אלגעמיינע ביכער צום ליינען

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יאנואר 29, 2019 2:43 pm

איך האב יעצט לעבן מיין בעט א בוך, מיט'ן נאמען the center cannot hold פון איינער Elyn Saks א פראפעסאר אין סאוטה קאראליינא. זי איז גאר א קלוגע געלונגענע פרוי, וואס ליידט פון Psychosis און זי באשרייבט איר איבערלעבעניש פון אינעווייניג, וויאזוי זי איז געווארען משוגע, וויאזוי מ'האט איר באהאנדעלט, וויאזוי זי האט געפילט בשעת יעדער טריט פון איר איבערלעבעניש, און וואס זי האט געוואלט מיט איר משוגעת'ן.

טאמער איינער מוטשעט זיך מיט אזא איינער אין זיין משפחה, איז עס ראטזאם אז מ'זאל ליינען די בוך, כדי צו פארשטיין וואס זיי גיין אריבער. דער וואס האט נישט אזא איינער, מעג עס סתם אזוי ליינן, ווייל עס איז העכסט אינטרעסאנט.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8730
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3047 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8198 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » מאנטאג פעברואר 25, 2019 10:54 pm

יעצט גענדיגט Educated. אומגלויבליך. כ'האב אזא מאכטפולער בוך נאך מעודי נישט געליינט.

ס'איז אויף א שארט-ליסט צו ווערן דער דריטער בוך וואס כ'האב איבערגעליינט א צווייטע מאל.

An unforgettable memoir about a young girl who, kept out of school, leaves her survivalist family and goes on to earn a PhD from Cambridge University

Born to survivalists in the mountains of Idaho, Tara Westover was seventeen the first time she set foot in a classroom. Her family was so isolated from mainstream society that there was no one to ensure the children received an education, and no one to intervene when one of Tara’s older brothers became violent. When another brother got himself into college, Tara decided to try a new kind of life. Her quest for knowledge transformed her, taking her over oceans and across continents, to Harvard and to Cambridge University. Only then would she wonder if she’d traveled too far, if there was still a way home.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3621
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7112 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7164 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך מערץ 06, 2019 11:34 am

איך האב יעצט געענדיגט ליינען א בוך Proof of Heaven פון איינער א ניורא דאקטאר עבען אלכסנדר.
די נאמען פון די בוך איז אביסל פארפירעריש, ווייל ער ברענגט גאר א שוואכען ראיה צום עגזיסטענץ פון הימל אין זיין בוך. עס איז אבער זייער זייער אינטרעסאנט געווען פאר מיר, וואס איך גלויב סייווי אין דער עגזיסטענץ פון העווען.
יענער איז א ניורא-דאקטאר, וואס האט געוואוסט אז אלס אין דער וועלט פאסירט ארום די באוואוסטזיין פון א מענטשן. א חלום מיינט זיין קאפ ארבעט אויף עפעס, און א געפיל איז עפעס וואס האט מיט די קאפ פון א מענטשן. ביז איין טאג האט ער אליינס געליטען פון א שווערע מחלה, און ער איז געווען אין א קאומא. זיין קאפ האט נישט געארבעט קיין כי הוא זה נישט, אלע טעסטן האבען געוויזען אז גארנישט רירט זיך נישט דארט. און פון דעסטוועגען האט ער געהאט דעמאלס אן ערפארונג וואס ווערט נישט געשילדערט אין נארמאלע ווערטער. ווען ער איז ארויס פון די צרה, האט ער קודם אפגעשריבען זיין זכרונות, און דערנאך געליינט אנדערע געשיכטעס אין דער געביט, און ער האט איינגעזען אז עס איז זייער ענליך. זיין קאפ האט בכלל נישט געארבעט, ממילא קען מען נישט זאגען אז עס קומט פון זיין אייגענעם מוח. און פון דעסטוועגן האט ער געהאט מחשבות און געפילען. (גאר א שוואכע ראיה. די טעסטס וואס מ'האט געמאכט זענען גענצליך? ווער זאגט? אפשר זענען די מעסטערס דא שולדיג, און מיט די צייט וועט מען קענען מעסטן די באוועגונגן פון מח אנדערש?) אבער דער איבערלעבעניש זיינער איז געווען זייער הימליש, און עס גיבט אונז א בליק אויף די וועלט פון ווייטער פון אונזער קאנטשעסנעס.

דער בוך איז וויכטיג, ווייל דער שרייבער איז נישט קיין רעליגיעזער גלויביגער, וואס זוכט ראיות צו זיך. דער איבערלעבעניש זיינער איז געווען אין קעגענזאץ צו זיין גאנצע חינוך אלס א דאקטאר און זיין חברים האבען עס נישט געקענט אויסהערן און אריין נעמען. עס איז אזא אמונה פון אינטואיציע, כדברי @יאיר ידידינו, וואס דער אינערליכע מציאות זיינער האט געשפירט די געוואלדיגע איינקייט פון דער בריאה און איהר באשעפער.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8730
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3047 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8198 מאל

הודעהדורך וואלווי » מיטוואך מערץ 06, 2019 1:29 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך האב יעצט געענדיגט ליינען א בוך Proof of Heaven פון איינער א ניורא דאקטאר עבען אלכסנדר.
די נאמען פון די בוך איז אביסל פארפירעריש, ווייל ער ברענגט גאר א שוואכען ראיה צום עגזיסטענץ פון הימל אין זיין בוך. עס איז אבער זייער זייער אינטרעסאנט געווען פאר מיר, וואס איך גלויב סייווי אין דער עגזיסטענץ פון העווען.
יענער איז א ניורא-דאקטאר, וואס האט געוואוסט אז אלס אין דער וועלט פאסירט ארום די באוואוסטזיין פון א מענטשן. א חלום מיינט זיין קאפ ארבעט אויף עפעס, און א געפיל איז עפעס וואס האט מיט די קאפ פון א מענטשן. ביז איין טאג האט ער אליינס געליטען פון א שווערע מחלה, און ער איז געווען אין א קאומא. זיין קאפ האט נישט געארבעט קיין כי הוא זה נישט, אלע טעסטן האבען געוויזען אז גארנישט רירט זיך נישט דארט. און פון דעסטוועגען האט ער געהאט דעמאלס אן ערפארונג וואס ווערט נישט געשילדערט אין נארמאלע ווערטער. ווען ער איז ארויס פון די צרה, האט ער קודם אפגעשריבען זיין זכרונות, און דערנאך געליינט אנדערע געשיכטעס אין דער געביט, און ער האט איינגעזען אז עס איז זייער ענליך. זיין קאפ האט בכלל נישט געארבעט, ממילא קען מען נישט זאגען אז עס קומט פון זיין אייגענעם מוח. און פון דעסטוועגן האט ער געהאט מחשבות און געפילען. (גאר א שוואכע ראיה. די טעסטס וואס מ'האט געמאכט זענען גענצליך? ווער זאגט? אפשר זענען די מעסטערס דא שולדיג, און מיט די צייט וועט מען קענען מעסטן די באוועגונגן פון מח אנדערש?) אבער דער איבערלעבעניש זיינער איז געווען זייער הימליש, און עס גיבט אונז א בליק אויף די וועלט פון ווייטער פון אונזער קאנטשעסנעס.

דער בוך איז וויכטיג, ווייל דער שרייבער איז נישט קיין רעליגיעזער גלויביגער, וואס זוכט ראיות צו זיך. דער איבערלעבעניש זיינער איז געווען אין קעגענזאץ צו זיין גאנצע חינוך אלס א דאקטאר און זיין חברים האבען עס נישט געקענט אויסהערן און אריין נעמען. עס איז אזא אמונה פון אינטואיציע, כדברי @יאיר ידידינו, וואס דער אינערליכע מציאות זיינער האט געשפירט די געוואלדיגע איינקייט פון דער בריאה און איהר באשעפער.


ס'איז אן autobiography סטייל בוך פון אלגעמיינע עקספיריענס אין נוראלאג'י, אדער מער case studies סארט?
.Weed: you dont dream. You are the dream
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2297
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2997 מאל

Re: אלגעמיינע ביכער צום ליינען

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך מערץ 06, 2019 1:43 pm

א פערזענליכע איבערלעבעניש, נישט קיין שטודיע און נישט קיין אלגעמיינע באשרייבונג פון זיין לעבן (נאר בקוצר אמרים). דער עיקר איז די איבערלעבעניש וואס ער האט געהאט

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8730
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3047 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8198 מאל

הודעהדורך חתן בחור » מיטוואך מערץ 06, 2019 8:54 pm

ס׳איז דא א וועבזייט וואס האט טויזענטער, טויזענטער אודיא-ביכער וואס מ׳קען דאונלאודען אומזיסט. זיי מאכן די דאונלאוד זאל ארבייטען שטאט און בעטן געלט פאר פול ספיד, אבער ס׳דאונלאוד זיך סוכ״ס.

די שאלה איז צו קען מען דא פאוסטען אזעלכע וועבזייטס?
השמים שמים לה׳ והארץ נתן לבני אדם. בעט נישט פון גאט קיין עצות, ער וויל זעהן וואס די גייסט טוהן.
באניצער אוואטאר
חתן בחור
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 145
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 10:14 pm
האט שוין געלייקט: 170 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 72 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » מיטוואך יולי 17, 2019 5:58 pm

נאדיר! ליין!

(קינדל מהדורה איז נאך בחינם אויך, מיט פריים.)

ניין, כ'גיי נישט מסביר זיין פארוואס. האסט געבעטן א רעקאמענדאציע? האסטו.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3621
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7112 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7164 מאל

הודעהדורך חכימא » דאנערשטאג יולי 25, 2019 6:10 pm

מיר האלטן אינמיטן "החרדים" פון אמנון לוי.

זייער אינטרעסאנט צו זעהן ווי מיר קוקן אויס פון די פערספעקטיווע פון א אאוטסיידער.

הגם, ער איז גאנץ סארקאסטיש אויף אונזער חשבון, דאך פרובירט ער זיך צו האלטן אביעקטיוו ווי ווייט מעגליך.
ודי לחכימא ברמיזא
באניצער אוואטאר
חכימא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 57
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 02, 2015 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 19 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 41 מאל

הודעהדורך חכימא » זונטאג אקטאבער 27, 2019 8:16 am

יעצט זענען מיר עוסק אין 'תיאום כוונות' פון חיים סבתו.

יום כיפור קריג פון די פערספעקטיווע פון א פרומע צה"ל זעלנער וואס איז געווארן רעקרוטירט גראד פון ביהמ"ד און ישיבה ארויס.

זייער א לייכטע געשמאקע שפראך - מיט א ספרדישע פיוט'דיגן סטייל.
ודי לחכימא ברמיזא
באניצער אוואטאר
חכימא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 57
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 02, 2015 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 19 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 41 מאל

הודעהדורך חכימא » דינסטאג נאוועמבער 19, 2019 8:37 pm

נארוואס אויסגעליינט דעם "לנין לא גר פה יותר" פון אורי אבנרי.
ודי לחכימא ברמיזא
באניצער אוואטאר
חכימא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 57
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 02, 2015 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 19 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 41 מאל

הודעהדורך חכימא » דינסטאג נאוועמבער 19, 2019 8:40 pm

ומתכיפין התחלה לסיום...

האלטן מיר אינמיטן The Shell-Seekers פון Rosamunde Pilcher
ודי לחכימא ברמיזא
באניצער אוואטאר
חכימא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 57
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 02, 2015 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 19 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 41 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק ספרים און ביכער

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט