אלגעמיינע ביכער צום ליינען

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק

הודעהדורך מונטסורי » מאנטאג מאי 30, 2022 9:50 am

ונבנתה העיר האט געשריבן:יעצט גענדיגט Educated. אומגלויבליך. כ'האב אזא מאכטפולער בוך נאך מעודי נישט געליינט.

ס'איז אויף א שארט-ליסט צו ווערן דער דריטער בוך וואס כ'האב איבערגעליינט א צווייטע מאל.

An unforgettable memoir about a young girl who, kept out of school, leaves her survivalist family and goes on to earn a PhD from Cambridge University

Born to survivalists in the mountains of Idaho, Tara Westover was seventeen the first time she set foot in a classroom. Her family was so isolated from mainstream society that there was no one to ensure the children received an education, and no one to intervene when one of Tara’s older brothers became violent. When another brother got himself into college, Tara decided to try a new kind of life. Her quest for knowledge transformed her, taking her over oceans and across continents, to Harvard and to Cambridge University. Only then would she wonder if she’d traveled too far, if there was still a way home.

כ׳בין פערצופאל אריינגעפאלן אין דעם אשכול בשעת׳ן שטילערהייט stalk׳ן איינע פון די אלטע חברים דא… עניוועי, דעם בוך האב איך געליינט א וויילע צוריק אויף די רעקאמענדאציע פונם ירום הודו מר. אבאמא. ס׳איז א גוטער בוך, נישטא וואס צו רעדן, ס׳גיבט א גוטע אריינבליק אין די טיפעניש פון טראמפ-לאנד און די distrust וואס הערשט צווישען די צוויי זייטן. דער בוך נעמט אויך ארום נושאים פון אביוז, פאמיליע פארראט (betrayal), און אפשר אן אריינבליק וויאזוי א רעליגיע ארום א נביא קען זיך פארמירן.

מיין פראגע צו @ונבנתה העיר איז, וואס אין די בוך איז געווען אזוי ״מאכטפול״ אז דו האסט עס געוואלט אבערליינען א צווייט מאל? אויכעט וואס זענען די ערשטע צוויי ביכער?

מיינע צוויי-מאל געליינטע ביכער זענען The Snowball ביי Alice Schroeder א גאר גוטע ביאגראפיע אויף ווארען באפעטט (דאס ערשטע מאל האב איך געהערט די אודיא, גאר גוט. דאס צווייטע מאל, געליינט בעיון מיט די פוט-נאוטס).

אויכעט עטליכע ביכער פון מאריא מונטוסורי און די סייענטיפישע ערקלערונגען פון Angeline Stoll Lillard האב איך איבערגעליינט צוויי מאל. כ׳האב אפילו געהאט א חלום צו עפענען א היימישע מונטוסורי שולע אבער די עול הפרנסה און די תאוות הממון און די תירדות הבלי הזמן האבן זיך ליידער גובר געווען בעונותינו הרבים :(
מונטסורי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 189
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 12, 2019 12:01 am
האט שוין געלייקט: 781 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 398 מאל

הודעהדורך moody » מיטוואך יוני 01, 2022 5:25 pm

שכוח פארן ארויסשלעפן אזא שיינער אשכול פון די קעלערן, און אז די וועסט מצליח זיין ארויסצושלעפן @ונבנת וועט זיין נאך בעסער.

איך האלט יעצט אינמיטען ליינען (בעסעס געזאגט, ס'איז אויפגעמישט אין מיין קינדל) american shtetl די היסטאריע פון קרית יואל, זייער פרעפעציאנאל און באלאנצירט געשריבען
moody
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 36
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 09, 2021 5:58 pm
האט שוין געלייקט: 21 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל

הודעהדורך מונטסורי » מיטוואך יוני 01, 2022 9:32 pm

מיין פלעזשור! טאקע א פליאה פארוואס אזא אשכול זאל אזוי טיף איינזינקען.

כ׳האב פארפאסט די ארויסקום פון די בוך וואס דו ליינסט. עפעס זע איך צוויי נעגעטיווע ריוויוערס אויף אמאזאן רעדן זיך אפ אז די בוך לייגט צופיל דגוש אויף די לעגאלע געפעכטען (בנוגע די סקול דיסטריקט מסתמא) אין קרית יואל, איין ריוויוער זאגט די בוך איז נישט מחדש קיין סאך. איז דאס ריכטיג?
מונטסורי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 189
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 12, 2019 12:01 am
האט שוין געלייקט: 781 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 398 מאל

הודעהדורך מיין אמת » דאנערשטאג יולי 07, 2022 12:32 am

פאר די וואס האבן ליב צו ליינען מאמע לשון, דא איז לינק צו שלום עליכם'ס ערציילאנגען https://www.cs.uky.edu/~raphael/yiddish ... tents.html
מיין אמת
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 88
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 09, 2021 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 1209 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 54 מאל

הודעהדורך מונטסורי » דאנערשטאג יולי 07, 2022 9:41 am

מיין אמת האט געשריבן:פאר די וואס האבן ליב צו ליינען מאמע לשון, דא איז לינק צו שלום עליכם'ס ערציילאנגען https://www.cs.uky.edu/~raphael/yiddish ... tents.html

איך האב שוין לאנג חשק איינצושאפן זיינע ביכעלעך שיין געדרוקט רעדי צו ליינען לכבוד שב״ק פאר מיר און די גאנצע משפחה. איז דא צו באקומען ערגעץ אזא זאך?
מונטסורי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 189
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 12, 2019 12:01 am
האט שוין געלייקט: 781 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 398 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק ספרים און ביכער

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט