ענינימ'לעך ווערן קאנאניזירט

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק

ענינימ'לעך ווערן קאנאניזירט

הודעהדורך ראובן » זונטאג פעברואר 07, 2016 5:52 pm

אין היסטאריע פון רעליגיעזער ליטעראטור איז דא דער מושג פון "קאנאניזאציע", דאס הייסט, נאכפאלגן די היסטאריע און זען ווען א בוך אדער מנהג איז געווארן א חלק פון דעם "קאנאן" - די פארהייליגטע מסורה פון דער געזעלשאפט, וואס מ'קען מער נישט משנה זיין. אין די לעצטע פופציג יאר זענען ריזיגע חלקים פון פאלקלאר געווארן א חלק פון חרדישער קאנאן - אין פאקט, מ'קען זאגן אז איבער 50% פון דער היינטיגער חרדישער קאנאן איז געשאפן געווארן אין די לעצטע פופציג יאר. לאמיר דא זען אן אינטערעסאנטער ביישפיל פון א ספר וואס וויל שפילן א ראלע אין דעם פראצעס.

ארום צען יאר צוריק איז ארויסגעקומען א ספר מיט'ן נאמען "מבואו ועד צאתו", וואו דער מחבר, הרב פינחס שפיטצער פון ניו-סקווער, גייט דורך דעם גאנצן יום השבת, און שמועסט אויס ענינים עפ"י הלכה און חסידות, באגלייט מיט סיפורים. דער ספר איז געווען א טייל פון דער נייער פלייץ פון ספרים וואס נעמען ענינימ'לעך וואס מ'פלעגט אמאל איבערזאגן בשעת'ן עסן "תיקון" און פארהייליגן זיי דורכ'ן איינבינדן צווישן צוויי הארטע דעקלעך.

הרב שפיטצער איז יעצט געגאנגען א שטאפל ווייטער, און האט ארויסגעגעבן א ספר "מבואו ועד צאתו לתלמידים". דער דאזיגער ספר נעמט די אלע ענינים, און מאכט פון זיי א שולחן-ערוך מנוקד, אז די קינדער זאלן לערנען די "ענינים" ווי הלכה למשה מסיני.
בייגעלייגטע פיילס
1.JPG
2.JPG
3.JPG
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2602
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10217 מאל

הודעהדורך פאטעטא טשיפס » זונטאג פעברואר 07, 2016 7:01 pm

@ראובן, להוי ידוע, די ספר מבואו ועד צאתו לתלמידים איז בהחלט נישט איבער עניני שב"ק, נאר נעמט ארום עיני השכמת הבוקר.
פאטעטא טשיפס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 43
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 2:08 pm
האט שוין געלייקט: 40 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל

הודעהדורך אוהב ספרים » זונטאג פעברואר 07, 2016 7:08 pm

פאטעטא טשיפס האט געשריבן:@ראובן, להוי ידוע, די ספר מבואו ועד צאתו לתלמידים איז בהחלט נישט איבער עניני שב"ק, נאר נעמט ארום עיני השכמת הבוקר.


בארואיגט אייך, עס איז דא כמה בענדער, אויף שבת, חנוכה, סוכות, אויף סדר היום איין באנד דערווייל
אוהב ספרים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 437
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 22, 2012 7:09 pm
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 167 מאל

הודעהדורך ראובן » זונטאג פעברואר 07, 2016 7:20 pm

פאטעטא טשיפס האט געשריבן:@ראובן, להוי ידוע, די ספר מבואו ועד צאתו לתלמידים איז בהחלט נישט איבער עניני שב"ק, נאר נעמט ארום עיני השכמת הבוקר.

די סעריע האט זיך אנגעהויבן מיט'ן באנד אויף עניני שבת.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2602
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10217 מאל

Re: ענינימ'לעך ווערן קאנאניזירט

הודעהדורך דעת תורה » זונטאג פעברואר 07, 2016 8:13 pm

שווער צו רופן ענינים'לעך. מ'רעדט פון זאכן וואס זענען נכסי צאן ברזל ביים היימישן ציבור, און א גרויס טייל באזירט אויפן שו"ע.

און דער ספר איז גארנישט מחדש, און איז נישט גורם צו קאנאניזאציע מער ווי די הנהגות ביז היינט, וואס זענען מילא מפוזר ומפורד אין די ספרים.

בשלמא דער ספר זאל אפשרייבן להלכה אז א ערוואקסענער מאן מעג נאר נוצן א שווארצע שירעם דייקא, וכדו' אזאלכע מיני זאכן וואלטן געווען אינטערעסאנט.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
דעת תורה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2133
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 4791 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1761 מאל

Re: ענינימ'לעך ווערן קאנאניזירט

הודעהדורך שמערל » זונטאג פעברואר 07, 2016 11:31 pm

איך זעה דער מחבר איז א היבש ליבעראלער, ער איז מקיל צו גיין מיט הויזן פון לינקס אויף רעכטס, פון ווי נעמט ער אזא קולא אויף א ספק דאוריתא פון ובחוקתיהם לא תלכו?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך שמערל אום זונטאג פעברואר 07, 2016 11:45 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 1198 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1343 מאל

Re: ענינימ'לעך ווערן קאנאניזירט

הודעהדורך ירא שמים » זונטאג פעברואר 07, 2016 11:42 pm

בכלל נישט קיין נייע מושג,
ליקוטי מהרי״ח און פריער מנהגי מהרי״ל מנהגי ווירמייזא וכו׳
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2669 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1007 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » זונטאג פעברואר 07, 2016 11:45 pm

אויך כדי צו דערמאנען מיין באליבטע ספר פון אלס קינד "שערי יצחק" אויף אידיש. ווער געדענקט נאך?
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2635
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 4136 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2733 מאל

הודעהדורך יואליש » מאנטאג פעברואר 08, 2016 10:08 am

שמעון וואלף האט געשריבן:אויך כדי צו דערמאנען מיין באליבטע ספר פון אלס קינד "שערי יצחק" אויף אידיש. ווער געדענקט נאך?


viewtopic.php?f=5&t=539&p=295941&hilit=%D7%A9%D7%A2%D7%A8%D7%99+%D7%99%D7%A6%D7%97%D7%A7#p295941
באניצער אוואטאר
יואליש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2525
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1600 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3918 מאל

הודעהדורך יאיר » מאנטאג פעברואר 08, 2016 2:43 pm

פרק של"ג
א. נוהגים ללמוד עמוד אחד מספר 'מבואו ועד צאתו' כל לילה לפני השכיבה.
ב. המדקדקים לומדים גם בבוקר.
ג. אמרו הצדיקים, כל הלומד ספר 'מבואו ועד צאתו' בכל יום מובטח לו שהוא בן עולם הבא.
ד. הלומד בספר ואינו מקיים מה שכתוב בו הרי זה כאילו לא למד ומאבד הבטחתו.
ה. אם למד ומת קודם שהספיק לקיים הרי זה כאילו למד וקיים.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8159 מאל

הודעהדורך ראובן » מאנטאג פעברואר 08, 2016 2:55 pm

דעת תורה האט געשריבן:שווער צו רופן ענינים'לעך. מ'רעדט פון זאכן וואס זענען נכסי צאן ברזל ביים היימישן ציבור, און א גרויס טייל באזירט אויפן שו"ע.

שווער צו רופן דעם חסידישן ענין פון "רעכטס אויף לינקס" ווי נכסי צאן ברזל וואס דארף געלערנט ווערן מיט קינדער אין א ספר מנוקד.

דעת תורה האט געשריבן:און דער ספר איז גארנישט מחדש, און איז נישט גורם צו קאנאניזאציע מער ווי די הנהגות ביז היינט, וואס זענען מילא מפוזר ומפורד אין די ספרים.

דער ספר איז נאך א ביישפיל פון דער קאנאניזאציע אהערגעשטעלט אין די לעצטע צענדליגער יארן דורך די ספרים וואס נעמען ענינים וואס מ'האט אמאל געזאגט מיט א גוטמוטיגן שמייכל, און מאכן זיי פאר "געדרוקטע" אוועקגעשטעלטע הלכה'דיגע פאקטן.

דעת תורה האט געשריבן:בשלמא דער ספר זאל אפשרייבן להלכה אז א ערוואקסענער מאן מעג נאר נוצן א שווארצע שירעם דייקא, וכדו' אזאלכע מיני זאכן וואלטן געווען אינטערעסאנט.

ס'וועט קומען דער טאג פאר דעם אויך. כאפ נישט קיין הייסע לאקשן.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2602
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10217 מאל

Re: ענינימ'לעך ווערן קאנאניזירט

הודעהדורך שמערל » מאנטאג פעברואר 08, 2016 3:00 pm

וואס טוט זיך מיטן הארבן ענין פון נישט גיין מיט א האנט זייגער? ער ברענגט עס דארט?
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 1198 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1343 מאל

הודעהדורך ראובן » מאנטאג פעברואר 08, 2016 3:01 pm

מסתמא, עס פאסט אריין. כ'האב נישט דורכגעקוקט דעם גאנצן ספר.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2602
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10217 מאל

הודעהדורך ירח בן יומו » מאנטאג פעברואר 08, 2016 3:08 pm

שמערל האט געשריבן:וואס טוט זיך מיטן הארבן ענין פון נישט גיין מיט א האנט זייגער? ער ברענגט עס דארט?

ליהוי ידיעי לך אז הרב חיים קנייבסקי האלט איז דאס איז נישט קיין ענין. נאר א איסור דאורייתא. ער איז מעוורר יעדעם וואס ער זעט (לא תגורו מפני איש) די גרעסט גבירים פון חו"ל הייסט ער זיי דאס אויסטוהן.
באניצער אוואטאר
ירח בן יומו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 791
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 12:15 am
האט שוין געלייקט: 870 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 689 מאל

הודעהדורך גראדעמעכעלע » מאנטאג פעברואר 08, 2016 5:50 pm

שמערל האט געשריבן:איך זעה דער מחבר איז א היבש ליבעראלער, ער איז מקיל צו גיין מיט הויזן פון לינקס אויף רעכטס, פון ווי נעמט ער אזא קולא אויף א ספק דאוריתא פון ובחוקתיהם לא תלכו?

אויב געדענק איך גוט איז דאס גופא א 'ענין' אז די הויזן זאל זיין לנקס אויף רעכטס, ומי יעמוד בסוד
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1819
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 10:16 pm
האט שוין געלייקט: 6468 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2344 מאל

Re: ענינימ'לעך ווערן קאנאניזירט

הודעהדורך שמערל » מאנטאג פעברואר 08, 2016 5:53 pm

נישט וואס איך ווייס. דער רבי זי"ע (פרעגט נישט וועלכע ווייל עס איז נישט קיין נ"מ) האט געהאט הויזן רעכטס אויף לינקס.

מאנכע פארצייטישע אידן זענען בכלל נישט געגאנגען אין קיין הויזן, א שטייגער ר' עמרם בלוי.
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 1198 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1343 מאל

הודעהדורך בן אדם » מאנטאג פעברואר 08, 2016 6:31 pm

שמערל האט געשריבן:מאנכע פארצייטישע אידן זענען בכלל נישט געגאנגען אין קיין הויזן, א שטייגער ר' עמרם בלוי.

הויזן איז טאקע א מאדערנער זאך. כ'האב געהערט (נישט קיין ווערטל) אז ס'נאך היינט דא ירושלימ'ער אידן וואס גייען נאר מיט ר"ט, און ווען זיי זעצן זיך הייבען זיי קיינמאל נישט אויף זייערע קאפאטעס (וואטעוווער יו קאלל איט).
Someone's stupid
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:02 am
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 3074 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1428 מאל

Re: ענינימ'לעך ווערן קאנאניזירט

הודעהדורך שמערל » מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:07 pm

הויזן איז נישט ממש קיין מאדערנע זאך, אין געוויסע קולטורן גייט מען שוין דערמיט איבער צוויי טויזענט יאר, די הלכה אז נאר א מאן מעג גיין אין הויזן איז שוין גאר אן אלטער.
נאר וואס דען אין די אראבישע לענדער ווי מען פלעגט נישט גיין אין קיין הויזן, איז די ערשיינונג פון הויזן אנגעקוקט געווארן ווי א סימבאל פון אייראפעאישע מאדערניזם.
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 1198 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1343 מאל

Re: ענינימ'לעך ווערן קאנאניזירט

הודעהדורך ירא שמים » מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:13 pm

ירח בן יומו האט געשריבן:
שמערל האט געשריבן:וואס טוט זיך מיטן הארבן ענין פון נישט גיין מיט א האנט זייגער? ער ברענגט עס דארט?

ליהוי ידיעי לך אז הרב חיים קנייבסקי האלט איז דאס איז נישט קיין ענין. נאר א איסור דאורייתא. ער איז מעוורר יעדעם וואס ער זעט (לא תגורו מפני איש) די גרעסט גבירים פון חו"ל הייסט ער זיי דאס אויסטוהן.
מאי טעמא?
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2669 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1007 מאל

Re: ענינימ'לעך ווערן קאנאניזירט

הודעהדורך דעת תורה » מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:49 pm

שמערל, וועלכע הלכה רעדסטו ףון?
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
דעת תורה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2133
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 4791 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1761 מאל

Re: ענינימ'לעך ווערן קאנאניזירט

הודעהדורך שמערל » מאנטאג פעברואר 08, 2016 9:21 pm

אז א פרוי טאר נישט גיין מיט קיין הויזן אלס לא תלבש
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 1198 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1343 מאל

הודעהדורך יהושע חיים » דינסטאג פעברואר 09, 2016 12:46 am

ירא שמים האט געשריבן:
ירח בן יומו האט געשריבן:
שמערל האט געשריבן:וואס טוט זיך מיטן הארבן ענין פון נישט גיין מיט א האנט זייגער? ער ברענגט עס דארט?

ליהוי ידיעי לך אז הרב חיים קנייבסקי האלט איז דאס איז נישט קיין ענין. נאר א איסור דאורייתא. ער איז מעוורר יעדעם וואס ער זעט (לא תגורו מפני איש) די גרעסט גבירים פון חו"ל הייסט ער זיי דאס אויסטוהן.
מאי טעמא?


ער האלט אז עס איז א פרוישע מלביש איז עס אסור אלס לא ילבש גבר שמלת אשה
יהושע חיים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 913
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 26, 2012 8:56 pm
האט שוין געלייקט: 51 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 479 מאל

Re: ענינימ'לעך ווערן קאנאניזירט

הודעהדורך דעת תורה » דינסטאג פעברואר 09, 2016 1:25 am

שמערל האט געשריבן:אז א פרוי טאר נישט גיין מיט קיין הויזן אלס לא תלבש

וואו שטייט די הלכה?
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
דעת תורה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2133
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 4791 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1761 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג פעברואר 09, 2016 2:05 am

שמערל האט געשריבן:הויזן איז נישט ממש קיין מאדערנע זאך, אין געוויסע קולטורן גייט מען שוין דערמיט איבער צוויי טויזענט יאר, די הלכה אז נאר א מאן מעג גיין אין הויזן איז שוין גאר אן אלטער.
נאר וואס דען אין די אראבישע לענדער ווי מען פלעגט נישט גיין אין קיין הויזן, איז די ערשיינונג פון הויזן אנגעקוקט געווארן ווי א סימבאל פון אייראפעאישע מאדערניזם.

שמערל: איך האב גערעדט צו אן אלטן איד וועלכער קומט פון דערהעים אין מארמאראש, וועלכער איז שוין בעלמא דקשוט. נאך ווען ער איז דא געווען מיט אונז אין עולם השקר. און ער האט געזאגט אז אינדערהעים איז מען נישט געגאנגען קיין הויזן. נאר קינדער פון גבירים...דאס האט בשעתו גורם געווען א שטארקן אויספלאץ און א סאך קשיות... :lol: :roll:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 13945
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 15980 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9056 מאל

הודעהדורך יואב » דינסטאג פעברואר 09, 2016 1:14 pm

ירח בן יומו האט געשריבן:
שמערל האט געשריבן:וואס טוט זיך מיטן הארבן ענין פון נישט גיין מיט א האנט זייגער? ער ברענגט עס דארט?

ליהוי ידיעי לך אז הרב חיים קנייבסקי האלט איז דאס איז נישט קיין ענין. נאר א איסור דאורייתא. ער איז מעוורר יעדעם וואס ער זעט (לא תגורו מפני איש) די גרעסט גבירים פון חו"ל הייסט ער זיי דאס אויסטוהן.

א קלאסיש דיפערענץ צווישן א חסידישן הימל-פליער און ליטווישן אנטיסעמיט. ביי ביידע איז א האנט-זייגער חזיר טריף; די סיבה דערצו איז כרחוק קפיצת הדרך מטערע. ביים חסיד איז דאס א קידושין רינגל פאר'ן שטן; ביים ליטוואק — אן איסור דאורייתא.

נאך א חילוק: דער בולשיטער חסיד מוז דאך האבן א סיבה צו גיין מיט א טאשן-זייגער, טיילט ער קידושין רינגלעך. דער ליטוואק רייסט זיך אויס פון ביידע וועלטן. אז א האנט זייגער איז א דאורייתא איז א טאשן-זייגער געוויס א דרבנן.
וועקער #18 - סטעי טונד!
באניצער אוואטאר
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 3:55 am
געפינט זיך: ב"ה אין אַ סטאַבּילן צושטאנד — דער ציבור ווערט געבעטן צו ווייטער מתפלל זיין.
האט שוין געלייקט: 6517 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5944 מאל

נעקסט

גיי צוריק ספרים און ביכער

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט