הקנאי, מנחם קרן-קרץ

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק

הקנאי, מנחם קרן-קרץ

הודעהדורך דער גאלדענער אדלער » דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 4:58 pm

לעצטענס האב איך מיר איינגעהאנדעלט דעם ביכל, א היסטאריע פון סאטמארער רבי'ן דער בעל ויואל משה. דער שרייבער שטאמט לאו דוקא פון א חסידישע משפחה אבער יא פון חרד'ישע אשכנזישע משפחות פון די מאראמאראש געגענט'ר וואו זיי האבן למעשה יונק געווען פון חסידישע הויפן ווי סיגוט, קרעטשניף, ספינקא ועוד,
און זיין מאמע שטאמט פון וויזניצער חסידים. און טאקע לכבוד זיין אפשטאם האט ער טאקע שוין געשריבן פארשידענע אפשאצונגען און ביכלעך וואס נעמט ארום היסטאריע פון מאראמאראש/סיגוט אזוי ווי ער שרייבט שוין אין די הקדמה.

די ביכל, איז געשריבן געווארן אין א לייכטן עברית, און די מקורות וואס ווערן צוגעברענגט זענען סיי פון די גאר פרומסטע און פארהייליגסטע ביי די סאטמערער ווי למשל מושיען של ישראל ביז די גאר פרייסטע ווי צום ביישפיל דער מארגן דזשארנאל וכדו'.

איינע פון די מעלות פון דעם ביכל איז אז ער הויבט פון גרינדער פונעם סיגעטער דינאסטיע דער ישמח משה, און לופטערט דורך אין א שנעלקייט די אלע מחלוקה'לעך און מחלוקת'ר (לש"ש שטייטסעך) ביז ס'קומט אן צום סאטמארער רבי'ן דער בעל ויואל משה, און דאס טוט ער בכוונה כדי מסביר צו זיין דורכאויס דעם באשרייבונג פון וואו דער סאטמארער רבי האט גע'ירש'נט זיינע תכסיסה מלחמה אין זיינע מלחמת מצוות.

נאך א גרויסע מעלה וואס דער בוך האט איבער אנדערע היסטאריקער וואס האבן אויך באשריבן סאטמארער רבי ווי למשל מושיען של ישראל אדער פון אנדערע פרייע היסטאריקער, וואס ביידע פון די מחנות האבן ארויסגעברענגט און עס דעליווערט אויף אזא אויפן יעדער אויף זיין זייט, צו די גרויסקייט און הייליגקייט און ריין פאזיטיווקייט, אדער פון די אנדערע זייט די ריינע נעגאטיוועטי אן קיין שום פארשטאנד. ברענגט דער מחבר אלע מקורות פון ווי אימער פון סיי וועלכע בוך אדער צייטונג, קונטרס, זשארנאל וכו' פאזיטיוו, נעגאטיוו און שטעלט צוזאם א פולע בילד.

דער מאטיוו פונעם בעל מחבר איז טאקע יא ארויסצוברענגען דעם סאטמערער רבי'ס גדלות אזוי ווי ער אליין שרײבט עס, און אזוי ווי זיין משפחה זענען דאך געווען סיגוטע אנהענגערס און זיין טאטע אליין'ס איז א תלמיד פונעם סאטמארער רבי'ן, ער האט געלערנט אין די שטאט סאטמאר פאר פינף יאר ביז די מלחמה אויסברוך. נאר ער האלט אז כדי אויף ארויסצוברענגען איינעמס גדלות מוז מען אויך וויסן פון אלע עליות און ירידות און נאר אזוי קען ארויסקומען א קלארן בילד.

דעם בוך קען מען באקומען ביי זלמן שזר וועבזייטל
https://shazar.org.il/

קויפט, ליינט און האט הנאה!
דער גאלדענער אדלער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 860
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
האט שוין געלייקט: 4069 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1568 מאל

הודעהדורך גבור חיל » דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 5:54 pm

איבער דעם בוך, ליינט און האט הנאה...
זאל ג-ט רחמנות האבן אויף מיינע שונאים, ווייל איך גיי נישט.
גענעראל גארדזש ס. פעטטאן.
גבור חיל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 129
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 10, 2018 3:51 am
האט שוין געלייקט: 135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 252 מאל

הודעהדורך ראובן » דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 6:19 pm

א דאנק פאר דיין איבערזיכט. דאס בוך איז טאקע אויף מיין לייענען-ליסטע.

א חבר מיינער האט זיך צו מיר באקלאגט אז הגם דאס בוך דעקט גוט פארשידענע אספעקטן פונעם סאטמארער רבי'ן, איז עס צו נעגאטיוו. אזוי אויך טוט עס נישט דורך זיינע טאלאנטן און מעלות וואס האבן אים פארוואנדלט אין דעם רבן של כל בני הגולה.

דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:גאר פרייסטע ווי צום ביישפיל דער מארגן דזשארנאל וכדו'.

בלויז צו פאררעכטן, מארגן זשורנאל איז געווען א פרומער צייטונג. טאקע נישט חרדיש, אבער יא רעליגיעז.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2624
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10320 מאל

Re: הקנאי, מנחם קרן-קרץ

הודעהדורך דער גאלדענער אדלער » דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 6:58 pm

ראובן האט געשריבן:א דאנק פאר דיין איבערזיכט. דאס בוך איז טאקע אויף מיין לייענען-ליסטע.

א חבר מיינער האט זיך צו מיר באקלאגט אז הגם דאס בוך דעקט גוט פארשידענע אספעקטן פונעם סאטמארער רבי'ן, איז עס צו נעגאטיוו. אזוי אויך טוט עס נישט דורך זיינע טאלאנטן און מעלות וואס האבן אים פארוואנדלט אין דעם רבן של כל בני הגולה.

דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:גאר פרייסטע ווי צום ביישפיל דער מארגן דזשארנאל וכדו'.

בלויז צו פאררעכטן, מארגן זשורנאל איז געווען א פרומער צייטונג. טאקע נישט חרדיש, אבער יא רעליגיעז.
איך מיין אז די סיבה פארוואס פאר געוויסע קוקט עס אויס צו נעגאטיוו, איז פשוט ווייל ער גייט נישט איינזייטיג, ער ברענגט ארויס אלע חלקים הן די נעגאטיווע, מחלוקת וכו' און הן זיין פאזיטיווע זייט, זיין תורה, כאריזמע, ווארעמקייט וכד'
יעצט אויב אזא איינער וואס איז אויפגעוואקסן אין א סאטמערע אדער סאטמערע געשטימט סביבה, און אלץ וואס זיינע חושים האבן געדעקט איז נאר געווען פון ר' בנימין הערש בערקאוויטש'ס, ר'שלמה יענקל געלבמאן, אדער ר' יידל ר"ב מעשיות, דאן איז זייער פשוט פארוואס ס'קוקט אויס צו נעגאטיוו, און די זעלבע זאך איז פון א פארקערטע זייט
משא"כ פאר איינעם וואס קומט פון דערמיט זעה איך נישט פארוואס דאס זאל זיין אנדערש ווי סיי וועלכע היסטאריע בוך געשריבן אויף גדולי הדורות
דער גאלדענער אדלער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 860
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
האט שוין געלייקט: 4069 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1568 מאל

Re: הקנאי, מנחם קרן-קרץ

הודעהדורך א חסיד פון ווילנא » דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 8:58 pm

ראובן האט געשריבן:א דאנק פאר דיין איבערזיכט. דאס בוך איז טאקע אויף מיין לייענען-ליסטע.

א חבר מיינער האט זיך צו מיר באקלאגט אז הגם דאס בוך דעקט גוט פארשידענע אספעקטן פונעם סאטמארער רבי'ן, איז עס צו נעגאטיוו. אזוי אויך טוט עס נישט דורך זיינע טאלאנטן און מעלות וואס האבן אים פארוואנדלט אין דעם רבן של כל בני הגולה.

דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:גאר פרייסטע ווי צום ביישפיל דער מארגן דזשארנאל וכדו'.

בלויז צו פאררעכטן, מארגן זשורנאל איז געווען א פרומער צייטונג. טאקע נישט חרדיש, אבער יא רעליגיעז.
א צייטונג וואס איז מחלל שבת הייסט רעליגעיז?
זי פלעגן ארויס קומען יעדן טאג אריינגערעכענט שבת

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
א חסיד פון ווילנא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 132
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 35 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 10:34 pm

דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:
ראובן האט געשריבן:א דאנק פאר דיין איבערזיכט. דאס בוך איז טאקע אויף מיין לייענען-ליסטע.

א חבר מיינער האט זיך צו מיר באקלאגט אז הגם דאס בוך דעקט גוט פארשידענע אספעקטן פונעם סאטמארער רבי'ן, איז עס צו נעגאטיוו. אזוי אויך טוט עס נישט דורך זיינע טאלאנטן און מעלות וואס האבן אים פארוואנדלט אין דעם רבן של כל בני הגולה.

דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:גאר פרייסטע ווי צום ביישפיל דער מארגן דזשארנאל וכדו'.

בלויז צו פאררעכטן, מארגן זשורנאל איז געווען א פרומער צייטונג. טאקע נישט חרדיש, אבער יא רעליגיעז.
איך מיין אז די סיבה פארוואס פאר געוויסע קוקט עס אויס צו נעגאטיוו, איז פשוט ווייל ער גייט נישט איינזייטיג, ער ברענגט ארויס אלע חלקים הן די נעגאטיווע, מחלוקת וכו' און הן זיין פאזיטיווע זייט, זיין תורה, כאריזמע, ווארעמקייט וכד'
יעצט אויב אזא איינער וואס איז אויפגעוואקסן אין א סאטמערע אדער סאטמערע געשטימט סביבה, און אלץ וואס זיינע חושים האבן געדעקט איז נאר געווען פון ר' בנימין הערש בערקאוויטש'ס, ר'שלמה יענקל געלבמאן, אדער ר' יידל ר"ב מעשיות, דאן איז זייער פשוט פארוואס ס'קוקט אויס צו נעגאטיוו, און די זעלבע זאך איז פון א פארקערטע זייט
משא"כ פאר איינעם וואס קומט פון דערמיט זעה איך נישט פארוואס דאס זאל זיין אנדערש ווי סיי וועלכע היסטאריע בוך געשריבן אויף גדולי הדורות

דער גאלדענער אדלער: די נקודה איז אז דער סאטמאר'ער רבי זי"ע האט אויך געהאט, אזוי ווי א יעדער בשר ודם א נעגאטיווע זייט. נאר די נעגאטיווע זייט איז נישט מאטיווירט געווארן דורך געלט אדער כבוד. דאס איז הויפטזעכליך געקומען פון זיין שורש נשמה. אויף היימיש לשון , גענעטיש. לאמיר נישט פארגעסן אז ער איז געווען אן אייניקל פונ'ם יעב"ץ. וואס ער און זיין טאטע דער חכם צבי האבן אייביג, זייער גאנץ לעבן געפיהרט מערכות. און זיך געקריעגט מיט יחידים און קהילות.

נאר די קונץ איז געווען אז דער סאטמאר'ער רבי איז געווען זייער א געשמאקער מענטש צו רעדן און פארברענגען מיט איהם. זיינע געוואלדיגע ידיעות סיי אין תורה און סיי אין מילי דעלמא איז געווען א זעלטענע זאך. ווייל געוויינליך א קנאי איז א בייזער מענטש בטבע. אזוי ווי א סאך צדיקים...!

אבער, סוכ"ס די אלע מחלוקות און מערכות אנגעהויבן פון אייראפע ביז דאהי אין אמעריקע זענען נישט געפיהרט געווארן פון זיך אליינס... נאר ער איז געשטאנען במישרין אדער בעקיפין אונטער אלעם...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14006
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16084 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9114 מאל


גיי צוריק ספרים און ביכער

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט

cron