"מגן אבות", שבת קודש (בית צדיקים - באבוב)

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק
רעאגיר
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 9:49 pm
האט שוין געלייקט: 2435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3690 מאל

"מגן אבות", שבת קודש (בית צדיקים - באבוב)

שליחה דורך יאנקל »

עס איז נארוואס ארויסגעקומען א נייעם דיקן באנד מיט'ן נאמען "מגן אבות" אויף עניני שב"ק מבואו ועד צאתו. דער ספר איז ארויסגעקומען דורך מערכת "בית צדיקים" שע"י חסידי באבוב בנשיאות האדמו"ר רמ"ד אונגאר שליט"א.
דער ספר פארמאגט 818 זייטן, און קאסט ארום $25.

אנפאנגנדיג מיט די הכנות צום שבת, גייט דער ספר דורך טריט-ביי-טריט פון אלע מנהגי היום. דער ספר איז פול מיט סיפורים און מנהגים, און אזוי אויך רעפערענצן צו שו"ע ונושאי כלים. עס איז א גוטער מקור צו באקומען א ידיעה אין די פארשידענע קפידות און מנהגים בבית באבוב, און זייערע מקורות. ווי דער באבובער שטייגער, ווערט א סך געבויט אויף עובדות וועלכע זענען דערציילט געווארן דורך די רביים אליין און דורך זקני החסידים.
דער ספר ברענגט אויך א סך נאך פון האדמו"ר מבאבוב מהרנ"צ זצ"ל און חתנו האדמו"ר רמ"ד. דאס איז א חסרון פאר די וועלכע זענען פאראינטערעסירט אין קורות ימי באבוב, און האדמו"ר מהרנ"צ האט דאך למעשה נישט צוגעגעבן א סך צו דער באבובער היסטאריע, און דעריבער גיבן זיינע שמועסן נישט צו קיין סך ידיעות. דאס זעלבע, די כסדר'דיגע דערמאנונגען פון דעם יעצטיגן רבי'ן נעמט נאר אוועק פון דעם אוצר בלום וואס געפינט זיך אין דעם ספר, און עס מאכט שווערער דער ארבעט פון ארויסקלויבן די מרגליות טובות.

עס איז אינטערעסאנט צו דערמאנען וואס עס ווערט דערמאנט אין דער הקדמה בשם האדמו"ר רמ"ד, אז באמת זענען די אלע מנהגים און קפידות בלויז חיצוניות'דיגע זאכן, און מ'דארף פון זיי נישט מאכן קיין עסק. דער רבי לייגט אבער צו אז אין דעם היינטיגן דור פעלט שטארק אויס צו ארבעטן אויף דעם חיצוניות ווייל דאס האט דערנאך א השפעה אויף דעם פנימיות.
בייגעלייגטע פיילס
MO.jpg
MO.jpg (158.41 KiB) געזען געווארן 1802 מאל

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר