בלאט 2 פון 3

נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2018 11:50 am
דורך סקרן
גערעכט אבער ער האט געבעטן ער וויל ליגן אין סקווירא און מ'האט פארפירט און אים געלייגט אין סאטמאר

נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2018 4:13 pm
דורך דאכצעכמער
למעשה ווי ליגט ער ?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2018 4:18 pm
דורך סקרן
.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2018 4:20 pm
דורך דאכצעכמער
איך מיין כמעט זיכער אז די ביסטיך טועה ער ליגט למעשה יא אין סקווירא

נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2018 4:48 pm
דורך סקרן
.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2018 4:52 pm
דורך דאכצעכמער
,

נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2018 4:53 pm
דורך דאכצעכמער
איך האב געמוזט צוקומען צו די עולם הביצים דארט האבן זיי פול סחורה וביניהם האב איך געטראפן די דאזיגע דאקומענט
איך ווייס נאך אלץ נישט צו ער ליגט אין סקווירא צו נישט אבער אויב מען האלט ביי הקמת מציבה זעט אויס אז למעשה האט מען אים יא געלייגט דארט

נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2018 5:09 pm
דורך Chuchem
עיין בהנ"ל ערך 'תמונות ביה"ח דקהל צמח דוד דשיכון סקווירא' דף 14 מציבה 301

נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2018 5:43 pm
דורך דאכצעכמער
יא איך האב נישט געמאכט קיין טעות ער ליגט טאקע אין סקווירא
https://www.ivelt.com/forum/download/fi ... &mode=view

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... &start=325

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 12:19 am
דורך קוקי
אויך ר' יחזקאל'ע מערץ זצוק''ל האט געוואלט ליגן אין סקווירא, און איז געקומען אין חלום צו ר' ברוך בריל ז''ל - זיין משמש, אז היות מ'האט עהם נישט געלייגט אין סקווירא, וועט ער נאכאמאל אראפקומען - אינעם קינד וואס וועט געבוירן ווערן ביי זיין שנור, און מ'זאל א נאמען געבן יחזקאל שרגא, און דאס קינד וועט נפטר ווערן נאכן ברית. און אזוי האט פאסירט, און יעצט ליגט ער לבסוף אין סקווירא

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 12:27 am
דורך איסר האטלקי
berlbalaguleh האט געשריבן:דאכצעכמער: ס'איז א דבר ידוע אז הרה"צ ר' יחזקאל'ע מערץ איז א סאך געגאנגען צום סקווירא רבי'ן זצ"ל.

איך געדענק נישט פונקטליך דעם יאר. איך מיין אין תשל"ג/1973.

יא, און דער סקווערער האט אים גע'רודפ'ט ער זאל קומען ליגן אין סקווירא, ענדליך א וואך פארן פטירה האט דער סקווירער דערווישט א געצווינגענע חתימה ווען ער איז שוין געווען טויט קראנק אין שפיטאל נאכן זיך איינשפארן מיט אים פאר א שעה.... פארשטייט זיך אז די משפחה האט אים געלייגט דארט וואו ער האט געוואלט ליגן.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 1:06 am
דורך שמעון וואלף
איך ווער נתפעל ווי דער עולם רעדט פאר פייער און פאר וואסער, זאכן וואס זענען א קלארע מציאות דינגט מען זיך.
פאקט נומער 1. שאפראנע רב ליגט אין סקווירא.
פאקט נומער 2. ר' יחזקל מערץ ליגט אין סאטמאר ניו זשערסי.

ביי ר' יחזקל'ס לוי' האט מען זיך געשלאגן ווי ער זאל ליגן און סאטמאר האט געוואנען
שאפראנע רב'ס לוי' איז געווען אחרון של פסח אדער מוצאי יו"ט און צוליב יום טוב און האט מען נישט געהעריג קאמיוניקירט, איז ער אנגעקומען קיין סקווירא אן קיין פראבלעמן. ס'איז אויך געווען א קלארע צוואה, מילא האט מען נישט געקענט קיין סאך טון.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 8:00 am
דורך איסר האטלקי
אז דו ווייסט פונקט די פאקטן אויף וואס מ'דינגט זיך, מיינט נאכנישט אז דער עולם רעדט 'פאר פייער און פאר וואסער'. נישטא פון וואס נתפעל צו ווערן.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 1:49 pm
דורך berlbalaguleh
שמעון וואלף האט געשריבן:איך ווער נתפעל ווי דער עולם רעדט פאר פייער און פאר וואסער, זאכן וואס זענען א קלארע מציאות דינגט מען זיך.
פאקט נומער 1. שאפראנע רב ליגט אין סקווירא.
פאקט נומער 2. ר' יחזקל מערץ ליגט אין סאטמאר ניו זשערסי.

ביי ר' יחזקל'ס לוי' האט מען זיך געשלאגן ווי ער זאל ליגן און סאטמאר האט געוואנען
שאפראנע רב'ס לוי' איז געווען אחרון של פסח אדער מוצאי יו"ט און צוליב יום טוב און האט מען נישט געהעריג קאמיוניקירט, איז ער אנגעקומען קיין סקווירא אן קיין פראבלעמן. ס'איז אויך געווען א קלארע צוואה, מילא האט מען נישט געקענט קיין סאך טון.

שמעון וואלף: ס'האטציך קיינער נישט געדינגען איבער דעם פאקט אז ר' יחזקאל'ע ליגט אין סאטמאר בית החיים אין ניו דזשערסי. די גאנצע שקלא וטריא איז געווען איבער דעם טעם. און די געשעענישן ארום דעם.

איבער די מנו"כ פון שאפראנער רב איז פשוט נישט שייך זיך צו דינגען. איך האב עס אליינס געזעהן. זיין מציבה אין ביה"ח ד'סקווירא...!

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 6:28 pm
דורך דאכצעכמער
ווייסט איינער ווי מען קען זען די צוואה

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 11:43 pm
דורך קוקי
קוקי האט געשריבן:אויך ר' יחזקאל'ע מערץ זצוק''ל האט געוואלט ליגן אין סקווירא, און איז געקומען אין חלום צו ר' ברוך בריל ז''ל - זיין משמש, אז היות מ'האט עהם נישט געלייגט אין סקווירא, וועט ער נאכאמאל אראפקומען - אינעם קינד וואס וועט געבוירן ווערן ביי זיין שנור, און מ'זאל א נאמען געבן יחזקאל שרגא, און דאס קינד וועט נפטר ווערן נאכן ברית. און אזוי האט פאסירט, און יעצט ליגט ער לבסוף אין סקווירא

איך האב געזען דעם סיפור אויך געשריבן באריכות דורך ר' ברוך'ס שנור, און כ'האב שפעטער געזען די מציבה אין סקווירא, ווי ס'שטייט טאקע יחזקאל שרגא ברילל - ביי די נפלים

נשלח: פרייטאג אקטאבער 26, 2018 9:56 am
דורך כוכב
איסר האטלקי האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:דאכצעכמער: ס'איז א דבר ידוע אז הרה"צ ר' יחזקאל'ע מערץ איז א סאך געגאנגען צום סקווירא רבי'ן זצ"ל.

איך געדענק נישט פונקטליך דעם יאר. איך מיין אין תשל"ג/1973.

יא, און דער סקווערער האט אים גע'רודפ'ט ער זאל קומען ליגן אין סקווירא, ענדליך א וואך פארן פטירה האט דער סקווירער דערווישט א געצווינגענע חתימה ווען ער איז שוין געווען טויט קראנק אין שפיטאל נאכן זיך איינשפארן מיט אים פאר א שעה.... פארשטייט זיך אז די משפחה האט אים געלייגט דארט וואו ער האט געוואלט ליגן.


פון וואו נעמסטו די מעשה?
כהאב אמר געהערט א לעגענדע אז ליפא פרידמאן איז געשטארבן יונג אין זעלבן יאר אלס שטראף פארן מאנעוורירן אז רבי יחזקאלע זאל אנקומען קיין ניו זשערסי.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 26, 2018 12:37 pm
דורך דאכצעכמער
קוקי האט געשריבן:
קוקי האט געשריבן:אויך ר' יחזקאל'ע מערץ זצוק''ל האט געוואלט ליגן אין סקווירא, און איז געקומען אין חלום צו ר' ברוך בריל ז''ל - זיין משמש, אז היות מ'האט עהם נישט געלייגט אין סקווירא, וועט ער נאכאמאל אראפקומען - אינעם קינד וואס וועט געבוירן ווערן ביי זיין שנור, און מ'זאל א נאמען געבן יחזקאל שרגא, און דאס קינד וועט נפטר ווערן נאכן ברית. און אזוי האט פאסירט, און יעצט ליגט ער לבסוף אין סקווירא

איך האב געזען דעם סיפור אויך געשריבן באריכות דורך ר' ברוך'ס שנור, און כ'האב שפעטער געזען די מציבה אין סקווירא, ווי ס'שטייט טאקע יחזקאל שרגא ברילל - ביי די נפלים


פאר אזא גוטע מעשה מוזטו שוין ברענגען א מקור

נשלח: פרייטאג אקטאבער 26, 2018 12:40 pm
דורך דאכצעכמער
אבער לאמיר נישט פארגעסן מען מוז פראבירן ביי די אייניקליך ארויסדערווישן די בריוון וואס ער האט געשריבן פאר הרה"ק מסקווירא זי"ע, אפילו אויב די מייזלישעס ווילן עס פארווישן אבער עס איז דאך דא אייניקליך פון אנדערע טעכטער און פון זיינע זון
איינער האט מיר געשיקט אין אישי אז ער האט געהערט פון איינער פון די פאללאק אייניקליך אז ער האט געזען די בריוו הלואי זאל מען קענען לייגן א יד אויף דעם עס וואלט זיכער געווען היסטאריע

נשלח: פרייטאג אקטאבער 26, 2018 12:45 pm
דורך קאך_לעפל
פון וואנעט נעמסטו דאס? מיר האט מען אנטפלעקט אין חלום, אז ער איז געשטארבן יונג, ווייל ער האט בייזוויליג סאבאטאזשירט דאס אויפבוי פון קרית יואל.

נשלח: זונטאג אקטאבער 28, 2018 12:06 am
דורך [NAMELESS]
בנוגע ר' יחזקאל'ע מערץ
viewtopic.php?f=42&t=8969

נשלח: זונטאג אקטאבער 28, 2018 12:34 am
דורך שמעון וואלף
berlbalaguleh האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן:איך ווער נתפעל ווי דער עולם רעדט פאר פייער און פאר וואסער, זאכן וואס זענען א קלארע מציאות דינגט מען זיך.
פאקט נומער 1. שאפראנע רב ליגט אין סקווירא.
פאקט נומער 2. ר' יחזקל מערץ ליגט אין סאטמאר ניו זשערסי.

ביי ר' יחזקל'ס לוי' האט מען זיך געשלאגן ווי ער זאל ליגן און סאטמאר האט געוואנען
שאפראנע רב'ס לוי' איז געווען אחרון של פסח אדער מוצאי יו"ט און צוליב יום טוב און האט מען נישט געהעריג קאמיוניקירט, איז ער אנגעקומען קיין סקווירא אן קיין פראבלעמן. ס'איז אויך געווען א קלארע צוואה, מילא האט מען נישט געקענט קיין סאך טון.

שמעון וואלף: ס'האטציך קיינער נישט געדינגען איבער דעם פאקט אז ר' יחזקאל'ע ליגט אין סאטמאר בית החיים אין ניו דזשערסי. די גאנצע שקלא וטריא איז געווען איבער דעם טעם. און די געשעענישן ארום דעם.

איבער די מנו"כ פון שאפראנער רב איז פשוט נישט שייך זיך צו דינגען. איך האב עס אליינס געזעהן. זיין מציבה אין ביה"ח ד'סקווירא...!

קוק אויבן, זענען דא עטליכע געמעקטע תגובות. דארט איז עס געשטאנען

נשלח: זונטאג אקטאבער 28, 2018 1:28 am
דורך איסר האטלקי
דאכצעכמער האט געשריבן:אבער לאמיר נישט פארגעסן מען מוז פראבירן ביי די אייניקליך ארויסדערווישן די בריוון וואס ער האט געשריבן פאר הרה"ק מסקווירא זי"ע, אפילו אויב די מייזלישעס ווילן עס פארווישן אבער עס איז דאך דא אייניקליך פון אנדערע טעכטער און פון זיינע זון
איינער האט מיר געשיקט אין אישי אז ער האט געהערט פון איינער פון די פאללאק אייניקליך אז ער האט געזען די בריוו הלואי זאל מען קענען לייגן א יד אויף דעם עס וואלט זיכער געווען היסטאריע

וואס גייט כלל ישראל קלוגער ווערן פון די בריוון? וועלכע היסטאריע גייט אויפגעדעקט ווערן?