ספרים חדשים
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 47
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 10, 2012 3:04 pm
- האט שוין געלייקט: 1 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 185 מאל
לכאורה פאר מיינע אומגעלערנטע אויגען טוט ר' חיים איר מאכען צו שפאט און מיט זיין שארפער פעדער מאכט ער פון איר לעג וקלס
דא זענען די לינקס
http://www.jewishreviewofbooks.com/abou ... nce%2Dwhen
דא איז איר ענטפער
אין דא איז ר' חיים'ס מענה למענתה
נ.ב. איך האב אמאל געליינט א ריזיקע מאמר פון ר' חיים איבער דאס אריינדרינגען אין דעם חרדי'שען ציבור דער ענין פון חומרות שלא שערום אבותינו אין אויך דאס צונישט מאכען פון מנהגים וואס מיר אלע האבען מקבל געווען פון אונזערע עלטערן. און איך בין ממש ארויס פון התפעלות איבער זיין געוואלדיגען גאונות אין געלערנטקייט ער איז א גיבור במלחמתה של תורה בבחינת שור נגח ברברבותא.

- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4920
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
יונה כהן האט געשריבן:איך האב אמאל געליינט א ריזיקע מאמר פון ר' חיים איבער דאס אריינדרינגען אין דעם חרדי'שען ציבור דער ענין פון חומרות שלא שערום אבותינו אין אויך דאס צונישט מאכען פון מנהגים וואס מיר אלע האבען מקבל געווען פון אונזערע עלטערן. און איך בין ממש ארויס פון התפעלות איבער זיין געוואלדיגען גאונות אין געלערנטקייט ער איז א גיבור במלחמתה של תורה בבחינת שור נגח ברברבותא.
יישר כוח ר' יונה פאר די לינקס.
איבער ר' חיים'ס מאמר האט מען גערעדט אביסל דא אין שטיבל viewtopic.php?p=77960#p77960, און דארט איז געווען א לינק צום מאמר.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
- smartinof
- ידיד השטיבל
- הודעות: 283
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 4:21 pm
- האט שוין געלייקט: 35 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 163 מאל
יידל האט געשריבן:א נייער ספר "אשריכם ישראל" אויף הל' נדה פון הרב יוסף יפה. עס איז א שיינער חיבור/ליקוט אבער כ'זע בכלל נישט מה בא לחדש, סך הכל נאך א פיינער ליקוט אויף אן ענין און וועלכע ס'דא א גרעסערע מאס ספרי ליקוטי הל' נדה פוןן אייגענטליכע הלכות נדה.
דער זעלבער פון אשרי יולדתו?? [וואס דער אשרי יולדתו ליגט שוין און מיין שמות באקס א לאנגע צייט, שטעלט צו זאם ענינים מיט הלכות וכו'
- smartinof
- ידיד השטיבל
- הודעות: 283
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 4:21 pm
- האט שוין געלייקט: 35 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 163 מאל
נייע ספר קונטרס המוקצה,ביאור אויפ'ן קונטרס המוקצה פון מרן הגדול החזון איש, [און הל' שבת האט דער חזון איש א באזונדערע סימן מיט'ן נאמען קונטרס המוקצה] זייער גוט מברר די שיטות פון חזון איש, ווי באקאנט איז דא אסאך חידושים און מוקצה פונ'ם חזון איש, און דער מחבר מערקט אן אסאך חידושים אויף יסודות און מוקצה וואס עס איז ננישט באקאנט
- smartinof
- ידיד השטיבל
- הודעות: 283
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 4:21 pm
- האט שוין געלייקט: 35 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 163 מאל
א נייע סייענס בוך פון פרופ' משה טרופ, מכריח צו זיין אז דער דארווין תיאוריה שטימט נישט מיט סייענס, גייט דורך די גאנצע נושא זייער קלאר, ער שרייבט אז די סיבה פון דער ארויסקום פון דער בוך, איז נאך דעם וואס און תשמ"ג איז געווען דער ערשטער כנס מדעי און ישראל און דער נושא איז געווען "מוצא החיים והתפתחותם", וואס די משתתפים זענען געווען פון די גרעסטע סייענטיסט'ן פון איבער די וועלט, [אז איינער קען מיך טרעפן עפעס מער פון דעם כינוס וועל איך אים זייער דאנקבאר זיין] און ווען אפאר יחידים האבן מעורר געווען ספיקות און אמונת הדארווין האבן זיי געכאפט און קאפ, וואס פארא כופרים רח"ל זיי לייקענען און די היילגע אמונה, און דעם מחבר האט מען דארט פערזענליך פארשעמט און באשריגען, און ער טענה'ט, אז עד היום דער וואס דערוואגט זיך צו רעדן קעגן דעם דארווין תיאוריה, ווי זיין שפראך, כאפן זיי פון אלע זייטן פון די חברה וואס פירען א "מלחמת קודש" פאר דעם דארווין תיאוריה, און ער מערקט אן אז אזא סארט התנהגות איז בכלל נישט א מדע'נישער התנהגות, און דער ספר איז כאילו א קורא תיגר אויף דער גאנצער אבולוציה תיאוריה, און אויך איז מסביר פארוואס די חברה ווערן אזוי ווילד ווען מען רירט אן די יסודות פון זייער הייליגער אמונה.
אינטרסנט איז אויך זיין הקדמה, וואס ער ברענגט דארט א אינטרעסאנטע מעשה פון קלויזענבורג'ר רב, חוה"מ סוכות תשכ"ח נאך די מלחמת ששת הימים איז דער שר הבטחון של אותו הדור, משה דיין, געקומען צום קלויזענבורגער רב, אינמיטן דעם שמועס איז אויסגעקומען פון קלויזענבורגר רב צו פרעגן דיין צו ער גלייבט און השגחה פרטית, און ווי פארשטענדליך האט אים דיין גענטפערט, ניין, און דער שמועס האט זיך ווייטער געצויגן און דיין האט געבעטן דעם קלויזנבוג'ר רב אז ער זאל בעטן ביי זיינע חסידים פון אמריקה און יורפ זאלן ארויפקומען קיין ישראל זיך באזעצען און די שטחים וואס די צה"ל האט איינגענומען און ער האט צוגעזאגט אז די מדינה וועט געבן גרויסע געלטער צו קענען בויען ת"ת ישיבות וכו', האט אים דער קלויזנבורגר גענטפערט, דריי מיר נישט קיין קאפ אז די מיינסט צו טון טובות פאר די אלע יידן, די מיינסט נאר דיינע אייגענע אינטערעסע, און די טובה פון די ממשלה, דהיינו, טראכט אריין, די סכום יידן וואס וואוינען יעצט און ישראל איז אפשר דריי מיליאן, לעומת זה זענען מיר ארומגענומען מיט איבער זיבעציג מיליאן שונאים, וואס ווילן אונז אויסהארגענן און אונז פארטרייבן פונם לאנד, אונז זעמער ממש גארנישט קעגן זיי, טאקע יעצט האבן מיר געהאט א שטיקל הצלחה, אבער וואס וועט זיין און אפאר יאר ארום, איך ווייס נישט צו און פופצן צוואנציג אדער פופציג יארו וועט נישט נאכאמאל אוסברעכן א מלחמה קעגן אונז, און נער דיך נישט אז די אראבער וועלן אלעמאל בלייבן אזוי פרימטיוו און צוריקגעבליבן ווי זיי זענען יעצט, די גאנצע וועלט ווערט מער פארגשריטן סיי און וויסענשאפט און סיי און טכנלוגיה, אפילו און די פרימאטיוע לענדער ווי אפריקה וכו', די אראבער אויך וועלן איין טאג ווערן פארגעשריטן, און בנוסף וואס זיי פאמפן אריין כח און געלט אלס נאר צו ארויסטרייבן די יידן פונ'ם לאנד, און די אראבער האבן נישט קיין פראבלעם מקריב צו זיין מיליאנען אראבער אלס נאר צו געווינען דעם קריג, און נישט אזוי ווי אונז וואס מען באוויינט יעדן נערישן סאלדאט, און די קומנדיגע מלחמה וועלן זיי נוצען פארגעשריטענערע כלי זין ווי ביי די פריערדיגע, בדרך הטבע זע איך נישט קיין סוף צו די קייט פון מלחמות און דער סוף וויל איך נישט זאגען... איך פארשטיי נישט וויאזוי די דערוואגסט זיך מיר צוזאגען אז איך זאל גיין בעטן ביי אמריקנ'ר אדער יורופעישע יידן אז זיי זאלען איבר לאזן זייער מקום מנוחה און קומען וואוינען און דעם מקום סכנה, אלס נאר כדי צו צופרידען שטעלן די מדינה און דיר געבן סיפוק מיט דיין אמט אלס שר הבטחון, איי וועסטו פרעגן נו אויב אזוי פארוואס וואוין איך דא, און פארוואס בוי איך אויף א קריה און נתניה, מעג איך דאס טון צו לייגען און א סכנה מיינע בני הקהלה, נאר איך שפיר זיך זיכער דווקא דא און ישראל, גאט וואס האט מיך געראטעוועט פון די לאגערן כדי איך זאל זיך קענען באזעצן אינם לאנד, פארלאז איך זיך אויף אים אז ער וועט מיך ווייטער ראטעווען, אזוי ווי ער האט צוגעזאגט בהר ציון תהיה פליטה, הנה לא ינום ולא ישן שומר ישראל וכו', איך בין נישט באזארגט, אבער די וואס די גלייבסט נישט און השגחה פרטית ווי אזוי האסטו די חוצפה צו פארלאנגען צו קומען וואוינען אויף מקום סכנה במקום שאין לך על מי להשען
האט אים דיין גענטפערט, וואס הייסט נצח ישראל לא ישקר, אבער דער קלויזנבורגר האט נישט נאכגלאזט זאגענדיג, אז דער קוד וואז די זאגסט מיר יעצט האט נישט קיין שום פשט, ווער און וואס איז דער נצח ישראל די טאנקען די מיסילס, פון די אלע האבן די גוים אפשר אפילו מער ווי די "נצח ישראל", נאר דאס מיינט אז גאט זאגט צו אז דער יידישער פאלק וועט בלייבען לעולם, והא ראי' אז פון גרויסע פעלקער איז נישט געבליבען קיין זכר, און דער קליינער אומבהאלפענער פאלק יידן זענען אלעמאל געבליבן, און איך האב נישט קיין ספק אז די אליינס גלליבסט אויך און דעם אמת'ן נצח ישראל, והא ראי' אז ווען איך האב דיך געקארנערט האסטו מיר גענפערט דאס, נאר האסט עס מורא זאגן ווייל דאס וועט דיך מחייב זיין מיט שמירת התורה והמצוות וכו',
משה דיין איז שטיל געבליבן אפאר מינוט און ער האט זיך אנגערופן רבי, ס'קען זיין איר זענט גערעכט, און דער שמועס האט זיך גענדיגט, און דער קלויזנבורגר רב האט נאכדעם געזאגט, אז ס'איז מיר גענוג אז ער האט מיר גענטפערט אז ס'קען זיין איך בין גערעכט און ער האט מיר נישט גענפערט ווי ביים אנפאנג שמועס מיט אזא שארפן ניין, אזוי האט ער כאטש אביסל געטראכט פון אמונה בה',
דער פראפעסער וויל עפעס צאמשטעלן די מעשה מיט די סיבה פארן ארויסגעבן זיין בוך, כ'ווייס נאך נישט פונקטליך ווי אזוי, אבער די מעשה איז גאנץ אן אינטרעסאנטער.
ס'איז בדעתי צו ציטירען אפאר וויכטיגע שטיקלעך פון דעם בוך, מיט אפאר גוטע בילדערפון דארט האפענטליך בקרוב

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום smartinof, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- smartinof
- ידיד השטיבל
- הודעות: 283
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 4:21 pm
- האט שוין געלייקט: 35 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 163 מאל
די גאנצע פשעטל פונ'ם קלויזנבורגר רב, איז גאנץ ענדליך צו דעם סטעיטמעינט פון סטמר רב "עס וועט קומען א צייט אז קיין יוד וועט נישט קענען וואוינען אן אר"י", אבער ווי פארשטענדליך לאו מטעמו, און בנוסף דער קלויזנבורגר רב כשלעצמו האט געהאלטן אז מקען יא דארטן גיין וואוינען עי' בהנ"ל, און נאך א שוני איז צווישען דעם סטמערע אינ'ם קלויזנבורג'ר, דער סטמר רב האט געהאלטען אז דער אראבער איז א געלעמטער טערק [כמדומה דכך ביטא בהנשא תורה, תשפרו את לשוני אם שגיתי] משא"כ דער קלויזנבורג'ר עי' בהנ"ל, און די סטמערע פערדן זינגען נאך נאך דעם ניגון, און גרויסען זיך דער רעבע איז געווען חוץ געווען א קדוש א חכם מחוכם, במקום איינער וואס קוקט אביסעל און די וועלט זעט ממש להיפך פארקערט, אפשר זענן זיי אביסל נישט מסודר, אבער געלעמט, מאן דכר שמיה...
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
דער סאטמארער רב האט נישט געזאגט קיין רוח הקודש, ער האט דערציילט אז אזוי פלעגט מען זאגן אינדערהיים. און די כוונה איז געווען אז זיי זענען שוואך און צוריקגעשטאנען אין פארגלייך צו די מערב וועלט, נישט אז זיי קענען זיך נישט רירן.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
- smartinof
- ידיד השטיבל
- הודעות: 283
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 4:21 pm
- האט שוין געלייקט: 35 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 163 מאל
דעת תורה האט געשריבן:דער סאטמארער רב האט נישט געזאגט קיין רוח הקודש, ער האט דערציילט אז אזוי פלעגט מען זאגן אינדערהיים. און די כוונה איז געווען אז זיי זענען שוואך און צוריקגעשטאנען אין פארגלייך צו די מערב וועלט, נישט אז זיי קענען זיך נישט רירן.
זיי מיר ניש חושד אז כ'האב אנגענומען געלעמט כפשוטו, נאר אפילו וי די ביסט עס מסביר מיין איך אז היינט איז עס נישט אזוי,
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
- משה געציל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1676
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל
קאווע טרינקער האט געשריבן:געווען אין די גוסטע צו קויפן א נייע ספר, אבער ביגעלאייזן איז פארשלאסען צוליב חסידות איינגעלעגנהייטן.
הפרו תורתיך משום עת לעשות, ווען גדי פאללאק קומט ארויס מיט זיין משניות אויף ברכות וועט ער לכאורה אריינלייגן א בילד פון א פארשפארטע ביגעלאייזן מיט פארענטשעס...
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
- ונבנתה העיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3795
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
- האט שוין געלייקט: 6591 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל
'מענה חכם', א ביאור פון ר' יואל כהן אויפ'ן ספר ויואל משה, אנצווייזן ווי מען האט עס פארדרייט אין סאטמאר, און א בריוו וואס ר' יואל האט געשריבן צו ר' מענדל וועכטער צו פארענטפערן זיינע קושיות אויף חב"ד קוקענדיג מיט סאטמאר'ע אויגן.
די גאנצע מעשה געפעלט מיר נישט, עס איז לכאורה געדרוקט געווארן קעגן דעם רצון פון איהר מחבר, ר' יואל האט עס נישט געלאזט ארויסגעבן נאכדעם וואס ער האט עס אריינגעשיקט צום ליובאוויטש'ער רבי'ן ז"ל און קיינמאל צוריק-באקומען, דער דרוקער שטעלט זיך פאר נאר מיט אן אימעיל אדרעס, און סך הכל האט ער עס אראפ-גענומען פון דעם אינטערנעט אזוי ווי עס שטייט און גייט מיט אלע טעותי הדפוס, ארויפגעווארפן א פעקל מוגזם'דיגע טיטול'ן אויף ר' יואל, און לאזט עס פארקויפן פאר 18 דאלער אין אייכלערס.

מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
וויאזוי האט דער קונטרס געמאכט איר וועג פונעם ליובאוויטשן רבי'נס פריוואטן צימער צו די אינטערנעט?
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
עס איז ארויסגעקומען א פרישע ספר דורך אסתר פרבשטיין מיט'ן נאמען בסתר המדרגה וואס באשרייבט די היסטאריע פון יהדות הונגריה ורבניה בנוגע די וועלט מלחמה. פרבשטיין האט זיך שוין ברימט געמאכט מיט איר פריערדיגער ספר 'בסתר רעם' אויף הלכה והגות בעניני מלחמחת העולם השניה, א גאר אינטערעסאנטע און תוכנ'דיגע היסטאריע בוך. יעצט האט זי זיך ווידעראמאל קאנצענטרירט אויף אן ענליכע ארבעט בלויז אויף יהדות הונגריה. נאכ'ן מעיין זיין אין דעם ספר איבער א שעה האט זיך עס ארויסגעשטעלט צו זיין גאר אינטערעסאנט און היבש אביעקטיוו, כאטש אלס פרומע שרייבערין זוכט זי, ווי פארשטענדליך, צו זוכן פאזיטיווע חלקים לגבי די חרדים אין אונגארן. פונדעסטוועגן האב איך זיך נישט געקענט פועל'ן ארויסצונעמען פון טאש די קרוב צו $40 וואס עס האט געקאסט, איז עס געבליבן אויף די פאליצע ווארטן אויף א גואל.
האדם לא נברא אלא להתענג