ויכתב בספר זכרון לפני

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק

ויכתב בספר זכרון לפני

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יוני 19, 2020 11:42 am

איך האב שוין דערמאנט אז איך האב א חולשה פאר ספרי זכרונות פון מענטשן. א מענטש וואס גיבט א בליק אויף עפעס, אפילו פון זיין נגיעות, לייגט צו צום פארשטאנד פון דער וועלט. דער מענטש זאגט נישט קיין ליגענט, ער זאגט לכתחילה זיין אייגענע פערספעקטיוו.

אלזא, וויל איך דא ארום שמועסן געוויסע ביכער וואס איך האב באגעגענט אין מיין צייט.

איך האלט יעצט אין מיטן די בוך 'זכרונותי' פון הרב נחום שמריה ששונקין זצ"ל אב"ד באטום. ער האט ערשט געלערנט ביי הרב אלחנן וואסערמאן הי"ד אין אמציסלאוו, און דערנאך איז ער געפארן קיין ליובאוויטש און געווארן א תמים. עס איז אוועילעבל אויף אוצה"ח פאר דער וואס האט עס. איך וועל ברענגן מיין הערות מיט די צייט.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9337
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3218 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8856 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יוני 19, 2020 6:05 pm

די בוך 'זכרונותי' פון הרב ששונקין איז געשריבן מיט א געוואלדיגע פשטות, עפ"י רוב. ער דערציילט פשוט'ע פאקטן און ויסע ויבא ויאמר ויען, און קיין גרויסע שהיות.
נאך אן ענין איז, רוב ביכער וואס זענען געשריבן פון חב"ד, באשרייבן דער רבי רש"ב, אדער דער לעצטע רבי. דער ריי"צ איז נבלע בנעימת אחיו, מ'הערט נישט פון מענטשן וואס 'רבי' מיינט אים. אין די בוך איז ער דער צענטראלע רבי פון אלעם, הגם אז דער מחבר האט געלערנט אין תומכי תמימים ביים רש"ב.
עס הייבט אן מיט זיין יונגע יארן, ווי ער איז געגאנגן אין ישיבה. ער האט געלערנט ביי הרב אלחנן וואסערמאן הי"ד, און ער דערציילט שטריכן וויאזוי ער האט געפירט זיין ישיבה. ער שרייבט אויך וויאזוי ער איז אנגעקומן קיין ליובאוויטש. ער האט געזוכט א ישיבה, און ממאן געווען אין אנדערע ישיבות פאר פארשידענע סבות.
ווען ער איז אנגעקומן קיין ליובאוויטש רעדט ער שוין ווי א בראשור פאר מוסדות חב"ד, מיט פרטים און פרטי פרטים וויאזוי ליובאוויטש און תומכי תמימים זענען פשוט גן עדן. ער שילדערט די סדרי היום און די משפיעים. ער באשרייבט די משפיעים וואס זענען שוין באקאנט פון אנדערע שרייבערס, ווי ר' שילם און ר' גרונם און ר' משה בלינער, און וויאזוי זיי האבן געפירט זייער ארבעט. די שיטה פון די ישיבה איז אויך אויסגעשמועסט..
ער כיפערט די יארן צווישן זיין בחורישע יארן און זיין ווערן א רב, אבער דערנאך דערציילט ער מיט פרטי פרטים וויאזוי ער איז געגאנגן קיין גרוזיה און וואס ער האט געמוזט אלס דארט טון פאר אידישקייט, וויאזוי די מחלוקת'ן זענען דארט פארגעקומן ועוד. דארט איז עס ממש אינטרעסאנט צו זען וויאזוי פראבלעמן ווערן, און וויאזוי מ'לעזט זיי.
א גאר אינטרעסאנטע עפיזודה מוז מען דא אראפ ברענגן, עכ"פ אינטרעסאנט פאר מיר. אויף עמ' 128 דערציילט ער וויאזוי ער האט אנגעהויבן שרייבן גיטין דארט. יעדער מסדר גיטין אין דער וועלט, אשכנזי און ספרדי, באנוצט זיך מיט די ספר קב נקי פון דער ניקאלייעבער רב (א זיידע פון דער לעצטע ליובאוויטשער רבי). הרב ששונקין האט אבער נישט געהאט די ספר ביי זיך, האט ער געשריבן קיין יעקעטארינאסלאוו צו ר' לוי'ק דער ארטיגע רב, בעטענדיג א קאפי. ר' לוי'ק, אליינס אן אייניקעל פון דער מחבר, האט אים געזאגט אז ער דארף עס נישט, דירעקט פון שו"ע איז אויך גוט. דער וואס קען אביסל אין הל' גיטין וועט פארשטיין ווי אינטרעסאנט דאס איז.
ווען די שווערע צייטן האבן אנגעהויבן ביי אים, באשרייבט ער זיין פחד פון די רעגירונג. זאל דיר קיינער נישט איינרעדן אז מ'איז געגאנגן צו דער נ.ק.וו.ד. מיט א געהויבענעם קאפ און דער גאווה היהודית. מ'איז געגאנגן מיט פחד און שרעק, און ער האט זיך געוואלט זען אינדערויסן פון רוסלאנד וואס שנעלער.
זיי ברענגן פון ר' איטשע דער מתמיד (עמ' 181) וויאזוי עס איז געווען נמנו וגמרו, עפ"י עפעס א מעשה'לע, אז דער ריי"צ מוז זיין משיח אליינס. זעט זיך אויס מ'האט שוין דעמאלס אנגעהויבן מיט דער שטיק.
ער בארשייבט די ישיבה אין נעוול צוויי מאל, בעיקר אויף עמ' 187 און ווייטער.

המשך יבא בעז"ה
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9337
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3218 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8856 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג יוני 21, 2020 2:54 am

ליטוואק פון בודאפעסט: ס'איז זייער שטארק אינטרעסאנט דער ספר. כ'ווילל נאר מאכן א דרך אגב'דיגע הערה.

דו ברענגסט אז דער רב האט געשריבן צו ר' לויק'ן קיין יעקאטערינאסלאוו (כצ"ל) אז ער זאלל איהם שיקן דעם ספר קב נקי. ווייל ער שרייבט גיטין. האט איהם ר' לוי'ק געענטפערט אז ער דארף דאס נישט. און ער קען שרייבן פון שולחן ערוך ארויס.

הגם אונז האמיר א כלל אז מ'פרעגט נישט קיין קושיות אויף א מעשה. ווייסיך אבער פאר א פאקט אז דער ספר קב נקי איז יא לעבנסוויכטיג פאר א סופר וואס שרייבט גיטין. כדי צו שרייבן א כשר'ן גט וועלכער זאלל זיין ריכטיג געשריבן. אן קיין שאלות ועירעורים.!

מיין טאטע ע"ה איז געווען א סופר. ער האט געהאט דעם ספר אויפ'ן טיש. איך געדענק אלס יונגל ווען איך האב אריינגעקוקט אין דעם ספר האביך צו מיין באוואונדערונג געזעהן די פארשידענע וואריאציעס פון פשוט'ע נעמען פון מענער. און נאכמער פון פרויען.

דער מחבר פון דעם ספר צונעמט אויף קליינע פרטים די פארשידענע וואריאציעס. און וועלכע זענען יא כשר להלכה. און וועלכע זענען חששות'דיג. ס'הייסט. אויב מ'רופט דעם מענטש אזוי. און מ'האט געשריבן א ביסל אנדערש. אויב ס'הייסט נאך כשר להלכה אדער נישט...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך berlbalaguleh אום זונטאג יוני 21, 2020 1:20 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13828
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 15752 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8931 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יוני 21, 2020 4:54 am

א וודאי אזוי. איך האב נישט ריכטיג נאכגעברעהגט. הרב ששונקין האט נישט געוואלט מסדר זיין אן די ספר, און ממילא בצר לו האט ער געבעטן א קאפפי ביי ר׳ לוי׳ק. ר׳ לוי׳ק האט זעט זיך אויס נישט געהאט צו שיקן, און ער האט אים מנחם געווען אז ער קען פון שו״ע אויך, בדיעבד.
איך פארשטיי נישט אפילו בדיעבד וויאזוי מ׳קען דאס טון. למשל, מ׳ליינט דאך די גט איידער און נאכ׳ן געבן די גט. וויאזוי פינטלט מען יעדער ווארט?
פאר די שמות פון די מענער און פרויען זענען דא אנדערע ספרים אויך, און מסתבר איז אז אין די לענדער ווי הרב ששונקין האט געוואוינט, וואלט דער קב נקי׳ס רשימה ווייניגער געהאלפן, אזוי ווי דאהי אין אמעריקא, ווי מ׳נוצט געווענדליך די רשימה פון דער RCA פאר די ענגלישע נעמן.
מ׳דארף אבער נאכאמאל געדענקן אז די מצב דארט איז געווען א שטארקן בדיעבד, אין שטעט פון ריזיגע עם הארצים און ווייניג ברירות.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך ליטוואק פון בודאפעסט אום זונטאג יוני 21, 2020 9:49 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9337
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3218 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8856 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג יוני 21, 2020 8:21 am

איך ווייס אז גראדע ביי א כתובה איז געווען א שמועס ביי מיינעם א באקאנטן וואס זיין טאכטער הייסט רעכיל. און מ'האט געשריבן רחל. אז דאס איז 2 באזונדערע נעמען. און מ'האט געדארפט איבערשרייבן די כתובה...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13828
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 15752 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8931 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יוני 25, 2020 10:46 pm

די בוך גייט ווייטער מיט די צרות וואס מ'איז דארט אריבער אונטער די קאמיוניסטן, און די פינקלעך ליכט וואס מ'האט געהאט צווישן די חבריא פון די חב"ד חסידים אין פארשידענע שטעט דארט.
די שילדערונג פון סמרקנד איז א קורצע, און היינט האט מען אסאך בעסערע באשרייבונגן ווי דעם, אבער זיי זענען פון די צייטן נאכך סטאלין, און זיינס איז אין סטאלינ'ס צייטן. אסאך פליטים האבן זיך דארט געוואנדערט, און דערנאך זיך געוואלגערט און מ'האט פראבירט אויפצושטעלן א קהלה מיט אלע געברויכן, אן געלט אדער פארבינודנגן.
איין פרק שילדערט די וועג ארויס פון רוסלאנד, וואס איז ברייט באשריבן אין פארשידענע ערטער, וויאזוי מ'האט זיך פארשטעלט ווי פוילישע בירגער, און מ'האט געקענט ארויס פארן פון רוסלאנד. מיט פשוט'ער ווערטער שילדערט ער די געפילן פון שמחה און פרייהייט ברגע היציאה מיגון לשמחה.
אין די צווייטע העלפט טאנצט ער צוריק צו פריערדיגע יארן זיינער, איידער ער איז געפארן קיין באטום, וועגן פארשידענע מענטשן וואס ער האט געקענט, כולל ר' לוי'ק דער יעקעטארינאסלאווער רב און ר' ד"צ חן דער צ'רניגווער רב און פארשידענע בני משפחה זיינער, אלע באקאנטע פיגורן אין חב"ד היסטאריא.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9337
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3218 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8856 מאל

הודעהדורך mevakesh » מאנטאג יוני 29, 2020 11:22 pm

ישר כוח ליטוואק קוקט טאקע אויס זייער אינטערעסאנט. איך זעה דער עולם האט נישט קיין סאך מגיב געווען דא אבער איך מיין אז עס איז דא אסאך אינטערעסע אין אזעלכע זיכרונות. אז איהר האט נאך פון די סארט זייטס ממשיך מיטן אשכול
למעשה ווי קען מען באקומען דעם ביך?
באניצער אוואטאר
mevakesh
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 925
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 797 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 875 מאל

הודעהדורך נהורא נפישא » מאנטאג יוני 29, 2020 11:58 pm

mevakesh האט געשריבן:ישר כוח ליטוואק קוקט טאקע אויס זייער אינטערעסאנט. איך זעה דער עולם האט נישט קיין סאך מגיב געווען דא אבער איך מיין אז עס איז דא אסאך אינטערעסע אין אזעלכע זיכרונות. אז איהר האט נאך פון די סארט זייטס ממשיך מיטן אשכול
למעשה ווי קען מען באקומען דעם ביך?

https://drive.google.com/drive/mobile/f ... irection=a
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
נהורא נפישא
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1686
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1949 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2206 מאל


גיי צוריק ספרים און ביכער

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט