אנאליז: הג"ר משה פיינשטיין האט געשריבן אלע בענדער אגרות משה

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק
רעאגיר
באניצער אוואטאר
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 941
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 5:54 pm
האט שוין געלייקט: 1242 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל

אנאליז: הג"ר משה פיינשטיין האט געשריבן אלע בענדער אגרות משה

שליחה דורך העניך »

אן אינטערעסאנטער מחקר איז היינט פארעפנטליכט געווארן אויף "ספרים בלאג" איבער דער פראגע צי די שפעטערדיגע בענדער פונעם "אגרות משה" להג"ר משה פיינשטיין זצ"ל זענען געשריבן געווארן דורך אים, אדער דורך זיינע אייניקלעך מיט אגענדעס.

אין די לעצטע בענדער פון אגרות משה האבן פיל געפונען תשובות וועלכע זיי האבן נישט געוואלט מסכים זיין מיט זיי, און האבן גע'טענה'ט אז הג"ר משה דוד טענדלער האט געהאט א יד אין פעלשן תשובות פון זיין גרויסן שווער. אנדערע האבן באשולדיגט די ארויסגעבער, הרב מרדכי טענדלער און הרב שבתי ראפאפארט, אייניקלעך פונעם מחבר.

לויט דעם שרייבער משה שור, האט א סטאטיסטישער אנאליז געוויזן קלאר אז אלע בענדער פון אגרות משה, אריינגערעכנט כרכים ז', ח' און ט', זענען געשריבן געווארן דורך דעם זעלבן מענטש. עס איז אינטערעסאנט צו לייענען דעם ארטיקל, און פארשטיין זיין מעטאדע.

https://seforimblog.com/2019/01/who-wro ... rot-moshe/
האט איר הנאה געהאט פון מיין ארטיקל? גיט א 'לייק' און שיקט א לינק צו אייערע פריינט. אבער בשום אופן נישט קאפירן דעם גאנצן ארטיקל און שיקן ווייטער - אדם אוסר את שלו.

דער אשכול פארמאגט 25 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר