דריי ארטיקלעך פון מיין אוצר (פה סח 2)

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1009
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 628 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2005 מאל

דריי ארטיקלעך פון מיין אוצר (פה סח 2)

שליחה דורך שטילע אינגערמאן »

די מצות באקן האט שלום געבראכט

די לובלינע חסידים פון מיין שטעטיל אין פולין, ווי איך בין געבוירען געווארען, האבען זיך נוהג געווען צי באקען אליין די מצות שמורה ערב פסח. דעם ווייץ צו די מצות האבען זיי אליין געשניטען זומער אין דער שניט צייט, און אליין געמאלט מיט א האנט מיל. צי מאכען דאס מעהל אין ערב פסח נאך צוועליף אזייגער, זענען זיך צוזאמען געקומען אלע חסידים אין שטיבעל אריין, ווי אלעס איז שוין געווען גרייט צום באקען. פאר אונז אינגלעך איז דאס געווען אפשר די בעסטע אין שעהנסטע צייט פון אונזער אינגעל'עשנלעבן. דאס גיין א נאכט פאר ערב פסח צום טייך נאך "מים שלנו", טראגען דאס וואסער אין שטיבעל אריין, און זינגען "ושאבתם מים בששון" און דאן נאך צי העלפען מיט וואס מיר האבען נאר געקענט - דאס איז געווען אונזער איינציגער פערגעניגען. ביי דעם באקען די מצות, האבען מיר געהאלפען רעדלין די מצות, געגאסען וואסער ביי דעם קנעטען, אין נאך אזעלכע זאכען וואס מיר האבן צי געהאלפען. ביי די חסידים איז דאס באקען מצות ערב פסח געווען פאררעכענט פאר א קרבן וואס מען האט מקריב געווען אין בית המקדש ערב פסח בין הערבים..... מען האט געזאגט הלל, געזינגען נשמת, געלערנט זוהר, און אויך געטרינקען אביסעל פסח'דיגען שליוואוויץ. קיין שום פרעמדער מאן, אדער פרוי האבן זיך באטייליגט אין דער הייליגער ארבייט, נאר די חסידים פון שטיבעל. יעדער חסיד פון שטיבעל האט בעקומען זעקס מצות, ווייל מיט דעם איז ער דארך געקומען גאנץ יו"ט פסח. קיין אנדערע מצות האט ער נישט געגעסען....

דאס וואס איך שרייב דא, איז געווען אין יאר תרמ"ח, ווען דער רבי פין ל. איז נפטר געווארן, און זיין זון איז געווארן רבי אויף זיין ארט. א טייל חסידים האבען זיך אפגעטיילט און געפארען צו א צווייטען רבי'ן. אויך האבן זיי געהאט א באזונדער שטיבעל צום דאווענען. אויך איז דארט געווען א ארט איינגעארדינאנג ווי צי באקען די שמורה מצות ערב פסח. געווענטליך איז ביי די חסידים צווישען די צוויי שטיבלעך נישט געווען קיין שלום בית... ביי דעם טייך ווי מען האט גענומען דאס מים שלנו, האט מען זיך איבער געווערטעלט אויף דעם חסידישען שטייגער, מיט גמרא ווערטליך, מיט זינגען. און ווען מען איז געגאנגען צוריק פון טייך מיט די וואסער, איז יעדער פארטיי געגאנגען אויף א צווייטען וועג, כדי זיך נישט צי קריגען. נאך בדיקת חמץ זענען אלע חסידים געקומען אין שטיבעל אריין, אין מען איז געגאנגען אויסטיילען יעדער זיין חלק מעהל אויף זיינע זעקס מצות. דאס מעהל איז געווען אין א נייעם קאסטען וואס איז געשטאנען אויפען בוידעם פון שטיבעל, פארמאכט און אויך פערשלאסען. ווען מען האט יעצט דעם קאסטען געעפענט, איז פון דעם קאסטען ארויסגעלאפען א שרץ... און א טייל פון די פאפירענע זעקלעך ווי דאס מעהל איז געווען, זענען געווען צעריסען צעביסען פון דעם שרץ... די חסידים ווען זיי האבען דאס דערזעהן, זענען זיי געבליבען שטיין דערשלאגענע. דאס מעהל איז חמץ, קיין מצה שמורה קאן מען שוין פין דעם ניט באקען.

מארגען איז ערב פסח, וואס טוט מען איצט? דעם אויווען האט מען שוין גע'גליגט, גע'כשרט, מים שלנו איז שוין דא, אלץ איז גרייט צום באקען פאר יו"ט פסח, אבער דאס מעהל איז חמץ. ווי נעמט מען יעצט אנדערע מעהל צום באקען? וואס פאר א יו"ט קאן זיין אהן דעם ערב יו"ט, אהן דעם הלל, נשמת פון ערב פסח?... אןן וואס וועלן די צווייטע חסידים זאגען, פון צווייטען שטיבעל? זיי האבען דאך אללעס. און זיי וועלען דאך באקען זייערע שמורה מצות, אין מיר וואס וועלן טאן?
נאך לאנג טראכטען האבען די חסידים בעשלאסען צי שיקען א וואגען מיט פערד קיין ל. צום רבין, און פון רבי'ן ברענגען א ביסעל מעהל פון זיין מעהל וואס ער האט אהן געגרייט פאר זיינע חסידים אין ל..

קיין ל. איז פון שטעטעל געווען א מהלך פון זעקס שעה צי פאהרען, און צוריק אויך זעקס שעה, אזוי אז מען וועט באלד ביינאכט אוועקפארען, וועט מען מארגען ערב פסח זיין צוריק צוועלעף א זייגער נאך מיטאג, אין מען וועט קאנען באקען די שמורה מצוה. מען האט באלד געדינגען א וואגען און צוויי אינגעלייט זענען אוועקגעפארען קיין ל.. אויף מארגען גאנץ פרי זענען די חסידים געקומען אין שטיבעל אריין דאווענען אין צי מאכען א סיום פאר די בכורים וואס דארפען פאסטען ערב פסח. אבער א בעזונדער אומגליק איז געווען, עס האט געגאסען א רעגען ווי א מבול. מען וועט ברענגען דאס מעהל, אבער עס וועט זיין חמץ. נישטא קיין מעהל אויף מצה שמורה.... די חסידים זענען געווען פערצווייפעלט, וואס וועט מען טאן? דער זייגער איז שוין געווען שפעט, מען האט פארברענט דאס חמץ, געזאגט כל חמירה, אבער וואס וועט מען טאן אהן שמורה מצות.
מען איז געזעסען אין שטיבעל פערזארגט אין פערטראכט. די טיר פין שטיבעל האט זיך געעפענט, אין עס איז אריין געקימען ר' משהלי מיט א פלאש שליוואוויץ פסח'דיגען אין זיין האנט, און האט געזאגט, קומט ברידער חסידים, נעמט אביסעל פסח'דיגען בראנפען, מיר וועלען באקען מצה שמורה ביידע שטיבלעך אינאיינים. מיר זענען דאך חסידים פין אינזער רבי'ן ז"ל, מיר האבען גענוג מעהל פאר אייך אויך. דער שטן האט געוואלט עפעס אפטאן שלעכטס... אבער נישט ביי קיין אלטען קאצקער חסיד וועט ער קאנען עפעס שלעכט טאן..
ר' משהלי איז געווען אן אלטער קאצקער חסיד, א גרויסער בן תורה, און א קליגער איד. ער האט אויך געדאווענט אין דעם שטיבעל וואס האט זיך אפ געטיילט פין רבין'ס זון. אבער שטענדיג געזוכט צי מאכען שלום צווישען די צוויי שטיבלעך חסידים, יעצט איז אים דאס געלינגען. נאכמיטאג האבען די חסידים פון ביידע שטיבלעך געבאקען מצה שמורה, געזאגט הלל, געזינגען נשמת, געלערנט זוהר, און געטרינקען פסח'דיגען שליוואוויץ. אזוי ווי יעדער יאר, יעדער חסיד האט בעקימען זיינע זעקס מצות, איז עס איז געווארען פין דעמאלס אהן שלום צווישען די צוויי שטיבלעך.
דער וואגען מיט די צוויי אינגע לייט זענען צריק געקומען, אבער אהן מעהל, ווייל זיי האבען אוועק געגעבען דאס מעהל א איד אויפען וועג, כדי ער זאל פערשרייבען אין חמץ אריין, עס זאל נישט ווערען חמץ שעבר עליו הפסח.

דער אשכול פארמאגט 12 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר