נוח האט געשריבן:כ'האב נישט קיין טענות אויף זיינע קינדער, און כ'האב טאקע אראפגעשניטן די רעפערענצן צו זיי פון די לע"נ בלאט כדי זיי נישט צו פארשעמען דירעקט. אבער ס'איז א שאנדע אז דער ארויסגעבער פונעם ספר האט פאר א פאר דאלער געלייגט אזא שמוציגן רשע אויף דעם קאווער פון א הייליגן ספר, און א שאנדע אז אין אונזער סאסייעטי קען אזא זאך טאלערירט ווערן.
שמעון וואלף האט געשריבן:ר' נח, טאמער זענט איר פערזענדליך געשעדיגט געווארן פון אים קען איך מלמד זכות זיין אויף דיין אויסברוך, אבער טאמער נישט זאלסטי ביטע זיכן אנדערע פירצות אויף וואס מוחה צו זיין.
ער האט געהאט א סאך מיטגעמאכט די לעצטע 10-15 יאר פון זיין לעבן. אונז זעמיר נישט אין הימל און מ'ווייסמיר נישט אלע חשבונות, אבער ס'מעגליך אז ער איז אפגעקומען דערמיט. פון די אנדערע זייט זענען דא רשעים הפוסעים על ראשי עם קודש, זענען מפקיר די חינוך פון טויזענטע תשב"ר פאר אייגענע כבוד און אינטערעסן, זענען מחפה אויף אלע עוברי עבירה טאמער וועט עס ברענגן געלט, און זיי ווערן באטיטעלט ווי משה רבנו, ואין פוצה פה ומצפצף.
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:נאר קלארצושטעלן די אישו דא, ווען אנשטאט מהדרות לעבאוויטש זאל שטיין מהדורת מאסטער על שם תולי מאסטער, אדער מהדורת גרין על שם דוד בן גוריון, וואלט מען אויך געזאגט מהיכי תיתי? און וואס איז מיט מהדורת קוק אדער יוסף על שם דער רב הראשי פון ארץ ישראל? ס׳וואלט בכלל געקענט געשעהן אזא זאך במציאות אפילו בטעות? ווער ס׳האלט אז יא זאל אויפהייבן די האנט. דאס ווייזט איין זאך, ענקערע פרייאריטיס זענען פארדרייט און קראנק, עטץ זאלסט מיר אנטשולדיגן פאר׳ן עס זאגן אזוי אפן. די פראבלעם איז נישט אזוי ווייט דעם ספר ווי די קרומקייט און חולאת הנפש אויף וואס דאס צייגט.
שמן למאור האט געשריבן:רביה''ק זי''ע האט געשריבן:נאר קלארצושטעלן די אישו דא, ווען אנשטאט מהדרות לעבאוויטש זאל שטיין מהדורת מאסטער על שם תולי מאסטער, אדער מהדורת גרין על שם דוד בן גוריון, וואלט מען אויך געזאגט מהיכי תיתי? און וואס איז מיט מהדורת קוק אדער יוסף על שם דער רב הראשי פון ארץ ישראל? ס׳וואלט בכלל געקענט געשעהן אזא זאך במציאות אפילו בטעות? ווער ס׳האלט אז יא זאל אויפהייבן די האנט. דאס ווייזט איין זאך, ענקערע פרייאריטיס זענען פארדרייט און קראנק, עטץ זאלסט מיר אנטשולדיגן פאר׳ן עס זאגן אזוי אפן. די פראבלעם איז נישט אזוי ווייט דעם ספר ווי די קרומקייט און חולאת הנפש אויף וואס דאס צייגט.
![]()
ווילאנג דו עסט נאך טשאלנט און קוגל ליל שישי, און דו גלייכסט נאך געפילטע פיש, ביסטו נאך משלנו. עס וועט דיר נישט העלפן אז דו שטעלסט ארויס דיין תפילין אויף איבעי, אדער דו מאפסט 'ארויס פונעם סיסטעם' קיין יעהאפעץ.
מעגסט רואיג שרייבן "אונזער פרייאריטיס זענען פארדרייט און קראנק"..., מען מעג קריטיקירן אפילו מען איז א חלק פון די געמיינדע.
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך גיי נישט שרייבן "אונזערע פרייאריטיס" ווייל מיינע פרייאריטיס זענען בסדר (כאטש אין דעם הינזיכט), אויב זענען דיינע פרייאריטיס אויך בסדר דאן האב איך דיר נישט געמיינט.
נוח האט געשריבן:רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך גיי נישט שרייבן "אונזערע פרייאריטיס" ווייל מיינע פרייאריטיס זענען בסדר (כאטש אין דעם הינזיכט), אויב זענען דיינע פרייאריטיס אויך בסדר דאן האב איך דיר נישט געמיינט.
ווי @שמן למאור האט געזאגט בין איך אויך אומבאקוועם צו הערן קריטיק פון איינער וואס האלט זיך נישט ווי א חלק פונעם כלל. איך שרייב דא "צווישן אונז גערעדט", ווי ברידערס פון איין משפחה וואס רעדן זיך דורך. אז דו ביסט נישט א חלק פון די משפחה רעד נישט אריין.
נוח האט געשריבן:רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך גיי נישט שרייבן "אונזערע פרייאריטיס" ווייל מיינע פרייאריטיס זענען בסדר (כאטש אין דעם הינזיכט), אויב זענען דיינע פרייאריטיס אויך בסדר דאן האב איך דיר נישט געמיינט.
ווי @שמן למאור האט געזאגט בין איך אויך אומבאקוועם צו הערן קריטיק פון איינער וואס האלט זיך נישט ווי א חלק פונעם כלל. איך שרייב דא "צווישן אונז גערעדט", ווי ברידערס פון איין משפחה וואס רעדן זיך דורך. אז דו ביסט נישט א חלק פון די משפחה רעד נישט אריין.
מתבודד האט געשריבן:
איך פיל דווקא אז אונזער 'משפחה' האט א געוויסע שלימות מיטן האבן אזא כאראקטער אויכעט...
שמן למאור האט געשריבן:שמעון וואלף האט געשריבן:ר' נח, טאמער זענט איר פערזענדליך געשעדיגט געווארן פון אים קען איך מלמד זכות זיין אויף דיין אויסברוך, אבער טאמער נישט זאלסטי ביטע זיכן אנדערע פירצות אויף וואס מוחה צו זיין.
ער האט געהאט א סאך מיטגעמאכט די לעצטע 10-15 יאר פון זיין לעבן. אונז זעמיר נישט אין הימל און מ'ווייסמיר נישט אלע חשבונות, אבער ס'מעגליך אז ער איז אפגעקומען דערמיט. פון די אנדערע זייט זענען דא רשעים הפוסעים על ראשי עם קודש, זענען מפקיר די חינוך פון טויזענטע תשב"ר פאר אייגענע כבוד און אינטערעסן, זענען מחפה אויף אלע עוברי עבירה טאמער וועט עס ברענגן געלט, און זיי ווערן באטיטעלט ווי משה רבנו, ואין פוצה פה ומצפצף.
אזעלכע תגובות ווי דיינע ווייזן פשוט אז די עולם כאפט פשוט נישט די הארבקייט פון מאלעסטעישן. וואו קומט דא אריין צו נוח איז זיינס א וויקטעם צו נישט? נאר א וויקטעם מעג ארויסברענגען די גנות פון א מאלעסטירער און די וואס פארשענערן זיין אנזען? ביז מיר זענען נישט קיין וויקטעמס, זאלן מיר אלע שווייגן ווען מען באזינגט מיט שיינע טיטלען א ארכי מאסן-מנוול? מיר זאלן אלע שיינערהייט ווארטן ביז מיר, אדער אונזערע קינדער ווערן חרוב פון נאך אזעלכע 'צדיקים'?
דאס אז אונזער סעסייעטי האט אנדערע אדער גרעסערע פראבלעמען קומט בכלל נישט אריין אונעם נושא. און וויפול ער האט געליטן סוף ימיו איז אויך נישט נוגע פאר קיינעם. עס איז קיינעם נישט נוגע צו ער איז יעצט אין גן עדן, אדער ער ווערט געבראטן אין גיהנם, דאס איז נישט אונזער ביזנעס, מיר מוזן בלויז זיכער מאכן אז אזעלכע מעשיות חזר'ן זיך נישט איבער און די צוקומפט. די ערשטע סטעפ דערצו איז נישט צו אויסלויבן און שיין באזינגען קיין מנוולים.
דאס איז חוץ פון דעם אז אזא שינד-בלאט איז זייער אומסענסאטיוו פאר די וויקטעמס. וואס וואלסטו געטראכט ווען די זעסט א שיינע ספר מיט א שיינע נייע מהדורא לע"נ א מערדער וואס האט גע'רצח'ט דיין אייגן קינד? וואס דארפן זיינע וויקטעמס צו טראכטן ווען זיי זעען אזעלכע שיינע טיטלען, ווי, 'לזכר עולם יהיה צדיק' 'אהוב לכל בית ישראל' אויף דעם מנוול וואס האט זיי קאליע געמאכט דעם לעבן?
וואס דארף נעבעך א צעבראכענע טאטע פון א וויקטעם צו טראכטן ווען ער ליינט אזא בלאט, פול מיט שיינע שקרים אויף דעם רשע וואס האט פאר זיינע נידריגע תאוות אוועקגעהארגעט זיין אייגן קינד לנצח? פון זיין זון וואס איז צעגרינד געגאנגען טראכט קיינער נישט, אבער פון דעם נידריגן אנגריפער מאכט מען א שיינע 'זכרון עולם'...
אין די גויאישע וועלט האט מען שוין אראפגענומען סטאטוען פון באוויסטע לייט, נאך דעם וואס עס איז נתגלה געווארן אז דער איז געווען א מאלעסטירער. אין טייל פעלער האט מען אפילו צעווארפן זייער שיינע גרויסע מציבה. הלא ככל הגויים בית ישראל? עכ"פ אזוי גוט ווי זיי מעגן מיר זיין..
א שאנדע!
שמעון וואלף האט געשריבן:
למעשה איז ער געווען אין תפיסה און דערנאך זיך געמיטשעט אויפ'ן קראנקן בעט און געשטארבען יונגערהייט. איך האלט אז דאס איז גענוג אויף אזויפיל אז מ'דארף אים מער נישט בארעדן.
באניצער וואס לייענען דעם פארום: AhrefsBot [Bot] און איין גאסט