"ומקרב בימין", הרב חיים אברהם זקוטינסקי

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק
רעאגיר
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2755 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4713 מאל

"ומקרב בימין", הרב חיים אברהם זקוטינסקי

שליחה דורך יידל »

ומקרב בימין, עיונים בשאלות שמתעוררות אצל אלה שעוסקים בקירוב רחוקים, שי"ט עמודים, מאת חיים אברהם זקוטינסקי. $16.00

א פרישער ספר מיטן נאמען "ומקרב בימין" איז אנגעקןמען אין די ספרים געשעפטן אין די לעצטע וואך. די ספר פארנעמט זיך מיט די אינטערעסאנטע שאלות אין הלכה וואס קומען אויף ווען מען האנדעלט מיט אידן וואס האבן זיך נארוואס באקענט מיטן הלכה'דיגן לעבן. דער ספר שמועסט אויס אזעלכע ענינים ווי צו מען קען מצרף זיין א מחלל שבת צו מנין, די הלכה'דיגן קראפט פון סיוויל מערידזש, גיין מיט אדער אן א קאפל על פי הלכה, די הלכה'דיגע גדרים פון "קול באשה ערוה", געבן די האנט פאר א פרוי, הפלת עוברים, זעלבסטמארד אין הלכה און נאך פיל אינטערעסאנטע נושאים. די ספר פארמאגט הסכמות פון אויסגערופענע רבנים און ראשי ישבה ווי הרב ראובן פיינשטיין, הרב ישראל בעלסקי, הרב נח אייזיק אהלבוים און נאך. א גאר אינטערענסטע זאך איז אז דער מחבר פונעם ספר איז נאך אין זיינע בחורישע יארן. עס וואונדערט פארוואס א בחור זאל זיך אריינלאזן מברר צו זיין אזעלכע ענינים, אבער דאס ווערט פארענטפערט מיטן פאקט אז זיין טאטע איז הרב יהודה זקוטינסקי, ראש ארגון השיבנו.

אינעם ספר זענען פארהאן אסאך אינטערעסאנטע אומבאקאנטע פסקי הלכות פון פריערדיגע גדולים. איך וועל נאר אראפברעגן איינס וואס איז פאר מיר געווען א שטארקער חידוש (עמ' קפ"ד הערה 13), א תשובה פון ר' חיים בערלין, דער עלטסטער זון פונעם נצי"ב און פון די ראשי ישיבה אין וואלאז'ען:

"ואשר שאל על דבר נתינת ידו לרשעים או לנכרית, הנה ליתן יד לפושעים אין שום איסור בזה אם אין בזה הודאה וחיזוק להנהגותיהם בשרירות לבם. ולתת יד לאשה לשון הש"ס הוא ברכות ס"א א' המרצה מעות לאשה מידו לידה כדי להסתכל בה, מבואר דאם אינו מכוין לשום דבר וכש"כ שאינו עושה כדי להסתכל בה כמו מעלתו שכל מעשיו לשם שמים אין איסור בזה לרצות מעות מידו לידה. ודאי אם יוכל להזהר בזה מה טוב, אבל אם אי אפשר לו להנצל מזה כגון אם הנכרית הקדימה והושיט לו את ידה ואין דעתו לשום הרהור ח"ו אין להחמיר בזה, ודרכיה דרכי נועם, ואהבת את ה' אלקיך אמרו חכמים יומא פ"ו א' שיהא שם שמים מתאהב על ידך, ולא יאמרו על יראי ה' שהם משוגעים ואינם בעלי דרך ארץ. "
לא רעב ללחם. לא צמא למים.

דער אשכול פארמאגט 11 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר