"די היסטאריע פון מאשין מצות" , צ. רובין

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק
רעאגיר
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 5213 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7045 מאל

"די היסטאריע פון מאשין מצות" , צ. רובין

שליחה דורך כוכב »

לכבוד דעם יו"ט פסח הבא עלינו לטובה איז ערשינען א חידוש אין דער וועלט פון אידישער ליטעראטור: א הערליכער פול-קאלירטער בוך פון אן אריגינעלער פארש-ארבעט אין דער היסטאריע פון "מאשין מצות".

יא, יעדער ווייסט אז מאשין מצות איז אן אויסגעדראשענע טעמע. יעדע פסח ביילאגע פון יעדע היימישע צייטונג און אויסגאבע דרוקט יעדעס יאר איבער די זעלבע ארטיקלען אויף מאשין מצות. יא, דער צאנזער רב און הג"ר שלמה קלוגער האבן גע'אסר'ט מטעם הכמוס, און דער שואל ומשיב האט מתיר געווען. יעדער ווייסט דאס.

אבער דא רעדט מען פון איבער 350 זייטן מיט 25 קאפיטלען היסטאריע וואס גייט איבער די גאנצע נושא פון ווען דער מאשין איז ערפינדן געווארן, ביז דעם מציאות פון דעם היינטיגן טאג, אריינגערעכנט יעדע מדינה איבער דער וועלט וואו דער מאשין איז אנגעקומען און יעדער גדול בישראל וואס האט אריינגערעדט אין דער נושא. דאס אלעס איז באגלייט מיט הערליכע בילדער און דאקומענטן – טייל בפרסום ראשון.

דער בוך (אדער ספר) איז געשריבן געווארן דורך הרה"ג ר' יוסף האלבערשטאם, מגי"ש אין מתיבתא באבוב, און איז געשריבן געווארן אין לויף פון די לעצטע פיר יאר אין פארזעצונגען אין דעם באבובער אויסגאבע "שערי ציון" אונטער דעם פסעוודאנים צ. רובין. פארשטייט זיך אז דער פאקט אז דאס איז א באבובער יצירה באדייט אז מ'דארף נעמען די מסקנות קעגן מאשין מצות מיט א שפרענגל זאלץ, ווייל די נגיעות זענען דאך זייער שטארק... אבער דאס נעמט נישט אוועק פון די אויטענטישקייט פון דעם בוך, וואס איז באמת מלא וגדוש מיט חידושים נפלאים סיי איבער די נושא פון מאשין מצות זעלבסט, און סיי איבער די היסטאריע פון כלל ישראל איבער די אלע פלעצער וואו דער מאשין איז אנגעקומען, און סיי איבער תולדות פון גדולי ישראל.
בייגעלייגטע פיילס
מאשין מצות.jpg

דער אשכול פארמאגט 18 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר