אין די לעצטע טעג איז ערשינען א ביכל מיט'ן נאמען "בין ישראל לעמים: די תורה'דיגע בליק אויף גיין שטודירן פאר פרנסה". אינעם ביכל מאכט דער אנאנימער מחבר קלאר זיין התנגדות צו יעדן סארט שטודירן, אפילו אין חרדישע קאלעדזשעס ווי TTI און TOURO. דאס ביכל איז באגלייט מיט הסכמות פון הרבנים הרב יחזקאל ראטה, הרב הילל וויינבערגער, הרב יצחק אלעזר מאסקאוויטש, און הרב ישראל דוד הארפענעס. צום סוף ווערט געדרוקט פילע בלעטער פון קול-קורא'ס וועלכע זענען ערשינען אין לויף פון די יארן אין ארץ ישראל און אין חוץ לארץ קעגן כל מיני קאלעדזש פראגראמען.
מ'דארף קלאר מאכן אז ס'איז נישט שייך אפצופרעגן דעם געדאנק פון דעם ביכל. יא, פילע חרדישע רבנים האבן גע'אסר'ט צו גיין אין קאלעדזש, און עס איז נישטא קיין שום סיבה אנצונעמען אז זייער איסור האט זיך געטוישט. מ'קען זיך אויך נישט קריגן מיט'ן פאקט אז קאלעדזש האט אן עפעקט אויף א מענטש, און קען זיין א סכנה פאר געוויסע חרדים.
נאר מ'דארף אויך קלאר מאכן אז די פראגע איבער גיין אין קאלעדזש איז נישט א הלכה'דיגע, נאר א טייל פון א קולטור-קאמף וואס גייט שוין אן גאר אסאך יארן. חרדישע רבנים האבן מחליט געווען, בעיקר נאך דער תקופה פון השכלה, אז צו ראטעווען אידישקייט פעלט זיך אויס צו לעבן גאר פארמאכט און אפגעזונדערט פון דער אלגעמיינער קולטור. מ'דארף ווערן געפיטערט פון אייגענע אינפארמאציע און אלטערנאטיווע פאקטן איבער דער גרויסער וועלט, און נאר אזוי וועט אידישקייט קענען מצליח זיין ווייטער.
קאלעדזש איז טאקע א סכנה פאר א מענטש וואס זיין אידישקייט איז אנגעהאנגען אין מינימאלע ידיעות איבער דער וועלט, און אן ענגען פארשטאנד איבער פאקטן, אמת און וויסנשאפט. דאס ביכל ברענגט ריכטיג אן אנקעטע וואס ווייזט אז קאלעדזש קען ברענגען מענטשן צו פארלירן די אמונה -- און דאס איז אזוי ווייל פיל אמונות זענען ליידער אנגעאנקערט מצליח צו זיין דווקא אין טפשות און חשכות, און אביסל אינפארמאציע קען דאס אונטערברענגען.
עכ"פ, די פראגע צי קאלעדזש קען שאטן פאר א חסידישן יונגערמאן איז נישט מיין פלאץ צו פסק'ענען. אבער דאס קען איך יא אנצייגן אז דאס ביכל ווייזט אונז קלאר פארוואס קאלעדזש קען זיין א סכנה פאר פילע אידן: דאס באזירן אלע אספעקטן פון אונזער לעבן אויף אפענע און פרעכע שקרים.
אינעם ביכל ווידמעט דער מחבר בלעטער נאך בלעטער צו ווייזן אז קאלעדזש טוט זאגאר גארנישט אויף פאר פרנסה. פארקערט, אן קאלעדזש שטייט מען בעסער. ער ברענגט א כלומר'שטער סטאטיסטיק וואס ווייזט אז פילע קאלעדזש-גראדואנטן מוטשען זיך מיט פרנסה. כ'זאג "כלומר'שטע" נישט ווייל כ'ווייס אז די ציפערן זענען פאלש, נאר ווייל כ'קען עס ניטאמאל נאכקוקן היות ער ברענגט די סטאטיסטיק נאך פון "די גרויסע ALLJOBS אגענטור," צו וועלכן כ'האב נישט געקענט געפונען קיין זכר אנליין.
אבער אפילו אויב יענע ציפערן זענען אמת אין א געוויסן זמן אין א געוויסן מצב וכו', בלייבט דער קלארער פאקט אז ווי מער קאלעדזש א מענטש פארמאגט הינטער זיין גארטל אלס מער וועט ער פארדינען -
דורכשניטליך. יא, עס קען זיין אז עטליכע מענטשן וואס האבן נישט קיין דעגריס זענען ביליאנערן, און עס קען זיין אז עטליכע מענטשן מיט מעכטיגע דעגריס האבן נישט קיין ברויט צו עסן. מיר רעדן פון דעם דורכשניט, און דאס איז דער מציאות.
פון אן
ארטיקל וואס כ'האב געשריבן אויף דעם ענין: אז מ'קוקט אויף דעם סטאטיסטיק זעט מען אז דער דורכשניטליכער מענטש אן קיין עדיוקעישאן פארדינט היבש ווייניגער ווי דעם דורכשניטליכן מענטש וואס האט יא עדיוקעישאן. ווי מ'זעט אין דעם טשארט, פאר יעדן דאלאר וואס איינער מיט א היי-סקול דעגרי פארדינט, פארדינט דער מיט א מעסטער'ס דעגרי כמעט צוויי דאלאר, און דער אן א היי-סקול דעגרי בלויז 71 סענט.
א ראש ישיבה האט געזאגט פאר זיינע תלמידים אז מ'קען נאר אויסשטייגן א גדול בתורה אויב מ'הארעוועט אין די בחור'ישע יארן. קומט א בחור אן אויבער-חכם און זאגט צוויי נקודות: א. ער קען איינער וואס האט גאר פלייסיג געלערנט אלס בחור, און ער איז אויפגעוואקסן א פלאמבער; און ב. ער קען איינער וואס האט זייער שוואך געלערנט אלס בחור, און איז היינט א גרויסער דיין.
נו, גייזשע זיי מסביר דעם בחור וועלכער איז אנגעפיקעוועט מיט דער אלטערנאטיווער רעאליטעט פון אזעלכע ביכלעך ווי "בין ישראל לעמים" אז מ'רעדט פון געווענליכע אומשטענדן און אין דורכשניט.