יוכי ברנדס און אירע ביכער

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק

יוכי ברנדס און אירע ביכער

הודעהדורך מונטסורי » דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 11:08 pm

עס איז מיר א פלא אז מען האט נאך כמעט נישט גערעדט דא פון יוכי ברנדס און אירע ביכער, בעיקר אירע היסטארישע ראמאנען.

יוכי ברנדס איז געבוירן אין חיפה צו הרב יצחק יעקב רבינוביץ דער פריערדיגע ביאלה רבי פון רמת אהרן (נפטר בשנת תש"ע) און זיין רביצין יפה, זי איז א שוועסטער מיט די היינטיגע ביאלה אדמורי״ם פון רמת אהרן און הר יונה. זי איז א שטיק צייט אויפגעוואקסען ביי איר זיידע טשכויב'ע רבי פון חיפה (נפטר בשנת תשמ"ד) און זי איז געגאנגען אין די ארטיגע חרדישע בית יעקב שולעס אבער מיט די צייט האט זי פארלאזט די די חרדי'שע געזעלשאפט אין פארגעזעצט שטודירן אין מכללת ירושלים התורנית, בר-אילן אוניווערסיטעט, און אין מכון שכטר לרבנים. מרס. ברנדס האלט א בעטשלארס דעגרי אין עדזשוקעישען און תנ"ך און א מעסטערס אין תנ"ך און יהדות (וויקיפידיע).

ברנדס האט שוין מחבר געווען פארשידענע היסטארישע ראמאנען אבער וואס אינטערעסירט מיר דאס מערסטע זענען אירע לעצטע דריי, מלכים ג, הפרדס של עקיבא, און אדל (די לעצטע ליגט מיר נאך דערווייל אינם שאנק אומגעליינט). די צד השווה פון די ביכער איז אז זיי שטעלן פאר די צד פון די אנדערדאגס אין אונזער אידישע קאַנאָן, די צד וואס האט פארלוירן, און די פעמינישע פערספעקטיוו וואס ווערט פארווישט אדער עקזיסטירט פשוט נישט אין נ״ך אדער גמרא.

אין מלכים ג עקספלארירט ברנדס די געשיכטעס פון די צען ״אנדערע״ שבטים, זייער ווערסיע פון די מעשיות אין אונזער נ״ך, זייערע חגים, מנהגים, פארהייליגטע סימבאלן, און מקדשות וואס - פון זייער שטאנדפונקט - זענען אונטערדרוקט געווארן דורך א אומ׳יושר׳דיגע מאנארכיע. די בוך נעמט ארום דוד׳ס כאראקטער און זיטן, מיכל בת שאול׳ס געפילן און באציאונגען צו דוד און שאול, און נאך. די מעשה האט אויך א שיינע טוויסט אינמיטען וואס כ׳וויל אייך נישט ספּוילן.

אין הפרדס של עקיבא באקענען מיר זיך מיט די פריעסטע רבנישע פיגורן און די דיפערענצען צווישען בית שמאי ובית הלל. צב"ש מיר ווייסן אלע רבי עקיבא׳ס מעשה לויט וויאזוי זיינע תלמידים האבן עס אנגעקוקט, אבער וואס איז רחל׳ס פערספעקטיוו? זי האט טאקע געוואלט ער זאל לערנען, אבער האט זי באמת געוואלט בלייבן אליינס אזויפיל יאר? רבי עקיבא האט זיך פארליבט אין אשת טורנוסרופוס אויף דער עלטער, וויאזוי האט עס רחל אנגענומען נאכן מקריב זיין אזויפיל פאר אים? ווער איז רבי יהושע בן קרחה? די נוצרים זענען ממש ווי פארמעקט פון רבני׳שע אידישקייט, אבער פון די אנדערע זייט ווייסן מיר פונם ברית החדשה אז רבן גמליאל האט זיך גאר אנגענומען פאר זיי, וואס איז געווען די מעשה? וואס איז פארגעגאנגען אינם פרדס? וכהנה רבות.

די ראמאנען זענען געשריבען מיט די הנחה אז אונזערע מעשיות פון נ״ך און גמרא זענען טאקע באזירט אויף די פאקטישע געשעענישן אבער זענען אויך באיינפלוסט פון אגענדעס, מלכים ג און הפרדס של עקיבא ווערט דערציילט דורך די עיקר כאראקטערן וואס געבן איבער דאס וואס די ארגינעלע שרייבערס פונם קאנאן האבן אויסגעלאזט. ברנדס נוצט אומבאמערקטע פסוקים און פארשטופטע מדרשים צו בויען און בארייכערן אירע כאראקטערן, אירע ספרים ענטהאלטען נישט קיינע מראי מקומות און ס׳איז מיר געווען גאר אינטערעסאנט צו טרעפן תשעה באב ביים לערנען מדרש איכה פארשידענע אנעקדאטן וואס זי האט גאוניש גענוצט צו מאכן סענס פון די גרויסע בילד.

אפשר קען איינער שרייבן א קורצע סינאפסיס אויף אדל, אבער אנע ספּוילערס ביטע.

די ביכער האב איך איינגעקויפט אויף די ישראל'ישע סייטס https://www.steimatzky.co.il/ און https://pashoshim.com/
מונטסורי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 97
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 12, 2019 12:01 am
האט שוין געלייקט: 396 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 189 מאל

הודעהדורך העניך » פרייטאג אקטאבער 29, 2021 12:15 am

א צייט צוריק האב איך אנגעפאנגען לייענען איר בוך אויף ר' עקיבא אין ענגליש. כ'האב הנאה געהאט, אבער כ'בין מיד געווארן אינדערמיט.
באניצער אוואטאר
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 809
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 961 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3636 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » פרייטאג אקטאבער 29, 2021 8:40 am

העניך: איך ווייס נישט. מסתמא דער נאראטיוו איז (א ביסל) באורינג.

איך ברענג אייביג א ראיה פון דעם בוך פון דעם אשמדאי שד שבכל השדים. דער צורר ישראל ימ"ש וזיכרו. אדאלף שיקלגרובער. המכונה היטלער. שר"י עפ"ל. זיין בוך מיין קאמף האביך געקויפט און געליינט מכח איזה סיבה שהוא. די נקודה איז אז ס'איז זייער א באורינג בוך. געשריבן אן א סדר. און אן טעם וריח. פארשטייצעך אז ער האקט אויף אידן. און ער שימפט. אבער פון א שרייבערישן שטאנדפונקט איז עס זייער שלעכט געשריבן. אפילו זיינע גוטע פריינט
.און פארערערס זענע מודה אז ס'איז שרעקליך שלעכט און אומפראפעסיאנאל געשריבן געווארן
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15897
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 18573 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10604 מאל

הודעהדורך מונטסורי » פרייטאג אקטאבער 29, 2021 9:28 am

@berlbalaguleh די ביכער זענען אייגענטליך גאר פיין געשריבען, אמווייניגסטענס די העברעאישע וואס איך האב געליינט. לויט ווי איך פארשטיי זענען די ביכער געווען גאנץ פאפולער אין ישראל.

גראדע האב איך טאקע געהערט צום ערשט פון ברנדס׳ ביכער אין צוויי שמועסן מיטן ענגלישען איבערזעצער Dan Libenson אויף די History in the Bible Podcast (לייבנזון איז אליינס אויך א פאדקעסטער Judaism Unbound). ס׳איז מיר געווען אינטערעסאנט אז ער אליינס האלט אז אסאך ווערט פארלוירן אין טראנזלאציע, איבערהויפט אין הפרדס של עקיבא, וואו רבי עקיבא איז מחדש א נייע וועג צו פארשטיין די תורה און דרשנ׳ט יעדע תג און שפילט זיך ארום מיט די העברעאישע ווערטער.

אלענפאלס, פאר ווער ס׳איז אינטערעסירט און ענגליש:
‏The Orchard
https://www.indiebound.org/book/9789652299307

The Secret Book of Kings
https://www.indiebound.org/book/9781250076984

אויך אוועילעבל אויף אמאזאן
מונטסורי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 97
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 12, 2019 12:01 am
האט שוין געלייקט: 396 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 189 מאל

הודעהדורך מיימון » פרייטאג אקטאבער 29, 2021 11:16 am

איך האב אויך געהערט דעם זעלבן פאדקעסט לעצטנס און האב שנעל געליינט מלכים ג' צו קענען מיטהאלטן. וואס זאל איך אייך זאגן? עס איז פשוט אומגלויבליך. יוכי האט א כח. א בוך פון איר קען מען נישט אראפלייגן ביז מען ענדיגט עס.

אדל האב איך געליינט א וויילע צוריק, און איז פונקט אזוי מורא'דיג. א הפלא'דיגע בליק אויפ'ן בעל שם טוב און ראשית החסידות, ארייננעמענדיג אלע היסטארישע אנעקדאטן וואס מען קען צוזאקראצן אויפ'ן לעבן פונעם בעל שם, אבער מיט א וועג וואס קען באמת האבן פארגעקומען אין ריעל לייף. א מורא'דיגע רייזע אריין אין די טיפענישן פונעם נפש און א נייע וויזיע אויף אידישקייט. עס איז ווערט א ליין.
מיימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 374
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 1:17 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1296 מאל

הודעהדורך ליב צו וויסן » זונטאג אקטאבער 31, 2021 10:41 am

מונטסורי האט געשריבן:@berlbalaguleh די ביכער זענען אייגענטליך גאר פיין געשריבען, אמווייניגסטענס די העברעאישע וואס איך האב געליינט. לויט ווי איך פארשטיי זענען די ביכער געווען גאנץ פאפולער אין ישראל.

גראדע האב איך טאקע געהערט צום ערשט פון ברנדס׳ ביכער אין צוויי שמועסן מיטן ענגלישען איבערזעצער Dan Libenson אויף די History in the Bible Podcast (לייבנזון איז אליינס אויך א פאדקעסטער Judaism Unbound). ס׳איז מיר געווען אינטערעסאנט אז ער אליינס האלט אז אסאך ווערט פארלוירן אין טראנזלאציע, איבערהויפט אין הפרדס של עקיבא, וואו רבי עקיבא איז מחדש א נייע וועג צו פארשטיין די תורה און דרשנ׳ט יעדע תג און שפילט זיך ארום מיט די העברעאישע ווערטער.

אלענפאלס, פאר ווער ס׳איז אינטערעסירט און ענגליש:
‏The Orchard
https://www.indiebound.org/book/9789652299307

The Secret Book of Kings
https://www.indiebound.org/book/9781250076984

אויך אוועילעבל אויף אמאזאן


מונטסורי, וואלסט געקענט אפשר מרחיב הדיבור זיין איבער דעם History in the bible פאדקעסט?
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 840
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 8:02 pm
האט שוין געלייקט: 2055 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 757 מאל

הודעהדורך מונטסורי » זונטאג אקטאבער 31, 2021 6:33 pm

@ליב צו וויסן איך האב שוין דערמאנט דעם פאדקעסט א וויילע צוריק דא, כ׳האב נאך דאן געהאלטען פאר די צווייטע סעזאן, אפשר דארף מען טאקע צוריקקומען מיט אן אפדעיט.

און קורצען, די פאדקעסט אנאליזירט לייכטערהייט גאנץ תנ״ך על הסדר אויף א מאדערענע פארנעם. דיסקלעימער, ס׳איז לאו דווקא ארטאדאקסיש כשר, זהירות איז רעקאמענדירט.
מונטסורי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 97
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 12, 2019 12:01 am
האט שוין געלייקט: 396 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 189 מאל


גיי צוריק ספרים און ביכער

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט