"תלמוד בתרא" און פראפ' מארק שפירא סומאטאכע

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק

"תלמוד בתרא" און פראפ' מארק שפירא סומאטאכע

הודעהדורך העניך » דינסטאג מערץ 29, 2022 8:10 am

דער באקאנטער פראפעסאר מארק שפירא האט זיך אריינגעגראבן אין א לאָך, נאכדעם וואס ער האט געשריבן א רעצענזיע אויף דעם ספר "תלמוד בתרא" געשריבן דורך דעם באקאנטן וואנזיניגן תלמיד חכם ישראל נתנאל רובין, וועלכער איז א שנה ופריש'ניק און מחבר פון א ספר אויף רמב"ם מיט'ן נאמען "אור הלבנה".

אין זיין רעצענזיע לויבט שפירא אויס דעם ספר, אבער ווייזט אן אויף פארשידענע מאדנע שטיקלעך וועלכע הייבן אויגן-ברעמען. שפירא האט נישט געוואוסט אז רובין איז דער וואס שרייבט אויף דעם אינטערנעט מיט'ן נאמען @משה זאב פעטש-געבער, און האט שוין אויך באשיינט די ווענט פון קאווע שטיבל מיט זיינע וואנזיניגע פירקלערייען.

נאכדעם וואס שפירא האט פובליצירט זיין רעצענזיע האבן לייענער אים געלאזט וויסן איבער רובין, און זיין ניק פעטש-געבער. רובין האט געלייקנט צו שפירא אז ער איז פעטש-געבער, כאטש אויף פילע פלעצער זעט מען ווי פעטש-געבער רעדט פון רובינ'ס ספרים אלס דער מחבר זעלבסט. אבער למעשה איז שפירא איבערצייגט געווארן אז רובין האט אים גענומען פאר א רייד.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך העניך אום דינסטאג מערץ 29, 2022 1:06 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
האט איר הנאה געהאט פון מיין ארטיקל? גיט א 'לייק' און שיקט א לינק צו אייערע פריינט. אבער בשום אופן נישט קאפירן דעם גאנצן ארטיקל און שיקן ווייטער - אדם אוסר את שלו.
באניצער אוואטאר
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 933
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 5:54 pm
האט שוין געלייקט: 1222 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4416 מאל

מעלדונג

דער אשכול פארמאגט 29 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות. זיך צו רעגיסטרירן, דרוקט דא.



גיי צוריק ספרים און ביכער

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט