מעוז כהנא: מהנודע ביהודה לחתם סופר

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק
רעאגיר
מיימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 12:17 am
האט שוין געלייקט: 296 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1512 מאל

מעוז כהנא: מהנודע ביהודה לחתם סופר

שליחה דורך מיימון »

איך האלט יעצט אינמיטן ענדיגן דעם הערליכן ווערק פון פרופסור מעוז כהנא "מהנודע ביהודה לחתם סופר" וואס איז געבויט אויף דעם פראפעסאר'ס דאקטאראט מיטן נאמען "מפראג לפרשבורג". דער ספר טוט ארומשמועסן פארשידענע אינטערעסאנטע נקודות לגבי דעם דרך הפסיקה פון די צוויי וועלט בארימטע פוסקים ביי כלל ישראל, יעדער פון זיי א הלכה'ישע אויטאריטעט אין זיין דור, און רבי פון צענדליגער תלמידים וואס זענען אליינס געווארן רבנים און מנהיגים פונעם קומענדיגן דור. וויאזוי זייערע אייגנארטיגע אומשטענדן האבן געווירקט אויף זייער מהלך המחשבה, און עווענטועל אויף זייערע פסקים און תשובות להלכה.

דער הויפט טעזע פונעם ספר איז אז דער נודע ביהודה איז געשטאנען אין שפיץ פון א באוועגונג צוריק צוגיין צום שורש ההלכה אינעם תלמוד און די פוסקים הראשונים, און כסדר זיך חולק געווען מיט די מקורות חיצוניים וואס דינען אלס הויפט קוואלן פאר די "אשכנז'ישע" ראשונים, ווי דער מהרי"ל און זיין גלייכן. בעת וואס דער חתם סופר האט געהאלטן פונקט פארקערט, און זיך געזען אלס ממשיך פון די קהילות הישנות אין דייטשלאנד וואס האבן געהאט גאר אסאך שעצונג צו די אלטע מנהגים פון די ראשוני אשכנז. און דאס האט געברענגט צו כסדר'דיגע הלכה'דיגע קאנפליקטן צווישן די צוויי ראשי הגולה.

אינעם ערשטן חלק ווייזט דער מחבר אן וויאזוי די מאורעות פון די שבתאים און פראנקיסטן אין יענע צייטן, האבן געברענגט א רעאקציע ביים נודע ביהודה, וואס אין זיין שטאט פראג האבן זיי פארמאגט א אנוועזנהייט לאנגע יארן. דאס האט געברענגט דעם נודע ביהודה צו צווייפלען אין אזעלכע מקורות ווי צוואת ר' יהודה החסיד און זוהר. אזוי אויך זיין עבר אינעם בארימטן בראדער קלויז האט צוגעגעבן דערצו, זייענדיג א פלאץ וואו עס האבן זיך געדרייט פילע גדולים מיט דעם מהלך המחשבה, (און ענליך צום גר"א אין די זעלבע תקופה). צום סוף ברענגט ער וויאזוי צוויי פרשיות האבן אויפגעשטורעמט די וועלט ווען די אריגינעלע "תלמוד'ישע" פסקים פון דעם נודע ביהודה האבן מתיר געווען גילוח בחול המועד, און צו עסן דעם שטירל פיש. א זאך וואס האט פאראורזאכט פיל עגמת נפש פאר די רבנים אין די צייט וואס די אויפקומענדע משכילים האבן זיך צוגעכאפט דערצו.

אינעם צווייטן חלק גייט ער אריין אין די שטורמישע יוגנט יארן פונעם חתם סופר אין פראנקפורט מיט ר' נתן אדלער. דער מחבר ווייזט וויאזוי דער אייגנארטיגער מהלך פון ר' נתן, אינאיינעם מיט דעם וואס דער חתם סופר האט זיך באזעצט אין א פרעמדע מדינה, האט געהאט א השפעה אויף זיינע הלכה'דיגע כתבים אין די יונגע יארן, ווען ער פרובירט זיך צו פארמעסטן מיטן געשעצטן נודע ביהודה צוריקצוגעבן דעם כבוד פאר זיין געבורט לאנד. שפעטער ווען עס קומען אויף די משכילים, זעען מיר וויאזוי דער חתם סופר בויט צוביסלעך אויף זיינע חידושים וואס וועלן שפעטער ווערן די יסודות פון ארטאדאקסישע יודנטום, ווי חדש אסור מן התורה. דער חתם סופר שלאגט זיך ביטערליך פאר לאנגע יארן מיט אהרן חורין, א תלמיד פונעם נודע ביהודה, וואס נוצט זיין רבי'נס אויטאריטעט פאר זיינע אייגענע חידושים. דער חתם סופר דערזעט זיך בסוף ימיו פון א מצב וואס מען קען נאר מבטל זיין א דין ברוב מנין ובנין, ווען אלע רבנים זענען ערליך, צו א מצב וואס עס הערן זיך קולות פון רעפארם איבעראל אין בעפארשטייאונג צו די אסיפות אין בראונשווייג, דער חתם סופר טוט אויף אז א מנהג איז ווי א נדר מדאורייתא וואס מען קען קיינמאל נישט מבטל זיין.

דער ספר איז א הערליכע מייסטער ארבעט מלא וגדוש מיט חידושים אין יעדן פרק, און אן מאלן קיין איבערגעקייטע זאכן. דער מחבר האט א האבי אריינצואווארפן כסדר פילע זייטיגע נושאים אין זיינע פוטנאוטס וואס מאכן דעם ליינער שטארק נייגעריג אבער לאזן גלייכצייטיג נישט איבער אינגאנצן אומוויסנד. דער מחבר האט א שיינעם און ציענדיגן לשון וואס מאכט עס גאר אינטערעסאנט צו ליינען אפילו פאר ווער עס איז נישט אויסגעקאכט אין די ענינים, אפילו אזעלכע זאכן ווי עניני טריפות און אישות באקומען א לעבעדיגן קאליר. דער ספר איז א מוז פאר יעדן וואס וויל פארשטיין די תקופה, און דעם השקפה פון די צוויי גרויסע לייבן פון כלל ישראל.
בייגעלייגטע פיילס
nod.jpg
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום מיימון, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 5 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר