אבטולמוס האט געשריבן:פאקטיש איז ער א קנאפער פארשער און א פאצערישער שרייבער, און איך ערווארט נישט קיין גרויסע חידושים -
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:זיין בוך the world of the yeshiva איז רעלאטיוו גאנץ פיין. די שמועסען מיט די ראש ישיבות וואס ער האט לעצטענס ארויסגעגעבען איז מיר געוועןמגאר אינטרעסאנט, ברענגענדיג ארויס יעדער ראש ישיבה און זיין אייגענארטיגקייט. דער ליובאוויטשער בוך איז עכט נעריש, לדעתי. גאר שוואכער אויפווייזונגען און שוואך געפארשט.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מיש-נייעס האט געשריבן:אבער דאס וואס ער האט דורכגעארבעט איז גאנץ גוט באשריבן איך מיין גאר גוט
איך האב נאר געליינט די גוטע סחורה פון איהם
mevakesh האט געשריבן:מיר האט יא אויסגעקוקט אז דער בוך אויף חבד איז קראנט און בכלל ווייס איך נישט פארוואס די לובאביצער זענען ברוגז אויפן בוך ביי מיר איז זיין ווערט גאר ארויף דוירך ליינען דעם בוך
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:mevakesh האט געשריבן:מיר האט יא אויסגעקוקט אז דער בוך אויף חבד איז קראנט און בכלל ווייס איך נישט פארוואס די לובאביצער זענען ברוגז אויפן בוך ביי מיר איז זיין ווערט גאר ארויף דוירך ליינען דעם בוך
ער דמיונ׳ט אפיציעל דארט.
אן קיין עכטע באווייזונגען טענה׳ט ער וואס דער רבי האט געטראכט ביי זיין דורכפאל פון נישט ברענגען משיח. ער שפארט זאכען אויף דער רבי מיט שוואכער ראיות. ער האט סתם אזוי שוואך ארויס חסידות.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
mevakesh האט געשריבן:מיר האט יא אויסגעקוקט אז דער בוך אויף חבד איז קראנט און בכלל ווייס איך נישט פארוואס די לובאביצער זענען ברוגז אויפן בוך ביי מיר איז זיין ווערט גאר ארויף דוירך ליינען דעם בוך
שבת אחים האט געשריבן:ער האט פיל מיט ביכער איבער ארטאדאקסישע אידן, כהאב קיינמאל נישט געליינט זיינע ביכער, געהערט אבער אסאך פון אים, לויט ווי עס קוקט אויס פון זיינע קליפס האט ער גאנץ גיט ארויס די חדרים, איז אדרבה ווער סהאט געליינט זיינע ביכער זאל לאזן הערן די קריטיק און צו סאיז אינטערסאנט, כקען באשטיין צו הערן. דאכצעך אויף די דאקיומענטרי פון חסידים live Apart אינטערוויט מען אים.
@אבטולמוס וואס מאכט אים א פאצערישע שרייבער און א קנאפער פארשער?
berlbalaguleh האט געשריבן:שבת אחים: מיט אט די אפשאצונג איבער שמואל היילמאן, לעומת די אנדערע וועלכע דו האסט אויסגערעכנט, ביניך מסכים 100%. ווייל ער, שמואל היילמאן איז שוין צו ווייט פארקראכן (דאס איז דאך א מעלה ביי דיר.) פון אידישקייט, אז ער האט נישט קיין אינסייד פערספעקטיוו ווען ער באשרייבט די פארשידענע חסיד'ישע גרופס. און חסידות בכלל. דער בעסטער מבין אויף א רעפארט איבער די היימישע גרופס און זיייער אינסייד פאליטיק וואלט נאך געווען שלום דיען...!
דער פאקט אז די ..."פרעסטיזשפולע"... ניו יורק טיימס נוצט איהם אלס זייער רעליגיע און חסידות עקספערט, איז טאקע רעפלעקטירט אין זייערע רעפארטס איבער חסידים. וועלכע האבן נישט קיין הענט און קיין פיס. נאר שפייען ארויס פול מיט האס און פאראורטייל...!
אבטולמוס האט געשריבן:לויט דעם בילד אויפ'ן דעקל זעט אויס אז די מונקאטשער משפחה נעמט א פרק,.
פידלער האט געשריבן:I agree with the former, not so much with the latter. His writing style can be very entertaining and accessible, especially for an academic book. As far as his poor research, it's a real shame. When he started out (Think *Defenders of the Faith*), he was still an idealistic anthropologist who seemed committed to intellectual honesty and objective truth. As the years passed, he seemed to become more and more anti-charedi, which wouldn't have been a problem, except that he allowed those biases to show. Or maybe his success just made him smug and lazy. Who knows
berlbalaguleh האט געשריבן:שבת אחים: לינקן קען איך נישט. אבער איך קען דיר זאגן אויסנווייניג. דו ביסט דאך א סאציאליסט. און דו ביסט פאר סאציאלע אייניגקייט און גערעכטיגקייט.
ווען דער נ.י. טיימס למשל שרייבט עפעס א באריכט איבער לאמיר זאגן, א בודהיסטישע גרופ וועלכע פראקטיצירט איהר פארם פון רעליגיע, ערגעץ וואו אין די טיפע בערג פון מאנטאנא. און זיי האבן עטליכע מאדנע-אויסזעהענדע מנהגים. וועט דער שרייבער פונ'ם באריכט אריינגיין אין א גאנצע און ברייטע דיסערטאציע איבער דעם בעקגראונד און היסטאריע פון אט די מנהגים און פירעכצער. כדי לסבר את האוזן פון די ליינערס און צוהערערס.
משא"כ. ווען ער ברענגט עפעס א באריכט איבער חסידים. וועט ער קיינמאל נישט פארגעסן צו צולייגן, אזוי בדרך אגב. אז זיי זענען מאדנע מענטשן, וועלכע גייען געקליידעט מיט ארכאאישע, אנאכראניסטישע סטיילס פון די מזרח אייראפע'אישע פריצים פון 200 יאר צוריק. און זיי האבן אומפארשטענדליכע, אנטי-עטישע סאציאלע אויפפיהרונגען. און זיי טוען עדיוקירן די קינדער מיט די וויסנשאפט פונ'ם מיטלאלטער...נאר אז ס'קומט פון די טוירעה פון פראפעסאר היילמאן איז בכלל נישט קיין וואונדער.
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט