ספר חכמת שלמה - באבוב

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק
רעאגיר
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2716
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 343 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1631 מאל

ספר חכמת שלמה - באבוב

שליחה דורך דולה ומשקה »

שטייען שטייט אז דער ספר חכמת שלמה אינהאלט תורות פון יארן תשט"ו ביז תשכ"ה, למעשה איז פארהאן אין דעם ספר חידו"ת פון יארן פריער און אויך פון יארן שפעטער. ווי אויך נישט אלע תורות פון אינציווישען די יארן תשט"ו - תשכ"ה זעהן מען געדרוקט אין דעם ספר.

דער ספר המדובר איז א קאלעקציע פון תורות ודרשות וועלעכע זענען געזאגט געווארען דורך רבי שלמה האלבערשטאם אבד"ק באבוב געשריבען געווארען דורך איש סודו ויד ימינו החסיד רבי יהושע וואלף זאפרין ז"ל, לויט ווי עס שטייט אינעם הקדמה איז אנגעקומען דעם בינטעל חידו"ת צום האנט פון ר' חיים בער גרינפעלד שיחי' וועלעכע האט דאס איבערגעבען צום מו"ל.

דער ספר חכמת שלמה איז איינגעטיילט אין דריי בענדער, א. על התורה, ב. מועדים, ג. דרשות ומפתחות.

ביפאר יעדער תורה שטייט געשריבען וועלעכס יאר דאס איז געדרוקט געווארען. בלל איז דאס ספר הערליך געדרוקט געווארען מיט שיינע ליכטיגע אותיות וכדומה.

למעשה כעת עתה איז נישט יעדער צוופרידן איבער דרוקן פון ספר, וויבאלד עס האט נישט דער רשות פון איינע פון די זון פון מהר"ש מבאבוב, וואס לכאורה האט בלויז ער דאס רשות פון דרוקן זיין טאטעס חידו"ת, ובעמדינו עתה איז עס אין בית דין אויסצוגלייכען דער עגמת נפש.
בייגעלייגטע פיילס
ספר חכמת שלמה באבוב.jpg
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)

דער אשכול פארמאגט 6 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר