"בין ישראל לעמים", ביכל קעגן שטודירן פאר פרנסה

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק

"בין ישראל לעמים", ביכל קעגן שטודירן פאר פרנסה

הודעהדורך העניך » דאנערשטאג יוני 20, 2019 4:01 pm

אין די לעצטע טעג איז ערשינען א ביכל מיט'ן נאמען "בין ישראל לעמים: די תורה'דיגע בליק אויף גיין שטודירן פאר פרנסה". אינעם ביכל מאכט דער אנאנימער מחבר קלאר זיין התנגדות צו יעדן סארט שטודירן, אפילו אין חרדישע קאלעדזשעס ווי TTI און TOURO. דאס ביכל איז באגלייט מיט הסכמות פון הרבנים הרב יחזקאל ראטה, הרב הילל וויינבערגער, הרב יצחק אלעזר מאסקאוויטש, און הרב ישראל דוד הארפענעס. צום סוף ווערט געדרוקט פילע בלעטער פון קול-קורא'ס וועלכע זענען ערשינען אין לויף פון די יארן אין ארץ ישראל און אין חוץ לארץ קעגן כל מיני קאלעדזש פראגראמען.

מ'דארף קלאר מאכן אז ס'איז נישט שייך אפצופרעגן דעם געדאנק פון דעם ביכל. יא, פילע חרדישע רבנים האבן גע'אסר'ט צו גיין אין קאלעדזש, און עס איז נישטא קיין שום סיבה אנצונעמען אז זייער איסור האט זיך געטוישט. מ'קען זיך אויך נישט קריגן מיט'ן פאקט אז קאלעדזש האט אן עפעקט אויף א מענטש, און קען זיין א סכנה פאר געוויסע חרדים.

נאר מ'דארף אויך קלאר מאכן אז די פראגע איבער גיין אין קאלעדזש איז נישט א הלכה'דיגע, נאר א טייל פון א קולטור-קאמף וואס גייט שוין אן גאר אסאך יארן. חרדישע רבנים האבן מחליט געווען, בעיקר נאך דער תקופה פון השכלה, אז צו ראטעווען אידישקייט פעלט זיך אויס צו לעבן גאר פארמאכט און אפגעזונדערט פון דער אלגעמיינער קולטור. מ'דארף ווערן געפיטערט פון אייגענע אינפארמאציע און אלטערנאטיווע פאקטן איבער דער גרויסער וועלט, און נאר אזוי וועט אידישקייט קענען מצליח זיין ווייטער.

קאלעדזש איז טאקע א סכנה פאר א מענטש וואס זיין אידישקייט איז אנגעהאנגען אין מינימאלע ידיעות איבער דער וועלט, און אן ענגען פארשטאנד איבער פאקטן, אמת און וויסנשאפט. דאס ביכל ברענגט ריכטיג אן אנקעטע וואס ווייזט אז קאלעדזש קען ברענגען מענטשן צו פארלירן די אמונה -- און דאס איז אזוי ווייל פיל אמונות זענען ליידער אנגעאנקערט מצליח צו זיין דווקא אין טפשות און חשכות, און אביסל אינפארמאציע קען דאס אונטערברענגען.

עכ"פ, די פראגע צי קאלעדזש קען שאטן פאר א חסידישן יונגערמאן איז נישט מיין פלאץ צו פסק'ענען. אבער דאס קען איך יא אנצייגן אז דאס ביכל ווייזט אונז קלאר פארוואס קאלעדזש קען זיין א סכנה פאר פילע אידן: דאס באזירן אלע אספעקטן פון אונזער לעבן אויף אפענע און פרעכע שקרים.

אינעם ביכל ווידמעט דער מחבר בלעטער נאך בלעטער צו ווייזן אז קאלעדזש טוט זאגאר גארנישט אויף פאר פרנסה. פארקערט, אן קאלעדזש שטייט מען בעסער. ער ברענגט א כלומר'שטער סטאטיסטיק וואס ווייזט אז פילע קאלעדזש-גראדואנטן מוטשען זיך מיט פרנסה. כ'זאג "כלומר'שטע" נישט ווייל כ'ווייס אז די ציפערן זענען פאלש, נאר ווייל כ'קען עס ניטאמאל נאכקוקן היות ער ברענגט די סטאטיסטיק נאך פון "די גרויסע ALLJOBS אגענטור," צו וועלכן כ'האב נישט געקענט געפונען קיין זכר אנליין.

אבער אפילו אויב יענע ציפערן זענען אמת אין א געוויסן זמן אין א געוויסן מצב וכו', בלייבט דער קלארער פאקט אז ווי מער קאלעדזש א מענטש פארמאגט הינטער זיין גארטל אלס מער וועט ער פארדינען - דורכשניטליך. יא, עס קען זיין אז עטליכע מענטשן וואס האבן נישט קיין דעגריס זענען ביליאנערן, און עס קען זיין אז עטליכע מענטשן מיט מעכטיגע דעגריס האבן נישט קיין ברויט צו עסן. מיר רעדן פון דעם דורכשניט, און דאס איז דער מציאות.

פון אן ארטיקל וואס כ'האב געשריבן אויף דעם ענין: אז מ'קוקט אויף דעם סטאטיסטיק זעט מען אז דער דורכשניטליכער מענטש אן קיין עדיוקעישאן פארדינט היבש ווייניגער ווי דעם דורכשניטליכן מענטש וואס האט יא עדיוקעישאן. ווי מ'זעט אין דעם טשארט, פאר יעדן דאלאר וואס איינער מיט א היי-סקול דעגרי פארדינט, פארדינט דער מיט א מעסטער'ס דעגרי כמעט צוויי דאלאר, און דער אן א היי-סקול דעגרי בלויז 71 סענט.
12.JPG


א ראש ישיבה האט געזאגט פאר זיינע תלמידים אז מ'קען נאר אויסשטייגן א גדול בתורה אויב מ'הארעוועט אין די בחור'ישע יארן. קומט א בחור אן אויבער-חכם און זאגט צוויי נקודות: א. ער קען איינער וואס האט גאר פלייסיג געלערנט אלס בחור, און ער איז אויפגעוואקסן א פלאמבער; און ב. ער קען איינער וואס האט זייער שוואך געלערנט אלס בחור, און איז היינט א גרויסער דיין.

נו, גייזשע זיי מסביר דעם בחור וועלכער איז אנגעפיקעוועט מיט דער אלטערנאטיווער רעאליטעט פון אזעלכע ביכלעך ווי "בין ישראל לעמים" אז מ'רעדט פון געווענליכע אומשטענדן און אין דורכשניט.
האט איר הנאה געהאט פון מיין ארטיקל? גיט א 'לייק' און שיקט א לינק צו אייערע פריינט. אבער בשום אופן נישט קאפירן דעם גאנצן ארטיקל און שיקן ווייטער - אדם אוסר את שלו.
העניך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 409
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 412 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2111 מאל

הודעהדורך אישתישבי » זונטאג יוני 23, 2019 1:20 am

דיין משל מיט דער ראש ישיבה און דער בחור איז גאר פיין.

און מען קען ווייזן ענליכע משלים.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1753
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 937 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג יוני 24, 2019 1:29 pm

כ'פארשטיי נישט פארוואס דער מחבר פון דעם חשוב'ן ספר האט געדארפט פארבלייבן אנאנים. פון וואס האט ער מורא געהאט. ער האט דאך די הסכמה פון גאר חשוב'ע רבנים...!

נאר פון צו זיין א פראפעסאר מיט א פי.עיטש.די. דעגרי ביז האבן א ביסל עלעמענטארע, וועלטליכע ידיעות איז נאך א שטיקל מהלך. די בחורים און יונגעלייט וועלכע גייען ארויס פון אונזערע ישיבות בדרך כלל, האבן נישט די מינימאלסטע ידיעות. אפילו אין אידישע היסטאריע.ס'דרייט זיך ארום א קליפ וואו א גוי'אישער רעפארטער פרעגט ביי א גרופע יונגעלייט וואס זענען .."די פראטאקאלן פון די זקני ציון"... קיין איינער פון זיי האט נישט געוואוסט. איינער האט פרובירט צו זאגן אז דאס האט צו טון מיט ציונים...לאל...!

ביי א צווייטן פאל. איז געווען ביי א דעמאנסטראציע פון די נטורי קרתא. האט א (אידישער) רעפארטער געפרעגט ביי איינעם פון די דעמאנסטראנטן אויב ער איז ..."אבסעס'ד"...ער האט איהם אנגעקוקט ווי א האן אין בני אדם. ר'האט קיינמאל נישט געהערט אזא ווארט. ער פרעגט איהם איבער..."איך בין אפסעט"...?!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13102
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8343 מאל

הודעהדורך גדליה » מאנטאג יוני 24, 2019 2:19 pm

כ'פארשטיי נישט. אויב קאלעזש איז אסור דעמאלטס איז עס אסור אפילו מ'קען מאכען אוצרות מיט געלט.
ווען איך געב ארויס אזא קונטרס וואלט איך מסביר געווען אז כאטש מ'קען ווערען א ביליאנער פון קאלעזש פון דעסטוועגן האלט מיר אונז זיך צוריק, ווייל רבי הילל קאלאמייער האט שוין גע'אסר'ט זיך צו לערנען קאמפיוטער פראגרעמינג. אל יאמר אדם אי אפשי בבשר חזיר וכו'
פרעג מיך אפ.
גדליה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 974
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 581 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1521 מאל

הודעהדורך העניך » מאנטאג יוני 24, 2019 8:15 pm

גדליה האט געשריבן:כ'פארשטיי נישט. אויב קאלעזש איז אסור דעמאלטס איז עס אסור אפילו מ'קען מאכען אוצרות מיט געלט.
ווען איך געב ארויס אזא קונטרס וואלט איך מסביר געווען אז כאטש מ'קען ווערען א ביליאנער פון קאלעזש פון דעסטוועגן האלט מיר אונז זיך צוריק, ווייל רבי הילל קאלאמייער האט שוין גע'אסר'ט זיך צו לערנען קאמפיוטער פראגרעמינג. אל יאמר אדם אי אפשי בבשר חזיר וכו'

גענוי. אבער דאס ליגנט זאגן האט זיך נישט היינט אנגעהויבן.
העניך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 409
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 412 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2111 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מאנטאג יוני 24, 2019 8:22 pm

@העניך און @גדליה: ענק זענען שטעקן געבליבן אין עפעס אן עולם אוואו פאקטן און אמת שפילן עפעס א ראלע, אינעם עולם המעשה איז נאר דא איין זאך וואס שפילט א ראלע:
"the house always wins - די קאמפאני דארף ווייטער אנגיין פאר יעדן פרייז", מ'זאגט איין זאך און מ'מיינט גאר א צווייטע זאך, די אלע טענות און הסברים זענען נאר תירוצים, נישט דאס איז די נושא בכלל.

ווען א קארגע חזיר זאגט דיך אז מ'דארף אויסלעשן די עירקאנדישן ווייל ס'איז קאלט ווען ס'איז 100 דעגריס, איז נישט יעצט די צייט צוריקטענהן אז ס'איז ביטער הייס, האסט אים גארנישט געענטפערט, מ'דארף נאר מסדר זיין די געלט אישו און אלץ וועט מסודר ווערן.

באמת פעלט נישט אויס די גאנצע קונטרס, מ'קען פשוט ארויסדרוקן טויזענטער צעטלעך "מ'גייט נישט אין קאלעדש" און פארשפרייטן אין אלע שולן און פערטיג. ווען דו גייסט זיך ארויפכאפן אויף די זייטיגע הסברים ביזטו בכלל נישט בתוך הענינים, ס'איז בכלל נישט די נושא. די הסברים זענען נישט געמאכט אויף צו פארשטיין, די עיקר איז אז מ'פארשטייט אז "מ'גייט נישט אין קאלעדש". אז דו ווילסט דן זיין לגופו של ענין דארפסו נישט מער ווי צוריקטענהן איין זאך, "מ'גייט יא אין קאלעדש".
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך רביה''ק זי''ע אום דינסטאג יוני 25, 2019 11:15 am, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2509
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2408 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1543 מאל

הודעהדורך איש את רעהו » מאנטאג יוני 24, 2019 10:38 pm

https://drive.google.com/file/d/0B3ueQD ... uMlRj/view

די ישראלים פרובירן צו שמדן דעם פרומן ציבור
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2127
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 10:21 am
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 472 מאל

Re: "בין ישראל לעמים", ביכל קעגן שטודירן פאר פרנסה

הודעהדורך חוקר ודורש » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 6:44 pm

https://youtu.be/HIyMXNeT16o
דער גוי זאגט אויך אז מען מוז נישט גיין אין קאלעדזש


Sent from my iPhone using Tapatalk
באניצער אוואטאר
חוקר ודורש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 267
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2019 4:01 pm
האט שוין געלייקט: 374 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 163 מאל

הודעהדורך הדסים » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 9:37 pm

קאלעדזש און סוקסעס זענען מער א קארעלעישין ווי א קאזעישין.

רייכע משפחות שיקן מער זייער קינדער און קאלעדזש, און פארשטייט זיך זיי זענען רייכער.
קלוגע מענטשן זענען מער מצליח און קאלעדזש, און אויך אין לעבן.
עדוקעישן קען אויך האבן אן השפעה אויף א מענטש פארשטייט זיך.
באניצער אוואטאר
הדסים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 88
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2019 1:29 pm
האט שוין געלייקט: 66 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 61 מאל

הודעהדורך איציק » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 4:43 pm

העניך האט געשריבן:
גדליה האט געשריבן:כ'פארשטיי נישט. אויב קאלעזש איז אסור דעמאלטס איז עס אסור אפילו מ'קען מאכען אוצרות מיט געלט.
ווען איך געב ארויס אזא קונטרס וואלט איך מסביר געווען אז כאטש מ'קען ווערען א ביליאנער פון קאלעזש פון דעסטוועגן האלט מיר אונז זיך צוריק, ווייל רבי הילל קאלאמייער האט שוין גע'אסר'ט זיך צו לערנען קאמפיוטער פראגרעמינג. אל יאמר אדם אי אפשי בבשר חזיר וכו'

גענוי. אבער דאס ליגנט זאגן האט זיך נישט היינט אנגעהויבן.

כיהודה ועוד לקרא: ס'דאך באקאנט פון שרייבער וויליאם שעיקספיר אז "מ'טאר נישט גלייבן אלעס וואס מ'ליינט אויפ'ן אינטערנעט"...
באניצער אוואטאר
איציק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 193
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 01, 2013 3:57 am
האט שוין געלייקט: 490 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 138 מאל

הודעהדורך איציק » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 4:46 pm

הדסים האט געשריבן:קאלעדזש און סוקסעס זענען מער א קארעלעישין ווי א קאזעישין.

רייכע משפחות שיקן מער זייער קינדער און קאלעדזש, און פארשטייט זיך זיי זענען רייכער.
קלוגע מענטשן זענען מער מצליח און קאלעדזש, און אויך אין לעבן.
עדוקעישן קען אויך האבן אן השפעה אויף א מענטש פארשטייט זיך.

ריכטיג, אבער ביי אונזער עולם איז בכלל נישט די רעדע פון גיין אין קאלעדזש בלויז "לשם גיין אין קאלעדזש", אזוי ווי ס'איז אמאל געווען אנגענומען ביי די מאדערן-אידישע פאמיליעס. מ'רעדט דאך בלויז פון לערנען א פאך. און דאס איז ליידער א זאך וואס מ'טוט נישט אין קיין איין ישיבה, כאטש די גמרא זאגט אז ווער ס'לערנט נישט זיין קינד קיין אומנות לערנט אים רויבעריי.
באניצער אוואטאר
איציק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 193
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 01, 2013 3:57 am
האט שוין געלייקט: 490 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 138 מאל


גיי צוריק ספרים און ביכער

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט