ריכטיג האט געשריבן:טאמבל סאס האט געשריבן:כ'האב עס נישט געלייענט אבער זעענדיג האב איך עס צעשמייכלט. וואס מען דארף גיין קויפן א פעטע בוך פון פראפעסארן וואס האבן שטודירט חסידיזם יארן לאנג ווען מען קען אריינגיין אין בית המדרש און טרעפן אידן וואס וועלן דיך גענוי זאגן וואס עכטע חסידיזם איז עבאוט. טאקע דיע וואס זייערע ספרים האבן די יעניגע פראפעסארן שטודירט. דער חילוק איז נאר אז די שווערע שטיקלעך האבן די פראפעסארן איבערגעהיפט... נו, וואו ווילסטו פארשטיין וואס חסידיזם איז?
על צד אז דו ביסט ערנסט, ביסטו נישט אינגאנצן גערעכט. קודם איז אלעמאל א מעלה צו פארשטיין וויאזוי א דרויסענדיגער קוקט דאס אן (די גאנצע אשכול איז דאך מיוסד אויף דעם). שנית, א סך מאל פארזעהט מען שטיקלעך, איך האב שוין א סך מאל געטראפן גוטע - און צומאל קאנטראווערסיאלע - שטיקלעך אין ספרים וואס איך נוץ כסדר, פארט האב איך אלעמאל זיי פארזעהן און עס בלויז געטראפן א דאנק די חוקרים וואס געפינען זיי און צייכענען דאס צו.
צפור בודד האט געשריבן:https://www.amazon.com/dp/B08MV2MW3V/ref=cm_sw_r_cp_awdb_t1_jX78FbG0XQCB3
באניצער וואס לייענען דעם פארום: AhrefsBot [Bot] און איין גאסט