תולדות שלמה מיימון - א פרק אין היסטוריא אויף אידיש

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9686
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3424 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9048 מאל

תולדות שלמה מיימון - א פרק אין היסטוריא אויף אידיש

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

עפ"י בקשת ידידינו [tag]ירא שמים[/tag], האב איך ארויף געלייגט אויף עמעזאן צו קויפען דער בוך תולדות שלמה מימון דא. איך האב עס אליינס לעצטענס אביסל געליינט און ס'איז געווען עפעס אויסנאמליך. דער שבת נאכמיטאג, ביים שנה בשבת תענוג, האב איך געליינט א פאר פרקים און ס'האט מיר געמאכט לאכען אויפ'ן קול. ער שילדערט זיין לעבען מיט אזא פשטות, מיט אזויפיל הומאר און פארשטאנד אז איך האב מחליט געווען צו פארטייטשען איין פרק אויף אידיש, אז מ'זאל קענען עפעס טועם זיין דערפון.
ס'איז געשריבען אויף גאר א לייכטע לשה"ק (געטייטשט פון די אריגינעלע אידיש - דויטש) און ס'גיבט א בליק אויף די לעבען אין יענער צייטען. איך האב נאך נישט גע'ענדיגט דער בוך, ס'דוכט זיך אז ס'שטייט דארט וויאזוי ער האט געטראפען תלמידי בעש"ט און געשמועסט מיט זיי.

דא האט איהר מן העולה באמתחתי

-----------------------------------------

אין צווישען האט זיך דער געלט צושטאנד פונ'ם פאטער שטארק פאר'ערגערט. איין טאג איז מיין טאטען געפארען צום גרויס שטאט נ. (נישוויז) זיך צו טרעפען ארבעט דארט אלס א מלמד, נעמענדיג מיר מיט איהם. ס'איז איהם דארט געלונגען און גאנץ שנעל האט זיך איהם אויסגע'ארבעט צו עפענען א חדר אין יענעם שטאט, מיט גאר גוטע תנאים, און איך בין געווען זיין באהעלפער.
אין שטאט נ. איז געווען א פרוי אן אלמנה, די פארוואלטער פון א שענק, וואס האט געשמ'ט אלס גאר א קלוגע און א געלונגענע, ווי אויך א רעגעדיגע וואס האט זיך געשלאגען מיט יעדער איינער ווי קסטינפה די ווייב פון סאקראטעס. זי האט געהאט א טאכטער וואס האט אין איהר שטארק איינגעראטען אין די אלע אויבענדערמאנטע מעלות, און זי האט געהאלפען אין פיהרען דער ביזנעס. ווען מיין נאנמען איז באקאנט געווארען אין די לאנד, און מיין לויב איז אנגעקומען צו די אויערען פון ריסיא (די נאמען פון די אלמנה), האט זי אפגעמאכט ביי זיך צו געבען איהר טאכטער פאר מיר אלס א פרוי, די איידעלע מיידעל שרה. אומזיסט האבען איהר משפחה מיטגעלידער פראבירט איהר אפצונויגען פון די רעיון, אומזיסט האבען זיי אויפגעוויזען און אויסגעשטעלט פאר זי מיין טאטע'ס שטאלץ און זעלבסט שעצונג וואס טרייבט איהם צו פאדערען פאר מיינעטוועגען שווערע אומדערטרעגליכע תביעות, אומזיסט האבען זיי איהר אויסגעלערנט אז מיין נאמען האט שוין געצויגען די אויגען פון די גרויסע און רייכער פון די קהלה, אומזיסט האבען זיי קלאר אויפגעוויזען אז לויט איהר מיטעלמעסיגע געלט צושטאנד מעג זי נישט שטרעבען צו הויכע פענסטער'ס און זוכען א טייערע חתן, א חתן וואס פאדערט אזא הויכע פרייז אזוי ווי מיר, אלס אומזיסט! זי האט באשטימט איהר ווילען אויף מיר אלס אן איידעם פאר די טאכטער, און פון די פלאן גייט זי זיך נישט רירען, וויפיהל ס'וועט איהר קאסטען!
די געראטענעם אלמנה איז ארויס צו איהר ארבעט, און זי האט געשיקט שדכנים און חברים צו מיין טאטע, זי איז זאגאר אליינס געקומען צו מיין טאטע איהם איבערצורעדען צו איהר ווילען, צוזאגענדיג אויסצופיהלען אלע זיין פאדערונגען, אבער מיין טאטע האט זיך אלס אויסגעדרייט פון איהר, און געבעטען צייט זיך איבערצורעכענען, פראבירענדיג אפצושטופען דער ענין פון טאג צו טאג.
והנה, דער סוף פונ'ם ערשטען זמן פון די חדר האט זיך דערנענטערט, און דער צייט צוריק צו פארען צו אונזער שטוב איז אנגעקומען. מיין טאטע איז געגאנגען מיט מיר צום שענק פונ'ם אלמנה אפצוווארטען די בעל עגלה וואס פארט צו אונזער שטאט, ווארום איהר שטוב איז געשטאנען אויפ'ן עק שטאט און איז געווען די באשטימטע פארזאמעלונג ארט פון די בעלי עגלות. די גבירה ריסיא האט זיך באנוצט מיט די געלעגענהייט אויסצופיהרען איהר ווילען, און זי האט מיט מיר געשמועסט, געהאלדזט און געקושט, און פארגעשטעלט פאר מיר איהר טאכטער די כלה און מיר געפרעגט צו זי געפעלט מיר. דערנאך האט זי געשטופט מייט טאטע'ן צו ענטפערען א קלארען תשובה. מיין טאטע האט אבער ווייטער זיך אויסגעדרייט, און זיך אנגעשטרענגט איהר צו ערקלערען ווי שווער איז די זאך פאר איהם.
בשעת'ן זיך ארומטענה'ן און האנדלען, האט זיך פלוצלונג א גרויסע ציבור אריין געפלאצט אינ'ם צימער; דער רב, דער שטאט'ס מגיד, די הויפטען פון די קהלה, און מיט זיי א גרויסע ציבור גע'ערטע קהל'ישע מיטגעלידער. נישט א נס האט זיי אריינגעפיהרט, קיין כישוף האט זיך נישט אויסגעפעלט פאר זייער זיך באווייזען פלוצלונג אין שטוב פונ'ם שענק, דער ענין איז לייכט פארשטענדליך. די גע'ערטע ציבור האבען זיך באטייליגט אין א סעודת ברית אין דער שטוב פון איינער וואס וואוינט אין יענעם גאס, און ווען ריסיא האט זיך דערוואוסט דערפון, האט זי זיך געאיילט און געשיקט איהר זון צו רופען די פארזאמעלטע נאכ'ן ברית צו א תנאים אין איהר שטוב. אזוי זענען זיי אלע אנגעקומען, אנגעלייגט פון דער סעודת ברית, אונטער'ן איינדרוק אז די ביידע זייטען האבען זיך שוין אפגעמאכט, און ס'פעלט נאר אויס אויסצושרייבען די תנאים. מ'האט זיך צוגעזעצט אזוי ווי דער מנהג, דער 'מחותן' מיין טאטע האבען זיי זיך געזעצט אין צווישען זיי, און דער רב האט באפוילען דער שמש אנצוהויבען שרייבען דער תנאים.
מיין טאטע האט זיך אבער ווייטער געשטעלט אויף זיינס, נישט לאזענדיג דער כיטרע אלמנה איהם אריינצושטופען אינ'ם לאך וואס זי האט פאר איהם געגראבען. ער האט געשריגען אז אויף דער גאנצע שידוך האט ער נאך נישט מסכים געווען, און זיכער נישט אויף די פרטי התנאים. דער מאדנע ערשטע טענה זיינער האט שטארק אויפגערעגט דער רב, טראכטענדיג אז מיין טאטע וויל איהם צו שפאט לייגען, צוזאמען מיט די אלע גע'ערטע איינגעליידענע. ער האט זיך אויסגעדרייט צו די פארזאמעלטע מיט א גאווה'דיגע לשון "ווער איז דער רבי יהושע וואס פיהרט זיך אויף מיט אזא התנשאות?". מיין טאטע האט איהם גע'ענטפערט "דער רבי איז דא איבעריג, איך בין א פשוט'ע איד. איך מעג אבער זיך זארגען פאר מיין זון און איהם אוועק שטעלען א צוקונפט אויף א ריכטיגע יסוד".
די ווערטער וואס מיין טאטע האט געזאגט "דער רבי איז דא איבעריג", האבען געהאט צוויי באדייטען און דער רב האט עס גוט פארשטאנען. צוביסלעך האט ער איינגעזען אז אין אזא נושא האט ער נישט קיין כח צו צווינגען מיין טאטע אנצונעמען זיין מיינונג. ער האט אויך פארשטאנען אז די נגידי'טע ריסיא האט זיך צוגע'איילט צו רופען די איינגעליידענע צו א תנאים סעודה איידער די צוויי צדדים זענען אויסגעקומען. ער האט אויפגעהערט צו רעדען שטרענג צו מיין פאטער און מיט א ווייכע קול האט ער אנגעהויבען צו שילדערען צו מיין טאטע די גוט'ס וואס ס'ליגט אין די שידוך, די כלה איז א גרויסע מיוחסת, אפשטאמענדיג פון רבנים און גאונים, און אייגענע יחוס האט זי אויך, זייענדיג א פארזאמלונג פון אלע מעלות. צו דעם וועט דאך די מחותנת'טע ערפיהלען אלס וואס ער פארלאנגט.
די ווערטער האבען ווייך געמאכט מיין טאטענ'ס הארץ, און וויבאלד דער עצם שידוך איז נישט געווען קעגען זיין ווילען, האט ער מסכים געווען און מ'האט געשריבען תנאים. לויט די תנאים האט די מחותנת'טע ריסיא געדארפט געבען די שענק מיט איהר געהאלט אלס א נדן פאר איהר טאכטער. זי האט געדארפט אויסהאלטען די פאר'ל אויף איהר טיש זעקס יאר נאכאנאנד, און אויך געבען זייער קליידערונג און אלס וואס זיי נויטען אין די יארען. צו דעם האט זי אויך זיך אונטערגענומען מיר צו געבען א מתנה פון א ש"ס מיט אלע מפרשים, וואס איהר פרייז איז אנגעפער צוויי הונדרעט שקלים. זי האט זיך אויך אונטערגענומען מיר צו געבען קליינע מתנות. צו דעם האט זי אויך זיך אונטערגענומען צו געבען מיין פאטער זעלבסט פופציג שקל במזומנים. אויף די לעצטע תנאי האט מיין טאטע זיך נישט באגענוגט מיט דברים שבכתב, ער האט געפאדערט די מחותנת'טע זאל איבערגעבען דאס געלד נאך איידער דער חתמנ'ן דער תנאים.
אזוי האט מען געשריבען א תנאים, און די פארזאמעלטע האבען זיך אנגעגעסען און אנגעטרונקען.
אויף מארגען איז מיין טאטע מיט מיר אהיים געפארען. דער מחותנת'טע האט צוגעזאגט צו שיקען די קליינע מתנות וואס שנעלער, און די קליידער וואס זי האט אויף זיך אונטערגענומען און האט נישט געקענט אנגרייטען ווי עס דארף צו זיין באצייטענ'ס. וואכען זענען אבער אריבער, און די מתנות און קליידער זענען נישט אנגעקומען. מיין טאטע האט שוין געהאט א שלעכטער טעם אויף דער גאנצע ענין, ווי אויך וואס ער האט שוין געקענט די נאטור פון די מחותנת'טע און איהר הארץ פול מיט שטיק, און ער האט געהאלטען אז די כיטרע פרוי זוכט שוין וועגען זיך אויסצודרייען פון האלטען איהרע פליכטען וואס זענען צו שווער פאר איהר אויסצופיהלען. ער האט מחליט געווען איהר צו לערנען לעקיש צוריק געבען א טעם פון איהרע מעדיצין.
אין צווישען האט פאסירט עפעס וואס האט איהם פארלייכטערט אויסצופיהלען דער פלאן. א רייכע ארענדע, וואס פלעגט שלאפען ביי אונז ווען ער פלעגט דורכפאהרען די שטאט מוהילנה אויפ'ן וועג צו נישוויז צו פארקויפען זיין בראנפין, האט אויפגעהויבען זיין אויגען אויף מיר און מחליט געווען מיר חתונה צו מאכען מיט זיין איין און איינציגסע טאכטער. ער האט געוואוסט אז מיין טאטע וועט נישט אזוי גרינג מסכים זיין ווען ער קומט אזוי גלייך מיט'ן הצעה, האט ער זיך געקלוגט צו גייען א קרומע וועג צו באקומען זיין ציל. ער האט זיך געמאכט פאר מיין טאטענ'ס בעל חוב, וויסענדיג אז ביום הפרעון וועט מיין טאטע שוין נישט האבען פון וואו צו באצאלען, און אזוי וועט ער איהם קענען צווינגען מיר חתונה מאכען מיט איהם בתנאי ער איז מוחל דער חוב. געטראכט און געטוהן, ער האט מציע געווען צו מיין טאטע'ן צו קויפען פון איהם בראנפין אויף קרעדיט, און ווען ר' הירש דוקר (דאס איז די נאמען פון די ארענדע) איז געקומען איינמאנען זיין חוב, האט מיין טאטע געטענה'ט 'אין לי' און זיך געבעטען ביי איהם ער זאל איהם פארלענגערען די צייט. האט דער ארענדע געזאגט "הער זיך צו ר' יהושע, איך וויל רעדען אפען און וואר, איך ווייס אז אייער מצב גייט שווערער פון טאג צו טאג, און אן א נס וועסטו נאך קיינמאל נישט קענען צוריק געבען דאס געלט. איך וויל אייך פארשטעלען אן עצה וואס איז גוט פאר אונז ביידע; דער אויבישטער האט אייך געשאנקען מיט א זון, און מיר האט ער געגעבען אן איינציגסטע טאכטער וואס וועט נאך ירשנ'ן מיין גאנצע פארמעגען. לאמיר זיך משדך זיין צווישען זיך, און אחוץ דעם וואס איך וועל דערפאר מוחל זיין די גאנצע חוב, איך וועל אויך צוגעבען כפי אייער ווילען און איך וועל באופן כללי פראבירען אייך צו פארבעסערען די מצב כפי מיין מעגליכקייטען".
ווי גרויס איז געווען מיין טאטענ'ס פרייד צו הערען די דאזיגע רייד! פארשטייט זיך האט ער נישט מסרב געווען צו די ארענדע'ס הצעה, און ס'איז גלייך געשריבען געווארען תנאים. לויט די תנאים האט דער מחותן זיך אונטערגענומען צו געבען א נדן פאר זיין טאכטער און מיר צו געבען מתנות אזוי ווי מיין טאטע וועט באשטימען, און זיין פארמעגען וועט ער מיר מנחיל זיין נאך הונדרעט יאר. דער שטר חוב פון פופציג שקלים וואס ער האט געהאט אויף מיין טאטע'ן האט ער גלייך צוריסען, און צו דערצו האט ער אויך געגעבען מיין טאטע'ן פופציג שקלים במזומנים.
ויהי אחר הדברים האלה, נאך די רייד איז מיין נייעם מחותן געפארען קיין נישוויז אויף ביזנעס, און ווי פון טייוויל'ס פלאן איז אויסגעקומען אז ער איז איינגעשטאנען ביי מיין ערשטע'ן שוויגער. מיין שוויגער, וואס איז געווען א גרויסער פלוידערער, האט נישט פארשפעטיגט צו פארציילען וועגען די געוואלדיגע שידוך וואס איהר איז געלונגען פון הימעל אריינצונעמען אין שטוב. "דער טאטע פון די חתן", זאגט די מחותנת'טע, "איז אויך א גרויסע למדן, אבער דער זון איז א באלויבטע עילוי, אן עלף יעריג ינגעל וואס האט נישט זיין גלייכען אין זיין יארגאנג".
"מיר אויך", האט דער ארענדע געזאגט, "האט דער אויבישטער געשאנקען א טייערע'ן חתן אין שטוב. געוויס האסטו געהערט פון דער ריזיגע למדן ר' יהושע פון מוהילנה און זיין זון דער באלויבטע עילוי שלמה. דער שלמה איז איצט א חתן צו מיין טאכטע!"
די ווערטער זענען ארויס פון מויל פון ארענדע, און די שענקערין האט געשפרינגען פון איהר פלאץ און געשריגען פון צארען "ליגענט רעדסטו! דער קינד שלמה איז א חתן מיט מיין טאכטער, נא דיר די כתב התנאים!". דער ארענדע האט אויך ארויסגענומען זיין כתב תנאים און געוויזען פאר'ן אלמנה און זיי זענען ביידער געשטאנען ערשטינט. צום סוף האט די אלמנה גערופען מיין טאטע צו דין תורה ער זאל פארציילען וואס איז דא פארגעקומען. מיין טאטע האט זיך נישט וויסענדיג געמאכט פון איהר און איהר רופען צו ב"ד, טראץ דעם וואס זי האט צוויי מאל גערופען צו ב"ד.
נאך אביסל צייט איז מיין מאמע אוועק און מ'האט איהר געפיהרט קיין נישוויז צום קבורה. מיין שוויגער דער שענקערין איז געגאנגען צו ב"ד און פראבירט מיט הצלחה אפצושטעלען מיין מאמע'ס קבורה ביז ס'וועט זיך אויסארבעטען צווישען זיי. מיין טאטע איז געצוואונגען געווארען צו גייען אין דין תורה און ווי פארשטענדליך האט מיין טאטע פארלוירען אין ב"ד און איך בין א צווייטע מאל, עפ"י פסק ב"ד, א חתן געווארען מיט מיין ערשטע כלה. בכדי זיך צו פארשפארען נאך אזא מעשה, נישט וועלענדיג געבען מיין טאטע א תירוץ נאכאמאל טרעפען א שידוך פאר מיר, האט מיין שוויגער גלייך ערפיהלט אלע מיין טאטע'ס פאדערונגען. זי האט מיר באקליידערט מיט נייע קליידער פון קאפ ביז פיס, און זי האט געצאלט פאר מיין טאטע מיין שפעזען פון די טאג פונ'ם תנאים ביז צו מיין חתונה. נאכ'ן אויסארבעטען אלעס צווישען די צוויי צדדים, האט מען באגראבען מיין מאמען, און איך מיט מיין טאטע זענען צוריק געפארען קיין מוהילנה.
דערנאך איז מיין צווייטע שווער געקומען און געפאדערט אז מיין טאטע זאל אויספיהרען זיין תנאים. מיין טאטע האט אבער אויפגעוויזען אז די גאנצע תנאים איז געווען גארנישט מיט נישט, ס'איז דאך אלס א גרייז ווייל מ'האט דאך נאר געשריבען די צווייטע תנאים אונטער'ן איינדרוק אז מיין שוויגער האט זיך צוריק געצויגען פון די שידוך, און יעצט וואס ס'איז נישט אזוי, איז זעלבסט פארשטענדליך אז די צווייטע שידוך איז בטל ומבוטל. דער ארענדע האט טאקע געדארפט מודה זיין אז מיין טאטע'ס רייד איז ריכטיג און ער האט געמאכט אן אנשטעל ווי איינער וואס בייגט זיין קאפ פאר'ן נויט און ער פראבירט זיך צו טרייסטען אויף זיין פארלוסט, אבער דאס איז נאר געווען אן אנשטעל, ווייל טיף אין הארצ'ן האט דער ארענדע זיך גענומען שפינען עצות און פלענער צו טוהן באיסור וואס ער האט נישט געקענט טוהן בהיתר. איין נאכט איז דער ארענדע (וואס איז איינגעשטאנען ביי אונז אין שטוב) ארויס פון בעט, און באפוילען שפאנען פערד און וואגען. ער איז מיר צוגעקומען שטילעהייט און מיר גענומען פון די טיש אויף וואס איך בין געשלאפען, אריינגעלייגט אינ'ם וואגען און געפארען מיט זיין בוטי צום טויער פון שטאט. נאר טראץ זיין פארזיכטיגקייט און שנעלקייט, זענען אונזער שטוב מענטשען זיך אויפגעוועקט פון זייער שלאף פון דער גערודער און די גניבה איז זיי שנעל באוואוסט געווארען, און זיי זענען נאכגעלאפען דער גנב און מיר געראטעוועט פון זיין הענט. ביי מיר איז די גאנצע געשיכטע געווען ווי א חלום, א נאכט וויזיע.
דער 'תנאי הטעות' איז געווען א גרויסע ישועה פאר מיין טאטע'ן, זיין חוב איז פארגעבען געווארען און מ'האט נאך צוגעגעבען פופציג שקלים פאר א מתנה. דער גניבה האט אבער געשטופט מיין שוויגער זיך צו יאגען און געציילטע טעג נאך דער מורא'דיגע געשיכטע האט זי מיר גענומען צו איהר שטוב מיר חתונה צו מאכען.
איך מוז מודה זיין אז מיין טאטע'ס מעשים קענען זיך נישט אויפשטעלען פאר די געזעצען פון עטיקע פליכטען, און נאר זיין ארימקייט איז איהם א שטיקל תירוץ.

----------------------------------------

פאר נאך פרקים, קויפט'ס דער בוך דא.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא

דער אשכול פארמאגט 41 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר