס איך האב געהאט איז א נייעם דרוק, פון תשנ"ה, און דער לינק איז צו אן אלטע דרוק, און ס'איז דא שינויים, אבער איך וועל שרייבען מיין מערקונגען.

לאמיר עס אראפלייגען ווען ס'איז נאך פריש אין קאפ.

ער הייבט אן מיט א קלארער מיינונג אז דער ספר הזהר איז א הייליגע ספר וואס האט אנטדעקט פיהל חלקים פון תורה און איהר סודות. ער דינגט זיך נישט אויף דער מושג פון תורת הסוד און נישט אויף די חלק וואס דער זהר האט אין דעם, נאר אין געוויסע פלעצער זאגט ער אז מ'האט אריינגערוקט פרעמדע זאכען. ער זאגט אויך אז וויבאלד דער כת הארור (זיין מליצות זענען עפעס מורא'דיג, די כותבי הפאשקעווילען און צייטונג שרייבער'ס וואלטען זיך געמעגט אפלערנען דערפון) האט אנגענומען דער זהר אלס זייער מקור, דורך פארקרומען די ווערטער דארט, איז עס ראטזאם אז מ'זאל אריינגייען אין דער זהר זעלבסט צו זע'ען אז אלס שטימט. ס'זעט אויס אז ער האט איינגעזען אז מענטשען זענען געווארען דערשראקען פון די ווארט זהר, און ברגע מ'האט עפעס געוויזען אין זהר האבען זיי געמיינט מ'קען עס גלייך אננעמען ווי עיקרי הדת. דעריבער האט ער געזען פאר וויכטיג דורכצוגייען דער זהר צו זע'ען וואס יא און וואס נישט, און אזוי וועט ער אויסלערנען די וועלט נישט נאכצוגייען בלינד יעדער זאך וואס מ'ווייזט פון זהר, נאר דורכצוטראכטען צו ס'שטימט מיט די יסודות היהדות און איהר ווירדען.

ער שרייבט וועגען די חברי כת ש"צ ווי זיי האבען געקענט זיגען אין טענה'ריי מיט גדולי תורה, וויבאלד די גדולי תורה האבען זיך נישט אריינגעלייגט אין די זאכען און זיי האבען נישט געקענט גלייך קומען מיט די תירוץ צו זייערע ראיות. דעריבער דארף ער דורכטוהן די נושא קלארעהייט, אז מ'זאל זיך נישט שרעקען פון זיי. ער דערציילט צוויי מעשה'ס פון זיין צייט אין דער געביט.

זיין עיקר ארבעט איז אויפצוווייזען אז דער זהר איז נישט אפגעשריבען געווארען בחיי רשב"י נאר דריי הונדרעט יאר אחרי פטירתו, און ס'האט זיך אריינגעכאפט אומפארלעסליכע זאכען און גרייזען במשך די יארען.

ער פארענטפערט זיך אז ער איז נישט קיין 'פלגאה' ווי אנדערע ווילען איהם מאכען, ער זוכט נישט צו שטעלען קעמפען, נאר דער אמת איז נר לרגליו. ער זאגט אז ער האט זיך שטארק אנגענומען פאר'ן שיטת הרמב"ם אין פיהל פלעצער, אזש ער גלויבט אז בעת זיין פטירה וועט דער רמב"ם איהם קומען אנטקעגען, נאר נישט בלינדעהייט. אבער אויף דער ספר מורה נבוכים , וואס מ'זאגט אז דער רמב"ם האט עס געשריבען, האט ער זיך שטארק געדינגען און געשריבען קעגען א סאך פון זיין זאכען.

(אינטרעסאנט אז די פיהל מאדערנע מענטשען וואס ווילען לייקענען אין קבלה, זעלבסט האלטענדיג די נאכגייער'ס אין די פיסטריט פון דער רמב"ם, זענען סומך אויף דער מטפחת סופרים. קודם, גייט ער קלאר נישט אין די שיטה פון דער מורה נבוכים, וכמו"ש און ווי ער ברענגט ווייטער פון אנדערע ראשונים. ועוד והוא העיקר, ער גלויבט שטארק אין קבלה און תורת הסוד, ער האט עס קיינמאל נישט געלייקענט. נאר אויף דער זהר האט ער געשטעלט געוויסע פראגעס צו ס'איז טאקע ווי מ'זאגט אויף דעם.)

ער גייט ווייטער און רעדט פון די פראבלעמען פון די דור. ער דערמאנט אז האמת נעדרת, קושטא לא קאי וקאי שיקרא, וואס גרעסער עשיר בממון ועני בדעת טיילט איין פאר אנדערע וואס צו גלויבען און וואס צו טוהן. ער רעדט פון די מנהיגים וואס רימען זיך אויס אז זיי זענען די גרעסטע אין דור אין חכמה יראה און מעשים טובים, זיי זאגען אז יעדער איינער מוז זיי גלויבען אף אם יאמרו על ימין שהוא שמאל כו' ועל טמא טהור כו' (עפעס קלינגט דא אין אויער, ווי נאך האב איך געהערט די ווערטער?), מ'טאר נישט טראכטען אויף זיי. עיי"ש נאך און נאך.

נאר דער תשובה פון מאנכע וואס זע'ען איין די מציאות פון די מנהיגים איז געווען זיך אומצוקערען אינגאנצען פון תורה, זענען בועט אין מלאכי ה' און זיין נביאים, און זיי דרייען זיך אין בתי טיאטראות און בתי זונות, זיי טרינקען און הוליען אגאנצע טאג און האלטען זיך קלוג מיט דעם וואס זיי האבען זיך אויסגעדרייט פון די פארהאסטע מנהיגים. ביידע זענען ביי איהם א פראבלעם און ער וויל פאררעכטען דער וועלט פון ביידער.

ער רעדט פון פארשידענע רשעים אין די וועלט וואס האבען געטוהן זייער'ס, אבער ער דערמאנט זיי ברמיזה. ש"צ און נתן העזתי זענען באקאנט ביי אונז, ווי אויך זיין בר פלוגתא, אבער אנדערע ווייס איך נישט וועמען ער מיינט, די רמזים זענען צו באהאלטען פאר מיר. ער רייסט זיי אפ מיט אזא מין שטארקקקייט און ליצנות און האס, אז ס'איז א שאד אז איך ווייס נישט וועמען ער מיינט. ער זאגט א מליצה 'ושוטה אחד עושה שוטים רבים, ובמשמרה ראשונה חמור נוער, במשמרה שניה כלבים צועקים', מיינענדיג דערמיט אז אין אנהייב איז נאר געווען איין אייזעל, אבער שפעטער האט מען שוין פילע הונט בילען עפ"י זייער רבי דער אייזעל.

ער דערמאנט דער כת אין פאדאליע וואס גייען נאך ש"צ און ער האט זיי באקעמפט, ווער ס'ווייסט וועמען ער מיינט איז מכובד אויסצוזאגען. דער כת הפראנקיסטען האט מען נאך נישט באשריבען דא, און איך ווייס נישט זייער מציאות, צייטען און טעטיגקייטען, ווי אויך וואס איז אמת און וואס איז לעגענדעס וכו'.

שפעטער דערמאנט ער נאך א כת וואס מ'האט פארטריבען פון פולין, און זיי האבען זיך געוואלגערט קיין אונגארין און מעהרין, ביז זיי זענען אנגעקומען קיין פרעשבורג און דער מהר"ם בריבי האט זיי פארניכטערט.

איך וועל האפעדיג לערנען נאך און מיטטיילען נאך.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך ליטוואק פון בודאפעסט אום פרייטאג נאוועמבער 11, 2016 5:09 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5985
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2212 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5675 מאל

Re: מטפחת סופרים - להגאון ר' יעקב אמדין

הודעהדורך mevakesh » דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2016 7:41 pm

די מאדערנע וואס ברענגען איהם זענען נישט געבינדען צו אלע זיינע שיטות מען קען האלטן פילוסופיש ווי דער רמבם און אהננעמן דעם יעבץ לגבי די פעלשונגונען אין זוהר
אגב איז טאקע אינערעסאנט ווי דער רמבם וואס האט אראפגעלייגט די שטערקסטע יסודות אין נגלה האט לכאורה נישט געהאט קיין שיג ושיח אין נסתר
דער ראדזינער אין די הקדמה צו זיין טאטעןס ספר בית יעקב פרובירט צו טענהן אז מען זעהט אסאך אינעם רמבם וואס איז יא געבויעט פון קבלה
באניצער אוואטאר
mevakesh
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 800
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 713 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 715 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2016 7:43 pm

די מאדערנער וואס איך רעד, ווילען זיך נאך האלטען אויסגעהאלטען חרדיש, און זיי זאגען 'זעסט דאך, ר' יעקב אמדין איז מיט אונז'. למעשה ער איז נישט מיט זיי, און דער שטיקעל תורה ווייזט גארנישט אויף פאר זיי. זיי ווילען אז קבלה זאל נישט זיין אמת, און ער זאגט נאר אז זוהר איז לאו דוקא אמת.

אסאך פראבירען צו פארדרייען דער רמב"ם, אבער יעדער איינער פארשטייט וואס ס'איז ווערט....
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5985
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2212 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5675 מאל

Re: מטפחת סופרים - להגאון ר' יעקב אמדין

הודעהדורך mevakesh » דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2016 8:25 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:די מאדערנער וואס איך רעד, ווילען זיך נאך האלטען אויסגעהאלטען חרדיש, און זיי זאגען 'זעסט דאך, ר' יעקב אמדין איז מיט אונז'. למעשה ער איז נישט מיט זיי, און דער שטיקעל תורה ווייזט גארנישט אויף פאר זיי. זיי ווילען אז קבלה זאל נישט זיין אמת, און ער זאגט נאר אז זוהר איז לאו דוקא אמת

דאס אז דער יעבץ איז פאר קבלה איז קלאר אין זיינע ספרים און אין זיין סידור ווי ער ברענגט אסאך קבלה און אפילו זוהר
דאס נעמט אבער נישט אוועק אז ער גראבט אונטער אסאך פון די יסודות אין די מסורה פון קבלה און מען קען אהנעמען דאס אהן זיין שיטה אויף קבלה
אסאך פראבירען צו פארדרייען דער רמב"ם, אבער יעדער איינער פארשטייט וואס ס'איז ווערט....

די מיינסט עפעס א ספעציפישע לשון הרמבם אדער בכלליות?
אין דעם לינק זעה איך ברענגט ער נאך וואס האבן געהאלטן אזוי
http://www.yeshiva.org.il/wiki/index.php?title=%D7%94%D7%A8%D7%9E%D7%91%22%D7%9D_%D7%95%D7%94%D7%A7%D7%91%D7%9C%D7%94

אגב זיין נאמען איז עמדין מיט אן עין
באניצער אוואטאר
mevakesh
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 800
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 713 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 715 מאל

Re: מטפחת סופרים - להגאון ר' יעקב אמדין

הודעהדורך ביליג » דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2016 10:48 pm

יעב"ץ איז ר"ת יעקב עמדין בן צבי
ביליג איז טייער...
באניצער אוואטאר
ביליג
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 555
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 07, 2015 10:54 pm
האט שוין געלייקט: 429 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 340 מאל

הודעהדורך ריכטיג » פרייטאג נאוועמבער 11, 2016 12:59 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:די מאדערנער וואס איך רעד, ווילען זיך נאך האלטען אויסגעהאלטען חרדיש, און זיי זאגען 'זעסט דאך, ר' יעקב אמדין איז מיט אונז'. למעשה ער איז נישט מיט זיי, און דער שטיקעל תורה ווייזט גארנישט אויף פאר זיי. זיי ווילען אז קבלה זאל נישט זיין אמת, און ער זאגט נאר אז זוהר איז לאו דוקא אמת.


איך וועל פראפאזירן עפעס וואס איך האב דיר לעצטנס געשריבן פריוואט: מיר לערנען דעם 'מטפחת סופרים' דעם ספר, נישט דער 'יעב"ץ' דער מענטש. ס'איז נישט קיין שום חסרון צו זיין סבר לי' כמהריעב"ץ בחדא (אז די קושיות זענען קושיות) ופליג עלי' בחדא (אז תורת הקבלה בלייבט תורת האמת). און א געוויסע וועג קען מען זאגן אז אדרבה, טאקע דער יעב"ץ וואס איז געווען גוט אויסגעקאכט בתורת הנסתר האט אליינס מסכיםגעווען אז די פירכות זענען גוטע פירכות.
איך ברענג ארויס א נקודה, ביטע פרואווט עס צו פארשטיין, און נאכדעם קענט איר זיך דינגען. (קרעדיט: @ירא שמים)
באניצער אוואטאר
ריכטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1892
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 1527 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1431 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג נאוועמבער 11, 2016 3:06 pm

ביסט גערעכט, איך דינג זיך נישט. נאר די חברה פראבירען זיך צו פארטיידיגען און אויפווייזען אז די חרדים זענען נ"מ ישו בארעכטיגט ווען דער מענטש דער יעב"ץ איז אויף זייער זייט. זיי ווילען ברענגען א ראיה אז זייער מיינונג איז אויך אונטער די ראמען פון חרדישע אידישקייט, און אויף דעם האב איך זיך געשריבען מיינס.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5985
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2212 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5675 מאל

הודעהדורך נאטירליך » פרייטאג נאוועמבער 11, 2016 3:07 pm

געשטעטנער (פון די האטליין) האט לעצטענס ארויסגעגבען א ספר אז מטפחת סופרים איז דא אסאך זיופים, איז דא, דא איינער וואס האט אדורך געטוהן די נושא, איך האב די ספר אויף PDF איך ווייסן נישט וויאזוי דאס צו אטעטשען
נאטירליך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 156
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 05, 2015 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 775 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 114 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג נאוועמבער 11, 2016 3:11 pm

ס'איז דא צוויי געשטעטנערס פון די האטליינס. אייזיק וואס רעדט פון די וויליאמסבורגער מענטשען פרעסערס, און דער פון מאנסי וועגען בתי דינים. דער צווייטע האט שוין א מגילת פלסתר קעגען דער מגילת ספר פון ר' יעקב עמדין, וואס מ'קען טרעפען אויף היברובוקס.

לא ראי צודרייטע זה כראי צודרייטע זה.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5985
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2212 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5675 מאל

הודעהדורך נאטירליך » פרייטאג נאוועמבער 11, 2016 3:21 pm

איך מיין דעם מגילת פלסתר,
נאטירליך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 156
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 05, 2015 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 775 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 114 מאל

Re: מטפחת סופרים - להגאון ר' יעקב עמדין

הודעהדורך mevakesh » פרייטאג נאוועמבער 11, 2016 3:49 pm

געשטעטנער דאכט זיך איז נאר מערער אויפן מגילת ספר נישט אויף מטפחת סופרים
ליטוואק דאס אז געשטעטנער איז א צודרייטער מאכט נישט זיינע טענות ווייניגער לויט ווי איך געדענק האט ער אפאר ריכטיגע טענות הגם לדעתי איז עס נישט מוכרח צו ציען מסקנות אזוי ווי איהם
איך האב אביסעל געטהון אין דעם א צייט צוריק איך געדענק שוין נישט די פרטים
באניצער אוואטאר
mevakesh
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 800
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 713 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 715 מאל

Re: מטפחת סופרים - להגאון ר' יעקב עמדין

הודעהדורך יהושע חיים » מוצ"ש נאוועמבער 12, 2016 8:11 pm

און מגילת פלסתר איז ער נאר פארנימען אז מגילת ספר איז דא אזאך פעלשונגן און קיין איין מאל אין די היסטאריע איז עס געדריקט געווארן ביי ערליכע אידן
על כן קען מען פון דעם נישט ציען קיין מסקנת איבער דער יעב"ץ און בפרט לגבי הלכה (דער גאנצע קנטרס האט ער ארויסגעגבן ווען ער האט געזען אז הרב מענדל זילבר און א תשובה איז מצדיק רייסן געלט ביי דיני תורות געבויט אויף א מעשה וואס דער יעב"ץ פארציילט פון זיין טאטע דער חכם צבי אין מגילת ספר)

Sent from my Fire Phone using Tapatalk
יהושע חיים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 878
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 26, 2012 8:56 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 461 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מוצ"ש נאוועמבער 12, 2016 9:41 pm

ווי קען מען זע'ען ר' מענדעל זילבר'ס תשובה?

א תשובה וואס איז געבויט אויף א מעשה'לע איז טאקע ווייניג ווערט.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5985
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2212 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5675 מאל

הודעהדורך ריכטיג » זונטאג נאוועמבער 13, 2016 12:55 am

נישט קיין תשובה. ער ברענגט עס בהקדמתו לספרו דרכי צדק.
איך ברענג ארויס א נקודה, ביטע פרואווט עס צו פארשטיין, און נאכדעם קענט איר זיך דינגען. (קרעדיט: @ירא שמים)
באניצער אוואטאר
ריכטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1892
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 1527 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1431 מאל

חלק ב'

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג נאוועמבער 15, 2016 10:49 am

נאך די ערשטע פרק פון ספר, הייבט זיך עס אן פיהל נארמאלע. ער רעדט שוין וועגען דער זהר נישט וועגען די אלע אפיקורסים און אונטעררייסערס. קודם איז ער מייסד פאר א יסוד מוסד אז דער זהר איז נישט קיין זיוף פון ר' משה די ליאון. ער ברענגט אז בשעת'ן אנטדעקען דער זהר, האבען מאנכע געטענה'ט אז ס'איז פון איהם זעלבסט און ס'האט גארנישט מיט רשב"י. ער האלט אבער פעסט אז ס'איז נישט אזוי, און דער מחלוקת האט זיך גלייך אפגעשטילט. ער ברענגט פון דער ספר יוחסין (פון מהר"ם זכות) אז אין די ערשטע דרוק דערמאנט ער דער מחלוקת, אבער דערנאך האט מען עס ארויסגענומען. דער יעב"ץ האט זיך באמיט נאכצוגייען די אלטע דרוק פון קוסטנינה, און דארט האט ער געטראפען דער מחלוקת. ער האלט אז ס'איז נישט אמת, און זיין ראיות זענען פון דעם אז די בני דורו האבען עס געברענגט בשם רשב"י, כדוגמת רבינו בחיי א תלמיד פון דער רשב"א, וואס איז אנגעפער א בן דורו פון ר' משה די ליאון, אין פרשת משפטים. דעריבער איז עס מן הנמנע אז ר' משה די ליאון האט עס אליינס פארפאסט.

יעצט, אין פרק ג', הייבט ער אן מיט די ראיות. ער וויל יעצט בעיקר אויפווייזען אז דער תיקוני זהר און דער רעיא מהימנא זענען נישט פון רשב"י, נאר פון אחד מגדולי ספרד המקובלים. ער ברענגט פון פרשת כי תשא אז דער זהר זאגט אז דער שכינה איז נגה און נגה איז צו אש, דעריבער רופט מען אן א ביהכנ"ס מיט'ן נאמען 'אשנוגה'. און אין תיקונים זאגט ער עס אויך. פרעגט ער אז מ'האט אין ערגעץ נישט געטראפען דאס ווארט 'אשנוגה' אויף א ביהכנ"ס. נישט אין ש"ס בבלי צו ירושלמי, נישט אין תרגומים און נישט אין מדרשים. אין ספרדיש איז אבער יא דא אזא ווארט. ער ברענגט אז ער האט געהערט ספרדישע פליטים אין זיין שטאט רעדען פון א ביהכנ"ס מיט'ן ווארט אשנוגה. דאס איז ווארשיינדליך ענליך צו דער ווארט אין ענגליש synagogue וואס איז אין ספרדיש sinagoga.
דערנאך טרעפט ער פאר וויכטיג אונז מודיע צו זיין אז דאס איז נישט זיין טאטע'ס מיינונג, ווייל ער געדענקט נישט זיין טאטע'ס מיינונג אין די זאכען. ס'איז איהם א פלא טאקע אז קיינער האט דאס נישט באמערקט, און זאגאר זיין טאטע וואס האט געקענט ספרדיש האט עס נישט דערמאנט.

ס'איז דא א ספר 'עיטור סופרים' פון איינער הרב ראובן כהן רפאפארט פון טארנאפאל, וואס איז געדרוקט אויף דער מטפחת סופרים. אין די נייע דרוק האב איך עס נישט געזען, אבער אין די צווייטע דרוק פון למברג תרל"א האבען זיי עס געדרוקט, און מ'קען עס זע'ען אין היברובוקס ווי אויבענדערמאנט. ער גייט אריין אין א לענגערע שמועס בשם א ספר תולדות אדם, ברענגענדיג פארשידענע ווערטער פון די ספרות חז"ל וואס זענען פון פרעמדע שפראכען, און ער ברענגט פון פוסקים און מפרשים דערוועגען מיט א געוואלדיגע בקיאות.

דערנאך הייבט דער יעב"ץ מיט א נייעם גאנג. ער טענה'ט אז פיהל זאכען אין דער רעיא מהימנא און תיקוני זהר קומען פון ספרדישע ספרים. למשל זאגט ער אז אין תיקון כ"א זאגט דער תיקו"ז עפעס (איך האב נישט קיין אהנונג וואס ער מיינט) וואס איז מקורו אין דער מבוא התלמוד פון ר' שמואל הנגיד, וואס איז געווען פון די ערשטע דו רפון ספרדישע רבנים. ער ברענגט אויך ארוי אז אסאך קומט פון דער כוזרי וואס איז געווען א ספרדי. ער טענה'ט אז דער מחבר האט געגעבען א קבלה'דיגע טעם פאר די פילוזופיא און וויסענשאפטען פון דער כוזרי.

דערנאך קלערט ער פארוואס די פריערדיגע האבען זיך נישט געשטעלט אויף דער פאינט. ער קלערט אז וויבאלד ס'איז א סכנה אז מענטשען וועלען מזלזל זיין אין גאנץ חכמת הנסתר, האבען זיי דאס ענדעריש באהאלטען. היינט אבער אז מ'באנוצט זיך מיט חכמת הנסתר אונטער צו ברענגען אידישקייט, האט ער א חיוב אויסצוזאגען דער אמת.
דער קומעדיגע שטיקעל פאדערט אן עקסטער תגובה, ווייל ס'איז זייער וויכטיג, ועוד חזון למועד.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5985
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2212 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5675 מאל

מטפחת ספרים

הודעהדורך אויבערלענדער חכם » דינסטאג נאוועמבער 15, 2016 9:52 pm

הערה חשובה: די נאמען פון די ספר אין "מטפחת ספרים" און נישט "מטפחת סופרים".
אויבערלענדער חכם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 340
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 05, 2015 2:13 am
האט שוין געלייקט: 290 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 565 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג נאוועמבער 21, 2016 10:33 am

הרב יעקב עמדין גייט דא א טריט ווייטער. אפילו לו יהא אז דער זהר איז טאקע גענצליך פון רשב"י און ס'איז טאקע אנטקעגען אונזער אמונה פון תורה, שאפי' אם הי והדברים מורים כדעתם הסכלית, ומצאו מקום לטעות, אין בעל שכל מחוייב לרבלם, בהיתם מתנגדים לאמונה הבחונה, אשר היתה באמנה אתנו מראש אמנה, והם מעשה ידי חרש חכם חדש מקרוב באו, ובבתי כלאים החבאו, ודברי אמונתנו לא מראש בסתר דבר צור ישראל, לא נגלה במקום חשך ליחידים מתי מספר, לא תוהו הנחילונו אבותינו לא במחתרת נמצאו.
מיט אט די ווערטער לייגט ער אראפ א געוואלדיגע יסוד אין אידישקייט. אונזער תורה איז געגעבען געווארען בפרהסיא, פאר אלע אידען האט דער אויבישטער כע'עפענט אלע הימלען צו ווייזען אז אין עוד מלבדו. דער תורה איז קיינמאל נישט געגעבען געוארען צו יחידים אונטער א פארהאנג וואס וועלען איינטיילען פאר אנדערע וואס ס'שטייט דערין. ס'איז נישט קיין סודות וואס קיינער ווייסט נישט אחוץ די פאר יחידי סגולה שבדור. יעדער איינער קען זיי פארשטייען און גלויבען און ס'איז אפען פאר יעדער איינער.
ווען די עיקרי הדת וואס אלע אידען ווייסען זענען נסתר דורך א סוד פון אונטער די ערד ערגעץ, קען מען רואיגעהייט וויסען אז דאס איז נישט דער תורה. דער תורה פאדערט נישט קיין בלינדע גלויבונג אין א בשר ודם, און וואס זיי קענען אונז נישט אויסלערנען, קען נישט זיין תורה.

יעצט ער זאגט נישט אז יעדער איינער קען זאגען וואס ער וויל אין תורה, יעדער איינער קען זיך הארעווען אין לערנען און ארויסקומען מיט די הלכה, און דער וואס האט נישט געהארעוועט טאר נישט אנרופען זיין רעדאכץ מיט'ן נאמען 'מיינונג', ווייל ס'איז נישט מער ווי א גענעץ, נישט קיין מיינונג. אבער צו זאגען אז 'זיי האבען געמעגט, אונז מעגען נישט', אפגעזעהן צו דער מענטש זאגט דברי טעם ושכל נאך הארעוואניא און פלאג, איז נישט דער דרך התורה.

ער גייט ווייטער מיט נאך א באמבע. ער זאגט אפילו טאמער דער מקובל איז א חכם ומשכיל גדול שבישראל, מי יבטח בו. דער אריז"ל האט געזאגט אז דער מגיד פון דער ב"י האט איהם געזאגט ליגענט! דעריבער דארף מען זיך היטען פון סיי וועלכע באהיימענע סודות, אפילו ווען דער וואס זאגט עס איז גאר א איד ווי דער ב"י. דאס איז א וויכטיגע זאך אין אלע דורות, און ווען מ'וויל אונז איינרעדען אז קנאות מיינט בלינדעהייט פאלגען דער 'צדיק', זאל מען זיך אפלערנען פון די ראש הקנאים וואס זאגט להדיא נישט אזוי
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5985
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2212 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5675 מאל

הודעהדורך נאטירליך » מאנטאג נאוועמבער 21, 2016 11:46 am

העליכע ווערטער ייש"כ ליטוואק, עס איז אזא קלארע מהלך, און אזוי וויכטיג צו וויסן.
נאטירליך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 156
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 05, 2015 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 775 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 114 מאל

הודעהדורך ריכטיג » מיטוואך דעצעמבער 28, 2016 12:59 pm

איך ברענג ארויס א נקודה, ביטע פרואווט עס צו פארשטיין, און נאכדעם קענט איר זיך דינגען. (קרעדיט: @ירא שמים)
באניצער אוואטאר
ריכטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1892
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 1527 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1431 מאל

הודעהדורך אישתישבי » זונטאג יאנואר 01, 2017 1:18 am

זעהט אויס ווי ער האט געקענט דער סאטמארער רבי זי"ע.

צאו לך בעקבי הצאן.
אישתישבי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 618
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 2:52 pm

איך האב יעצט געזען אז דער געדאנק פון הרב יעקב אמדין, זאגט אויך ריעו(!) הרב יונתן אייבשיטץ.

קוקט'ס דא אין די מאמר פון הרב אליעזר בראדט וואס ער ברענגט פון א צענזארירטע בריוו און האט'ס הנאה.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5985
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2212 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5675 מאל

Re: מטפחת סופרים - להגאון ר' יעקב עמדין

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג מאי 16, 2017 6:06 am

מסתמא דער באקאנסטע מאמר אין זהר איז דאס וואס מ׳זאגט איבער אום ל"ג בעומר "מאן פני האדון ה׳ דא רשב"י׳.
דא האט איהר א קאפי פון מטפחת ספרים דערויף.
בילד

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5985
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2212 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5675 מאל

הודעהדורך אישתישבי » דאנערשטאג מאי 18, 2017 6:04 pm

עס איז דא אסאך בעסערע ספרים אויף קדמות הזוהר ווי דער יעב"ץ, דער חילוק איז אז דער יעב"ץ איז פין אונזערע וואס האט נישט געוואגט צו האבען א מסקנה ווי די אנדערע.

רעיא מהימנא איז אויף מצוות, דער גאנצע איידיע פין א מנין המצות איז פין די ראשונים, אז תנאים זאלען האבען געציילט מצוות און אייביג צוטרעפן צו איין שיטה פין די ראשונים, וואס כידוע גייט דער רעיא מהימנא אייביג לויט איין שיטה, כ'דענק נישט יעצט וועלכע, און טענה'ן אז דער רעיא מהימנא איז אלט, איז סתם עקשנות.

בכלל איז דער זוהר א אסיפה פין 24 ספרים, מען קען נישט דן זיין איין ספר לויט די אנדערע.

דער זאך וואס איז אינטרעסאנט איז, אז דער קאמארנער שרייבט אויך אז דער תיקונים איז פין די ראשונים וואס האבען זיך מדבק געווען אין די נשמות און געזאגט זאכען בשמם. און דאס איז פין א ריכטיגער משלנו.

מען קען זאגען אז דער וואס האט א "פראבלעם" מיט דעם אז זוהר איז נישט אלט וכו', איז עס ווייל ער גלייבט אין קבלה אבער האט נישט קיין מושג וואס דאס איז און וויאזוי דאס האט זיך פארמירט אמאהל, ווערסעס וויאזוי עס איז היינט געווארן א לימוד ווי גמרא.

זוהר איז געוועהן מער א דביקות לימוד ווי א לימוד לשם פלפול ווי עס איז היינט.

לגבי דביקות איז נישט קיין נפק"מ צו דער אמר ר' שמעון איז פין ר' שמעון אליין אדער פין א ראשון וואס ר' שמעון האט זיך מגלה געווען צו אים און אים געזאגט.

טאקע דער קאמארנער שרייבט שמעתי פין דער בעל שם טוב ווייל פאר אים איז נישט געוועהן א חילוק.
אישתישבי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 618
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל

הודעהדורך ריכטיג » דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:21 pm

הרב קורמן דרוקט זיך אויס אויף א פלאץ אז ער האט געלייענט אלע טענות וואס ס'איז דא אויף קדמות הזוהר, און אלע טענות פון די היינטיגע חוקרים זענען אדער שוואך אדער האט די יעב"ץ זיי שוין מקדים געווען.
איך ברענג ארויס א נקודה, ביטע פרואווט עס צו פארשטיין, און נאכדעם קענט איר זיך דינגען. (קרעדיט: @ירא שמים)
באניצער אוואטאר
ריכטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1892
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 1527 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1431 מאל

הודעהדורך אישתישבי » דינסטאג יוני 13, 2017 8:29 am

דאס אז דער יעבץ פרעגט עס שוין מאכט נישט די קשיות שוואכער.

און עס איז נישט אמת.

די "היינטיגע" חוקרים טענה'ן אז דער שרייבר פין זוהר ווען ער לייגט אראפ מעשיות וואס זענען געשעהן ווען די תנאים זענען געגאנגען שפאצירען, זענען נישט געיאגראפיש לויט די געיאגראפיע פין די פלעצער אין ארץ ישראל.

דער טענה למשל שטייט נישט אין יעב"ץ.
אישתישבי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 618
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל


גיי צוריק ספרים און ביכער

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט