בסערת אש - הרב רפאל וולף אויף הרב שך

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9686
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3425 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9048 מאל

בסערת אש - הרב רפאל וולף אויף הרב שך

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ס'איז לעצטענס ארויס א ספר פון איינער פון די שטוב מענטשען פון הרב שך זצ"ל, הרב רפאל וולף, און ער האט באשריבען אסאך פריוואטע זאכען וואס ער האט געהערט פון איהם.

ידידינו הרב [tag]הירשל ציג[/tag] האט ארויפגעלייגט עטליכע בלעטער אויף זיין סייט, און וויבאלד איך בין שוין נישט אינטרעסירט צו ווארטען ביז ער איז מחליט צו ער איז מסכים ארויפצולייגען וואס איך האב צו זאגען צו נישט, וועט מען דא שרייבען דערוועגען.

הרב שך, ווי מ'האט שוין געשריבען, האט געהאלטען אז דער דעה פון דער ליובאוויטשער רבי איז נישט קיין דעה. ער איז נישט קיין ת"ח אין עפעס א וועלטס שיעור קומה, און ס'איז נישט דא קיין סבה אז ער זאל בכלל זיין א בר הכי צו זאגען דעות אויף גאר טיפזינגע און פארצווייגטע נושאים. אלע וואס איך האב געליינט, דא אין שטיבעל און אין אנדערע פלעצער, וואס האבען טענות אויף הרב שך, קענען נישט אוועק מאכען זיין גדלות אין לערנען, און אויב אזוי דארפען זיי איהם גלייך מכבד זיין אפילו ווען ער האט זיך נישט ריכטיג אויפגעפיהרט מיט'ן ליובאוויטשער רבי'ן. און די זעלבע מענטשען ווילען זאגען אז דער ליובאוויטשער רבי האט געהאט אנדערע טעטיגקייטען וואס זענען וויכטיג פאר א מנהיג א פיהרער פון אסאך אידען, דאס מיינט גארנישט לגבי וויסען וואס דער תורה וויל אין א געוויסע אומשטענד. אלזא, דער נושא איז קיינמאל נישט 'ווער איז הרב שך?', נאר 'ווער איז דער ליובאוויטשער רבי?'. ווען ער טויג איז הרב שך נישט גערעכט, און ווען נישט איז ער יא גערעכט. בכל אופן א ת"ח בלייבט ער און מ'איז איהם מחוייב לכבד. (איך מיין נישט די וואס מאכען זיך אן ענין שפעטער אוועק צו מאכען זיין ת"ח'שאפט. דאס פארשטייען אלע אז ס'איז געקומען נאכ'ן מחלוקת, נישט פאר דעם)

די ספר וואס הירשל ברענגט, איז פריוואטע שמועסען, און דארט האט הרב שך זיך שטארק אויסגעדרוקט אויף ליובאוויטש און זייער 'גייסטישע פיהרער' (ביסט צופרידען [tag]berlbalaguleh[/tag]?) אז מ'זאל נישט דאווענען מיט זיי וכו'. מיר איז דאס געווען א חידוש, ווייל פון אנדערע האב איך געהערט אנדעריש, און אין רוב זאכען האט הרב שך גערעדט רואיגער אין שטוב ווי ברבים און דאס זעט אויס אביסל איבערגעטריבען, אבער אפילו ווען יא, בין איך נישט דערשראקען. בשעת א מערכה פאלען אפט ווערטער וואס מ'וואלט נישט געזאגט אין אנדערע געלעגענהייטען, און מ'דארף זיך נישט שרעקען דערפון. נאכדעם וואס דער מערכה איז שטיל געווארען, קען מען זע'ען וואס אריינצונעמען און וואס נישט.

נאר לאמיר אריינגייען אין די זאכען לגופו של דבר. דער ליובאוויטשער רבי, זייט תשט"ז, האט געהאט א מערכה אויסצופיהרען דער יפוצו מעינותיך חוצה. ער האט זיך נישט באגענוגט מיט'ן פיהרען חסידות חב"ד, נאר ער האט געוואלט אז אלע זאלען לערנען חסידות אזוי ווי ער האט געלערנט, און אלע זאלען גלויבען ווי איהם. ער האט קיינמאל נישט געהאט קיין הו"א אז אנדערע אידען זאלען נישט לערנען חסידות חב"ד, אזוי ווי זייער רבי'ס האבען זיי אויסגעלערנט, און ער האט נישט געהאלטען ביים בלייבען שטיל אין דער געביט. ער האט געשיקט בריווען צו אלע רביס, געשיקט שלוחים צו אלע געגענטער און פארשפרייט די כתבים פון חב"ד אין אלע ערטער וואס ער האט נאר געקענט. דאס קען מען נישט לייקענען, און אין חב"ד איז מען אויך מודה צו דעם.

איינער וואס איז קלאר אז חב"ד פארט אויף א שלעכטע וועג, זייערע מנהיג זאגט זיי זאכען וואס זענען נישט עפ"י תורה און ער הערט נישט צו קיין שום אנדערע מענטש בחייו, אלע זענען צו איהם כקליפת השום, דארף נישט אריינגייען אין חב"ד זיי אויסצולערנען זייער טעות. זיי זענען דארט און זיי גלויבען אזוי, און ס'איז נישט דא קיין וועג זיי אויפצוקלערען. אבער דאס אז דער וואס פארשטייט אזוי איז מפיץ דעתו בין תלמידיו און שומעי לקחו אז דאס טויג נישט, דאס האט עפעס מיט שנאה? וואס קען איינער וואס איז נישט קיין שונא אבער האלט אז זיי טויגען נישט טוהן? וואס האט שיטות מיט שנאה? חב"ד איז נישט עפעס א פרעמדע זאך ערגעץ וואס מ'קען איגנארירען, זיי קומען דאך אריין אומעטום. דאס איז דאך זייער שיטה, נישט עפעס א סקאנדאל וואס איינער האט ארויפגעלייגט אויף זיי. און ממילא דארף דער ת"ח וואס פארשטייט אנדעריש אויסזאגען זיין תלמידים וואס טויג דארט נישט.

און די תמימישע טענה 'שלא ימחה שבט מישראל', כאילו חב"ד איז א חלק פון אידענטום וואס טאר נישט אויסגעמעקט ווערען. אנטשולדיגט, אבער עטץ זוכען אריינצוגייען אין יעדער שבט מישראל און זיי אויסמעקען דורך זיי שטופען צו ווערען א חלק פון ענקער אמונה. ט'וואס האסטו א רעכט צו עגזיסטירען מער ווי א צוויטען? ווען דו וועסט זיצען איינגעלייגט, פארשטייען אז דיין רבי איז נאר דיין רבי און ער איז קיינעם נישט מחייב אחוץ די וואס האבען זיך אונטערגענומען זיין לאסט, וואלט קיינער נישט געזאגט קיין ווארט. נאר ענקער ווילען זיך אריינצושטופען אין די פרעמד, איבערצונעמען די גאנג אין יעדער געגענט, דאס איז בעוכרכם אז מ'שטופט ענק ארויס. דאס איז נישט קיין מחייה, נאר געשטעלט אין פלאץ

ב"ה היינט איז חב"ד פיהל בעסער ווי אמאל, היינט זע'ען זיי איין שוין ווי זיי באלאנגען און זיי זענען מער פארנומען אינעווייניג נישט אויסעווייניג, און דעריבער זענען די ווערטער וואס הרב שך האט געלאזט פאלען אביסל מאדנע בעינינו. אבער דעמאלס, און בפרט אין א"י, איז דער מערכה געווען זייער פארשטענדליך. נאר אזעלכע ווי הירשל ציג האבען אן ענין אויפצולעבען די אלטע עניינים כדי צו באשמוצען א ת"ח וועגען פארטיישע עניינים.

זאת ועוד, לדעתי די סבה פארוואס חב"ד איז זייער פארנומען מיט היסטארישע מתנגדים און בשעת אז רוב מענטשען האבען שוין דורות אפגעלאזט סיי וועלכע טריטען איינער אנטקעגען די אנדערע, זענען חב"ד נאך אלס פארנומען מיט'ן געדענקען אלטע מעשה'ס פון דער און יענער וואס האט זיי באקריוועדעט און געמסר'ט און גע'אביגדור'ט, איז צוליעב אן ענליכע סבה. ווען איינער זאגט אויף זיי ביקורת, קענען און דארפען זיי איינהערען און זיך נאכקוקען צו ס'איז טאקע א פראבלעם און צו זיי דארפען עפעס פאררעכטען. נאר יעצט האבען חב"ד אן עצה. סיי וועלכע ביקורת קען מען ארויפלייגען אויף היסטארישע מנגדים און זיך אפפטר'ן פון זעלבסט קריטיק. 'דער מענטש מיינט עס נישט ערנסט, ער וויל באשמוצען חסידות פון דער בע"ש'. אזוי זענען זיי פטור פון אלעם און בשרירות לבי אלך. ווען מ'הערט אז דער משיח ביזנעס איז אביסל איבערגעטריבען, מ'איז ווייט אוועק פון די הלכה און די אמונה אין תנ"ך און חז"ל, קען מען ארייננעמען די ביקורת אן יענעם צוצושטעלען צום היסטארישען פיגור (וואס איז גאנץ מעגליך אויך נישט וואס מ'האט דיר פארקויפט)
ס'האט קיינער נישט געמיינט דער בעש"ט, און דו פארטרעטסט נישט דער בעש"ט. מענטשען ווי אלע מענטשען, וואס לערנען א געוויסע וועג און טראכטען א געוויסע וועג, און קריטיק וועט דיר קיינמאל נישט שאטען. באלד וועלען זיי זאגען אז מ'האט ארויסגעווארפען הרב שך פון פאנאוויעזש צוליעב דעם אז ער איז געווארען א שיכור, און צום סוף פלעגט ער קומען צו חסידישע פארברענגענ'ס צו כאפען א גלעזעל וואדקא אויף יעדער יום הבהיר.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ליטוואק פון בודאפעסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא

דער אשכול פארמאגט 32 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר