חיים גראדע און זיינע ערציילונגען

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק

חיים גראדע און זיינע ערציילונגען

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג יולי 01, 2019 12:22 am

דער גרויסער און בארימטער שרייבער אויף אידיש, חיים גראדע. (געבוירן אין שנת תר"ס/1910. געשטארבן תשמ"ב/1982). איז אריגינאל געווען א ישיבה בחור. זאגאר א תלמיד פון חזון איש...! ער איז שפעטער נחמץ געווארן. מכח כמה סיבות וטעמים. איינס. הויפטזעכליך. ווייל ער איז געווען א יתום. און די קהילה וואו ער איז געבוירן האט מזלזל געווען אין איהם. ער האט אבער געהאט אן אויסערגעוויינליכן טאלאנט אראפצולייגן א מעשה מיט אלע פרטים. אזוי פונקטליך אז דער וואס ליינט עס קען מיינען אז ער שטייט דארט אוואו די סצענע שפיעלט זיך אפ פאר זיינע אויגן...!

ער האט געשריבן אפשר צען ביכער. איך האב נישט געליינט אלע. אבער א טייל, יא. איך ווילל דא מאכן א שטיקל סך הכול פון 2 פון זיינע ביכער. און די מעשיות אין וועלכע זיי זענען צוטיילט...!

די ערשטע בוך הייסט..."די קלויז און די גאס"...אין דעם בוך זענען דא 4 באזונדערע מעשיות...1) זיידעס און אייניקלאך . אין די מעשה פארציילט ער וויאזוי א פאר עלטערע אידן, געוועזענע סוחרים וועלכע האבן שוין ריטייערט. און איבערגעגעבן די ביזנעס פאר זייערע קינדער. און זיי זענען אפגעזיצן אין ביהמ"ד. נאר זיי האבן נישט געהאט די זכי' צו לערנען מיט זייערע אייגענע אייניקלעך. ווייל זייערע דערוואקסענע קינדער זענען שוין אראפ פונ'ם אידישן דרך. ביז ס'האטציך געמאכט א געלעגנהייט אין מיטן ווינטער ווען ס'איז געווען זייער שטארק קאלט אין די אידישע שול (נישט א ת"ת) און די שול איז געווען פארשפארט. האבן א טייל פון די קינדער פארבלאנדזשעט אין ביהמ"ד. די אלטע אידן האבן זיך זייער שטארק געפרייט צו די קינדער. זיי האבן זיי געגעבן צוקערלעך און לעקעך אז זיי זאללן וועללן ווייטער קומען און לערנען. די זקנים האבן זיי אויסגעלערנט אל"ף בי"ת און עברי. וואס מ'האט נישט געלערנט אין זייער שול...!
ער באשרייבט די ירידת הדורות פון די עיר ואם בישראל ווילנא. וואס מ'האט אמאל גערופן ירושלים ד'ליטא...!

2) די צווייטע מעשה הייסט לייבע לייזער'ס הויף. דא באשרייבט ער אלע איינוואוינערס און אנדערע כאראקטערן וועלכע האבן זיך געדרייט אין דעם הויף. און די הייזער ארום...!
ועוד חזון למועד. ווי מיר וועללן פארציילן די אלע אינטרעסאנטע מעשיות מער בפרטיות...!
המשך יבוא, אי"ה.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12978
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8287 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג יולי 01, 2019 4:08 pm

המשך פון פריער: אין די 2'טע מעשה פארציילט ער אויך איבער דעם הויף. לייבע לייזער'ס הויף. און די פארשידענע כאראקטערן צווישן איהרע איינוואוינערס. דארט האבן געוואוינט בערך 40 משפחות. דאס ענגשאפט איז געווען זייער גרויס. מענטשן האבן געוואוינט וואו מ'האט נאר געקענט. אויף בוידעמס. און אין קעלערס. (בעיסמענט, בלע"ז).

ער (ח.ג.) שילדערט נאר די הויפט כאראקטערן וועלכע וועללן שפעטער שפילן א ראלע אין זיין פארציילונג...!

דער ערשטער און די מערסט אנגעזעהענער איז ר' יואל וויינטרויב מיט זיין רביצין , הינדעלע. וועלכער איז אריבערגעקומען קיין ווילנא פון א קליין שטעטעלע, זאסקעוויטש. פארשטייצעך. אז ר' יואל'ן קענמען טרעפן אין ביהמ"ד. וואו ער זיצט און לערנט א גאנצן טאג ביז מנחה-מעריב. ווען די בעלי בתים פון זיין שטעטל זאסקעוויטש האבן געפרעגט ביי איהם פארוואס ער לאזט זיי איבער. ער האט דאך נישט געהאט קין שום מחלוקת מיט א בעה"ב אדער אן אנדער'ן קעגנערישן צד. האט ער זיי געענטפערט. אז ווען אן ארימער קצב קומט צו איהם פרעגן א שאלה אויף א בהמה און די שאלה איז טרייף. אדער ווען אן ארימע אידענע קומט פרעגן א שאלה אויף א הינדל. האט ער נישט קיין הארץ צו זאגן אז ס'איז טרייף. אדער אסור.ס'איז דאך אבער אסור. וואס טוט מען? דאס פארשאפט איהם הארץ ווייטאג. זאלל א צווייטער זאגן אז מ'טאר נישט...! דעריבער האט ער זיך אפגעזאגט פון רבנות...!

אויסער ר' יואל געפונט זיך אין ביהמ"ד נאך א איד. ר' חזקיה דער שלאסער. ער איז א מייסטער שלאסער. און ווער ס'וויל האבן א שטיקל פאכמענישע ארבעט רופט ר' חזקיה טייטלבוים. פון נאך מנחה פארבלייבט ער שוין אין ביהמ"ד. און אינדערפריה פארבלייבט ער נאך שחרית ביז שפעט. און א סאך מאל. אויפ'ן וועג צוריק פון אן ארבעט פארבלאנדזשעט ער אין ביהמ"ד. און פארבלייבט שוין דארט ביז מנחה ווען ער פארטיפט זיך א ספר. און פארגעסט צוריקצוגיין צו די ארבעט. (שפעטער עמיר אריינגיין מער בפרטיות אין לעבן פון ר' חזקיה. און וואספארא מחותן ער איז דא אהער צו די מעשה)...!

ר' חזקיה טייטלבוים דער שלאסער האט 3 טעכטער. די עלטסטע איז מלכה. זי איז א גרושה. די מיטלסטע הייסט סעריל. די אינגסטע איז איטקע. זי וועט שפיעלן א הויפט ראלע אין די געשיכטע.

נאך א כאראקטער וועלכער איז געקומען זיך באזעצן אין לייבע לייזער'ס הויף איז פלטיאל שקלאר. אויך פון די שטעטל זאסקעוויטש. ער איז א סאדאווניק.(פארמער/גוט באזיצער?)...!

משה'לע און נחמה'לע מונוואס זענען אויכעט איינוואוינערס אין לייבע לייזער'ס הויף. זיי וועללן שפיעלן א הויפט ראלע אין די דראמאטישע געשיכטע וואס וועט זיך אפשפיעלן...המשך יבוא, אי"ה
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12978
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8287 מאל

Re: חיים גראדע און זיינע ערציילונגען

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יולי 01, 2019 5:35 pm

חיים גראדה׳ס גרעסטע כח איז זיין כאראקטערן. ער קען שילדערן א קאמישע מיש פון פאתוס, גרימצארן, שלימאזלאנות, חכמה און טיכטיגקייט אין איין מענטש, און קיינער פון זיין כאראקטערן איז נישט דומה צו א צווייטען.

נישט אלע זיין ביכער זענען אוועילעבל, אבער דער וואס איז זוכה צו כאפען א בליק אין איינער פון זיי, וועט שטארק הנאה האבען.

נ.ב. עס דוכט זיך אז ער האט שוין אן אשכול ערגעץ אין שטיבל, אונטער אנשי שם
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8444
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7916 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג יולי 01, 2019 8:27 pm

ליטוואק פון בודאפעסט: ייש"כ פאר מרחיב זיין את הדיבור איבער דעם גרויסן שרייבער חיים גראדע. איך האב געזוכט דעם אשכול (אדער עטליכע אשכולות) איך האב עס נאר נישט געטראפן. איך האב געזוכט ביי אנשי שם. אויך ביי ספרים און ביכער... !

איינס פון די מעלות פון זיין שרייבן איז אז ווען ער שרייבט איבער אידישע זאכן שרייבט ער קיינמאל נישט קיין עם הארצות. ווייל, זייענדיג א ישיבה בחור קומט ער דאך ..."פון דארט"...! נישט אזוי ווי א טייל אידיש שרייבער וועלכע ווערן פארלוירן ווען זיי דארפן באשרייבן דיטעילס פון ביהמ"ד אדער גמרא...!

דער צווייטער גרויסער אידיש שרייבער אייזיק באשעוויס (בת שבע'ס) זינגער איז געווען א זון פון א רב. אבער ס'זעהט אויס איז ער געווען א ..."מאמא'ס באי"... ער האט אויך געשריבן אונטער א צווייטן נאמען. יצחק ווארשאווסקי. דארט האט ער זיך ערלויבט צו שרייבן שרעקליכע ניבול פה. איך האב קיינמאל נישט געהאט קיין סימפאטיע פאר איהם. און זיין שרייבן...!

חיים גראדע'ס ווייב האטציך טאקע באקלאגט ווען דער אנדערער האט באקומען דעם נאבעל פרייז פאר ליטעראטור. אז דער פרייז וואלט באמת געדארפט גיין צו איהר מאן. איך בין מסכים מיט איהר. חיים גראדע'ס שרייבן האט עפעס א מין ווארעמקייט אין זיך. וואס מ'טרעפט כמעט נישט ביי די אנדערע שרייבער...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12978
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8287 מאל

Re: חיים גראדע און זיינע ערציילונגען

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יולי 01, 2019 8:39 pm

זינגער האט א שלעכטע שמוציגע אויג, ער קען נעשט אנקוקען א זאך אן צו משפט׳ן, און נאך דעם מאכט ער חוזק. גראדה ברענגט דיר א מענטש כמו שהוא, מעלות, טשיקאווקייטען און חסרונות אינאיינעם. און ער איז טאקע אסאך מער קאלירפול.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8444
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7916 מאל

Re: חיים גראדע און זיינע ערציילונגען

הודעהדורך יהודי פשוט » מאנטאג יולי 01, 2019 11:03 pm

berlbalaguleh האט געשריבן:איך האב געזוכט דעם אשכול (אדער עטליכע אשכולות) איך האב עס נאר נישט געטראפן. איך האב געזוכט ביי אנשי שם. אויך ביי ספרים און ביכער... !


viewtopic.php?t=8325

viewtopic.php?t=8108
איך בין א נער און איך גלייב!!!
באניצער אוואטאר
יהודי פשוט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 578
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 10:00 pm
האט שוין געלייקט: 339 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 357 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג יולי 02, 2019 12:55 am

יהודי פשוט: ייש"כ. וואס זאלל איך אבער יעצט טון?!פארמאכן דעם אשכול? ועוד. די אנדערע צוויי אשכולות האבן באשריבן דעם חזון איש אלס רבי פון חיים גראדע. דער איצטיגער אשכול באציעט זיך הויפטזעכליך צו די געשיכטעס וואס ער האט פארציילט/געשריבן...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12978
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8287 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג יולי 02, 2019 1:46 pm

המשך פון פריער: די דריטע מעשה:די שבועה...!

מיר וועללן זיך בלי"נ צוריקקערן צו באשרייבן די כאראקטערן און הויפט שפילערס פון די ערשטע 2 מעשיות מער בפרטיות.נאר צוערשט וועללן מיר באשרייבן די מענטשן וועלכע האבן געשפיעלט א ראלע אין די דריטע מעשה וואס חיים גראדע האט פארציילט/געשריבן...!

דער תבואה סוחר און אייגנטומער פון א גרויסע געמויערטע הויז. ר' שלמה זלמן ראפאפארט. און זיין ווייב בזיווג שני, בת שבע...!

זיין בן יחיד, גבריאל

דער אייגנטומער פון א שפייז קראם (גראסערי) ר' אברהם אבא זעליקמאן. אדער ווי מ'האט איהם גערופן..."דער געג'טער רב"...!

דער סוחר ר' שלמה זלמן ראפאפארט האט געשפירט אז זיינע טעג זענען געציילטע. האט ער אריינגערופן זיין איינציגן זון גבריאל. און פארלאנגט פון איהם א שבועה אז נאך זיין טויט וועט ער איבערלאזן דעם אוניווערזיטעט. און זיך נעמען לערנען גמרא מיט תוספות און פוסקים. און ווערן א רב. זיין רבי האט געדארפט צו זיין ר' אברהם אבא זעליקמאן. דער געגט'ער רב...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12978
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8287 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג יולי 02, 2019 9:48 pm

המשך פון פריער...!
יענעם נאכמיטאג האט זיך דער שכיב מרע ר' שלמה זלמן ראפאפארט געפיהלט א ביסל בעסער. ער האט נישט געהאט קיין יסורים אין די ברוסט. זיי האבן זיך צוביסלעך ארויסגעשארט אין צווייטן צימער. זיי אלע 3 האבן געכאפט א לייכטן דרימל. וואס זיי האבן נישט געטון אין די פארגאנגענע 2 וואכן. זייט ר' שלמה זלמן האט געכאפט די הארץ אטאקע. ווען זיי האבן זיך אויפגעוועקט איז די מאמע בת שבע געגאנגען אין צימער פון טאטן זעהן וואס ער טוט. האט זי באמערקט אז די בארד הענגט איהם אראפ. און זיין מויל איז אפן. זי האט תיכף באמערקט אז ער לעבט שוין נישט...!

צומארגנס פארמיטאג איז פארגעקומען די גרויסע לויה. ס'האבן זיך באטייליגט ביי די לויה מענטשן פון אלע קרייזן. חסידים. לעכעוויטשער. קוידענאווער און ליובאוויטשער. ווייל ר' שלמה זלמן אליינס האט געשטאמט פון רוסלאנד. פון א חסיד'ישע משפחה. אויך געשעפטסלייט. און בעלי בתים פון גרויסע הייזער. אויך אפטייקערס און דאקטוירים. ר' שלמה זלמן איז געווען אויסגעקאכט מיט אלעמען. ער האט געהאנדלט מיט יעדן. ער האט געהאט פארצווייגטע געשעפטן.

ר' אברהם אבא זעליקמאן האט געשטאמט פון די שטאט קיבארט. וואו ער האט געלערנט אין די שטאטישע תלמוד תורה. (אזוי האט מען גערופן די שטאטישע ישיבה.). ווען ער איז נאך געווען א יונגערמאן גלייך נאך די חתונה. און ס'האט אויסגעבראכן די רוסיש-פרייסישע מלחמה. און דער צאר ניקאליי האט פארטריבן די אידן פון פרייסן. זענען זיין שווער און שוויגער שטעקן געבליבן אין די שטאט קיבארט. און ער מיט זיין ווייב זענען אנטלאפן קיין ווילנע. זייענדיג א גרויסער תלמיד חכם האבן די בעלי בתים פון די שטאט אויסגעהאלטן איהם מיט נאך ערליכע אידן תלמידי חכמים. שפעטער, ווען דאס ענגשאפט און ארימקייט איז געווארן זייער גרויס, האטציך אויפגעהערט די תמיכה. האט ר' אברהם אבא מיט זיין ווייב געטראכט צוריקצוגיין קיין קיבארט. אבער זיי זענען צום סוף געבליבן וואוינען אין ווילנא. וועגן פרנסה. האט זיין ווייב האדל געזאגט אז זי וועט אויפמאכן א געשעפט און נעמען האנדלען זי איז געווען א געניטע סוחר'טע. יעצט האט ר' אברהם אבא זיך געשטעלט צו א נייעם תפקיד. ער איז געווארן דער משגיח אויף זיין ווייב. ער האט אויפגעפאסט אז זי זאלל נישט געבן ווייניגער אין געוויכט. אדער ארויפציען די פרייזן. אויך האט ער געגעבן אויף בארג פאר א יעדן. אפילו מענטשן וועם ער האט נישט געקענט.ער האט געטנה'ט אז אין אזא צייט דארף מען געבן אויף בארג פאר א יעדן.זיין ווייב הא עס שוין מער נישט געקענט אויסהאלטן. האט זי זיך געקריעגט מיט'ן מאן שטענדיג. בייטאג אין געשעפט. און ביינאכט אין שטוב. זי איז איהם אפילו נאכגעלאפן אין קלויז. ביז ר' אברהם אבא האט איהר געזאגט אז אויב זי וויל וועט ער איהר געבן א גט. ווייל דאמאלס וועט זי שוין נישט זיין זיין ווייב. און ער וועט נישט טראגן אחריות פאר איהר...!

וויאזוי ס'איז צושטאנד געקומען אז דער סטודענט גבריאל ראפאפארט האט געמאכט א שיעור מיט ר' אברהם אבא זעליקמאן...? אין די קומענדיגע פארזעצונג, אי"ה...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12978
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8287 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » פרייטאג יולי 05, 2019 4:53 pm

המשך פון פריער:
ס'איז שוין אריבער 3 חדשים זייט גבריאל'ס טאטע ר' שלמה זלמן ראפאפארט איז געשטארבן. זיין מאמע האט איהם געהאלטן אין איין דערמאנען אז ער זאלל איינהאלטן זיין צוזאג צום טאטן. און גבריאל לערנט שוין מיט ר' אברהם אבא זעליקמאן. זיי לערנען אין דעם האלב טונקלן ביהמ"ד. ר' אברהם אבא לערנט די גמ' מסכת חולין. אויך טור און בית יוסף. גבריאל זאגט איבער גאנצע סעיפים אין שו"ע . און דעם ..."פנים" ..."... (לאמיר זעהן ווער ווייסט וואס דער "פנים") איז...?! חיים גראדע האט עס יא געוואוסט .) אויף אויסנווייניג בעת ר' אברהם אבא צונעמט די גאנצע סוגיא. גבריאל איז געווארן לאנגווייליג. (באורד) און ער האט אנגעהויבן טראכטן. וואס האט ער דא געטון? ער האט אוועקגעווארפן א קאריערע און ער לערנט מסכת חולין און יורה דיעה. וואס ווילל ער דען ווערן א שוחט אדער א רב...?! ווען ר' אברם אבא נעמט זיך רעדן פארדביקה'ט איבער דעם השתלשלות פון קבלת התורה. נעמט זיך גבריאל לאכן הויך אויפ'ן קול. און ער זאגט..."איך האב עס שוין געהערט צענדליגער מאל. אוי. איהר רעדט צו מיר ווי גלייך ס'וואלט דא געשטאנען א אידענע מיט א שאלה. ניין. צען אידענעס. און גבריאל האט זיך גענומען טענה'ן מיט זיין רבי'ן אז ער פארשטייט נישט פארוואס זיין טאטע האט איהם נישט געלאזט פארזעצן צו גיין אין אוניווערזיטעט. וואו ער האט געלערנט אגראנאמיע. ווי גלייך זיין רבי איז דא דער שולדיגער. האט איהם ר' אברהם אבא געזאגט אז אמאליגע צייטן זענען טאקע די מענטשן געווארן נאנטער צום באשעפער ווען זיי זענען געווען ערד ארבעטער און פאסטוכער. אבער היינטיגע צייטן זענען די ערד ארבעטער דערווייטערט פון בורא עולם...!

גבריאל געט זיך א רוף אן אז ער האט היינט נישט קיין געדולד צו לערנען. און ער האט געזאגט פאר זיין רעבי'ן אז ער ווילל גיין אהיים. ווען ער איז ארויס, האט זיין רבי אנגעהויבן איבערצוטראכטן און חרטה האבן פארוואס ער האט צוגעזאגט פאר ר' שלמה זלמן אז ער וועט לערנען מיט זיין בן יחיד...!

אויך גבריאל ווען ער איז ארויס אויף די הויפט גאס האט ער געזעהן א גרופ פון ספארטלער אנגעטון מיט קורצע הויזן און דיקע זאקן מיט רוקזעק אויף די פלייצעס וועלכע זענען נארוואס צוריקגעקומען פון קריכן אויף די בערג און הינטערשטאטישע וועגן. איז ער געווארן פול מיט קנאה אויף זיי.
המשך יבוא, אי"ה
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12978
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8287 מאל


גיי צוריק ספרים און ביכער

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט