מיינע 'מציאות' געקויפט אינעם לעגענדארן ספרים געשעפט: פינטערס

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק
רעאגיר
אדנירם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15246 מאל

מיינע 'מציאות' געקויפט אינעם לעגענדארן ספרים געשעפט: פינטערס

שליחה דורך אדנירם »

[center]דער וועלט בארימטער ספרים געשעפט: פינטער'ס![/center]
האט איר אמאל געהערט פונעם צוקראכענעם ספרים געשעפט, ברייט באקאנט מיט אירע לעגענדארע 'מציאות' וואס מ'קען דארט איינקויפן פאר א קנאפע טאלער, מיטן נאמען 'פינטערס'?!

אויב נישט, זענט איר ווארשיינליך נישט קיין בארא פארקער איינוואוינער. אבער דאס איז נאכאלס א קנאפע תירוץ, ווייל 'פינטערס' איז ברייט בארימט, אפילו איבער דער גארער וועלט. אזויווי 'ביגלאייזן' אין בארא פארק איז א צענטער, וואו יעדע נארמאלע לייברערי איבערן גארער וועלט [אריינגערעכנט וועלטס גרויסע אוצר הספרים'ס, א שטייגער ווי 'הספריה הלאומית' אין ארץ ישראל], האט אן אפמאך מיטן מוכר הספרים אוועקצולייגן פאר אים די נייע ספרים וואס קומען אן אהין, אזוי איז אויך 'פינטערס' ברייט בארימט, מיט די כסדר'דיגע אוצרות, מציאות, און אפילו היסטארישע ספרים וכתבי ידות, וואס קומען אן אהין.

דער גליקליכער, וועט אמאל באווייזן איינצוקויפן א ספר מיט א חתימה פון א גדול בישראל, פאר א דאלער [גם אני בתוכם]. א צווייטער וועט געלונגען צו טרעפן א חתימה פון זיין אייגענע עלטער עלטער זיידע נאך אין הוידא-נאנאש. א דריטער וועט כאפן אן אנטיק ספר פון צוויי הונדערט יאר צוריק, פאר די זעלבע נארישע דאלער. הכלל, יודעי דבר און יודעי ספר באווייזן דארט איינצוקויפן ממש אוצרות.



[center]פון וואו קומען די אלע פרישע [אלטע...] סחורה?![/center]
יעצט קודם א ווארט איבערן געשעפט זעלבסט, למען ידע הקורא פון וואס מ'רעדט דא:

געווען אמאל א איד, א חשוב'ער תמימות'דיגער איד, מיטן נאמען 'רבי קלמן פינטער'. ער איז געווען א סופר סת"ם, און מטבע הדברים האט ער זיך אביסל אריינגעלייגט אין פארקויפן ספרים אויך. כמדומה אז ער איז געווען א פויליש-גאליציאניש אידל. ווען ער איז עלטער געווארן, האט זיין זון איבערגענומען דעם עסק, און זיך גענומען פארקויפן ספרים, אבער דאס האט צוביסלעך משנה צורה געווען. אנשטאט דעם וואס ס'זאל פארקויפן נייע ספרים, פלוס אביסל 'גענוצטע' פאר א ביליגערע פרייז, האט דער געשעפט אנגעהויבן פארקויפן כמעט נאר גענוצטע ספרים, און עווענטועל - נאר גענוצטע ספרים, פארשטייט זיך - פאר א ביליגע פרייז.

דער זון - דער היינטיגער בעל הבית (הר"ר קלמן איז אוועק אפאר יאר צוריק), האט מסדר געווען א סיסטעם אין געשעפט: אלע ספרים 'אינעווייניג' אינעם ספרים געשעפט גופא, קאסטן צווישן פינף דאלער און --- [נישטא קיין פרייז פאר די העכסטע. כאמור זענען דארט דא אוצרות און ערנסטע אנטיקן וואס קאסטן אסאאאאך געלט]. אלע ספרים 'אינדרויסן' פונעם געשעפט, אויסגעלייגט אויף טישלעך, קאסטן דעם מאדנעם ביליגן פרייז פון 'איין דאלער'.

איר וואונדערט זיך אוודאי פון וואו ווערן באשאפן די בערג מיט ספרים, וואס כמעט טעגליך קומען אן נייע צענדליגע ספרים - צו מער - אין געשעפט. דא ליגט דער עיקר סוד: ווען אן אלטער איד אין אמעריקע שטארבט, האבן אסאך מאל די קינדער נישט וואס צו טון מיט די ספרים. על פי רוב זענען זיי אלטע שטויב-אנגעזאמלטע ספרים, און די קינדער קענען נישט אדער זענען שוין נישט אינטרעסירט צו ליינען די אלטע דפוס ספרים. די אלע מענטשן זוכן פטור צו ווערן פון די ספרים - און קיין שום ביהמ"ד זוכט נישט קיין 'שמות'. געבט מען א רוף אן דעם 'פינטער', און ער קומט אפנעמען די ספרים. גאנצע באקסעס ווערן אנגעלאדנט, אויסגעליידיגט פון אלטע הייזער, און אריבערגעברענגט צו אים אין געשעפט.

רוב חברה וואס ווילן פטור ווערן פון די עלטערנס ירושה ספרים, זענען אמעריקאניזירטע סטיל אידן. קוים וואס זיי קענען זעלבסט לערנען א שטיקל מהרש"א, האבן זיי גארנישט וואס צו טון מיט די ספרים וואס דער טאטע האט שוין ליגן ביי זיך אינדערהיים די לעצטע זעכציג יאר [און האט מעגליך אויך קיינמאל נישט אריינגעקוקט דערין]. זיי האבן אויך נישט קיין אנונג, אז מעגליך ליגט ביי זיי אן אוצר גדול. א ספר אפאר הונדערט יאר אלט, א ספר מיט הגהות פון א גדול בישראל, צו כאטש א חתימה פון א חשוב'ע פערזענליכקייט. צומאל רעדט מען פון ספרים וואס ס'כמעט נישט געבליבן דערפון קיין שריד ופליט נאכן קריג, און דער חשיבות פון אזא ספר איז אומשאצבאר, און צומאל רעדט מען פון א 'דפוס ראשון' ספר וואס איז ווערט אסאך געלט. דאס איז שוין חוץ פון סתם גאר אינטרעסאנטע אינהאלטסרייכע ספרים, וואס אין געשעפט קאסט אפאר דאלער.

ווען 'פינטער' ערהאלט אזא קאל, קומט ער אריבער מיטן ווען, און נעמט איבער דעם גאנצן עסק. הללו פורשים ושמחים והללו פורשים ושמחים. זיי זענען פטור געווארן פון גארבעדזש, און ער האט באקומען אוצרות [דערמאנט אביסל פון די זבל פרדותיו של יצחק, פאר ווער ס'קען נאך א שטיקל רש"י]. אבער פאוואליע, ער האט א מבי'נישע נאז: אז ער שטייט פאר אפאר אומוויסנדע תמימים, קען מען מאכן אן אפותיקי אויף זיי אויך. נעמליך, ער נעמט דאך 'שמות' פון זיי. אויב שטייט ער פאר נארמאלע מענטשן, קען ער פארט בעטן אפאר דאלער, ווייל 'שיימעס' איז עס סייווי סיי. הכל כפי ראות האף הגדול הזה.

אזוי אויך געשעט, אז א ביהמ"ד מאכט איבער זייער 'אוצר הספרים' און זוכט פטור צו ווערן פון אלטע ספרים [איך פערזענליך האב מיטגעהאלטן אפאר אזעלכע בתי מדרשים. צו מיין הארץ עסעניש, איז מיר די ידיעה דערגאנגען נאר נאכדעם וואס די ספרים זענען אנגעקומען צום געשעפט], זיי קומען אן אין 'פינטער'ס'. איינער האט געהאט א 'פלאד' ביי זיך אינדערהיים, און ווערט פטור פון אלע ספרים, נאסע ווי טריקענע. איינער ווערט פטור פון 'שמות' בעפאר פסח. וכהנה רבות. 'פינטער' מאכט דאפלט געלט: פון דער וואס ווערט פטור פון זיינע סחורה, און פון דער וואס וויל עס שפעטער באקומען...



[center]וויאזוי גייט צו דער 'אויספארקויף',
אינעם מאדנעם 'סעקאנד הענד' ספרים געשעפט - פינטער'ס?![/center]

אלע בערג מיט ספרים וואס 'פינטער' באקומט, וועט ער עס סארטירן אין פיר:

כת א' - זענען די גרעסטע מוצלחים. זיי זענען ריכטיגע אוצרות וואס זענען ווערט גענוג געלט, אז זיי גייען אריין אין א חדר לפנים מחדר, און דארט וועלן זיי ליגן עדי יבוא חובב עתיקות וכדומה, וואס איז גרייט צו צאלן אפאר מאות פאר זיינע סחורה.

כת ב' - זענען היבשע מוצלחים. זיי וועלן ליגן אויף די פאליצעס אינעם ספרים געשעפט, וואו זייער פרייז וועט 'געווענליך' זיין צווישן פינף און פופציג דאלער. דאס וועט זיך אויך ווענדן אינעם 'נאז' פונעם קונה, אינעם 'מוד' פונעם מוכר, און אינעם ידיעה ווי שטארק 'ידען' דער קונה איז אינעם ספרים וועלט, וכדלהלן.

כת ג' - זענען די נעבעכ'ס. זיי באשטייען בעיקר פון חומשים, סידורים, תהלים'ס, וכדומה, וואס קאסטן נאר איין דאלער, און ליגן אויף טישלעך אינדרויסן פונעם געשעפט. נישט געזארגט, גענוג גוטע ספרים קומען אן אהין, אן אדאנק דעם, איז מיין ביבליאטעק היבש געשטיגן [איינגעקויפט דארט מסתמא פאר איבער טויזנט דאלער - נאר 'סינגל' ספרים - במשך די יארן].

כת ד' - זענען די דורכפעלער. זיי זענען ריכטיגע שמות, צעטלעך, צופליקטע ספרים, און זיי גייען אריין אין 'פינטער'ס' שמות. דאס איז ריין שמות אן קיין שום צל צלה של ספק...

גראדע איז דא נאך א כת. דאס איז אפיקורס'ישע ספרים, ספרי חשק, וכדומה, וואס קומען אן אין געשעפט. אבער פינטער זארגט שוין זיי זאלן צוריסן ווערן און נישט פארקויפט ווערן. כאטש איך בין מעיד נאמנה, אז מ'קען גענוג ספרי כפירה וחשק וכו' איינקויפן אזוי אויך, טאקע פאר א קנאפע דאלער, אבער כאטש מ'פרובירט...

דער געשעפט - קווארטירט אויף 14'טע עוועניו צווישן 44-45 סטריט - ציט נייע סארט מאסן. איינער זוכט פאר זיין טאכטער א גענוצטע מקראות גדולות חומש [גיי ווייס פארוואס פונקט אונזערע טעכטער זענען זוכה דורכצואקערן פרשיות התורה מיט די מפרשים ווי עס באדארף צו זיין, בשעת דער זון בלייבט ביים זעלבן חומש רש"י], קען ער עס דארט קריגן פאר א דאלער. א צווייטער דארף וויכטיג א מחזור'ל פאר זיין קליינע יונגעלע. נו ווייטער, פאר א דאלער. א דריטער וויל דווקא א ספעציפישע ספר - וואס איז ניטאמאל בנמצא אין געהעריגע ספרים געשעפטן - גייט ער אריין אינעווייניג, און זוכט עס ארום. צומאל טרעפט ער דאס, רוב מאל טרעפט ער עפעס אנדערש, אבער אויך גענוג ווערטפול עס צו כאפן...

דער בעה"ב האט אן אונטער משרת, א וומסב"ג אידל, היבש אן אינטרעסאנטער. ער קומט יעדן טאג אריין אין געשעפט ארבעטן בתמימות, און כאטש ער ווערט - מטבע הדברים - גאר שנעל נערוועז, און [א טיפ, לטב ולמוטב] ער איז גאר א קנאפער ידען וואס איז א 'ווערטפולע ספר' און וואס נישט [לטב ולמוטב, ווייל פונקט ווי איינער קען כאפן א ריכטיגע מציאה פאר פינף דאלער, קען ער זיך צומאל איינ'עקשנ'ען ללא סיבה און בעטן צוואנציג-דרייסיג דאלער פאר עפעס וואס איז טאקע נישט ווערט מער פון פינף דאלער], איז ער פארט חלק פון די 'פורניטשור' פון 'פינטערס', און איז גאר אן ערליכער איד וואס טוט זיין ארבעט מיטן גאנצן ערנסטקייט, און אין א שעת הכושר קען מען שמועסן און ווערטלן מיט אים, ווען ער דערציילט גאר טשיקאווע עפיזאדן און אנעקדאטן וואס האבן זיך אפגעשפילט אין 'פינטערס' ווי איבערן גאנצן כדור העולם.

אזוי אויך זענען אייביג דא 'שיק יונגלעך', אידן ווי גוים, וואס זענען די 'שלעפער'ס'. זיי שלעפן די ספרים פון ווען צום געשעפט, און זיי טראגן אריין און ארויס די טישן אנגעפולט מיט ספרים. האמת אמרו, אז די געלט וואס קומט אריין אין געשעפט איז נישט גענוג צו קלעקן פאר אלע ארבעטער פלוס דעם בעה"ב, נאר דער פינטער טוט עס מער אלס 'האבי', זייענדיג זעלבסט א גוטע פארשטייער צו ספרים וכו'.



[center]אדנירם'ס [Bitter-sweet] היסטאריע מיט פינטער'ס...[/center]
כאמור, האב איך שוין געקויפט אין פינטער'ס הונדערטער, צו גאר מער, ספרים. איך פארמאג טאקע אן אייגענער אוצר הספרים, וואס א מספר לא מבוטל קומט פון 'פינטער'ס'. אלס איינקויפער שוין א היבשער פאר יאר איבער אן עשור שנים, קען איך שוין דעם מענטאליטעט פון אלע מוכרים ושמשים למיניהם.

אבער דער שטעקן האט צוויי עקן, און דערפאר קען איך ניטאמאל איינקויפן פון די ספרים אינעווייניג פונעם געשעפט. וויבאלד זיי פארשטייען אז ווען איך קויף עפעס, איז עס 'ווערט', וועלן זיי מיר עס נישט פארקויפן פאר פינף דאלער - ווי זיי וואלטן געטון פאר אנדערע, נאר זיי וועלן מיר בעטן אסאך מער געלט, ווייל 'ס'איז ווערט'. דערפאר נקטתי כללא בידי, כמעט נישט צו קויפן עפעס פון 'אינעווייניג', נאר פון די שמאטעס 'אינדרויסן', וואס קאסטן אייביג נאר א דאלער [חוץ איין טישל המיועד פאר 'סעטס', וואס קאסטן ע"פ רוב צען דאלער א סעט].

אבער יודעלעך, אל דאגה! איך קען אראפשרייבן א בארג מיט מעשיות פון די ספרים וואס איך האב איינגעקויפט אינדרויסן. סעטס און אנציקלאפעדיעס, וואס פארנעמען איבער צוואנציג-דרייסיג בענדער, וואס איך האב איינגעקויפט - בעבודת נמלים, און בעיקר מיט געדולד - פאר א דאלער א באנד. געוויסע ספרים וואס כ'האב געגארט צו האבן, אבער זענען געווען 'אינעווייניג', און נאך אפאר וואכן האב איך זיי געטראפן אינדרויסן [און דאס זעלבע פארקערט, ספרים וואס כ'האב מיך איינגעקויפט פאר א דאלער, און שפעטער געזען ווי אנדערע קויפן דאס זעלביגע אינעווייניג...]. סתם אינטרעסאנטע ספרים, וואס 'נייע דריק' - צו נאר נייע בלעטער - קאסטן דרייסיג דאלער א באנד, און האט מיר געקאסט א דאלער. צו ספרים וואס מ'קען נישט קויפן אין א טיפישע חרדי'שער ספרים געשעפט, וד"ל.

אבער דארט דארף מען האבן מזל. א גוטע טאג, קען איך איינקויפן 15-20 ספרים בבת אחת, א בינוני טאג 7-10 ספרים, און א שוואכע טאג 1-2 ספרים. איך קום נישט אן אהין צו אפט, אבער ווען יא - וויל איך ארויסמארשירן מיט א בארג ספרים און ביכער, וואס זאלן דורכגעגאנגען ווערן, עכ"פ מקופיא, ביזן קומענדיגן מאל איך באזוך דאס ארט.

דאס איז 'פינטער'ס' על רגל אחת.


---
נאכן ארויסהאבן וואס דאס איז דער 'געשעפט' פינטער'ס, קלער איך פון ווייטער ממשיך זיין דעם אשכול מיטן ברענגען כסדר אפאר ספרים און ביכער וואס כ'האב 'איינגעקויפט' אין פינטער'ס, על כל מיני מקצועות התורה, חכמה, מדע, והיסטוריה [ועוד], מיט א שטיקל 'תמצית' וואס דער תוכן הספר/בוך איז, אזוי זאל זיך דער עולם באקענען סיי מיט 'פינטער'ס' בכלל, און סיי מיט די ביכער זעלבסט. די 'סקירות' וועלן אי"ה אנגיין אויב/ווילאנג דער ציבור וועט ארויסווייזן אינטערעסע.

דער אשכול פארמאגט 46 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר